איחוד פעלד האט געשריבן:דאס וואס ביגזשאו ברענגט אז דער צאנזער רב האט דרך ארץ געהאט פאר'ן ריזינער, זאל זיין, עס איז מן הסתם טאקע אזוי, אבער וואס איז די פוינט?
ער האט געהאט טענות צו די קינדער.
דאס וואס ער זאגט אז דער צאנזער רב איז געפארען צום ריזינער, סאט וואט?
ער איז געפארען צו אלע ריזינער קינדער פאר ער האט אנגעהויבען די מחלוקת, כמובא בספר דער סאנזער צדיק.
דאס וואס ער שרייבט אז דריי הונדרעט רבנים האבען געלייגט אין חרם דער צאנזער רב, איז לכאורה פין זיין דמיון ארויס, אדער איז ער געווארען א שרייבער פין די נוי יארק טיימס ווי אלע חסידישע אידען ווערען רבנים. אמת ניסן בק האט געלייגט א חרם אויף דער צאנזער רב, אבער נישט מיט דריי הונדרעט רבנים, נאר מיט דריי הונדרעט חסידים. אלע ריזינער קינדער האבען נישט פארמאגט קיין דריי הונדרעט רבנים אין ארץ ישראל אין יענער צייט, דריי הונדרעט רבנים מיינט לכל הפחות דריי טויזענט חסידים, און ווי זענען אלע אהין געקומען? ביז היינט וואלט ריזין געדארפט זיין א חסידות צען מאל גרעסער פין גור.......
קיינער וועט נישט זאגען אז דער מחלוקת איז געוועהן א שיינע זאך, מחלוקת איז קיינמאל נישט שיין, און דער מחלוקת בפרט איז געוועהן גאר מיאוס, ווייל ריזין איז געוועהן א שיינע חסידות, על אף וואס דער רביס דארט זענען געוועהן אויף א שוואכע לעוועל, כמעט ווי די היינטיגע רביס, וואס קענען גארנישט קיין לערנען, זענען נאר רביס בזכות אבותיהם, און דער ד"ח האט דאס געקעלט, און האט געטוהן וואס ער האט געטוהן. וואס האט ער אויף געטוהן? איך ווייס נישט, דער מציאות איז היינט איז נישטא קיין ריזינער חסידות, אבער אלע אנדערע חסידות'ן ובתוכם זיינע אייניקלעך, זענען אלע רביס בדרך ריזין, און מן הסתם דער ריכטיגער זאך צו זאגען איז אז ער האט געוואנען דער battle אבער פארלוירען דער war.
וואס מען קען זעהן איז אז ווען ד"ח איז נסתלק געווארען האבען קיין איינער פין זיינע ממשיכי דרך נישט אנגעהאלטען מיט דער מחלוקת. איז לכאורה פין דעם א ראי' אז זיי האבען בחייו נישט געקענט אים אפרעדען פין דעם, ער איז געוועהן עלטער, איך מיין אין די הויכע זיבעציג, און האט זיך אנגעהערט אויף זיי שטארקע חטאים, וואס פין זיין אלטער היים פין ראפשיץ און לובלין האט עס אים אויסגעזעהן גאר שטארק פארפארען און עבודה זרה'דיג. אין אסאך פין די שמועסען וואס איז דא פין אים אין דער ספר חמדה גנוזה זעהט מען ווי אים האט שטארק געבאדערט די זאך, אז חסידות פארנעמט רביס וואס זענען שטריקעס, און עס איז געוועהן בימיו אסאך, און דער אמת נאך פאר זיינע צייטען איז אויך געוועהן, אבער נישט אויף א סיסטעמאטישע אופן ווי אין ריזין, וואס יעדעס קינד און אייניקעל וואס איז אויף געצויגען געווארען על סיר הבשר איז געווארען א קדוש.
אפילו לויט די היינטיגער סטאנדארט פין רביס, האבען די רביס פין ריזין זיך געפירט מיט א גרויסע ברייטקייט, ווואס עקעלט אפילו לויט אונזערע היינטיגע מושגים. אויף דער באקאנטער בלאג, אן דער מעין לייין, האט ער אמאהל געהאט א אויסשניט פין א צייטונג פין יענער צייט, ווי עס שטייט אז דער מעיאר פין די שטאט פין איינער פין די סאדיגורער רביס האט געבעטען דער רבי דארט זאל אביסעל אויף הערען מיט זיין לוקסוס, ווייל די גוים האלטען עס נישט אויס. טאמער איינער קען עס אפיר זוכען ביטע.
יעדעס זאך האט א גבול, און ווען רביס לעבען אויף'ן חשבון פין ארימע לייט, וואס גלייבען אין זייערע פוסטע כחות (ר"ל כחות וואס די רביס אליין ווייסען זענען פוסט), דארפען זיי נישט ווארפען זיך מיט בלוט געלט כאילו ווי עס איז שפילצייג, דורכען פארלאנגען למשל הונדרעט דאלאר פאר א ברכה צו קענען דורכשווערצען די גרעניץ ווכו'.
על ראשון ראשון
כמובא בספר דער סאנזער צדיק
איז אזוי ווי זאגן אז אובאמא האט פיינט ווייסע מענטשן כמובא בספרי גלען בעק…
יהושע ראקער איז געווען א פארברענטע סאנזער חסיד וואס איז אפיציעל נישט געווען אביעקטיוו.
...און ווי זענען אלע אהין געקומען? ביז היינט וואלט ריזין געדארפט זיין א חסידות צען מאל גרעסער פין גור.......
רוזין איז לכל הדיעות געווען גרעסער ווי סאנז בימים ההם (וויבאלד זיי האבן נישט געמאכט קיין מוסדות נאכן קריג, זענען זיי קליין)
ועוד רוב כוללים אין א''י איז געווען אויפן רוזינער'ס און ר' ניסן ב''ק'ס חשבון, ממילא האבן זיי געקענט האבן וויפיל רבנים זיי האבן געוואלט. (קוק אויפן ביהמ''ד אין סאנז, און נאכדעם קוק אויפן קלויז אין סאדיגורא אדער טשארטקוב, ס'שטייט נאך היינט)
על אף וואס דער רביס דארט זענען געוועהן אויף א שוואכע לעוועל
די רוזינער רבי'ס זענען נאך געווען אויף די צאנזער לעוועל לכה''פ (אע''פ מיין צדיק וואגשאל איז צובראכן). ווער איז געווען א שוואכע רבי?
די צוויי סדיגורה?
רבי דוד משה פון צ'ורטקוב?
ר' נחום פון שטפנשט?
רבי מרדכי שרגא פון הוסיאטין ?
אדער די לאובה'ע?
דער מציאות איז היינט איז נישטא קיין ריזינער חסידות
ס'נישטא היינט קיין רוזינע רבי ווייל די רוזין איז סוף ימיו געווען סאדיגורא רבי, און היינט איז דא א סדיגורא רבי.
די צאנזע רב האט אויך נישט געהאט א זון וואס האט געהייסן צאנזע רב.
אבער אלע אנדערע חסידות'ן ובתוכם זיינע אייניקלעך, זענען אלע רביס בדרך ריזין,
די צאנזע אייניקליך גייען
נישט בדרך רוזין!!! רוזין איז אסאך מער ווי זילבערנע כלים און רימלעס גלעזער.
דארפען זיי נישט ווארפען זיך מיט בלוט געלט כאילו ווי עס איז שפילצייג,
די דוזינע דרך איז געווען מלכות און זיינע קינדער זענען געווען קדושי עליון וואס האבן זיך געפירט על דרך רוזין. ר' מאירל פרימישלאנע האט אמאל געפרעגט די רוזינע פארוואס ער לעבט מיט אזא רחבות? האט די רוזינע גענטפערט אז "כל העולם ניזון בשביל חנינא בני, וחנינא בני, די לו בקב חרובין מערב שבת לערב שבת, די גאנצע וועלט באקומט השפעות דורכן שביל פונעם צדיק הדור. אבער וואס קען איך (גאט) טוען אז חנינה נוצט נאר א קב חרובין"… אז א צדיק וויל משפיע. די מער ער נוצט די מער דאס דור באקומט.
.Knowledge is never something to be feared, those who do fear it are generally the ones who do not posses much