קעניגרייך האט געשריבן:נו איז נישט שליח הקן צער בעל החיים? איז נישט שחט'ן א כפרה אדער בהמה צו עסן צער בעל החיים? זיכער נישט! עס איז זייער מיאוס צו זאגן אז די באשעפער האט אונז געבן אזא שווערע פארשטונקענע (זייטס מיר מוחל) מנהג, עפ"ל. ווייל אויב גייסטו אריין אין געפילן, קענסטו פרעגן אויף טויזענטער מנהגים, מצות, און עשה'ס, אז זיי זעען אויס איראנישט צו אונז ח"ו.
ער זאגט דאך נישט געפילן, סך הכל פאראפראזירט די הייליגע ראשונים'ס ווערטער אשר מפיהם אנו חיים. אז זיי האבן געמעגט זאגן אז ס'איז א מנהג שטות מדרכי האמורי מעג ער דאך זאגן אז ס'איז שווער און פארשטינקן. עפרא לפומא'ן וועסטו דיין באבען, נישט די ראשונים.
קעניגרייך האט געשריבן:אייניקעל, אויב איינער קומט צו צו דיר און זאגט דיר, איך גארענטיר דיר אז אויב וועסטו מקיים זיין מנהג כפרות, וועסטו דורך לעבן די יאר, וואלסטו נאך געהאט א צווייפל?? מען קען קיינמאל נישט וויסן וויפיל לעבנס די מנהג כפרות האט געראטעוועט. אידן זוכן זכותים פארן יום הדין, און פארן נייעם יאר, כפרות, תשליך, הושענות, וכו׳ מאך נישט חוזק ווייל דו קענסט דאס ח״ו נאך פארשפילן. אידן זענען שוין מקיים מנהג כפרות נאך פאר קאווע שטיבל האט אויסגעלערנט אז מיט מילביגע וויצן און 2000 אויסדריקן קען מען חוזק מאכן פון כל הקודש לנו.
עס איז אינטערעסאנט, כ'האב פונקט געטראכט היינט אז ווער ווייסט אויב אלע שרעקליכע טראגעדיעס קומען נישט צוליב די געפערליכע אויפ-פיראכץ כלפי די הינדלעך? אפשר גאר איז די האלעקאוסט געקומען צוליב דעם.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
קדקוד אף זרוע האט געשריבן:איך האק דא אריין ווי א עם הארץ, אבער אפשר קען מיך איינער מסביר זיין פארוואס ביי אונז איז אלעס א "מערכה"? ווען איינער קלערט ביי זיך פון טוהן עפעס א הנהגה טובה, איז איהם נישט גענוג אליינס צו טוהן דערין, ער פילט אז ער מוז משתף זיין גאנץ כלל ישראל מיט איהם. לא ינוח ולא ישקוט ביז ווילאנג זיין ניי ערפינדענע פארשטאנדעניש ווערט דער דעה רווחת בישראל.
אויב פילט א איד אז כפרות איז נישט אויסגעהאלטן, צו מחמת דער טרוקענע דין אין שלחן ערוך, צו מחמת צער בעלי חיים, זאל ער מוחל זיין און נישט מאכן כפרות מיט א טשיקען. אויב זיינע קינדער ווילן עס דווקא יא טוהן, זאל ער זיי אדער נאכגעבן אדער מסביר זיין פארוואס ער געבט זיי נישט נאך. אבער צו וואס דארף מען אז דער חרדי'שע וועלט זאל אויפגעבן דעם מנהג? וואס איז דער דראנג צו באצווינגן א מהלך המחשבה אויף כל העולם כולו?
און וואס איז די דראנג צו מאכן א מערכה וועגן דראנגן צו מאכן מערכות ? אלא מאי אזוי גייט עס מיט אונז בשר ודםניקעס ס'איז א חלק פון אונזער נאטור ווען מען זעט אן אומרעכט עס מיטיילן מיט חברים און ידידים און פרובירן מתקן זיין ביי וועם מען קען.