סקול וואטשערס

הילף, עצות און טיפס
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4863
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 8315 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל

סקול וואטשערס

שליחה דורך רויטע וואנצעס »

ס'הייבט זיך אהן די נייע שולע יאר, און ס'טוט זיך שוין מיט די איינשרייבעריי, און די נערווען דרייענדע וואטשערס. ס'הערשט לעצטענס א גרויס צומישעניש אין דעם פראגראם, וויל איך לטובת הרבים שרייבן בקיצור וואס דא טוט זיך.

די סארט וואטשערס וואס די עולם איז זייער ביזי מיט די לעצטע 4-5 יאר ארבייט ווי פאלגענד:

די HRA פון NYC אפירעיט א דיפארטמענט וואס רופט זיך temporary assistance. דאס הייסט אז מענטשען וואס זענען זייער לאו אינקאם (אינטער די פעדעראל לעוועל) קענען אפלייען פאר רענט הילף און אנדערע הילף אויב ביידע (אדער א סינגל) עלטערן טרעפן ארבייט.

היות רוב מענטשען האבן געווענדליך אינגע קינדער וואס גייען נאכנישט אין פאבליק סקול, און child care אין NYC איז די טייערסטע אין לאנד (איבער 14,000 טויזענט דאלער א יאר!!) און די לאו אינקאם עולם האט דאך אוודאי נישט קיין געלט צו דעם, האבן זיי באהאפטן א child care program צום temporary assistance בתנאי אז ביידע עלטערן ארבעטן ווי אויבן דערמאנט. (מיט די יארן האבן שוין פאטליקאנטן ערלעדיגט אז קינדער ביז די 12 יאר, אפילו וואס גייען אין פריוואטע סקולס זאלן נהנה זיין פון דעם.)

וואס איז וויכטיג צו וויסן איז אז א מענטש קען נאר זיין 60 חדשים טאטעל אין זיין לעבן אויף די פראגראם אין NYS , ממילא איז נישט קלוג אויסניצען די פינף יאר אויף איין מאל. א מענטש האט מצבים שפעטער אין לעבן וואס מ'קען זיך נישט אויסרעכענען.

יעצט לאמיר גיין אביסל ווייטער. איינמאל מ'מאכט די החלטה אז מ'וויל אראפגיין פון די temporary assistance, אדער ס'איז שוין דורך 5 יאר און מ'קען שוין נישט בלייבן אויפן פראגראם, ווערט די קעיס (נאר די וואטשער חלק) אריבערגעפירט צו מנהעטען אויף East 16th Street ווי transitional cases ווערן באהאנדלט. די קעיס בלייבט דארט פאר איין יאר, און די ציל איז אז א מענטש זאל זיך שטעלן אויף די פיס און אראפגיין פון דעם.

די מציאות איז אבער אז קיינעמ'ס אינקאם גייט נישט ארויף צו שנעל און איין יאר (וד"ל). ממילא רוקט מען זיך אריין נאכן יאר צו פולשטענדיגע וואטשערס. דאס ווערט שוין באהאנדלט ביי א דריטע אפיס אויף John Street, און די וואטשער מיטן אפלייען וכו' ארבייט אויף א גאנץ אנדערע מהלך.

די חרבן יעצט איז, אז פאר אפאר חדשים צוריק, האט מען אנשטאט גיין פון transitional צו געהעריגע אהן קיין פראבלעמען, גייט מען יעצט אויף א waiting list. ממילא איז כדי אז ווער ס'איז נאך אויפן ערשטן שטאפל מיט temporary assistance. זאל דארט ווייטער בלייבן ביז מ'האט א נייע מעיאר און האפנטליך ישתפר המצב.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום רויטע וואנצעס, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

שליחה דורך זר זהב »

רויטע וואנצעס האט געשריבן:
די מציאות איז אבער אז קיינעמ'ס אינקאם גייט נישט ארויף צו שנעל און איין יאר (וד"ל). ממילא רוקט מען זיך אריין נאכן יאר צו פולשטענדיגע וואטשערס.

דאס איז עפעס וואס מ'קען האבן מער ווי 60 חדשים? וואס איז די חילוק פון די 2 וואוטשער פראגראמס?
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4863
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 8315 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל

שליחה דורך רויטע וואנצעס »

די temporary assistance וואטשער איז מעקס 5 יאר.
די transitional וואטשער איז מעקס 1 יאר.
די געהעריגע וואטשער איז ביז די קינד ווערט 12 יאר. אפילו ער איז היינט 1 יאר.

נאך א חילוק איז אז ביי די ערשטע פראגראם, אז מ'האט א נייע קינד קען מען צולייגן, אבער נישט ביי די צווייטע.

נ.ב. כהיום קען מען נאר צוקומען צו געהעריגע וואטשערס מיט די דריידעל פון קודם זיין אויף temporary assistance.
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4863
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 8315 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל

שליחה דורך רויטע וואנצעס »

די מעיאר קאנדידאט ביל טאמפסאן צומישט מיך זייער שטארק. פון איין זייט האט ער די אינדארסמענט פון די טיטשערס יוניאין, וואס זענען בחרב ובחנית קעגן וואטשערס, און איך קען נישט גלייבן ער וועט גיין אקעגן זיי נאכדעם וואס זיי זענען די וויכטיגסטע אינדארסמינט אין די סיטי. פון די צווייטע זייט קומט ער האקן אין קאפ סיי אין בארא פארק און סיי אין ווילי, און שווערט אז אויב געווינט ער, וועט ער עפענען די voucher 7 פראגראם, וואס איז געהעריגע וואטשערס אהן די temporary assistant משוגת'ן.
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4863
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 8315 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל

שליחה דורך רויטע וואנצעס »

פאר די וואס האבן זייערע וואטשערס אין די 4 עוויניו אפיס אין ברוקלין. קאלט פאר איר גייט אראפ, די פרוי וואס מאכט טשיילד קעיר איז קראנק ווי א הונט, זעהט אויס אן אווערדאס אויף מארוכאנע. כמעט נישט דארט קיין איין טאג. מענטשען ווארטן שעות על לא דבר נאכדעם זאגט מען זיי אז די מכשפה איז נישט דארט.
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
דעת תורה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2147
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
האט שוין געלייקט: 5895 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1719 מאל

שליחה דורך דעת תורה »

רויטע וואנצעס האט געשריבן:די מעיאר קאנדידאט ביל טאמפסאן צומישט מיך זייער שטארק. פון איין זייט האט ער די אינדארסמענט פון די טיטשערס יוניאין, וואס זענען בחרב ובחנית קעגן וואטשערס, און איך קען נישט גלייבן ער וועט גיין אקעגן זיי נאכדעם וואס זיי זענען די וויכטיגסטע אינדארסמינט אין די סיטי. פון די צווייטע זייט קומט ער האקן אין קאפ סיי אין בארא פארק און סיי אין ווילי, און שווערט אז אויב געווינט ער, וועט ער עפענען די voucher 7 פראגראם, וואס איז געהעריגע וואטשערס אהן די temporary assistant משוגת'ן.


די ערשטע מאל דו טרעפסט א סתירה אין קאמפיין הבטחות?
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4863
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 8315 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל

שליחה דורך רויטע וואנצעס »

די HRA מאכט לעצטענס געפערליכע צרות ווען מ'דארף צולייגן א ניי געבוירן קינד צום קעיס. זיי זאגן זיי לייגן צו אבער עס גייט למעשה נישט אריין אין די נעטווארקס קאמפיוטערס, נאר לאקאל. אז איר האלט רעקארדס און רעסיטס פון יעדע ריר, וועט איר אלעמאל זיין ידו על העליונה ביי א פעיר הירינג. הצלחה!
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
פארשפארט