שנפרה ונרבה כדגים?

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
באניצער אוואטאר
בענדזשאמין פרענקלין
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 765
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 10:53 pm
האט שוין געלייקט: 2326 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3284 מאל

שליחה דורך בענדזשאמין פרענקלין »

אז אזא חשובע ניק ווי ממרום שלח אש רעדט דארף מען נייטן אן אויער און ראגירן.
ממרום שלח אש האט געשריבן:בען,
האסט שוין טאקע לאנג נישט געזען דעם פילם, און די לעצטיגע איבערשפיל איז געווען בלויז אין דמיון.
די מעשה איז געווען מיט קראקעדילן, גראדע האט א סינגל מעוברת רילאקעיטעד אבער ס'האט זיך נישט גוט געענדיגט, שוין געווען צו שפעט.


איף בין נאך נישט אין די שמונים און איך לייד נאך נישט אויף אלצהיימערס, איך האב געזעהן פישלעך און נישט קיין קרארעדיילן, נעשינאל דזשיאגרעפי האט מער ווי איין פילם אויף די מדברות אין זשונגעלן, אולי איז עס איז געווען אינעם אמעזאן זושנגעל, אלנפאלס האב איך אבער הנאה צו הערן אז עס אן אפטע ערשיינוג, אמאל פאסירט עס מיט פיש און אמאל מיט קראקעדיילן און אמאל מיט מענטשן אויך, ווען זיי פירן זיך אויף ווי חיות און ניצן נישט דעם שכל וואס גא-ט האט זיי געשאנקן.

ממרום שלח אש האט געשריבן:אגב, מיין לייק איז פאר די שרייבעריי, נישט פארן מוסר השכל, ווייל איפכא מיסתברא, די פרים ורבים האבן די בעסטע טשאנס פאר סורווייוועל, טאקע מער קאנאנען פלייש, אבער אויך מער איבערלעבער, אדרבא, פרעג דארווין ווען ער קומט אויף קידוש.


די פרים ורבים האבן די בעסטע שאנס און די פרים ורבים מיט א מאס האבן נאך א גרעסערע שאנס. דארווין האט קיינמאל נישט געזאגט אז דער וואס פרוכטבארט זיך ס'מערסטע האט די גרעסטע שאנס פאר סורווייוועל, נאר דער וואס איז מצליח איבערצוגעבן פאר די דורות הבאים די מערסטע כלים זיך צו ספראווען מיטן קאמפעטישן פאר סאורווייוועל דער איז דער זיגער, (און פארשטייט זיך אז דער ערשטער יסוד איז זיך פרוכטבארן מיט א מאס).

און בד"וו נישט יעדע זאך וואס א ספישי אדער א מין טוט פארן געברויך פון סורווייוועל איז באמת א מעלה פאר אים, ווי סייענטיסן צייגן שוין אן דעם דיפערענסס צווישן דעם דיינעסאר אדער דער גרויסער בלויע וואל פיש (וואס ביידע זענען געווארען גרעסער און גרעסער, און לכבוד דעם איז זיי געווארן שווערער און שווערער איבערצולעבן צוליב די אבנארמאלע מאס עסנווארג וואס זיי ברויכן כדי חיותם) לעומת דער קליינע מוריטשקע וואס באגענוגט זיך מיט א ברעקלע חמץ פאר א גאנצע ווינטער, פון דעם מוריטשקע איז דא בילינען און פון די אנדערע איז כמעט נישט דא.
ממרום שלח אש
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 545
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 26, 2013 2:56 pm
האט שוין געלייקט: 447 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 521 מאל

שליחה דורך ממרום שלח אש »

אויב האסטו זיך נישט באצויגן צו די ווידעאו
https://www.youtube.com/watch?v=u26z1QRnfwo
לא אמרתי כלום, איך האב חלילה נישט געמיינט צו זאגן אז דו ביזט א וועפערייזער חלילה.

די מוראשקע משל באשטעטיגט דאך מיין טענה, מען פרו ורבו'ט אז ס'רינט פון אלע זייטן, מיליאנען מוראשקעס ווערן געהרג'ט יעדן טאג לעומת עטליכע וואל פישן, אבער זיי זענען נאך אלץ עד אין שיעור וערך מער און נומערן.

די אמת איז טאקע אזוי, די חברה וואס ווערן מער געהרגט, האבן מער קינדער, געוויסע פיש לייגן בלי גוזמא מיליאנען אייער אין איין שאס, עס קוקט אויס ווי א רויך מיט מיליאנען מיקראסקאפישע אייעלעך. אלעס אז עס זאל בלייבן כאטש איינס.

ביי אונז מענטשן איז גאר נישט אנדערש, עס איז דא מיליאנען זרע צעלן אין יעדע גראם זרע, פון אלע מיליאנען וועט נאר איין צעל (אמאל אמאל צוויי צו דריי) ווערן נקלט, ס'פשוט אזוי, די הצלחת המין איז ווען מען שפייט אויס מיליאנען, אזוי וועט לפחות עפעס בלייבן.

ממילא אזוי אויך דא, מען "ווידמעט" זיך (אזוי האט מען רבי געטייטשט "וישרצו") וויפיל סלאזט זיך האט מען מער טשאנסן אז עס זאל בלייבן א שם ושארית. די מילאנען וואס וועלן אוועקפאלן מחמת עניות ודוחק איז א חלק בלתי נמנע פון די סטראגעל פאר סורווייוועל.
נעקסטיים כאפ דארווינ'ן ביים לאנגן בארד, אחזתיו ולא ארפנו, ביז ער וועט באשטעטיגן עם מי הצדק.
"ווי דער גוטער בוך זאגט, אז מען שפייט אין די לופט, לאנדעט עס אין פנים"
באניצער אוואטאר
בענדזשאמין פרענקלין
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 765
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 10:53 pm
האט שוין געלייקט: 2326 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3284 מאל

שליחה דורך בענדזשאמין פרענקלין »

ממרום שלח אש האט געשריבן:די מוראשקע משל באשטעטיגט דאך מיין טענה, מען פרו ורבו'ט אז ס'רינט פון אלע זייטן, מיליאנען מוראשקעס ווערן געהרג'ט יעדן טאג לעומת עטליכע וואל פישן, אבער זיי זענען נאך אלץ עד אין שיעור וערך מער און נומערן...


דער חילוק איז נאר אז דער מוראשקע לעבט אויף א ברעקל און וועגן דעם איז דאס פרו ורבו עקספלאזאציע נישט אזא גרויסע פראבלעם פאר זיין יקום, משא"כ דער מענטש וואס עסט כמעט ווי א דיינעסאר און פארניצט אזויפיל ווי א וואלפיש און ער פרו ורבו'ט 'לייק זער איז נאו טאמאררא' אויף א פארנעם וואס דער איקו סיסטעם פארנעמט נישט דענסמאל איז א גרויסער פראבלעם, והעקסטינקשין פון די דיינעסארס און זייער קאזינסס, און די כמעט-עקסטינקשין פון די בלויע וואל פיש יוכיח.
ממרום שלח אש
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 545
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 26, 2013 2:56 pm
האט שוין געלייקט: 447 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 521 מאל

שליחה דורך ממרום שלח אש »

בענזשאמין, פאסט נישט, די דיינעסאורס זענען געדאנגען כדרך כל הארץ צוליב א זייטיגע דיזעסטער, א אסטרואיד צו א קאמעט וואס האט געלאנדעט אין מעקסיקא מיט א אומגעהויערע קראפט האט זיי אומגעברענגט.

עס איז איינס פון די מערסטע באקאנטע געאלאגישע געשעענישן אין די היסטאריע.

אדרבא, ווען נישט די אסטרואיד וואלטן זיי נאך היינט געקעניגט, זיי זענען געווען זייער סוקסעספול, און מען האט זיך תמיד געבראכן קאפ וויאזוי ס'מעגליך אז זיי זענען געווארן פארניכטעט.

http://www.pbs.org/wgbh/evolution/extin ... eroid.html

די בלויע וואל פיש איז וועגן מענטשן פאנגן צופיל, מען קען זיך נישט ברענגען קיין ראיה פון מענטשן, ווען נישט געזעצן וואס צוימען הרגנען און פאנגען, וואלטן רוב גרויסע באשעפענישן ספישיס שוין געווען פארניכטעט.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום ממרום שלח אש, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
"ווי דער גוטער בוך זאגט, אז מען שפייט אין די לופט, לאנדעט עס אין פנים"
באניצער אוואטאר
בענדזשאמין פרענקלין
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 765
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 10:53 pm
האט שוין געלייקט: 2326 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3284 מאל

שליחה דורך בענדזשאמין פרענקלין »

איך האב פאר דיר נייעס ממרום איינע פון די טעאריעס איז, אז עס איז געווארן א שטיקל צייט זייער קאלט און עס איז נישט געוואקסען גענוג עסן פאר די גרויסע בייכער זייערע, משא"כ אסאך אנדערע קלענערע ספישיס האבן האבן יא איבערגעלעבט. (וואס בלייבט שווער לויט די אסטרויד טעאריע).
באניצער אוואטאר
בענדזשאמין פרענקלין
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 765
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 10:53 pm
האט שוין געלייקט: 2326 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3284 מאל

שליחה דורך בענדזשאמין פרענקלין »

בכל אופן איז בעצם נישט דאס געווען מיין כוונת האשכול, איך בין זיך נישט געקומען זארגן דא פארן וועלטס איקא סיסטעם מכח א געמיינדע פון חסידישע אידן אין ברוקלין, מיר האלטן נאך א ווייטען מהלך אז מיר זאלן שטעלן דאס גאנצן איקא סיסטעם אונטער א געפאר, (סוועט מסתמא געשעהן פארדעם דורך די מוסלעמענע) איך האב געניצט דעם משל אז אונזער אייגן היימישע איקא סיסטעם איז אונטער געפאר, ווען עס שפראצן טויזענעטע משפחות טעגליך אן קיין שום פלאן פון דירות פרנסות וכו', אפשר וועל איך איין מוצאי שבת אפשרייבן דעם נמשל אויפן משל.
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

בענדזשאמין פרענקלין האט געשריבן:איך האב פאר דיר נייעס ממרום איינע פון די טעאריעס איז, אז עס איז געווארן א שטיקל צייט זייער קאלט און עס איז נישט געוואקסען גענוג עסן פאר די גרויסע בייכער זייערע, משא"כ אסאך אנדערע קלענערע ספישיס האבן האבן יא איבערגעלעבט. (וואס בלייבט שווער לויט די אסטרויד טעאריע).

דוכט זיך אז די קעלט איז געקומען צוליב די פארטיקעלס וואס די אסטרויד האט אויסגעשפרייט אינעם אטמאספערע.
הקטן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3315
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 2006 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1413 מאל

שליחה דורך הקטן »

בענדזשאמין פרענקלין האט געשריבן:בכל אופן איז בעצם נישט דאס געווען מיין כוונת האשכול, איך בין זיך נישט געקומען זארגן דא פארן וועלטס איקא סיסטעם מכח א געמיינדע פון חסידישע אידן אין ברוקלין, מיר האלטן נאך א ווייטען מהלך אז מיר זאלן שטעלן דאס גאנצן איקא סיסטעם אונטער א געפאר, (סוועט מסתמא געשעהן פארדעם דורך די מוסלעמענע) איך האב געניצט דעם משל אז אונזער אייגן היימישע איקא סיסטעם איז אונטער געפאר, ווען עס שפראצן טויזענעטע משפחות טעגליך אן קיין שום פלאן פון דירות פרנסות וכו', אפשר וועל איך איין מוצאי שבת אפשרייבן דעם נמשל אויפן משל.

רבותי, נעמט ענק צו פראדאקשען פאל פארס!
בענדזי זעהט פאר א ערנסטע מאנגל און קאנטראקטערס, פלאמבערס, ארכיטעקטען און סתם עסקנים וואס זאלן אהער שטעלען נייע געגענטער א וואו צו וואוינען. אויך פעלט אויס נאך סוחרים און נאך קונים ASAP פשוט סזאל זיין פרנסות.
רייסט איין ביי שנפרה ונרבה כדגים!

וואס טראכט איר גייט געשען אויב מען נעמט די איצטיגע "אייגן היימישע איקא סיסטעם" און מען ציברעכט דאס אויף העלפט אדער מען דאפעלט דאס X 10 איז דאס מער אדער ווייניגער סכנה?
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

הקטן האט געשריבן:
בענדזשאמין פרענקלין האט געשריבן:בכל אופן איז בעצם נישט דאס געווען מיין כוונת האשכול, איך בין זיך נישט געקומען זארגן דא פארן וועלטס איקא סיסטעם מכח א געמיינדע פון חסידישע אידן אין ברוקלין, מיר האלטן נאך א ווייטען מהלך אז מיר זאלן שטעלן דאס גאנצן איקא סיסטעם אונטער א געפאר, (סוועט מסתמא געשעהן פארדעם דורך די מוסלעמענע) איך האב געניצט דעם משל אז אונזער אייגן היימישע איקא סיסטעם איז אונטער געפאר, ווען עס שפראצן טויזענעטע משפחות טעגליך אן קיין שום פלאן פון דירות פרנסות וכו', אפשר וועל איך איין מוצאי שבת אפשרייבן דעם נמשל אויפן משל.

רבותי, נעמט ענק צו פראדאקשען פאל פארס!
בענדזי זעהט פאר א ערנסטע מאנגל און קאנטראקטערס, פלאמבערס, ארכיטעקטען און סתם עסקנים וואס זאלן אהער שטעלען נייע געגענטער א וואו צו וואוינען. אויך פעלט אויס נאך סוחרים און נאך קונים ASAP פשוט סזאל זיין פרנסות.
רייסט איין ביי שנפרה ונרבה כדגים!

וואס טראכט איר גייט געשען אויב מען נעמט די איצטיגע "אייגן היימישע איקא סיסטעם" און מען ציברעכט דאס אויף העלפט אדער מען דאפעלט דאס X 10 איז דאס מער אדער ווייניגער סכנה?

רבותי. וואס איז דא צו טענה'ן. ווילאנג דער פעטער זאל זיין געזונט (יר"ה) שיקט טשעקס איז נישט דא וואס צו דאגה'ן. כ'האב ערגעץ געליינט אז ס'א מזל אז ס'נישט געווען קמפיוטערס 150 יאר צוריק. אויב יא. וואלטן זיי פאראויסגעזאגט אז אין יאר 2014 וועט זיין אזויפיל מיסט פון פערד אז מ'וועט נישט קענען גיין אין די גאסן.
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שנפרה ונרבה כדגים?

שליחה דורך מי אני »

איך גלייב אז וואס בענדזשאמין פרענקלין וויל בעיקר ארויסברענגען איז דאס בּיהעיוויארעל סינק אפעקט/פענאמענאן (טאקע בתוך די סוגיא פון אָווערפּאַפּוּלעישאן). דהיינו, דער עטאלאגיסט דר. דזשאן קעלהוּן האט עקספערעמענטירט מיט בע״ח און געוואוזען אז ווען א סאסייעטי ווערט שטארק קראַוּדעד אין מקום, צופאלט דאס סאציאלע ארדער מיט (צומאל) גאר הארבע קאנסעקווענצן. און דאס איז אפילו ווען עס איז נישטא קיין פראבלעם אין ריסאָרסעס [עסן, טרינקען, חיות/שכנים טורפות וכדומה]. (הגם ער האט גע׳טענה׳ט אז די זעלבע/ענליכע אפעקט איז דא ביי מענטשן, איז עס אבער נישט אזוי זיכער.)

דאס קען ספעציעל נוגע זיין צום חרדי׳שן לעבנסשטייגער. ווי ערווענט קען מען טענה׳ן אז דאס חרדי׳שע לעבנסשטייגער איז אזוי אויסגעשטעלט אז אירע מעמבערס האבן א שווערערע צייט זיך ארויסצוזעהן פון די קראַוּדינג, מכח די אינפראַסטראָקטוּר וכו׳. נאך מער, וויבאלד דאס חרדי׳שע לעבנסשטייגער איז אזוי מיוסד אויף סאציאלע קאָנפאָרמיטי והמסתעף, איז לכאורה עני סאציאלע דיִווענסי א גרעסערע סכנה פאר איר סאציאלע פאבריק. ואם כנים אנחנו בזה קומט אויס אז ס׳איז איראניש אז חרדיזם׳ס סאציאלע נאָרם (און פרעשור) אויף צו געבוירן מער קינדער וממילא צו פארמערן איר פאפולאציע (אין א מער דענס ענווייראמענט וכנ״ל), קען צוגעבן צו דאס דיקאנסטראקשן פון איר סאציאלע ארדער וכו׳.

viewtopic.php?f=19&t=2879
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

נולד מאוחר האט געשריבן:די אויבער חכמים זארגן זיך נישט פארן ביג פיקטשער, נאר פאר זייער אייגנעם באקוועמליךקייט.

די ביג פיקטשער איז נישט מער ווי א צאמשטעל פון אלע פריוואטע מענטשן צוזאמען, אז פאר יעדעם פריוואט איז גוט איז אויטאמאטיש אויך גוט פאר די ביג פיקטשער.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
יתרו
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 819
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 09, 2012 10:32 pm
האט שוין געלייקט: 434 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 733 מאל

שליחה דורך יתרו »

בענדזשאמין פרענקלין האט געשריבן:איך האב פאר דיר נייעס ממרום איינע פון די טעאריעס איז, אז עס איז געווארן א שטיקל צייט זייער קאלט און עס איז נישט געוואקסען גענוג עסן פאר די גרויסע בייכער זייערע, משא"כ אסאך אנדערע קלענערע ספישיס האבן האבן יא איבערגעלעבט. (וואס בלייבט שווער לויט די אסטרויד טעאריע).

בענדזשאמין האט א פוינט
דא האט איר אן אויסצוג:
Researchers believe that the fast rates of recovery in mammals were due to their small size. After the asteroid hit earth, many plants and animals would have died, leaving behind insects that could feed off the dead plants and carcasses. Only small animals like mammals could have survived by feeding on the insects. It is estimated that the largest land-dwelling animals after the impact event would have been no bigger than a cat.

https://www.google.com/amp/s/www.thereg ... id_impact/
לייק מיך יא לייק מיך נישט, כהאדיר עניוועי אין דר'ערד.
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שנפרה ונרבה כדגים?

שליחה דורך מי אני »

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:
נולד מאוחר האט געשריבן:די אויבער חכמים זארגן זיך נישט פארן ביג פיקטשער, נאר פאר זייער אייגנעם באקוועמליךקייט.

די ביג פיקטשער איז נישט מער ווי א צאמשטעל פון אלע פריוואטע מענטשן צוזאמען, אז פאר יעדעם פריוואט איז גוט איז אויטאמאטיש אויך גוט פאר די ביג פיקטשער.
דאס גייט לכאורה מיט א רידאָקשיניסט מהלך אן כולל זיין עמערדזשענטיזם [אז די גאנצע קען זיין ״מער ווי די סומע״ פון אירע באשטיינדלען].
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שנפרה ונרבה כדגים?

שליחה דורך מי אני »

IMG_6825.jpg

כ׳האב מיך דערמאנט אז מיין ביאלאגיע טעקסטבוך נוצט טאקע א בילד פון א דג ביים גראפיש מסביר זיין די קאנצעפט פון קעריאינג קעפּעסיטי (וואס [tag]בענדזשאמין פרענקלין[/tag] רירט אן) ווען די פאפולאציע קומט אן צו די ענווייראמענטעל לימיט/רעזיסטענס, און די פאפולאציע (דארט) בלייבט אין א סיניוּסוֺידעל (ע״ש/עפ״י די סיין/קאָסיין פאָנקשען, ועיין כאן) סטאבילע עקוויליבּריוּם.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שנפרה ונרבה כדגים?

שליחה דורך מי אני »

אין דעם שמועס איז אינטרעסאנט צוצוצייכענען צום פּאראדאקס פון ענריטשמענט אין ביאלאגיע. דאס לויטעט אז אויב לייגט מען אריין גאר אסאך עסן אין אן עקאָסיסטעם פאר די טורפים קען דאס עווענטועל האבן אן אומגינסטיגן אפעקט און דיסטעיבּאלייזן זייער פאפולאציע [עס ווערט צו גרויס וכו׳].

עס איז אויך באקאנט די דעמאגראפיק-עקאנאמיק פּאראדאקס, וואס ווי ארומער א דעמאגראפיק איז אלס מער קינדער האבן זיי. וע״ע מזה באשכול זו.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

עס איז אינטרעסאנט צוצוצייכענען צו וואס ר׳ יוסף אבן כספי זאגט אין סוף פון זיין שלחן כסף על ספר איוב:
וראה חכמת הא-ל וגמולו הטוב לטובם, כי לא רצה להוסיף לאיוב בילדים רק כמספרם בימים הקדמונים. כי אלו הוסיפם למשנה והיו עשרים, אין זה טוב לחכם השלם, כי הבנים יגונים, כמו שאמר החכם, ואמר אחר: רוב הבנים, רקב הממון. ודי לכל שלם שישיג הראשון, שהוא עשרה או שנים עשר לגבורות כיעקב, שהוא המספר הראשון מקבל כל החלוקות.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

Family.jpg

בסוף שו"ת בני בנים ח"א.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
בן נון
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 207
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 21, 2021 8:12 pm
געפינט זיך: פארלוירן אויפן וועלט!
האט שוין געלייקט: 44 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 253 מאל

שליחה דורך בן נון »

והנהר יצא מברוקלין להשקות את הדירות קריזיס ומשם יפרד והיה לארבעה ראשים
שם האחד סטעטן איילענד הסבב את כל ארץ ני זשרסי והוא בתוך הסיטי אשר שם הזהב
ושם הנהר השני ראקלענד קאנטי הוא הסובב את כל ארץ מאנסי (פמאונא טשעסטנאט רטיטש מאוויא וכו’)
ושם הנהר השלישי בלומינגראוו הוא ההולך קדמת מאנרא
והנהר הרביעי הוא לעיקוואד

אויב אזוי האבן שוין אלע פישעלעך ווי צוגיין און אויב באשליסן זיי צו בלייבן און ברוקלין איז עס זייער אייגענע פראבלעם
נעם מיך נישט ערנסט ווייל וואס איך זאג האלט איך נישט און וואס איך האלט זאג איך נישט
בן נון
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 207
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 21, 2021 8:12 pm
געפינט זיך: פארלוירן אויפן וועלט!
האט שוין געלייקט: 44 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 253 מאל

שליחה דורך בן נון »

בן נון האט געשריבן:והנהר יצא מברוקלין להשקות את הדירות קריזיס ומשם יפרד והיה לארבעה ראשים
שם האחד סטעטן איילענד הסבב את כל ארץ ני זשרסי והוא בתוך הסיטי אשר שם הזהב
ושם הנהר השני ראקלענד קאנטי הוא הסובב את כל ארץ מאנסי (פמאונא טשעסטנאט רטיטש מאוויא וכו’)
ושם הנהר השלישי בלומינגראוו הוא ההולך קדמת מאנרא
והנהר הרביעי הוא לעיקוואד

אויב אזוי האבן שוין אלע פישעלעך ווי צוגיין און אויב באשליסן זיי צו בלייבן און ברוקלין איז עס זייער אייגענע פראבלעם

דאס איז חוץ אלע אנדערע שטעט און שטעטלעך א שטייגער ווי לינדען און מאנטעסעלא אבער זיי האב איך נישט געטראפן און די פסוקים וואס זאל איך טוען
א שטייגער ווי טוארנהיים מיט ביידן
נעם מיך נישט ערנסט ווייל וואס איך זאג האלט איך נישט און וואס איך האלט זאג איך נישט
מיין אמת

Re: שנפרה ונרבה כדגים?

שליחה דורך מיין אמת »

יידל האט געשריבן:שפתיים יישק בענדזשאמין! איך האב אויך אמאל געטון דאס זעלבע מיטן פילם און כ'האב באמערקט ווי איין קלוג פישל זאגט "מ'דארף ענדערש ארבעטן אז ס'זאל זיין מער געוואוקסן צו עסן ווי זיך איינצוציען דעם פאסיק". מסתבר ווייל דער האט געהאט עפעס א שוואכקייט צו קינדער...

ליצנות אין א זייט, בוירט קאנטראל איז נישט נאר קיין סעלושען פאר די האוזינג פראבלעם אדער פאר די פרנסה פראבלעם, נאר עס איז א סעלושאן פאר כמעט יעדע איינציגסטע פראבלעם וואס אונזער סאסייעטי פארמאגט.
[emoji817] רוב פון די פרבלעימען אין אינזער עקאו סיסטעם ווען מען מאכט א גרינטליכע חשבון קומט מען אן צו די פראכטבארן אווערלאוד,

Sent from my Stratus_C5 using Tapatalk
מיין אמת

Re: שנפרה ונרבה כדגים?

שליחה דורך מיין אמת »

קלוג און יונג האט געשריבן:
ליצנות אין א זייט, בוירט קאנטראל איז נישט נראה קיין סעלושען פאר די האוזינג פראבלעם אדער פאר די פרנסה פראבלעם


יידל, פארוואס זאגסטו אזוי?

מיט די אלע קאמפליקעישאנס אין אונזער סיסטעם און סאסייעטי, ווי די סטיגמע/פארבאט אויף קאלעדזש (פרנסה) און די שוועריגקייטען פון זיך פלאצירען ערגעץ נישט אונעם מאמע'ס שויס (האוזינג) איז בורט קאנטראל א פריוואטע עפעקטיוו מעטאד אפצושטעלן ביידע פראבלעמען פון עקספלאדירען.

אמת ס'פאררעכט נישט די פראבלעם בכלליות פארען ציבור, אבער פארן יחיד איז עס א געוואלדיגער דיפערענץ
ס'איז אפשר נישט די לעיזאנג, אבער לאמיר טראכטען א מינוט אויב האט מען ווייניגער קינדער איז דא מער צייט פאר די וואס זענען יא דא וו.ד.מ.געזנטערע קינדער, מער געלט , וכו'וכו' וו.ד.מ. אז זייערע קינדער וועלען האבען נאך א בעסערע לעיבען וכן הלאה


Sent from my Stratus_C5 using Tapatalk
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

לאדזשיסטיק מאפּע און די בּייפורקעישאן דייעגרעם

שליחה דורך מי אני »

פריער האב איך צוגעברענגט די סיניוּסוידעל אויסקוק פון א פאפולאציע ווען עס קומט צו אַן עקוויליבּריאום וויפיל די ענווייראמענט וכו׳ קען איינהאלטן דערפון, וואס דאן גייט עס ארויף און אראפ ארום די קעריאינג קעפּעסיטי פונעם ענווייראמענט. אין דעם איז דא די געדאנק פון א לאדזשיסטיק מאַפּע, וואס רעכענט דאס לפי א צייט-אפשניט פון א בּריִדיִנג סעזאן וכו׳. דאס איז אז מ׳שטעלט עס אויס עפ״י די עקוועישאן:
Logistic.jpg
די x באדייט א געוועהלטע פרעקשאן פון די מאקסימום מעגליכע פאפולאציע אין דעם ענווייראמענט; א פרעקשאן פונעם קעריאינג קעפּעסיטי. די געהעריגע x באדייט וויפיל פון דעם, עפ״י דעם פרעקשאן וואס מ׳האט/איז דא, ווערן געבוירן, בשעת דאס וואס איך מאָלטיפּליי דאס ביים חילוק פון 1 (די קעריאינג קעפּעסיטי הנ״ל), איז וויפיל עס שטארבן בתוך דעם סעזאן. די λ (אדער נאטירט אלס r) באדייט די וואוקס ראטע, פון וויפיל קינדער פּער בּריִדינג פּאָר ווי די פאפולאציע פארמערט זיך. די נעקסטע סעזאן לייג איך אריין די x וואס איך האב נארוואס באקומען, וואס איז דאך די יעצטיגע פרעקשאן, און עפי״ז טוה איך רעכענען. אא״וו אא״וו.

עס קומט אויס טאמער די λ איז אונטער 1, וועט די פאפולאציע עווענטועל אויסשטארבן, נישט קיין חילוק ווי גרויס זי איז געווען מעיקרא. אויב איז דאס צווישן 1 און 2, וועט די פאפולאציע וואקסן צו די קעריאינג קעפּעסיטי וואס איז 1 ווייניגער ווי λ דיוויידעד ביי λ; א מער-ווייניגער סטאבילע טרענד.

ווען λ איז העכער ווי דעם, וועט די x אָנהייבן צו זיין סיניוּסוידעל כנ״ל; ארויף איין סעזאן און אראפ דעם נעקסטן. צום ערשט וועט די x פלאָקטשועיטן צווישן צוויי וועליוּס פאר צוויי יאר מיט א סארט קביעות. דערנאך, ווי העכער λ איז ואפילו אביסל, וועט דאס אָנהייבן פלאָקטשועיטן צווישן 4 וועליוּס. און ווי העכער עס איז, אלס מער וועט דאס פלאָקטשועיטן, ביז עס דערגרייכט א כאאטישע סארט סיסטעם (הגם אז אינצווישן קען יא זיין סדר׳דיגע פלאָקטשועישאנס פון פּעריאדן פון 3 וכדומה).

אז מ׳גרעפט דאס, די λ וואס וואקסט נגד איר עפעקט אויפ׳ן x, קוקט עס אויס כזה:
Logistics.jpg
וואס די פצלים דערין צייגן אויף ווען עס הייבט אָן האבן צוויי פלאָקטשועישאנס און דערנאך ווען עס הייבט אָן האבן 4, און 8 אא״וו. דאס רופט זיך א בּייפורקעישאן דייעגרעם. אז מ׳קוקט זעהט מען אז דאס איז א פרעקטעל: ווי מער מ׳זומט אריין דערין, זעהט מען אז עס זעהט אויס ווי די גאנצע על הכלל. ולא זו בלבד, נאר דאס איז בעצם ממש מקושר מיט׳ן באקאנטן ‏מענדעלבּראט סעט:
מאנדעלבראט.jpg
וואס ארבעט אויך עפ"י אַן עקוועישאן מיט א סקווער, וואס מ'איטערעיט אריין דערין נאכאמאל די ענטפער וואס מ'האט פריער באקומען. און אויב דאס בלייבט בתוך א סכום און עס "עקספּלאדירט" נישט ארויס, איז דאס אינעם סעט. וואס ווען מ'גרעפט דאס און מ'זומט אריין אויף די עקן, חזר'ט זיך איבער דאס גאנצע זאך. די קשר דערמיט איז כזה. דא איז מען דאס מער מסביר, ועפי"ז וואס די לאדזשיסטיק מאפּע איז אָן קאמפּלעקס נומערן.

עס קומט אויך אויס אז די רעישיאוֺ פון ווי שנעל עס ווערן נאך פצלים אויף דעם לפי ווי λ ווערט גרעסער, לויט ווען עס האט זיך מתפצל געווען דערויף פריער פונעם נאך פריערדיגן מאל, דיוויידעד ביי יעצט פונעם פריערדיגן, קומט אלס נענטער צו א געוויסע נומער, וואס מ׳רופט פייגענבוים׳ס קאנסטענט. דאס איז בערך 4.669… יעדעס אזא גרעף וואס האט א מאקסימום ערגעץ וואו עס גייט ארויף און דערנאך אראפ, האט די קאנסטענט.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
יעקב מענטש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1127
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 28, 2015 5:40 pm
האט שוין געלייקט: 876 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 935 מאל

שליחה דורך יעקב מענטש »

הערשט געליינט דעם אשכול, די אלע וואס אדוואקירן פאר בירט קאנטראל (איך בין נישט דערקעגן באופן וואס דאס איז אויסגעהאלטן בהלכה והשקפה) בין איך נייגעריג צו דאס איז אויך גילטיג אויף זיי אליין? אדער נאר פאר זייערע קינדער?

אויב זענען זיי honest קענען זיי סתם אזוי באגיין זעלבסמארד און שיטערער מאכן די לופט פאר א צווייטן.
פארשפארט