מיר זענען אלע מאדנע

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
באניצער אוואטאר
הוגה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3112
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 6841 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל

מיר זענען אלע מאדנע

שליחה דורך הוגה »

[justify]אסאך מאל מאכט זיך אז מען האט קריטיק אויף איינעם און מען שרייט יענעם אן ברבים אדער מען מאכט חוזק, אבער פאר די צושויער קומט עס פאר גאר קאמיש היות די שרייער פארמאגט די זעלבע פעלער. א שטייגער ווי ווען א חסיד וועט אויסלאכן די אמיש געמיינדע ווייל זיי זעהן אויס מאדנע און זיי טוען מאדנע מנהגים.

ווען מען האלט מיט אזא סארט פאסירונג גיבט עס אונז א wake up call אז מיר דארפן זיך אליינס בודק זיין. וויפיל מאל שפעטן מיר פון אנדערע בשעת ווען אין די אויגן פון פרעמדע זענען מיר אליין גאר נישט אנדערש. דער התעוררות האב איך באקומען ווען איך האב געליינט די פאלגענדע.

נתן סליפקין האט היינט געשריבן א קורצע אבער געוואלדיגע בלאג ענטרי. די ארטיקל האט זיך באצויגן צו אן ארטיקל אין די משפחה מאגאזין פון דעם פארגאנגענע וואך, איבער די פרויען פון די כת השאלים וואס לויט זייערע נומערן ציילן זיך צו 400 פרויען אין ארץ ישראל אליין.

סליפקין שרייבט אז די משפחה האט - אנדערש ווי געווענטליך - פרובירט זיך צו האלטן אביעקטיוו, און האבן געשריבן אז די פרויען האלטן אז ע"פ גדרי והלכות צניעות דארף מען טראגן קליידער וואס באהאלטן די גאנצע פארם פון די גוף (ולמקצת מהם אפילו די פארם פון די קאפ און פנים). ביים סוף פון די ארטיקל האבן זיי גע'טענה'ט אז די פרויען טוען דאך דאס מחמת צניעות, טראץ דעם וואס ס'נישט פארלאנגט על פי הלכה, און דערווייל טוט דאך זייער מאדנע קליידונג ציען מער אויפמערקזאמקייט פון מענטשן אין די גאס ווי א פרוי מיט געהעריגע קליידער.

סליפקין מערקט אן אז אין די גאנצע ארטיקל ברענגט די משפחה נישט אראפ קיין איין בילד פון די פרויען, נאר אנשטאט דעם האבן זיי געלייגט בילדער פון א דאלי מיט א בורקע. דערנאך ברענגט ער אראפ א שיינע בריוו וואס א באקאנטע זיינע האט די וואך געשריבן צום משפחה:

Dear Editor, Thank you for reporting about women who misguidedly wear burka-type garments to cover over their form. They mistakenly believe that they can only be seen by others if they are totally covered. However it is interesting that Mishpocha Magazine goes further and feels that even fully covered they cannot be seen and hence no pictures of them in the article about them. Sincerely, Noson Yanofsky


סליפקין פירט אויס ווי פאלגענד: אין א קולטור ווי עס איז אסור צו לייגן בילדער פון פרויען, איז עס בכלל נישט קיין חידוש אז פרויען טוען זיך אן בורקעס. און אויב קען מען שוין נישט לייגן אפילו בילדער פון פרויען מיט בורקעס, דאן די נאטירליכע רעזולטאט איז אז די פרויען וועלן זיך אונטער נעמען (און באצווינגען אנדערע) נישט ארויס צו גיין אין גאס!

וואס איך האב ארויס גענומען פון דער ארטיקל איז אזוי. די זעלבע מענטשן וואס לאכן אויס און קריטיקירן די שאלים פרויען, ווערן אליינס אויסגעלאכט פארן טראגן שפיצלעך און bullet proof שטרימפ מיט סיעמס, פארן הענגן מאדנע פראוואקיטיווע פלאקאטן אויף זייערע געשעפטן איבער ווי אזוי מען מעג גיין געקליידעט, איבער די אומפארשטענדליכע איסור פון פרויען דרייווען, און איבער פרויען וואס ווערן פארוואנדלט אין מענער. און בעצם די אלע וואס לאכן פון דער סארט פרומענישן ווערן אויסגעלאכט פון די נעקסטע דרגא אידן איבער זייערע משוגעת'ן.

די נקודה איז, ווייל עס זעהט אויס מאדנע, עקזאטיש, און צודרייט אין דיינע אויגן מיינט נאך נישט אז דו דארפסט עס אפשפעטן, ווייל דיין התנהגות זעהט אויס פונקט אזוי מאדנע, עקזאטיש און צודרייט אין די אויגן פון אנדערע. (פארשטייט זיך אז ווען מען צווינגט ארויף די אייגענע משוגעת'ן אויף אנדערע איז א צווייטע מעשה.)

דאס האט מיר דערמאנט פון אן אנדערע ארטיקל וואס סליפקין האט געשריבן אפאר וואכן צוריק.

ער איז געווען אין די אפריקאנער דזשאנגעל, און ער פארציילט ווי אזוי ער איז אויפגעשטאנען גאר פרי פארטאגס און ער איז ארויס פון די האטעל און ער האט געזעהן עטליכע גאר אינטערעסאנטע עקזאטישע בעלי חיים זיך דרייען פארנט פון די האטעל. די עקזאטישע בע"ח האבן אים אזוי איבערגענומען און באוואונדערט, און ער האט געכאפט בילדער.

שפעטער אביסל האבן זיי זיך געשטעלט דאווענען אין די לאבי פון די האטעל מיט טלית ותפילין. פלוצלינג באמערקט ווי עטליכע אפריקאנער ארבייטער אינעם האטעל שטייען און קוקן זיי אן מיט גרויסע אויגן, כאילו זיי וואלטן געווען aliens. איינער איז אפילו געלאפן ברענגן א קעמערא צו כאפן בילדער פון זיי. פאר די אפריקאנער האט די פשוט'ע מאדערנע איד מיט פשוט'ע טלית ותפילין אויסגעזעהן מער עקזאטיש ווי די זעברא און די ווייסע מאנקיס וועלכער האבן ארום שפאצירט פארנט פון די האטעל.

איך וועל צו ענדיגן מיט א מעשה. ר' אברהם גאלדשטיין האט פארציילט אז איינער פון זיינע גרים וואס ער האט אריינגעשטעלט אין א היימישע קהלה איז געגאנגן אנגעטון מיט מאדנע קליידער. די מנהלי הקהלה האבן אנגערופן אברהם אז ס'שטערט זיי. האט ר' אברהם אנגערופן זיין חבר און ער פרעגט אים וואס גייט פאר מיט זיינע קליידער. פרעגט די חבר צוריק "איז עס נישט אויסגעהאלטן ע"פ הלכה"? זאגט אברהם אז ס'איז אקעי אבער די חסידישע אידן קוקן עס אן פאני. זאגט די חבר צוריק, "זיי קוקן מיר אן פאני? זיי גייען מיט גראסערי זעקלעך אויפ'ן קאפ ווען עס רעגנט!"

היוצא לנו מכל זה, אויב האלטן מיר זיך אויפגעקלערט און מיר טאלערירן אלעס מוזן מיר טאלערירן די אכשר דרא'ניקעס אויך. אז ס'פאני לאכט מען אבער מען דארף זיי קענען טאלערירן.

נ. ב. כ'רעד צו מיר אליינס.






.[/justify]
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
באניצער אוואטאר
ידען
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3158
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 28, 2012 9:27 pm
האט שוין געלייקט: 2648 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 893 מאל

שליחה דורך ידען »

רעטסט נישט צו דיר אליינס.

עט ליעסט צוויי מענטשען האבען נישט נאר געלייענט נאר אויך הנאה געהאט און געלייקט דיך.
פאר גוגל טאק און פאר לייגען אשכולות ענאנימעסלי
yedios1 @ gmail.com
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

זייער שיין...
איך פיל מיך אביסל אנגעפראסקעט מיט מיין מאדנע אויסזעהן.. כדי צו קאלט מאכן די היץ, מ'דארף מחלק זיין צווישען מאדנע מצד החידוש שבו, פון א מאדנע זאך מצד הזאך גופא. און דאס וואס מ'לאכט נישט איז פשוט מחמת הרגל, אבער מאדנע בלייבט עס.
Under influence
נהורא נפישא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 1778 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2305 מאל

שליחה דורך נהורא נפישא »

ווען מיר זענען געגאנגען אין א חול המועד צו די אמיש האט זיך געטאן מ'האט נישט געוויסט ווער ס'געקומען קוקן וועם
למה נקרא שמו רבי נהוראי, שמנהיר עיני חכמים (עירובין:)
באניצער אוואטאר
outspoken
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1227
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 21, 2012 10:43 am
האט שוין געלייקט: 269 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 802 מאל

שליחה דורך outspoken »

דערמאנט מיר ווען מיר זענען געגאנגען צו א גרויסע ביזנעס מיטינג, פארשטייט זיך אז מיר האבן זיך אנגעטון שיינע COVA היטן, איין קאלעגע מיינער איז געגאנגען מיט א אלטע ...(כ'וועל נישט זאגען די נאמען) היט, מיר האבן זיך גערעגט, למעשה ווען מ'איז אנגעקומען צום מיטינג איז די גוי'אישער ביזנעס מאן צוגעגאנגען צו יענער אינגערמאן און געקאמפלימענט יענעמס היט, און זאגט אז ער א FAN פון איינער אין די 60'גער יארן וואס האט געטראגען אן ענדליכע היט. דערנאך זאגט ער אונז YOUR HAT IS HARD LIKE A ROCK , HOW DO YOU WEAR IT.
זייט דעמאלטס טו איך מיר נישט אן מיין 'שמחה' הוט ביי גוי'אישע מיטינגס, מ'פיצט אויס די אלטע, און מ'בעט די באשעפער 'הצלחה'.
פאקט, אז מ'זאל נעמען אלע נסיונות פונם דור אריינגערעכענט אינטערנעט און ארונים אויף איין זייט און ציונות אויף די אנדערע וועט דאס לעצטע איבערוועגן SO LETS BE FOCUSED NOT STUPID
דעת תורה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2147
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
האט שוין געלייקט: 5895 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1719 מאל

שליחה דורך דעת תורה »

קאווע טרינקער האט געשריבן:זייער שיין...
איך פיל מיך אביסל אנגעפראסקעט מיט מיין מאדנע אויסזעהן.. כדי צו קאלט מאכן די היץ, מ'דארף מחלק זיין צווישען מאדנע מצד החידוש שבו, פון א מאדנע זאך מצד הזאך גופא. און דאס וואס מ'לאכט נישט איז פשוט מחמת הרגל, אבער מאדנע בלייבט עס.


עס איז אוודאי לכאורה נישט אמת, יעדע זאך איז מאדנע, ווייל עס איז נישט די נארמע - נארמאל. מאדנע איז נישט קיין זאך בפני עצמו, מאדנע איז רעלאטיוו.
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

שליחה דורך יידל »

outspoken האט געשריבן:דערמאנט מיר ווען מיר זענען געגאנגען צו א גרויסע ביזנעס מיטינג, פארשטייט זיך אז מיר האבן זיך אנגעטון שיינע COVA היטן, איין קאלעגע מיינער איז געגאנגען מיט א אלטע ...(כ'וועל נישט זאגען די נאמען) היט, מיר האבן זיך גערעגט, למעשה ווען מ'איז אנגעקומען צום מיטינג איז די גוי'אישער ביזנעס מאן צוגעגאנגען צו יענער אינגערמאן און געקאמפלימענט יענעמס היט, און זאגט אז ער א FAN פון איינער אין די 60'גער יארן וואס האט געטראגען אן ענדליכע היט. דערנאך זאגט ער אונז YOUR HAT IS HARD LIKE A ROCK , HOW DO YOU WEAR IT.
זייט דעמאלטס טו איך מיר נישט אן מיין 'שמחה' הוט ביי גוי'אישע מיטינגס, מ'פיצט אויס די אלטע, און מ'בעט די באשעפער 'הצלחה'.

דערמאנסט מיר ווען מיר זענען געגאנגען צו א גרויסע ביזנעס מיטינג, פארשטייט זיך אז מיר האבן זיך אלע געפיצט די ציין, איין קאלעגע מיינער איז געגאנגען אן פוצן די ציין און פון זיין מויל איז געגאנגען א געפערליכן קנאבל גערוך, מיר האבן זיך גערעגט, למעשה ווען מ'איז אנגעקומען צום מיטינג איז די גוי'אישער ביזנעס מאן צוגעגאנגען צו יענער אינגערמאן און געקאמפלימענט זיין גוטן טעיסט אין עסן, און זאגט אז ער איז א FAN פון קנאבלדיגע עסן און ער גלייכט עס זייער. דערנאך זאגט ער אונז HOW COME YOU ALL DON'T SHARE HIS AFFINITY FOR GARLIC?
זייט דעמאלטס פוץ איך נישט מיין ציין בעפאר גוי'אישע מיטינג, מ'שווענקט זיך אויס די מויל, און מ'בעט די באשעפער 'הצלחה'.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

וגעפילטע עומד ומשתאה, וואס זוכט א הוט ביי א מיטינג?
גאנצל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3150
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:18 pm
האט שוין געלייקט: 414 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1056 מאל

שליחה דורך גאנצל »

ס'דערמאנט מיך ווען איך בין געווען אמאל אין א גרויסע פארק און געזען אין א זייט אפאר גוים כ'ווייס נישט וועלכע רעליגיע שטייען אין די זייט שפרייטן אויס האנטוכער צו וואס און זיי בוקען זיך דארט און פלאפלען עפעס דארט

זאג איך פאר מיין ווייב "קוק אן ווי אינטערסאנט ווען ער טוט עס קוק איך אים אן פאני און ווען איך דאוון אין די זייט מנחה להבדיל קוקט ער מיר אן פאני"
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

דא האט איינער געהאט א חתימה, קורץ און שארף, וואס טוט סאמערייזן הוגה'ס לאנגע ארטיקל:
"בעסער פון מיר איז א פרומאק, ווייניגער פון מיר איז א שגץ". ודפח"ח.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
outspoken
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1227
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 21, 2012 10:43 am
האט שוין געלייקט: 269 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 802 מאל

שליחה דורך outspoken »

יידל האט געשריבן:
outspoken האט געשריבן:דערמאנט מיר ווען מיר זענען געגאנגען צו א גרויסע ביזנעס מיטינג, פארשטייט זיך אז מיר האבן זיך אנגעטון שיינע COVA היטן, איין קאלעגע מיינער איז געגאנגען מיט א אלטע ...(כ'וועל נישט זאגען די נאמען) היט, מיר האבן זיך גערעגט, למעשה ווען מ'איז אנגעקומען צום מיטינג איז די גוי'אישער ביזנעס מאן צוגעגאנגען צו יענער אינגערמאן און געקאמפלימענט יענעמס היט, און זאגט אז ער א FAN פון איינער אין די 60'גער יארן וואס האט געטראגען אן ענדליכע היט. דערנאך זאגט ער אונז YOUR HAT IS HARD LIKE A ROCK , HOW DO YOU WEAR IT.
זייט דעמאלטס טו איך מיר נישט אן מיין 'שמחה' הוט ביי גוי'אישע מיטינגס, מ'פיצט אויס די אלטע, און מ'בעט די באשעפער 'הצלחה'.

דערמאנסט מיר ווען מיר זענען געגאנגען צו א גרויסע ביזנעס מיטינג, פארשטייט זיך אז מיר האבן זיך אלע געפיצט די ציין, איין קאלעגע מיינער איז געגאנגען אן פוצן די ציין און פון זיין מויל איז געגאנגען א געפערליכן קנאבל גערוך, מיר האבן זיך גערעגט, למעשה ווען מ'איז אנגעקומען צום מיטינג איז די גוי'אישער ביזנעס מאן צוגעגאנגען צו יענער אינגערמאן און געקאמפלימענט זיין גוטן טעיסט אין עסן, און זאגט אז ער איז א FAN פון קנאבלדיגע עסן און ער גלייכט עס זייער. דערנאך זאגט ער אונז HOW COME YOU ALL DON'T SHARE HIS AFFINITY FOR GARLIC?
זייט דעמאלטס פוץ איך נישט מיין ציין בעפאר גוי'אישע מיטינג, מ'שווענקט זיך אויס די מויל, און מ'בעט די באשעפער 'הצלחה'.


יידל, אוי מאכסטו מיר לאכען...

ס'דאך א נפק''מ צו מ'שטינקט אדער מ'גייט נישט מיט די היט ארויפגעבויגען ווי אינזער בעסערע ... גייען.
בייגעלייגטע פיילס
Jean Paul Gaultier’s Hasidic_www.lylylbye.blogspot.com.jpg
Jean Paul Gaultier’s Hasidic_www.lylylbye.blogspot.com.jpg (28.67 KiB) געזען געווארן 2303 מאל
Hasidic Men In Crown Heights_Fred W. McDarrah_www.lylybye.blogspot.com.jpg
Hasidic Men In Crown Heights_Fred W. McDarrah_www.lylybye.blogspot.com.jpg (39.83 KiB) געזען געווארן 2305 מאל
-Dsquared²-Fall-2011-www.lylylbye.blogspot.com.jpeg
-Dsquared²-Fall-2011-www.lylylbye.blogspot.com.jpeg (19.55 KiB) געזען געווארן 2305 מאל
Lanvin-Fall-2011-www.lylylbye.blogspot.com.jpeg
Lanvin-Fall-2011-www.lylylbye.blogspot.com.jpeg (17.67 KiB) געזען געווארן 2305 מאל
פאקט, אז מ'זאל נעמען אלע נסיונות פונם דור אריינגערעכענט אינטערנעט און ארונים אויף איין זייט און ציונות אויף די אנדערע וועט דאס לעצטע איבערוועגן SO LETS BE FOCUSED NOT STUPID
באניצער אוואטאר
גיבור
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 298
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 14, 2013 4:07 pm
האט שוין געלייקט: 206 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 231 מאל

שליחה דורך גיבור »

עס דערמאנט מיר איינער האט אמאל געזאגט אז ווען ער גייט אין מאנהעטן און זעט שיינע באפוצטע יונגעלייט מיט אפענע רעקלעך וכו' וכו'
און מיינען אז די גוי קוקט ארויף אויף עם ס'הייסט ער איז נישט סתם ער גייט מיט א אפענע רעקל
וויל ער צוגיין עם פרעגן : אז די זעסט א גאנצע גרופע פון אראבער גייען מיט די נייט גאונ'ס און שלאף קאפלעך און די זעסט איינעם גיין מיט א אפענע נאכט העמד
וועסטו ארויפקוקען אויף עם ?
פסססי א פעסטער אראבער !
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום גיבור, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
איזהו גיבור ?
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

שליחה דורך זר זהב »

עקזעקטלי. אבער יענער באקאנטער עסקן הערט נישט אויף צו לייגן דיפעראידו אויף זיינע פיאות
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
סאשי פיש
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2776
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 30, 2013 8:24 pm
געפינט זיך: אינמיטען עסן
האט שוין געלייקט: 3022 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2287 מאל

שליחה דורך סאשי פיש »

[tag]זר זהב[/tag] דו זוכסט דיך?!!
פאריגע מאל האט מען געמעקט ווען דו האסט חוזק געמאכט פון די עסקן..... :lol: :lol: :lol: :lol:
viewtopic.php?f=3&t=4168&p=131685#p131685
viewtopic.php?f=3&t=4168&p=131703#p131703
ממרום שלח אש
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 545
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 26, 2013 2:56 pm
האט שוין געלייקט: 447 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 521 מאל

שליחה דורך ממרום שלח אש »

[tag]הוגה[/tag]

גוט ארויסגעברענגט, (אייגענטליך סליפקין).

דערמאנט מיר מיין טענה אויף די וויי יו חברה, וואס זענען פערפעקטלי באקוועם אפצושניידן א שטיקל פון א לעבעדיגען ניי געבוירן קינד, אבער ווערן היסטעריש אז די חסידים ווילן ארויסזויגן אביסל בלוט מיטן מויל. זיי פארשטייען נישט די בארבאריזם...
"ווי דער גוטער בוך זאגט, אז מען שפייט אין די לופט, לאנדעט עס אין פנים"
באניצער אוואטאר
בענדזשאמין פרענקלין
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 766
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 10:53 pm
האט שוין געלייקט: 2326 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3285 מאל

שליחה דורך בענדזשאמין פרענקלין »

ס'איז דאך ממש גענוי די זעלבע זאך, ווייל כידוע שניידט מען אראפ דעם שטיקל ווייל צוויי טויזענט יאר צוריק האט מען געהאלטען אז עס איז געזונט פאר די צירקאלאציע פונעם בלוט.
קאם אן ממרום
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4290
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 6640 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

שליחה דורך טאמבל סאס »

דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
באניצער אוואטאר
outspoken
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1227
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 21, 2012 10:43 am
האט שוין געלייקט: 269 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 802 מאל

שליחה דורך outspoken »

די רמב''ם זאגט א טעם פאר מילה ''להחליש את כח התאווה''.
פאקט, אז מ'זאל נעמען אלע נסיונות פונם דור אריינגערעכענט אינטערנעט און ארונים אויף איין זייט און ציונות אויף די אנדערע וועט דאס לעצטע איבערוועגן SO LETS BE FOCUSED NOT STUPID
באניצער אוואטאר
הוגה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3112
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 6841 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל

שליחה דורך הוגה »

ממרום שלח אש האט געשריבן:דערמאנט מיר מיין טענה אויף די וויי יו חברה, וואס זענען פערפעקטלי באקוועם אפצושניידן א שטיקל פון א לעבעדיגען ניי געבוירן קינד, אבער ווערן היסטעריש אז די חסידים ווילן ארויסזויגן אביסל בלוט מיטן מויל. זיי פארשטייען נישט די בארבאריזם...


כ׳זעה אז די עולם האט גוט פארשטאנען די נושא, אבער די קונץ איז צו נוצן דער איידיע זיך צו דזשאדזשען און נישט אנדערע.

בנוגע דיין צושטעל, דו מיזט מודה זיין אז ס׳נישט קיין דמיון פון מילה וואס איז בכלל נישט קיין סכנה פארן קינד און מב״פ וואס איז לשיטתם א גרויסע סכנה און איז אויך נישט מחויב ע״פ תורה. אויב איז עפעס א צושטעל איז עס מצד אז מען נעמט אוועק די בחירה פונעם קינד, אבער דאס האט שוין די באשעפער געטון, משא״כ מב״פ וואס איז מען מעיד לויט אסאך שיטות. איך האב שוין געשריבן אויבן אז ווען איינער איז מזיק א צווייטע איז די גאנצע ענין זיכער נישט שייך.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

געפילטע פיש האט געשריבן:וגעפילטע עומד ומשתאה, וואס זוכט א הוט ביי א מיטינג?

גערעכט. אפילו אין בית המדרש גייט מען נישט מיט קיין היט. (מקינות הרב ישראל מ. סופר שליט"א?( :lol:
איינער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 442
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש מערץ 10, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 493 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 176 מאל

שליחה דורך איינער »

יידל האט געשריבן:
outspoken האט געשריבן:דערמאנט מיר ווען מיר זענען געגאנגען צו א גרויסע ביזנעס מיטינג, פארשטייט זיך אז מיר האבן זיך אנגעטון שיינע COVA היטן, איין קאלעגע מיינער איז געגאנגען מיט א אלטע ...(כ'וועל נישט זאגען די נאמען) היט, מיר האבן זיך גערעגט, למעשה ווען מ'איז אנגעקומען צום מיטינג איז די גוי'אישער ביזנעס מאן צוגעגאנגען צו יענער אינגערמאן און געקאמפלימענט יענעמס היט, און זאגט אז ער א FAN פון איינער אין די 60'גער יארן וואס האט געטראגען אן ענדליכע היט. דערנאך זאגט ער אונז YOUR HAT IS HARD LIKE A ROCK , HOW DO YOU WEAR IT.
זייט דעמאלטס טו איך מיר נישט אן מיין 'שמחה' הוט ביי גוי'אישע מיטינגס, מ'פיצט אויס די אלטע, און מ'בעט די באשעפער 'הצלחה'.

דערמאנסט מיר ווען מיר זענען געגאנגען צו א גרויסע ביזנעס מיטינג, פארשטייט זיך אז מיר האבן זיך אלע געפיצט די ציין, איין קאלעגע מיינער איז געגאנגען אן פוצן די ציין און פון זיין מויל איז געגאנגען א געפערליכן קנאבל גערוך, מיר האבן זיך גערעגט, למעשה ווען מ'איז אנגעקומען צום מיטינג איז די גוי'אישער ביזנעס מאן צוגעגאנגען צו יענער אינגערמאן און געקאמפלימענט זיין גוטן טעיסט אין עסן, און זאגט אז ער איז א FAN פון קנאבלדיגע עסן און ער גלייכט עס זייער. דערנאך זאגט ער אונז HOW COME YOU ALL DON'T SHARE HIS AFFINITY FOR GARLIC?
זייט דעמאלטס פוץ איך נישט מיין ציין בעפאר גוי'אישע מיטינג, מ'שווענקט זיך אויס די מויל, און מ'בעט די באשעפער 'הצלחה'.


אונזערע שיינע סטייל הוטן האט זיך דעוועלעפט ביי אונז, די אלטע ווייכע סטייל איז דער סטייל וואס די גוים זענען אמאל געגאנגען.
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

די פראבלעם מיט אונזער הוטען - און נאך אלע אנדערע משוגעת'ן - איז, אז קיינער קיינער, אפילו פון אונז, ווייסט נישט פארוואס מ'גייט אזוי.

פארוואס דארף מען גיין מיט א הוט אויף די גאס? ווייל די גוים זענען אמאל אזוי געגאנגען?
פארוואס דארף מען גיין מיט א וויידל הוט (שטריימל) שבת? ווייל ס'איז אמאל געווען א גזירה פון די גוים ?

מאדנע. ביג טיים.
Under influence
באניצער אוואטאר
שליח
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 11, 2013 11:43 am
געפינט זיך: th dimension'∞
האט שוין געלייקט: 459 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 767 מאל

שליחה דורך שליח »

סליפקין פארשטייט טאקע נישט דער חילוק צווישן אריינלייגן אין א מאגאזין (וואו ס'איז געמאכט מ'זאל קוקן) ביז גיין אויפן גאס (וואו קיין נארמאלער מענטש קוקט נישט אריין יענעם אין פנים)?

לעצם הענין, רואה אני את דברי [tag]קאווע טרינקער[/tag], מאדנע קען מיינען צוויי זאכן: אנדערש ווי 'נארמאל', וואס איז כמובן רעלאטיוו, און פרעגט יענעם בכלל נישט אפ, און ס'קען אויך מיינען לעכערליך און אפגעפרעגט. גיין אנגעטוהן מיט א זאק ווייל אזוי איז די מאמע געגאנגען (אדער סתם ווייל אזוי וויל זי) איז גארנישט ערגער ווי סיי וועלכע מאדע, גיין אנגעטוהן מיט א זאק ווייל מ'האלט אז נאר דאס הייסט צניעות'דיג איז לעכערליך אין די אויגן פון דער וואס האט גוטע טענות להיפך.
ראית איש חכם בעיניו תקוה לכסיל ממנו (משלי כו יב).
Skepticism is not necessarily a badge of tough-mindedness; it may equally be a sign of intellectual cowardice ~ John Beloff
פארשפארט