מיר זענען אלע מאדנע

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באניצער אוואטאר
הוגה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3112
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 7535 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6639 מאל

מיר זענען אלע מאדנע

שליחה דורך הוגה »

[justify]אסאך מאל מאכט זיך אז מען האט קריטיק אויף איינעם און מען שרייט יענעם אן ברבים אדער מען מאכט חוזק, אבער פאר די צושויער קומט עס פאר גאר קאמיש היות די שרייער פארמאגט די זעלבע פעלער. א שטייגער ווי ווען א חסיד וועט אויסלאכן די אמיש געמיינדע ווייל זיי זעהן אויס מאדנע און זיי טוען מאדנע מנהגים.

ווען מען האלט מיט אזא סארט פאסירונג גיבט עס אונז א wake up call אז מיר דארפן זיך אליינס בודק זיין. וויפיל מאל שפעטן מיר פון אנדערע בשעת ווען אין די אויגן פון פרעמדע זענען מיר אליין גאר נישט אנדערש. דער התעוררות האב איך באקומען ווען איך האב געליינט די פאלגענדע.

נתן סליפקין האט היינט געשריבן א קורצע אבער געוואלדיגע בלאג ענטרי. די ארטיקל האט זיך באצויגן צו אן ארטיקל אין די משפחה מאגאזין פון דעם פארגאנגענע וואך, איבער די פרויען פון די כת השאלים וואס לויט זייערע נומערן ציילן זיך צו 400 פרויען אין ארץ ישראל אליין.

סליפקין שרייבט אז די משפחה האט - אנדערש ווי געווענטליך - פרובירט זיך צו האלטן אביעקטיוו, און האבן געשריבן אז די פרויען האלטן אז ע"פ גדרי והלכות צניעות דארף מען טראגן קליידער וואס באהאלטן די גאנצע פארם פון די גוף (ולמקצת מהם אפילו די פארם פון די קאפ און פנים). ביים סוף פון די ארטיקל האבן זיי גע'טענה'ט אז די פרויען טוען דאך דאס מחמת צניעות, טראץ דעם וואס ס'נישט פארלאנגט על פי הלכה, און דערווייל טוט דאך זייער מאדנע קליידונג ציען מער אויפמערקזאמקייט פון מענטשן אין די גאס ווי א פרוי מיט געהעריגע קליידער.

סליפקין מערקט אן אז אין די גאנצע ארטיקל ברענגט די משפחה נישט אראפ קיין איין בילד פון די פרויען, נאר אנשטאט דעם האבן זיי געלייגט בילדער פון א דאלי מיט א בורקע. דערנאך ברענגט ער אראפ א שיינע בריוו וואס א באקאנטע זיינע האט די וואך געשריבן צום משפחה:

Dear Editor, Thank you for reporting about women who misguidedly wear burka-type garments to cover over their form. They mistakenly believe that they can only be seen by others if they are totally covered. However it is interesting that Mishpocha Magazine goes further and feels that even fully covered they cannot be seen and hence no pictures of them in the article about them. Sincerely, Noson Yanofsky


סליפקין פירט אויס ווי פאלגענד: אין א קולטור ווי עס איז אסור צו לייגן בילדער פון פרויען, איז עס בכלל נישט קיין חידוש אז פרויען טוען זיך אן בורקעס. און אויב קען מען שוין נישט לייגן אפילו בילדער פון פרויען מיט בורקעס, דאן די נאטירליכע רעזולטאט איז אז די פרויען וועלן זיך אונטער נעמען (און באצווינגען אנדערע) נישט ארויס צו גיין אין גאס!

וואס איך האב ארויס גענומען פון דער ארטיקל איז אזוי. די זעלבע מענטשן וואס לאכן אויס און קריטיקירן די שאלים פרויען, ווערן אליינס אויסגעלאכט פארן טראגן שפיצלעך און bullet proof שטרימפ מיט סיעמס, פארן הענגן מאדנע פראוואקיטיווע פלאקאטן אויף זייערע געשעפטן איבער ווי אזוי מען מעג גיין געקליידעט, איבער די אומפארשטענדליכע איסור פון פרויען דרייווען, און איבער פרויען וואס ווערן פארוואנדלט אין מענער. און בעצם די אלע וואס לאכן פון דער סארט פרומענישן ווערן אויסגעלאכט פון די נעקסטע דרגא אידן איבער זייערע משוגעת'ן.

די נקודה איז, ווייל עס זעהט אויס מאדנע, עקזאטיש, און צודרייט אין דיינע אויגן מיינט נאך נישט אז דו דארפסט עס אפשפעטן, ווייל דיין התנהגות זעהט אויס פונקט אזוי מאדנע, עקזאטיש און צודרייט אין די אויגן פון אנדערע. (פארשטייט זיך אז ווען מען צווינגט ארויף די אייגענע משוגעת'ן אויף אנדערע איז א צווייטע מעשה.)

דאס האט מיר דערמאנט פון אן אנדערע ארטיקל וואס סליפקין האט געשריבן אפאר וואכן צוריק.

ער איז געווען אין די אפריקאנער דזשאנגעל, און ער פארציילט ווי אזוי ער איז אויפגעשטאנען גאר פרי פארטאגס און ער איז ארויס פון די האטעל און ער האט געזעהן עטליכע גאר אינטערעסאנטע עקזאטישע בעלי חיים זיך דרייען פארנט פון די האטעל. די עקזאטישע בע"ח האבן אים אזוי איבערגענומען און באוואונדערט, און ער האט געכאפט בילדער.

שפעטער אביסל האבן זיי זיך געשטעלט דאווענען אין די לאבי פון די האטעל מיט טלית ותפילין. פלוצלינג באמערקט ווי עטליכע אפריקאנער ארבייטער אינעם האטעל שטייען און קוקן זיי אן מיט גרויסע אויגן, כאילו זיי וואלטן געווען aliens. איינער איז אפילו געלאפן ברענגן א קעמערא צו כאפן בילדער פון זיי. פאר די אפריקאנער האט די פשוט'ע מאדערנע איד מיט פשוט'ע טלית ותפילין אויסגעזעהן מער עקזאטיש ווי די זעברא און די ווייסע מאנקיס וועלכער האבן ארום שפאצירט פארנט פון די האטעל.

איך וועל צו ענדיגן מיט א מעשה. ר' אברהם גאלדשטיין האט פארציילט אז איינער פון זיינע גרים וואס ער האט אריינגעשטעלט אין א היימישע קהלה איז געגאנגן אנגעטון מיט מאדנע קליידער. די מנהלי הקהלה האבן אנגערופן אברהם אז ס'שטערט זיי. האט ר' אברהם אנגערופן זיין חבר און ער פרעגט אים וואס גייט פאר מיט זיינע קליידער. פרעגט די חבר צוריק "איז עס נישט אויסגעהאלטן ע"פ הלכה"? זאגט אברהם אז ס'איז אקעי אבער די חסידישע אידן קוקן עס אן פאני. זאגט די חבר צוריק, "זיי קוקן מיר אן פאני? זיי גייען מיט גראסערי זעקלעך אויפ'ן קאפ ווען עס רעגנט!"

היוצא לנו מכל זה, אויב האלטן מיר זיך אויפגעקלערט און מיר טאלערירן אלעס מוזן מיר טאלערירן די אכשר דרא'ניקעס אויך. אז ס'פאני לאכט מען אבער מען דארף זיי קענען טאלערירן.

נ. ב. כ'רעד צו מיר אליינס.






.[/justify]
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל

דער אשכול פארמאגט 42 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר