נסיונות און נצחונות. חסידים גייען אין קאלעדש.
- outspoken
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1227
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 21, 2012 10:43 am
- האט שוין געלייקט: 269 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 802 מאל
אין איין ווארט, ער זאגט אז צופארשטיין תורה דארף מען קענען חכמת העמים, אבער אויב מ'הייבט אן מיט חכמת העמים בלייבט מען דארט.(אזוי ווי ס'האט זיך אזוי אויסגעשטעלט ביי די משכילים)
פאקט, אז מ'זאל נעמען אלע נסיונות פונם דור אריינגערעכענט אינטערנעט און ארונים אויף איין זייט און ציונות אויף די אנדערע וועט דאס לעצטע איבערוועגן SO LETS BE FOCUSED NOT STUPID
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2147
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
- האט שוין געלייקט: 5895 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1719 מאל
געוואלדיגע רייד פונעם הייליגן חת"ס. ייש"כ פארן צוברענגען.
לפי דבריו איז דער נוהג שבעולם היינט, אז ביז די צוואנציג פלוס מיינוס איז מען עוסק אין תורה און נאכדעם לאזט מען זיך ארויס אויף דער ברייטער וועלט (אינטערנא"ט בלע"ז) ממש איידיעל.
לפי דבריו איז דער נוהג שבעולם היינט, אז ביז די צוואנציג פלוס מיינוס איז מען עוסק אין תורה און נאכדעם לאזט מען זיך ארויס אויף דער ברייטער וועלט (אינטערנא"ט בלע"ז) ממש איידיעל.
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 663
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 20, 2013 12:08 am
- האט שוין געלייקט: 534 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 432 מאל
moti107 האט געשריבן:אהער אהין מ׳טענה׳ט זיך ארויף אראפ באטטאם ליין! קען א אינגערמאן פון דריי און דרייסיג יאר זיך דערשלעפן צו א דעגרי? אויב יא וויאזוי? זאלן די עקספערטן פארלייגן די פלענער.
בהחלט יא. אויב קענסטו אויף עפעס אן אופן אוועקגעבן דריי שעה א נאכט, פאר צוויי- דריי מאל א וואך, במשך א יאר צייט, קענסטו באקומען א בעטשלארס דעגרי. פארשטייט זיך ס'קומט צו נאך זאכן וואס נעמען אויף צייט, ווי חזרה, שרייבן עסייען וכדו', אבער בעיקר באשטייט עס פון זעקס ביז ניין שעה א וואך זיצן אין קלאס. איך קען פערזענליך אסאך יונגערלייט וואס ארבייטן פול טיים, און האבן זיך געמאכט קאלעדזש דעגריס.
פאר מער פרטים ווענד זיך אין אישי.
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 93
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 01, 2014 12:06 am
- האט שוין געלייקט: 44 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 37 מאל
הערשי האט געשריבן:איך האב דורכגעמאכט די דריי סארטן, אנליין קאלעדזש, סתם אנליין קורסעס, און א גשמיות'דיגער קאלעדזש. וועל איך דעריבער גיבן מיין אפשאצונג איבער די אונטערשיידן.
אין תוך איז דאם-קאם גערעכט. ס'איז שייך אלס זיך צו לערנען אליינס. פונקט ווי להבדיל געוויסע גדולי ישראל זענען אויסגעשטיגן דורך זיך אריינזעצען אין א בית-מדרש מיט א ש"ס און הארווען יומם ולילה אן קיינמאל גיין אין א רעכט ישיבה. אין מציאות אבער איז דאס נאר פאר יחידי סגולה. ווייניג בחורים קענען אזוי אויסשטייגן. קוים וואס זיי האבן עפעס תלמודו בידו פון קנאקן פינף יאר אין ישיבה. די סיבות זענען פארשידנארטיג, און יעדערן כאפט אן אנדער נקודה לפי תכונות נפשו.
די משנה זאגט אין אבות, "עשה לך רב וקנה לך חבר". ס'איז דא וועלכע לערנען בעסער בדיבוק חברים. אנדערע פעלט זיך דוקא אויס דעם קנאת סופרים, צו איבערשטייגען פלוני און אים מנצח זיין בהלכה. ווידער אנדערע דארפן נויטיג דעם שיעור, ספעציעל א שיעור פתיחה, אן איבערזיכט אויפן ענין פאר מ'לאזט זיך ארויס שווימען אינעם ים התלמוד.
מ'דארף צו פארמאגן שטארקע דיסציפלין צו זיין די אייגענע באלעבאס. די ערשטע וואך פארט מיט א התחדשות, אבער נאכדעם שטאלפערט מען זיך אן אין א שווערע סוגיא וואס מ'פארשטייט נישט באלד און מ'פאלירט די חשק. אין די ראמען פון א קאלעדזש קורס ווייסט מען אז מ'מוז ווייטער גיין. נישטא קיין חכמות. מ'מוז דורכמאכן די קורס, ווייל אז נישט גייט מען דורכפאלן און מ'וועט דארפן זיין חוזר לראש, פריש איינצאלן, בלייבן אונטערשטעליג, און ועל כולם באקומען א שלעכטע צייכן. די פרעשור צווינגט צו א התמדה וואס אין רוב הציבור יכול לעמוד בו על דעת עצמו. אז זמן הבחינה אויף פרקים 8-15 איז באשטימט אויף קומעדיגע וואך דינסטאג, מיינט דאס קיין שבת נאכמיטאג שלאף, קיין חנוכה פארטיס, און וואכנאכטס אין כאן, אבל יש כאן צוויי קאנעס רויטע-שטירן און לילה כיום יאיר. הבוקר אור און מען קען זיך לאזן פארהערן אויף פרקים 8-15. פינטל. און אזוי, און נאר אזוי, קען מען ערגעץ אנקומען.
נאך א נקודה איז דירעקציע. אין בבא קמא הייבט מען צומאל אן פרק מרובה פאר מ'גייט צוריק צו די ארבעה אבות. א קאלעדזש קורס קומט מיט א סילאבוס, וואס גיבט אנווייזונגען וואו צו לערנען ערשט, וואס איבערצוהיפן, וואס ס'איז פונדעמאנטאל און מ'דארף דורכאקערן ימים רבים, ויש אשר יהיה הענן ימים מספר. קאלעדזשעס גיבן נישט ארויס זייערע סילאביי. אויב מ'האט א חבר קען מען אבער פארשאפן איינס אזוינס און ס'קען זיין זייער נוצבאר.
ווייטער איז דא פארשידענע טעכנישע נושאים וואס מטבע הדברים מוז מען זיין פיזיש אנוועזנד. מ'קען זיך נישט לערנען אויפן קאמפיוטער צו אפערירן, פליען, אדער אפילו קראצן א רוקן, וכדומה.
אנליין קאלעדזשעס זענען על פי רוב וואס מ'רופט דיפלאמע פאבריקן. זיי רעכענען טויזענטער דאלארן און גיבן דיר דערפאר סך הכל אפאר ביכער און צוטריט צו א שיין וועבזייטל. גארנישט מיט נישט. רויבער און שווינדלער וועלכע לאקערן אויף וועטעראנען און פעלל-גרענט בארעכטיגטע פאר וועמען דער רייכער פעטער באצאלט אן קיין חשבון. א סקאנדאל וואס קאנגרעס טוט נישט רעכט אדרעסירן. והעולה על כולנה, זייערס א דעגרי איז ווערד לצור על פי צלוחית.
לפי מיטב ידיעתי זענען דא ווייניג קאמיוניטי קאלעדזשעס וואס שטעלן פאר א גאנצער פראגראם אויפן אינטערנעט פאר א צוגענגליכע פרייז. קען זיין איך בין נישט דערהיינטיגט. דאס בעסטע וואס זיי שטעלן פאר זענען הייבריד. א טייל קלאסן פיזיש און א טייל ווירטואל. מיין עקספיריענס איז אז ווירטואלע קלאסן --וואס זענען ווערד עפעס-- זענען פיל שווערער ווי רעגולארע קלאסן. אין געוויסע דארף מען שרייבן צוויי עסייען א וואך, און אין אלע מוז מען אנטייל נעמען אין ווירטואלע דיסקוסיעס.
פרייע אנליין קורסעס קומען צוניץ וועל מ'וויל זיך דערלערנען א געוויסער ענין. קיין דעגרי קען מען דערפון נישט קריגן, און אן א דעגרי ביסטו סתם אזוי א קלוגער און טויגליכער. פאר דיין היימישער באלעבאס וועט דאס מסתמא זיין גענוג.
לגבי אויפכאפן די לימודים שנעלער ווי אלגעמיין, איז מעורבב אמת און שקר. ביי געוויסע שווערע עניינים איז צוטרעפליך דער מאמר החכם " מה שלא יעשה השכל יעשה הזמן". אויב די מושגים זענען שטארק פרעמד נעמט עס צייט ביז עס זעצט זיך אין קאפ. איר קענט למשל אויפכאפן כעמיע אין דריי וואכן, אויב האט איר א גוט קעפל קיינעהארע, אבער ליבערשט לערנט עס אויסגעצויגן איבערן יאר. דאס מערהייט מענטשן וועלן בעסער ארויסהאבן פרק 23 ווען פרקים 1-6 זענען ביי זיי איינגעגעסן ווי א טבע שני, און נישט ערשט פאריגע וואך געלערנט.
נישט אריינגיין צו אידן זענען בדרך כלל קלוגער, איז אבער ברור אז א היימישער וועלכער איז פונה ליבו צו קונה זיין חכמה איז מער קלוג און מער מאטיווירט ווי דער דורכשניטליכער סטודענט, און האט דערפאר בעסערע שאנסן פאר הצלחה, און קען עררייכען מער אין ווייניגער צייט.
As someone who went through the same hoops, I have to tell you, that you are 1000% right. I saw myself reading your observation. BTW I read somewhere that the University oh Phoenix (online) will not hire in their company someone who graduated form their college
If I want your opinion, I'll ask you to fill out the necessary forms.
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 80
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 16, 2014 1:31 pm
- האט שוין געלייקט: 50 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 42 מאל
DotCom האט געשריבן:איך וויל ווערן א פיילאט, איך פארשטיי אז איך קען נישט ארייברענגען א פליגער אינדערהיים און איך וועל מוזן גיין אין א פלייט סקול, וואס דארף איך אלס לערנען כדי צו ווערן אנגענומען אין קאלעדזש?
איך האב אמאל געליינט צו געהערט אז פיילאטס נעמען מען געווענדליך געוועזענע סאלדאטן וואס האבן געדינט אלס פילאטן פאר די מיליטערישע פליגערס, מיט זיי איז מען רואיגער וויבאלד זיי קענען די מלאכה בעסער פון סיי וועמען, זינט זיי לערנען זיך דרייוון אויף אלע מעגליכע אופנים, כהאב עס נישט באשטעטיגט אבער סמאכט סענס.
- איך אויך
- חבר ותיק
- הודעות: 6351
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
- האט שוין געלייקט: 8611 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל
מען פארציילט עס אויף אל-על אז זיי נעמען געוועזענע טייסים פון די חיל האויר.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
DotCom האט געשריבן:אליצפן האט געשריבן:ווי אויך קען נעמען לאנגע יארן ביז מ'ארבייט זיך ארויף צו פאזיציע וואס באצאלט עפעס א מענטשליכען געהאלט.
כאפסט נישט, איך פלאן דערנאך צו עפענען א עירליין, איך מוז דאך אבער אנפאנגען ערגעץ
מזל טוב. א סאך הצלחה. נאר איך בעט דיך איין טובה. אויף די עראפלאנען וועלכע וועלן זיין אין דיין עירליין זאלסטו ביטע נישט ארויפלייגן קיין מגן דוד'ס. איך קען שוין נישט שלאפן רואיג. ווייל אויב ס'וועט ח"ו זיין מגן דוד'ס אויף דיין עירליין וועלן אינז ערליכע אידן, ברכיים אשר לו כרעו לבעל נישט קענען פאהרן מיט דעים. מיין רבי (אין די שיטה) הרב ישראל מ. סופר, המכונה מנשה'לע פיליפ ברענגט טאקע בשם ספרים הקדושים אז דאס איז איינס פון די הויפט סיבות פאר די ירידה אין אידישקייט. די אנדערע סיבות זענען אז פרויען , ר"ל גייען מיט געפאסטע קליידער און רויטע טורבאנס און מען ליינט מאגאזינען אויף די טמא'נע שפראך עברית,ר"ל.