[justify]עס איז פינף אזייגער א' סליחות פארטאגס, הונדערטער חסידים שטייען אינעם גרויסע שול מיט די סליחות'לעך אין די הענט, וועלכע זענען אויסגעריבן און פארגעהלט פון די טרערן וואס ווערט פארגאסן דערין יאר נאך יאר. אן ערענסטע מינע איז אויסגעגאסן איבער יעדנ'ס געזיכט, ווי עס פאסט פאר אזא פארכטיגע צייט. שוין האלב נאך דריי איז די שמש ארום געגאנגן אין שטאט מיט זיין גלעקל וועקן דעם עולם צו סליחות. קינד און קייט שטייען יעצט אלע ציזאם געקוועטשט מיט די פאות נאס פון מקוה, די גארטל אויף די לענדן און א קנייטש אויף די שטערן.
די אויגן פון אלעמען איז געוואנדן ארויס פון די גרויסע פענסטער ווי איין פארקינג ספאט איז נאך ליידיג. די רבינ'ס הייליגע קאדילאק האט שוין געזאלט דא זיין פאר א האלבע שעה צוריק. מיט יעדע מינוט וואס גייט פארביי ווערט די מיסטעריע גרעסער און גרעסער.
נאך א שעה גייט פארביי און די וואונדער ווערט פארטוישט צו זארג. וואס האט שוין געקענט פאסירן וואס האלט אפ די הייליגע רבי פון קומען צו סליחות?
טעאריעס הייבן אן ארום צו פארן אין וואטסאפפ איבער שרעקליכע גזירות וואס שוועבט מעגליך איבער כלל ישראל און די הייליגע רבי פרובירט מעגליך מבטל צו זיין. אנדערע האבן געשריבן איבער א שמועה פון א מעגליכע אלמנה וואס די רבי איז געגאנגן העלפן זייגן איר פיצל קינד וואס האט געוויינט אן אויפהער.
האלב נאך זיבן איז ליידער געשעהן דאס אומדערהערטע, ווען אפאר חסידים פון די רבינ'ס יונגערע ברודער האבן געשריבן אין א געוויסע צימעס בלאג דברי חירוף וגידוף כאילו די הייליגע רבי איז פארשלאפן סליחות סתם אזוי. אוי לעיניים שכך רואות! ווער ווייסט וואס פארע צרות דער ביזיון פונעם צדיק הדור קען ח"ו ה"י ברענגן אויפן וועלט? זאל די באשעפער האלטן די רעכטע האנט.
פלוצלינג, דריי מינוט נאך אכט האט זיך געהערט א גערויש אינדערויסן. בליץ שנעל האט זיך פארשפרייט די ידיעה אז די קאדילאק איז דא. א מינוט שפעטער מאכט זיך אויף די טיר פון די רבינ'ס הייליגע שטוב און די רבי וואקט ארויס. א פחד האט אנגעכאפט דעם גאנצע עולם ווי נאר מען האט דערזעהן די רבי, מיט די פארקלעפטע אויגן און די ציפלאשעטע פאות. די רבי שפרייזט צו צום עמוד און הייבט אן אשרי מיט די באקאנטע תנועה פון די הייליגע זיידע די שרף. בשעת די גאנצע סליחות האט מען געקענט דערקענען פון די שוואכקייט אין די רבי'ס קול אז ער איז נישט געשלאפן א גאנצע נאכט. די הערצער פון די גאנצע ציבור האבן געקלאפט ווי איין הארץ, מיט זארג און מורא איבער די מעגליכע שוועבעדיגע גזירה.
ווי נאר מען האט געענדיגט קדיש שלם האט זיך די רבי אויסגעדרייט צום עולם און מיט א בלאסע געזיכט און א ציטערדיגע שטימע הייבט ער אן צו פארציילן:
דער עולם ווינדערט זיך אוודאי וואס דא האט פאסירט, וועל איך אייך פארציילן. נעכטן נאכט האב איך מיך פרי געלייגט כדי איך זאל קענען אויפשטיין פרי צו סליחות. איך האב אבער באלד געשפירט אז פון הימל לאזט מען מיך נישט איינשלאפן. איך האב געטראכט אז ס'מוז זיין עפעס א סיבה דערביי, עפעס א חוב וואס איך בין נאך שולדיג, און פון הימל וויל מען אז איך זאל עס אפצאלן נאך פאר די יאר ענדיגט זיך כדי איך זאל קענען מליץ יושר זיין פאר אידן ביים יום הדין. איך האב געמאכט א שטארקע חשבון הנפש אבער איך האב בשו"א נישט געקענט טראכטן פון עפעס א חוב וואס איך האב. איך האב געשעפשעט א תפילה צום אייבירשטער און איך האב זיבן מאל געזאגט והאר עינינו מיט דעם טאטענ'ס דריטע נענועים ניגון. און אויף איינמאל איז עס צוריק געקומען צו מיר. כ'האב מיך דערמאנט אז איך האב נאך זיבן עפיזאדן צו קענען ענדיגן די זעקסטע סעזאן פון 24. איך האב באלד געהויבן מיינע אויגן מיט דאנק צו גאט פארן מיך באלייכטען די אויגן. און אזוי האב איך פארברענגט די הייליגע נאכט מיטן אפצאלן מיין לעצטע חוב, כדי איך זאל קענען פועלן א גוט יאר פאר כלל ישראל. ווינדער איבער ווינדער, ווי נאר כ'האב מסיים געווען די לעצטע עפיזאד נפלה עלי תרדמה, ושמעתי בת קול אומרת, ויקץ וישן ויחלום שנית.
און מיט דעם האט זיך די הייליגע רבי אויסגעדרייט און איז אריין צוריק לחדרו המיוחד.
איר קענט זיך נישט פארשטעלן די פרייד וואס האט ארום גענומען דעם עולם זעהנדיג ווי גליקליך מיר זענען לחסות בצלא דמהימנותא. מען האט זיך באלד ארויס געלאזט אין א טאנץ וימלא משאלותינו. דורשי רשימות האבן געזאגט אז סליחות אידאך י"ג מדות של רחמים. 24 מיט די כולל און די ווארט איז גמטריא גענוי ווי די שם של רחמים. חושבנא דדין כחושבנא דדין. פארצייטישע חסידים האבן געזאגט אז ווער עס האט נאר אמאל געוואטשט די זעקסטע סעזאן פון 24 פארשטייט גוט וואס דא איז פארגעקומען, והמבין יבין.
(דיסקלעימער: איך האב עס נאך קיינמאל נישט געזעהן, עכ"פ זיכער נישט די זעקסטע סעזאן.)
.[/justify]
די הייליגע רבינ'ס מיסטעריעזע פארשפעטיגונג צו סליחות
- הוגה
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3112
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
- געפינט זיך: מאנסי
- האט שוין געלייקט: 6841 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל
די הייליגע רבינ'ס מיסטעריעזע פארשפעטיגונג צו סליחות
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום הוגה, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1717
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
- האט שוין געלייקט: 1778 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2305 מאל