דער שרייבער ברענגט ארויס גוטע נקודות, אבער איך מיין אז אויב קוקט מען אן די אסיפה מיט א ברייטערן בליק, איז עס נישט אינגאנצן ווי ער זאגט. ווי ער אליין פירט אויס האט די אסיפה אים געברענגט צו דער איבערצייגונג אז מען מוז אליין זיך נעמען אין די הענט. וואס איז דער חילוק וויאזוי, אויף וואספארא אופן די אסיפה האט אויפגעטאן? אויב די אנטוישונג האט געברענגט מענטשן צו טאן עפעס קאנסטרוקטיוו, איז דאך ווייטער גוט.
איך גלייב אז די ארגאניזירערס האבן די אסיפה אונטערגענומען מיט גוטע כוונות. עס קען זיין אז עס וואלט געקענט זיין בעסער. אבער א סך מאל גייט עס אזוי -- מען פרובירט און מען טוט, און די ישועה פאלגט נאך פון אן אנדערער ריכטונג ווי דער טוער האט געפלאנט.
די אסיפה האט זיכער נישט געשאדט. א סך האבן זיך אונטערגענומען קבלות און גדרים. די פראגראם וואלט אפשר געמעגט זיין מער צו דער זאך; איז עס אבער נישט געווען. למעשה איז דער פועל יוצא זיכער מער פאזיטיוו ווי נעגאטיוו. בכלל, דאס אפווישן די מחיצות צווישן סעקטארן פון ארטאדאקסישן לאגער איז א גוטע זאך פאר זיך -- אפילו קיינער פון די מארגנים האט דאס מסתמא נישט אינזין געהאט, פונקט ווי דעם בעל הבלאג'ס מסקנא, אז מען דארף אליין טאן, איז אויך א פאזיטיווע פועל יוצא פון וואס די מארגנים האבן מסתמא נישט געטראכט אבער איז פאקטיש זייער קרעדיט.