"דער שטערן" מדי חודש בחודשו

אין דער וועלט פון מידיא, אידישע און וועלטליכע פובליקאציעס
פארשפארט
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

צום ערשטן מאל, פעלט דער קאלום "גוטזאגערס זאגן".
א שאד, איך מיס עס.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3795
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 6591 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8112 מאל

שליחה דורך ונבנתה העיר »

אויפן דעקל איז דא א ווייטאגליכער טעות, 'אי-יו: איסלאמיק יוניאן'.
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

שליחה דורך יידל »

ר' ונבנתה, וואס איז דער טעות?
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
עס עפעס
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 131
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 29, 2012 3:22 pm
געפינט זיך: ביים טעלער
האט שוין געלייקט: 30 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 86 מאל

שליחה דורך עס עפעס »

ונבנתה העיר האט געשריבן:אויפן דעקל איז דא א ווייטאגליכער טעות, 'אי-יו: איסלאמיק יוניאן'.


אזוי זעהט מען אויס ווען מ'ליינט נאר דעם דעקל און נישט דעם ארטיקל.

דו קלערסט ערנסט אז עס איז א טעות? דער ארטיקל ברענגט דאך טאקע דאס ארויס אז איסלאמיזם שטייגט איבער אייראפע.

נעקסטיים קוק אינסייד בעפאר דו שפרינגסט צו א מסקנא.
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3795
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 6591 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8112 מאל

שליחה דורך ונבנתה העיר »

'איסלאמיק' שרייבט זיך מיט א I, נישט א E.
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
עס עפעס
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 131
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 29, 2012 3:22 pm
געפינט זיך: ביים טעלער
האט שוין געלייקט: 30 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 86 מאל

שליחה דורך עס עפעס »

ונבנתה העיר האט געשריבן:'איסלאמיק' שרייבט זיך מיט א I, נישט א E.


אקעי, לאמיר אנהייבן צושטאטליך: ס'איז דא אזא זאך ווי די "אייראפעאישע יוניאן", דאס איז באקאנט אלס די E.U.

דער שטערן ארטיקל ברענגט ארויס איבער די איסלאמישע פארברייטערונג אין די "אי. יו." לענדער.

דער שרייבער פונעם קעפל אויפ'ן דעקל פונעם שטערן, באנוצט זיך מיט א פענאמענאן וועלכע איז באקאנט אלס pun, דאס הייסט אז מען פארדרייט א ווארט, אפילו אויב ס'שטימט נישט מיט גראמאטיק און ספעלינג, און עס קומט ארויס אן אנדערע באדייט, מיט סארקאזם וכדומה, עין ב'ניו יארק פאוסט יעדן אינדערפרי.

קאפיש?
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

שליחה דורך זר זהב »

קאפיש'ע רב איז קעגן די שטערן בד"וו
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

שליחה דורך זר זהב »

עס עפעס האט געשריבן:
דער שרייבער פונעם קעפל אויפ'ן דעקל פונעם שטערן, באנוצט זיך מיט א פענאמענאן וועלכע איז באקאנט אלס pun, דאס הייסט אז מען פארדרייט א ווארט

ניין, pun מיינט נישט פארדרייען א ספעללינג, pun מיינט א ווארט וואס קען האבן 2 באדייטן ווען ס'ווערט צופעליג גענוצט אין א געוויסע סענטענס. אבער דער ווארט ווערט געספעלט קארעקטלי
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
עס עפעס
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 131
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 29, 2012 3:22 pm
געפינט זיך: ביים טעלער
האט שוין געלייקט: 30 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 86 מאל

שליחה דורך עס עפעס »

זר זהב האט געשריבן:
עס עפעס האט געשריבן:
דער שרייבער פונעם קעפל אויפ'ן דעקל פונעם שטערן, באנוצט זיך מיט א פענאמענאן וועלכע איז באקאנט אלס pun, דאס הייסט אז מען פארדרייט א ווארט

ניין, pun מיינט נישט פארדרייען א ספעללינג, pun מיינט א ווארט וואס קען האבן 2 באדייטן ווען ס'ווערט צופעליג גענוצט אין א געוויסע סענטענס. אבער דער ווארט ווערט געספעלט קארעקטלי


קודם כ'האב נישט געגעבן קיין שיעור פונקטליך איבער הלכות פּאָן".

צווייטנס, ביזט נישט גערעכט. פּאָנס קען זייער אסאך מאל באדייטן פארדרייטע ספעלינג אין ווערטער, ו'ניו יארק פאוסט יוכיח
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

שליחה דורך זר זהב »

כ'זעה אז דאס ווערט אנגערופן האמאופאונס

א גוטע משל ברענגט ער דארט atheism is a non-prophet institution
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3795
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 6591 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8112 מאל

שליחה דורך ונבנתה העיר »

עס עפעס, ידעתי בני ידעתי.

ומה אעשה אז מיין גאט פיהלינג זאגט (וואס איז? נאר שפינאזא'ס גאט מעג עפעס זאגן?...) אז פונקט ווי ס'זעהט מיר אויס אז דו האסט עס נישט געכאפט, און פונקט ווי החכם הכולל הקריטיק ר' יידל האט עס נישט געכאפט, אזוי האט עס דער שרייבער נישט געכאפט, ובפרט אז ער שרייבט עס אויף ענגליש, 'איסלאמיק'.

ואל תחשידני בשנאת השטערן, אדרבה, איך בין שוין א געטרייע 'כופר' פון די ערשטע אויסגאבע.
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
באניצער אוואטאר
שרגא
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 548
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 27, 2012 11:20 pm
האט שוין געלייקט: 232 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 768 מאל

שליחה דורך שרגא »

געהאט עטליכע קריטיק אויפ'ן לעצטן אישו וואס כ'האב געליינט, אבער צו מזל געדענק איך נאר איינס.
ביי דעם ארטיקל פון "בעליוו איט אר נאט", וואס איז גאנץ אינטערעסאנט געווען, איז געווען מאדנע צו זען ווי נאכ'ן ברענגען איינע פון די מאדנע געשיכטעלעך ערקלערט דער שרייבער אז עס מוז עכט נישט זיין אמת די מעשה און דער ליינער מוז עס נישט אננעמען אלס אמת, ווייל ריפלי אליין האט עס טאקע גערופן "בעליוו איט אר נאט", און ער געט א הסבר אז דער "אר נאט" מיינט טאקע דאס אז עס מוז נישט זיין אמת און עס מיינט אזוי ווי מען זאגט אין אידיש "אדער יא אדער נישט".
אבער איך מיין דאס איז א פיינער שטות צו זאגן. "בעליוו איט אר נאט" מיינט ענדערש צו זאגן "צי דו גלייבסט אדער נישט", איז אבער דאס למעשה דער מציאות. כך נראה בעיני.
(We need mercy, kindness, not judgment. (Describe, Matisyahu
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

שליחה דורך יידל »

שרגא, דיין פשט אין בעליוו איט אר נאט איז די ריכטיגע, דאך איז מעגליך אז דער שטערן שרייבער האט א נקודה, לאור דעם פאקט אז ווען מ'שיקט צו ריפלי'ס א בריוו אנפרעגנדיג די ווירקליכקייט פון זייער'ס א פאקט, שיקן זיי צוריק א בריוול וואס דערין שטייט: "בעליוו איט אר נאט!". ווארשיינליך לרמז, ס'איז דיין ברירה, גלייב יא אדער נישט... (מקור)
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
באניצער אוואטאר
שרגא
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 548
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 27, 2012 11:20 pm
האט שוין געלייקט: 232 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 768 מאל

שליחה דורך שרגא »

האסט א פוינט, יידל. אפילו זיי ניצן עס לכאורה נאר אלס א מליצה.
נאר יעצט האב איך ארויסגענומען דעם שטערן צו קוקן זיין לשון, זע איך אז דער לימוד זכות איז אביסל בדוחק. קוק וואס ער שרייבט אין דעם צווייטן שטיקל אין ארטיקל, נאכדעם ואוס ער ברעגט עטליכע אינטערעסאנטע פאקטן:
"די דאזיגע פאנטאסטישע פאקטן זענען מעגליך אמת און מעגליך נישט (פאר א סיבה זענען זיי אין דער קאטעגאריע פון צי איר גלייבט "צי נישט" פאקטן.) אבער די סיבה פארוואס מיר ווייסן פון זיי איז צוליב א מענשט מיט'ן נאמען ראבערט ריפלי, דער ערפינדער פון דער פראזע "צי איר גלייבט אדער נישט." (אין ענגליש זאגט מען דאס "בעליוו איט אר נאט" וואס האט אביסל אן אנדערע משמעות: "גלייבט עס אדער נישט"; אין אנדערע ווערטער, איר זענט עס נישט מחוייב צו גלייבן, אבער ס'איז אמת.").
און קוקנדיג דערמאן איך זיך אז איך מעג זיי אויך זאגן א קאמפלימענט, אז איך האב שוין לאנג נישט געליינט אזא גוטע ארטיקל (אין אידיש, פארשטייט זיך...) ווי "מיר זענען אונטער'ן איינפלוס". אינטערעסאנט און א דיפרענט סטייל.
אויך הרב לעווין שרייבט זיס, כדרכו, וועגן מחלוקת און וויכוחים. די צייטונגען וואלטן עס געמעגט איבערדרוקן.
(We need mercy, kindness, not judgment. (Describe, Matisyahu
באניצער אוואטאר
מאראנצןזאפט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 994
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 22, 2013 2:15 pm
האט שוין געלייקט: 1544 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2255 מאל

שליחה דורך מאראנצןזאפט »

לעצטנס לייד איך פון דעזשא וואו ביים ליינען דער שטערן.
אונטער'ן קעפל קינדער אין די נייעס שילדערט ער דראמאטיש איבער א מעשה מיט א פירלינג וואס די עלטערן דערקענען נישט א חילוק פון איינעם ביז'ן צווייטן.
א געשיכטע וואס מיר האבן שוין געליינט אדר תשע"ג אינעם ארטיקל איבער צווילינגען. אזוי איז מען מקיים דעם הפוך בה און מ'איז מעלה גירה אלטע און נייע סחורה צו דער צופרידנהייט פון די קונדן.
איך בין נישט חושד ס'איז א מזידות. אדער האט דער שכחה גובר געווען אדער פעלט צוזאמענארבעט פון עטליכע שרייבער. אדער יא, ווער וייסט.
צו די חשוב'ע רעדאקציעס פון אידישע אויסגאבעס: אדם אוסר את שלו, עס איז נישט ערלויבט זיך צו באנוצן מיט מיינע ארטיקלען אן קיין בפירושער ערלויבעניש. איר קענט אייך מיט מיר פארבינדן אין אישי. א דאנק פון פאראויס.
kliger
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 287
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 26, 2012 7:31 pm
האט שוין געלייקט: 119 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 96 מאל

שליחה דורך kliger »

last month they wrote about a woman that sees everything upside down.
and they write that there is no explanation about it

they don't mention that the eye sees everything upside down
babys see everything upside down only later the brain realizes to turn it over
kliger
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 287
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 26, 2012 7:31 pm
האט שוין געלייקט: 119 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 96 מאל

שליחה דורך kliger »

.
בייגעלייגטע פיילס
IMG_0867.JPG
IMG_0867.JPG (215.58 KiB) געזען געווארן 2249 מאל
אביגדור
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1301
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 04, 2013 7:19 pm
האט שוין געלייקט: 1684 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1425 מאל

שליחה דורך אביגדור »

מי ראה אלו וכו'
I'm back
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 833
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 30, 2013 9:38 am
האט שוין געלייקט: 2105 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 315 מאל

שליחה דורך I'm back »

'די' דארפסט 'נישט' אריינקומען צו מיר נאכדעם.
You're good to go... ;) ;)
.
אליצפן
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 663
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 20, 2013 12:08 am
האט שוין געלייקט: 534 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 432 מאל

שליחה דורך אליצפן »

איך האלט אז דער שטערן מאכט איין גרויסע סטראטעגישע טעות מדי חודש בחדשו, ונראה אויב דער עולם עגריד מיט מיר.
ער שרייבט יעדן חודש נאר פיר -געווענליך גאר לאנגע- ארטיקלעך, און לדעתי איז דאס נישט קיין קלוגע זאך פאר כמה סיבות, ערשטנס האט געווענטליך א מענטש נישט צייט צו ליינען אזא לאנגע ארטיקל - וואס קען צומאל נעמען איבער א שעה צו ליינען- אין איין שאס, , און קיינער האט נישט ליב אפצוהאקן אינמיטן אן ארטיקל.

ועוד פון א ביזנעס שטאנדפונקט איז עס זייער נישט קיין קלוגע מהלך, ווייל אז ער האט נאר פיר ארטיקלעך מיינט עס אז א מענטש וועט נישט האבן דעם שטערן אינעם האנט מער ווי פיר מאל, איינמאל פאר יעדן ארטיקל וזהו, משא''כ אן אויסגאבע וואס האט אכט, ניין גוטע רעלאטיוולי קורצע ארטיקלעך, האט פיל א לענגער שעלף לייף ביי מענטשן.
אינטרעסאנט איז אז ביי די ענגלישע און העברעאישע 'זמן' מאגאזין זעה אז זיי פאקן יא אריין זיבן אכט ארטיקלעך אין איין אויסגאבע, אויב אזוי מה נשתנה די יודישע? למה נגרע?
I'm back
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 833
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 30, 2013 9:38 am
האט שוין געלייקט: 2105 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 315 מאל

שליחה דורך I'm back »

ווייל אין אידיש געבן זיי ארויס צוויי מאל א חודש (די שטערן און די שפאקטיוו), משא'כ די זמן קומט בלויז ארויס איינמאל א חודש.
.
אליצפן
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 663
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 20, 2013 12:08 am
האט שוין געלייקט: 534 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 432 מאל

שליחה דורך אליצפן »

I'm back האט געשריבן:ווייל אין אידיש געבן זיי ארויס צוויי מאל א חודש (די שטערן און די שפאקטיוו), משא'כ די זמן קומט בלויז ארויס איינמאל א חודש.

לויט דיין חשבון איז פשוט נישט קיין יושר אז אונז דארפן צאלן צוועלף דאללאר פאר די זעלבע מאס סחורה וואס די ענגליש רעדענדע באקומען פאר זעקס.
באניצער אוואטאר
zurich
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 813
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 16, 2012 12:34 am
האט שוין געלייקט: 532 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 290 מאל

שליחה דורך zurich »

אליצפן האט געשריבן:איך האלט אז דער שטערן מאכט איין גרויסע סטראטעגישע טעות מדי חודש בחדשו, ונראה אויב דער עולם עגריד מיט מיר.
ער שרייבט יעדן חודש נאר פיר -געווענליך גאר לאנגע- ארטיקלעך, און לדעתי איז דאס נישט קיין קלוגע זאך פאר כמה סיבות, ערשטנס האט געווענטליך א מענטש נישט צייט צו ליינען אזא לאנגע ארטיקל - וואס קען צומאל נעמען איבער א שעה צו ליינען- אין איין שאס, , און קיינער האט נישט ליב אפצוהאקן אינמיטן אן ארטיקל.

ועוד פון א ביזנעס שטאנדפונקט איז עס זייער נישט קיין קלוגע מהלך, ווייל אז ער האט נאר פיר ארטיקלעך מיינט עס אז א מענטש וועט נישט האבן דעם שטערן אינעם האנט מער ווי פיר מאל, איינמאל פאר יעדן ארטיקל וזהו, משא''כ אן אויסגאבע וואס האט אכט, ניין גוטע רעלאטיוולי קורצע ארטיקלעך, האט פיל א לענגער שעלף לייף ביי מענטשן.
אינטרעסאנט איז אז ביי די ענגלישע און העברעאישע 'זמן' מאגאזין זעה אז זיי פאקן יא אריין זיבן אכט ארטיקלעך אין איין אויסגאבע, אויב אזוי מה נשתנה די יודישע? למה נגרע?

סא דו באדערט אז ס'איז לאנגע ארטיקלעך אדער "ווייניג" ארטיקלעך?
פארוואס פרעיג איך דיר ווייל איך ענדזוי יא לאנגע ארטיקלעך איך האב ליב ווען ער דעקט א נושא אינגאנצן נישט סתם אבי געזינט
פארשפארט