"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
סיריעסלי??? נאר אפאר תגובה'לעך אויף יוצא צו זיין?? פאר הוגה'ן??
הוגה איז ווערד א גאנצער אשכול בפני עצמן!!
זיינע ידיעות און ליטעראטישער ווערק/ ביכער/פילעזאפיע קריעיוועטי/(ווער געדעקנט נאך דער שיחות חיות ועופות אשכול) שכל הישר .
ועל כולם! איינע פון דער גרעסטער הארציגער לייקער אין שטיבל, קארגט נישט פאר קיינעם אפילו זיינע גרעסטע אפאנענטן. הוגה! איך האב דיר שוין לאנג געזאגט אין אישי ואס איך האלט פון דיר.
איך וויל דיר יעצט באדאנקן אין פובליק פאר דיינע רייכע ווערק, איך בין אסאך קלוגער געווארן פון דיינע ידיעות. יישר כח הוגה!.
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
און אז מען רעדט שוין פונעם טרויעריג באקאנטע סארקאזם דיטעקטאר:
געפילטע פיש האט געשריבן:
הוגה האט געשריבן:די סעקאנד מאוסט לייקד ק"ש מעמבער
וואס דארף דאס צו מיינען? שמעקעדיג איז דאך חתן דנן, מיט די מערסטע, און ערליך פארדינטע לייקס.
כ׳בין געווען זיכער אז די עולם וועט באמערקן די סמייליס מיט די פינטעלעך... (דא האב איך גערעדט פון לייקס = ליבע. און איר פארשטייט אליין ווער איז לענ״ד ברוב ענוותנתי די מערסט געליבטע ק״ש מעמבער.)
[tag]moti107[/tag], די פילינג איז מיוטשועל. I appreciate it.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
באלד (אין עלעוו יאר ארום) וועט [tag]יאנקל[/tag] קומען און שרייבען אן אנאליז איבער די צוגלייך פון די שפראך און שריפט. אזוי וועט מען קענען פעסט שטעלן די אמת.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
מזל טוב ברסלבער, א זעלטענע זכי' דיר צו האבן דא אין שטיבל, דו באגיסט אונז מיט שיינע מאמרים א מחי' צו ליינען, אדורכגעווייקט מיט אמונה בה' ואמונת חכמים, און צומאל אדורכגעפלאכטן מיט זיסע הומאר. די ברכה 'יהא בואך לברכה' איז מקויים געווארן מיט א שמוץ אריבער. ובדין שהוא שתטול שכרך, לייקס אלף פעמים ככה.
ברוכים תהיו. יישר כח פאר די וואונטשן. עס דערמאנט זיך מיר ווען איך האב דא אריינגעבלאנזשעט צוליב עפעס א ביכל וואס איינער האט ארויס געגעבן קעגן ברסלב, און איך האב זיך געמוזט איינשרייבן עס צו קענען אפענטפערן, און איך האב נישט גע'חלום'ט אז איך וועל דא בלייבן פארברענגן, אבער מיטן עסן קומט די אפעטיט, פון א גר בין איך געווארן א תושב, איך בין שוין דא געבליבן זיצן און געוואויר געווארן אזויפיל אינטערעסאנטע ידיעות אין אלע תחומים, און אזויפיל הנאה געהאט און פארברענגט מיט די טייערע חבירים דא. האב איך הנאה אז איך האב נישט נאר גענומען, נאר אויך צוגעגעבן לתפארת שטיבלנו, כאשר יעידו האלף לייקים. זאל דער אייבערשטער אונז געבן געזונט און לעבן און מיר זאלן ווייטער קענען פארברענגען אינאיינעם עביגו"צ. אמן.
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)