כ'בין מסתם פין די ערשטע צי ברעכען די נייעס אז דער אמעריקאנע סעקרעטאר אףף סטעיט איז נעבעך משוגע געווארען, עפעס א שראפעל איז עים ארויס געפאלען פין פלאץ, אין ער האט אנגעהויבען צי רעדען נישט צי די זאך,
ער איז געגאנגען אויף די מידיא צי קאנווינצען די אמעריקאנע המון עם אז ס'פעלט זיך שרעקליך וויכטיג אויס צי נעמען מיליטערישע שריט קעגען סוריא, פארוואס ?, ווייל ס'געווען דארט א גאז אטאקע, פינטעל, אין חאטשיג ס'קען זייער מעגליך זיין אז אסאד האט עס נישט געטוהן נאר די רעבעלען, און ס'דא דארט די יו-ען צי אינוועסטיגעיטען,
זאגט ער אבער אז ער איז קאנווינסט אז אסאד האט עס יא געטוהן, אין ממילא דארף מען נישט ווארטען פאר די יו-ען, אבער קיין באווייזען געבט ער נישט, זעהט זיך אויס אז ער וויל מ'זאל עים גלייבען אויפען ווארט, ווייל ער קען נישט פראדוצירען קיין באווייזען, ער האט אבער אזא אינערליכע פילינג ..... אזא געפיהל אז אסאד האט עס יא געטוהן,
אין ממילא וויבאלד ער האט אזא פילינג דארף מען אנהייבען צי שיסען אויף סוריא, מען דארף זיי לערנען בלק, סארא חוצפה ניצען גאז אטאקעס, ווי מעג מען דאס, אמעריקע האט טאקע געניצט קעמיקל וואפען אין וויעטנאם, אבער אמעריקא מעג, ווייל אמעריקע..... עם עם..... ווייל...... יא .... ווייל וויעטנאם זענען משוגעים, זיי האבען זיך נישט געלאזט באזיגען,
אבער אסאד, דער באנדיט, דער מענטשען פרעסער, דער איך ווייס נישט וואס, ער טאר עס נישט טוהן, נישט נאר ער טאר עס נישט טוהן, נאר ס'טאר בכלל נישט געשען אין סוריא, אין טאמער געשעהט עס יא אפילו טאמער די רעבעלען האבען עס געטוהן, נישט קיין חילוק, מען דארף דעם אסאד'ן ארייניאגען א מחנה קרויז מיסיל'ס אינעם פרצוף אריין, א חוצפה, ווי דערווייגט ער זיך צי בלייבען ביי די מאכט אין די צייט וואס אמעריקע וויל ער זאל גיין, אזא מחוצף, אן עזות פנים, מיט אן עזות פנים מיז מען גיין עד הסוף,
אין בכלל וועם גייטעס אן יא קעמיקל נישט קעמיקעל, אסאד דארף גיין, מען מיז דאך האבען עפעס א תירוץ פאר די קינדער, נו וועט מען שרייען קעמיקל וועפאן'ס ביזען הייזעריג ווערען אין מ'וועט האפען דער עולם זאל עס קויפען,
למעשה איז געשען א שרעקליכע קאטאסטראפע, דער עולם האט זיך אויסגעלערענט די טריק'ס, דער עולם גלייבט שוין נישט, אין די וואס גלייבען יא זענען בכלל נישט אינטערעסירט אז מען זאל ניצען זיינע טעקס דאלארען צי צאלען פאר די טייערע מיסיל'ס, אין פאר די אנדערע כלי משחית, בערך 90% ! אמעריקאנער זענען נישט אינטערעסירט אין אן אטאקע אויף סוריא, דער עולם איז שוין זאט פין מלחמות, וויפעל איז דער שיעור, די חברה ווערען דאך נישט פארטיג, אלץ טרעפען זיי ווי צי אויסגיסען אמעריקאנער מיליאנען אין דאס לאנד האלט שוין באלד ביי באנקראט, אבער זיי זיכען ווייטער זינלאזע מלחמות מיט נארישע תירוצים, צוליב אינטערעסען וואס איז בכלל נישט אין די אינטערעסען פין דאס אמעריקאנער פאלק,
בקיצור, דער קערי האט געדארשענט וואו ל"ע א גערירטער, זיין לאנגע נאז האט אויס געזעהן ווי די שפיץ פין א טאנק, אין ער האט געשאסען טייכען ליגענטס איינס נאכען צווייטען, אין נאך אלע ליגענטס וויל ער מען זאל עים גלייבען אויפען ווארט,
ס'ווערט געזיכט א אינסטעטוציע פאר דעם ל"ע בארירטען קערי, רוסלאנד האט געמאלדען אז זיי האבען אינסטעטוציעס פאר עים, אבער אבאמא איז נישט מסכים ער זאל פארען אויף רוסלאנד, בכלל האט אבאמא מורא אז ער איז נעקסט אין ליין פאר אן אינסטעטוציע, אין ער וויל בשום אופן נישט גיין ווייל אינסטעטוציעס לאזען נישט אריין קיין טעלעפראמטערס, אין אן דעם שפירט ער זיך שרעקליך פארלוירען,
נאכדעם האט דער קערי געזאגט אז זיי גייען מודיע זיין פאר קאנגרעס, אנדרעש ווי די קאנסטוטוציע וואס זאגט אז מען קען נישט גיין אין קריג אן בעטען רשות פין קאנגרעס, נו, ווילען זיי דאך נישט בעטען רשות, ווייל זיי האבען דאך מורא אז ס'וועט נישט געגעבען ווערען רשות, נו גייט מען מיט די גאנג אז א שאלה איז טרייף, ספעציעל ווען ס'טאקע טרייף,
לויט ווי פסיכאלאגען געבען איבער איז אין קערי אריין א דיבוק, א שלעכטע גייסט, און ס'פירטעם אראפ פין גלייכגעוויכט, ער וויל זעהן בלוט, יא עווידענס נישט עווידענס, משוגעים, ווער איז אינטערעסירט אין עווידענס, וועם גייטעס בכלל אן צי ס'געניצט געווארען סארין גאז צי נישט, סארא חילוק, לאמיר גיין אנלערנען סוריא, העי אונז זעמער שטארק, אונז האמער מיסיל'ס, אוי גייט מען עים אנפיקסען, מען גייטעם צאם פראסקענען,
און אז רוסלאנד וועט זיך אריינמישען, נישט קיין פראבלעם, מ'וועט באבויקערען פוטין, ווער האט מורא פין עים, אונז האמער עירקרעפט קעריער'ס אונז קעמער טוהן וואס אונז ווילמער, הא הא הא, ווער ס'שטערקער דער איז גערעכט, הא הא הא, הא הא הא,
יא, א ביטער געלעכטער ווען א לאנד ווערט געפירט פין זינען גערירטע פארזעהענישען, אין בפרט נאך אזא לאנד וואס האט אזוי פיהל וואפען ווי אמעריקע, אנבעליוועבעל ווי כמעט אלעמאל דעי וואס קומען אן צי די מאכט זענען ערענסט גערירטע פארשוינען, סיי ביי לענדער אין אפילו ביי סתם לאקאלע קהילות, יעצט ווילען זיי מאכען א מלחמה, פאר שוואוילטאג האבען זיי שוין נישט עפעס בעסער צי טוהן, מען דארף זיי אלע אריינפיהרען אין די משוגעים הייזער, וועט די וועלט קענען אפאטעמען פין דעי אנגעטרינקענע מלחמה צינדער,
זאל דער באשעפער האלטען די רעכטע האנט אויף אידישע קינדער. אמן.
הצלה... הצלה... סעקרעטאר קערי איז משוגע געווארען !
- חזקיהו המלך
- היימישער באניצער
- הודעות: 585
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 09, 2013 7:31 pm
- האט שוין געלייקט: 61 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 541 מאל
הצלה... הצלה... סעקרעטאר קערי איז משוגע געווארען !
איך בין א חוצפעניאק ! אזוי האט מיין טיטשער געזאגט
- שמעקעדיג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 16679
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
- האט שוין געלייקט: 18070 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל
די שפראך פון חזקיהו איז פאר די בוכער!! ושמעקעדיג עומד ומשתאה מחריש לדעת, צי האבן מיר נאך אזא סארט זיסן שרייבער? איך קייך פאר געלעכטער!....
חזקיהו המלך האט געשריבן:הצלה... הצלה...
עפעס א שראפעל איז אים ארויסגעפאלען פין פלאץ....
מען דארף זיי לערנען בלק, סארא חוצפה....
אבער אסאד, דער באנדיט, דער מענטשען פרעסער....
מען דארף דעם אסאד'ן ארייניאגען א מחנה קרוז מיסיל'ס אינעם פרצוף אריין....
וועט מען שרייען קעמיקל וועפאן'ס ביזען הייזעריג ווערען...
דער קערי האט געדארשענט וואו ל"ע א גערירטער, זיין לאנגע נאז האט אויס געזעהן ווי די שפיץ פין א טאנק, אין ער האט געשאסען טייכען ליגענטס איינס נאכען צווייטען...
ס'ווערט געזיכט א אינסטעטוציע פאר דעם ל"ע בארירטען קערי....
רוסלאנד האט געמאלדען אז זיי האבען אינסטעטוציעס פאר אים... בכלל האט אבאמא מורא אז ער איז נעקסט אין ליין פאר אן אינסטעטוציע....
אינסטעטוציעס לאזען נישט אריין קיין טעלעפראמטערס, און אן דעם שפירט ער זיך שרעקליך פארלוירען....
לויט ווי פסיכאלאגען געבען איבער איז אין קערי אריין א דיבוק, א שלעכטע גייסט, און ס'פירטעם אראפ פין גלייכגעוויכט, ער וויל זעהן בלוט....
העי אונז זעמער שטארק, אונז האמער מיסיל'ס, אוי גייט מען עים אנפיקסען, מען גייטעם צאם פראסקענען...
און אז רוסלאנד וועט זיך אריינמישען, נישט קיין פראבלעם, מ'וועט באבויקערען פוטין, ווער האט מורא פין עים...
אונז האמער עירקרעפט קעריער'ס, אונז קעמער טוהן וואס אונז ווילמער, הא הא הא, ווער ס'שטערקער דער איז גערעכט, הא הא הא...
כמעט אלעמאל דעי וואס קומען אן צי די מאכט זענען ערענסט גערירטע פארשוינען, סיי ביי לענדער אין אפילו ביי סתם לאקאלע קהילות...
וירח ה' את ריח הניחוח