ער הייסט הרב יוסף ויזל ז״ל (45) ער איז געווען אויפן וועג צוריק פון די דזיקוב לעלוב חתונה מיט פיר קינדער אין די קאר. ער איז געפארן צום שדה תעופה אז זיין ווייב זאל גיין קיין שווייץ. דערנאך, האט ער געמאכט נאך א סטאפ אין אשדוד ווי איינע פון זיינע זין לערנען אין די ארטיגע ישיבה קטנה טשערנוביל. פון דארט איז ער אהיים געפארן קיין רחובות אין אויפ׳ן וועג האט ער ל"ע אריינגעהאקט אין א טרקטור-טרעילער ביי א רעד לייט ונסתלק לבית עולמו. אין זיינע קינדער וואס זענען געווען אין די קאר מיט אים האט מען אפגעפירט אין די שפיטעלער.
ברוך דיין האמת ר׳ יוסף וויזעל א טאטע פון 13 קינדער 45 יאר אלט איז נעכטען אויפען וועג אהיים פון א חתונה געווען פארמישט אין אן עקסדענט אין איז ליידער נפטר געווארען 4 קינדער וואס זענען געווען אין די קאר זענען אויך פארוואונדערט געווארען
בד"ה, פלוצלינגדיגע פטירה פון הרב החסיד ר' מענדל מארגענשטערן ז"ל, נפטר געווארען א' ד'ראש השנה, די לויה איז פארגעקומען ליל ב' דראש השנה פארענט פון באבוב (48) ביהמ"ד. דער אינטרעסאנטער זאך וואס האט געכאפט מיין אויג, היות איך באלאנג נישט אין באבוב ווייס איך נישט וועלעכע באבוב'ער געהערט צו וועלעכע פון די צוויי פראקציעס, אבער איין זאך ווייס איך יא אז הגה"צ רבי יהושע רובין געהערט צו צד 45, ואעפי"כ האב איך איהם געזעהן בין המלוים. ווען איך האב אנגעפרעגט איינעם, איז די אנטווארט געקומען אז דער מנוח ז"ל האט מוחל געוועהן זיין חלק חוב פאר כ"ק רבי נפתלי צבי מבאבוב, נאכדעם וואס ער איז נתמנה געווארען אלב רב במקום אביו כ"ק המהר"ש מבאבוב, ע"כ האט ער איינגענומען די בושות, אריין אין לייבענס גרוב, צו איך ווייס וואס, וכדומה, אין געקומען מלוה זיין. א שיינע שריט פון זיין זייט.