די ארטיקל איבערן ראגעטשאווער האט שטיקלעך פון אישים ושיטות, און הרב לעווין איז אפען דערוועגן, ער שרייבט בשמו פון "הגאון רבי שלמה יוסף זעווין מגדולי חסידי חב"ד" (א דיפלאמאטישע טיטול פאר א מזרחיסטישער רב און עורך אין מוסד רב קוק) אבער די רוב פון די ארטיקל איז נישט פון דארטן, עס איז זייער א געלונגענע ארטיקל
קופערניקוס האט געשריבן:די ארטיקל איבערן ראגעטשאווער האט שטיקלעך פון אישים ושיטות, און הרב לעווין איז אפען דערוועגן, ער שרייבט בשמו פון "הגאון רבי שלמה יוסף זעווין מגדולי חסידי חב"ד" (א דיפלאמאטישע טיטול פאר א מזרחיסטישער רב און עורך אין מוסד רב קוק) אבער די רוב פון די ארטיקל איז נישט פון דארטן, עס איז זייער א געלונגענע ארטיקל
איך האב גראדע נישט באמערקט אז הרב לעווין זאל זיין דערקעגן. איך זע נישט ווי איר לערנט אריין אין "הגאון רבי שלמה יוסף זעווין מגדולי חסידי חב"ד" - "א דיפלאמאטישע טיטול פאר א מזרחיסטישער רב און עורך אין מוסד רב קוק". איך זע דערין א כבוד הראוי, א נארמאלע טיטעל וואס קומט זיך נאך פאר הרב זעווין, אפגעזען פון זיינע פאליטישע אנשויאינגען. אזוי אויך, די חידוש פון שומע כעונה קומט דוכט זיך פון אישים ושיטות. אזוי צו אזוי, ווי געזאגטף פארמאגט דער ארטיקל אסאך חומר וואס איז נישט פארהאן אין אישים ושיטות, און איז א געלונגען שטיקל (נאר איין זאל וואס ס'מיר נישט געפאלן - ס'דא צופיל סופערלאטיוון אינעם ארטיקל, ואכמ"ל).

יידל, ברענג מיר איין היינטיגע ארטיקל געשריבן אין אידיש אן קיין סופערלאטיוון... עס איז פשוט געווארן א משוגעת (אפשר ווייל אסאך קענען זיך קוים אויסדרוקן און ארויסברענגען זייערע געדאנקען מיט אריגינעלע געדאנקען און קלארע ווערטער, וואס למעשה איז דאך אונזער היימישע ווערטער-אוצר היפש א מאגערע און באגרעניצטע, דעריבער שטופט מען כאטש אריין ווי נאר מעגליך די "אבנארמאלסטע" ווערטער און גיזי-גוזמאות (ניין, ס'נישט קיין ווארט...) כדי דער ליינער זאל גענוג באגרייפן ווי ווייט ערנסט און שטארק ער וואלט דא געוואלט ארויסברענגען דעם געדאנק. נאר אגב מוז איך מודה זיין אז דער לעווין איז גראדע ממש פון די איינציגע נישט אין דעם קאטעגאריע און ער האט א פליסיגן און שעפערישן פעדער וואס איז פשוט נישט בנמצא צווישן היינטיגע אידישע שרייבער.
(We need mercy, kindness, not judgment. (Describe, Matisyahu
קופערניקוס האט געשריבן:די ארטיקל איבערן ראגעטשאווער האט שטיקלעך פון אישים ושיטות, און הרב לעווין איז אפען דערוועגן, ער שרייבט בשמו פון "הגאון רבי שלמה יוסף זעווין מגדולי חסידי חב"ד" (א דיפלאמאטישע טיטול פאר א מזרחיסטישער רב און עורך אין מוסד רב קוק) אבער די רוב פון די ארטיקל איז נישט פון דארטן, עס איז זייער א געלונגענע ארטיקל
איך האב גראדע נישט באמערקט אז הרב לעווין זאל זיין דערקעגן. איך זע נישט ווי איר לערנט אריין אין "הגאון רבי שלמה יוסף זעווין מגדולי חסידי חב"ד" - "א דיפלאמאטישע טיטול פאר א מזרחיסטישער רב און עורך אין מוסד רב קוק". איך זע דערין א כבוד הראוי, א נארמאלע טיטעל וואס קומט זיך נאך פאר הרב זעווין, אפגעזען פון זיינע פאליטישע אנשויאינגען. אזוי אויך, די חידוש פון שומע כעונה קומט דוכט זיך פון אישים ושיטות. אזוי צו אזוי, ווי געזאגטף פארמאגט דער ארטיקל אסאך חומר וואס איז נישט פארהאן אין אישים ושיטות, און איז א געלונגען שטיקל (נאר איין זאל וואס ס'מיר נישט געפאלן - ס'דא צופיל סופערלאטיוון אינעם ארטיקל, ואכמ"ל).
רבי יידל טייערער איר האט מיר נישט פארשטאנען, איך האב נישט געשריבן דאס ווארט דערקעגן, איך האב געשריבן"דערוועגן" "הרב לעווין איז אפען דערוועגן" דהיינו ער האט נישט געגנבעט פון זוין כגנב במחתרת, נאר אים שיין ציטירט אזוי ווי ער האט ציטירט אנדערע מקורות אין דעם ארטיקל. דיפלאמאטיע מיין איך צו זאגן אז די גווענליכע טיטול פון הרב זווין איז נישט אז ער איז מחסידי חב"ד נאר אז ער איז עורך אנציקלופדיה תלמודית און מחבר פון הערליכע ספרים; אבער אין ליכט פון די פאקט אז זיינע ספרים זענען נישט היימיש פאר די ברכיים אשר לא כרעו לבעל האט ער געטראפן א וועג צו אראפלייגן זעוויין היימיש ווי איינער מזקני חב"ד. פארקערט איך האב גארנישט קריטיקירט, נאר געשריבן א נקודה.
עפעס האב איך געהערט אמאל דערציילן, לויטעט עס אזוי - איינשטיין וואס זיינע האר להבדיל לויפן אויך אויף א ענדליכן סטייל ווי דעם גאון וק', האט געהערט פון דעם ראגעטשאווער האט ער אויסגעדריקט חשק זיך צו טרעפן מיט אים . און אזוי איז טאקע געווען, זאגט מען אז דער ראגעטשאווער האט נאך זיין באזוך געזאגט פאר זיינע מקורבים אז ער - זיך זעלבסט, איז עפעס 26 מאל גרעסער ווי דעם פרייען סייענטיסט-פראפ. עמיצער ווייסט דערפון.? און וואס איך בין נייגעריג איז וואס דער איינשטיין האט געזאגט איבער אים. ווייל דאס אז די ראגעטשאווער פאקט אים איין 2 מאל 13 אין זיין בעק-פאקעט, איז מיר נישט קיין חידוש, און דאס אז דער ראגעטשאווער האט עס אויף זיך געזאגט איז אויך פארשטענדליך וועלענדיג ווייזן פאר אלע די כח התורה וואס שלינגט איין דעם געצנדינער מיט'ן ולא נודע.....אבער וואס דער פארריסענער צושטרויבלטער איינשטיין האט ארויסגעבאמבלט , ווארשיינליך מיט הכנעה צום ראגעטשאווער . דאס ציהט מיר צו וויסן
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
דער שטערן פון חודש אייר וועט זיין היינט אווענט אין די געשעפטן, כמעשהו בחודש ניסן, כך באייר, א הערליכע רייכע אויסגאבע וואס האט זיך באמת נישט פון וועם צו שעמען, איך לייג ארויף די אנאנס אין דער בלאט, ווער עס האט די אריגינעלע איז מכובד עס ארויפצולייגן
אי"ה מארגן דאנערשטאג וועט דער נייער שטערן פון חודש סיון ערשיינען בהדרו.
די געטרייע ליינער האבן שוין באמערקט אז דער חשובער עורך איז צוריק אין די 'פעדערן' און האט געגעבן פיינע סחורה אינעם פאריגן אויסגאבע. עס איז צו ערווארטן די זעלבע און נאך מער ביים נייעם שטערן.
ליידער איז מיר די צייט געווען זייער אנגעשטרענגט און טראצדעם וואס איך האב אייך צוגעזאגט אראפצוגעבן אן אנאליז אויפן שפאקטיוו, בין איך נישט אנגעקומען דערצו, דעריבער נעם איך זיך מער נישט אונטער.