אמונות אמיתיות און אמונות הכרחיות

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

אמונות אמיתיות און אמונות הכרחיות

שליחה דורך יידל »

אינעם שכינות'דיגען אשכול "פרשנות המקרא" האט זיך אנטוויקלט א שיינער שמועס איבער דעם עיקר פון תורה מסיני. בתוך הדברים איז דערמאנט געווארן דעם רמב"ם'ס ווערטער אז געוויסע אמונות זענען נישט אמת אבער דארפן דאך געלערנט ווערן פארן המון עם כדי לחזק את האמונה.

עס איז באמת נישט קיין פלא אז דער רמב"ם זאל אזוי האלטן. דער רמב"ם האט שטארק געהאלטן אז די תורה נוצט - און שטיצט דאס באנוץ פון - כל מיני פעדאגאגישע מיטלן כדי צוצופירן דעם מענטש צום דרך ישרה. עס איז באקאנט דעם רמב"ם'ס דעה אז קרבנות איז בעצם נאר א מצוה וויבאלד די אידן האבן דאס געזען ביי די אומות העולם און דער רבוש"ע האט נישט געוואלט פון איין מינוט אויפן צווייטן אפרייסן ד אידן פון די סארט עבודה, דערפאר האט דער רבוש"ע געמאכט דערפון אן עבודה (אזוי ווי [tag]שליח[/tag] און [tag]לבונה זכה[/tag] האבן טאקע דערמאנט אינעם פרשנות המקרא אשכול). אגב, שליח האט אויך צוגעלייגט אז היינט ווייסן מיר אז די זעלבע איז מיט ציצית, איך בין נישט זיכער וואס ער מיינט דערמיט אבער איך בין משער אז ער מיינט צו זאגן אז מען האט געפינען דעם געדאנק פון ציצית ביי די אומות העולם פון זמן מתן תורה און דערפאר איז מסתבר אז היינו טעמא דקרבנות היינו טעמא דציצית, דער רבוש"ע - אנשטאט אוועקנעמען די רעליגיעזע ריטואלען פון די אידן האט דער רבוש"ע דאס געמאכט פאר א מצוה. אויב מאך איך א טעות אין הבנה זאל שליח מיך ביטע פאררעכטן. עכ"פ, עס איז נישט קיין וואונדער אז דער רמב"ם נעמט אן אז געוויסע אמונות אין די תורה זענען נישט ריכטיג, און ווערן נאר גענוצט אלץ פעדאגאגישע מיטלן צו בייאיינפלוסן דעם המון עם זאל היטן די תורה. דער מקור צו דעם רמב"ם איז אין מורה חלק ג' פרק כח. שרייבט דער רמב"ם אזוי (איבערגעטייטשט דורך מיכאל שווארץ. פאר תרגום אבן תיבון, דרוקט דא):

דער רמב"ם האט געשריבן:כן גם קוראת התורה אל אמונות מסוימות שהאמונה בהן הכרחית לשם תקינות המצבים המדיניים, כגון שאנו מאמינים שהוא יתעלה יחרה אפו על מי שהמרה את פיו, ולכן חייבים לפחד, לירא ולהיזהר מן העבירה. ...
הבן את מה שאמרנו בדבר האמונות, שיש שהכוונה היא אך ורק שהמצוָה תביא לידי אמונה נכונה, כמו האמונה בייחוד, בקדמות האל ובכך שהוא אינו גוף. ויש שאותה אמונה הכרחית להרחקת העֹשֶק ההדדי או להקניית מידות טובות, כגון האמונה שהאל יכעס מאוד על מי שעשק, כמו שאמר: וחרה אפי והרגתי [אתכם בחרב. והיו נשיכם אלמנות ובניכם יתֹמים] (שמות כ"ב, כ"ג), וכגון האמונה שהוא יתעלה נענה מייד לשוועת העשוק או המרומה: והיה כי יצעק אלי ושמעתי כי חנון אני (שם, שם, כו).


דער רמב"ם איז מחלק צווישן צוויי סארטן אמונות. עס זענען דא זאכן וואס מיר מוזן גלייבן דערין וויבאלד דאס איז דער אמת. צום ביישפיל, אז עס איז נאר דא איין איינציגער באשעפער. אדער אז דער רבוש"ע איז נישט קיין גופני. אבער דערגעגן זענען דא זאכן וואס מיר מוזן גלייבן דערין וויבאלד אן דעם וועט דער סאציאלער ארדענונג גיין א גאנג. צום ביישפיל, מיר מוזן גלייבן אז דער אויבערשטער ווערט אויפגערעגט ווען איינער איז עובר אויף אן עבירה. עס איז אבער נישט אמת, עכ"פ לויטן רמב"ם. אייגענטליך, לויטן רמב"ם איז זאגאר כפירה צו גלייבן אז דער רבוש"ע ווערט אויפגערעגט אדער קען האבן סיי וועלכע מצב רוח, וויבאלד דער אויבערשטער איז קדמון לכל נברא איז נישט שייך קיין שינוי ביים אויבערשטן. אזוי אויך, וויבאלד דער רמב"ם האלט אז עס איז כפירה צו זאגן אז דער אויבערשטער האט א גוף אדער משיגו משיגי הגוף, טאר מען נישט זאגן אז דער רבוש"ע האט הרגשים וויבאלד דאס איז פונקט אזוי קארפאריאליסטיש ווי צו זאגן אז דער רבוש"ע האט א האנט אדער קומט און גייט. נאר וואס דען? די סיבה פארוואס עס שטייט יא אין די תורה אזעלכע מושגים ווי אז דער אויבערשטער רעגט זיך, האט רחמנות, הערט צו תפילות וכדו' איז וויבאלד די זאכן זענען ווי דער רמב"ם רופט זיי אן "אמונות הכרחיות", זאכן אין וועלכע מען מוז גלייבן אויב וויל מען א נארמאלען סאציאלען ארדער.

ווי כ'האב דערמאנט אין פילון'ס אשכול נוצט מלך שפירא דעם געדאנק צו פארענטפערן א שווערן רמב"ם. דער רמב"ם האט אין זיין פירוש המשניות צוויי עיקרי אמונה אויף וועלכע עס איז נישט קיין שום ספק שבעולם אז דער רמב"ם האט געוואוסט אז עס איז נישט ריכטיג. איין עיקר איז דער עיקר פון בריאה יש מאין (וועלכע איז משמע פון דעם רמב"ם'ס אריגינעלע ווערטער אין זיין פערטער עיקר, און זענען שפעטער געווארן צוגעלייגט דורכן רמב"ם בפירוש.) און די צווייטע איז די אמונה אז יעדע איינציגסטע ווארט אין די תורה ווי מיר האבן עס היינט איז געגעבן געווארן למשה מסיני. עס איז גאנץ קלאר אז דער רמב"ם האט נישט געהאלטן אז איינער וואס גלייבט נישט אין בריאה יש מאין איז א כופר וויבאלד דער רמב"ם זעלבסט שרייבט אין מורה אז ער וואלט נישט געהאט קיין פראבלעם משלב צו זיין אפלטון'ס שיטה פון קדמות העולם מיט די תורה (משא"כ אריסטו'ס שיטה). די זעלבע איז מיט די עיקר פון תורה מסיני, עס איז גאנץ קלאר אז דער רמב"ם האט געוואוסט פון די אלע חסירות ויתירות וכדו'. און כאטש געוויסע האבן גע'טענה'ט אז דער רמב"ם האט קיינמאל נישט געזאגט אז מ'מוז גלייבן אז יעדעס אות איז מסיני, איז אבער למעשה דא דער רמב"ם אין אגרת תימן וואו ער שרייבט קלאר בפירוש אז יעדעס איינציגסטע ווארט איז מקובל מסיני און עס זענען נישטא קיין שום חילוקי נוסחאות אין די ספרי תורה פון איבער די גאנצע וועלט! א דערקלערונג וואס איז זיך פשוט סותר מיט די מציאות. שפירא טענה'ט אז די אמונות פון בריאה יש מאין און תורה מסיני זענען אזעלכע סארט אמונות וואס זענען הכרחיות פארן המון עם אבער זיי זענען נישט אמונות אמיתיות. לגבי בריאה יש מאין איז פשוט פארוואס דער רמב"ם האט דאס געזען אלס אן אמונה הכרחית, וויבאלד רוב מענטשן ווייסן נישט די חילוק צווישן אפלטון'ס שיטה אין קדמות העולם און אריסטו'ס שיטה. דערפאר איז גרינגער און מער פארשטענדליך פארן המון עם אז קדמות העולם איז כפירה און פערטיג. לגבי דער עיקר פון תורה מסיני שרייבט שפירא אז דאס איז וויכטיג כדי צו זיך קעגן שטעלן דעם אראבישן "תחריף" דאקטערינע, אז די אידן האבן געטוישט די תורה.

לויט דעם איז פארשטענדליך אז אין פירוש המשניות, וואס איז געווען מיועד פארן המון עם, האט דער רמב"ם געזען פאר וויכטיג אפצושרייבן די דאגמעס אפילו ווען ער האט נישט געהאלטן אז אלע דרייצן דאגמעס זענען אמונות אמיתיות. אבער אין מורה, וואס איז ווי ער שרייבט אין הקדמה, מיועד פאר דעם איין חכם צווישן טויזענט טפשים, האט ער זיך יא ערלויבט צו שרייבן ברייטער און זאגן זיין מיינונג אויף קדמות העולם וכדו'.

דבר בעתו מה טוב, מיר שטייען יעצט פאר ראש השנה איז אינטערעסאנט צוצולייגן וואס כ'האב געזען ברענגן אז דער מאירי שרייבט אין חבור התשובה בשם דער אבן עזרא, אז לכאורה שטייט אין חז"ל שלשה ספרים נפתחים בר"ה, און פון צווייטן זייט ווייסן מיר אדם נידון בכל יום? איז דער אבן עזרא מסביר אז אודאי איז נישטא קיין חילוק צווישן ראש השנה און א צווייטן טאג פון יאר מצד דינו של הקב"ה. נאר וואס דען? מ'דארף דאך האבן איין טאג אין יאר וואס דעמאלטס ווידמעט מען פאר תשובה און פאר קבלות טובות, און וויבאלד תשרי איז דאך מזל מאזנים, איז דאס א גוטע צייט מעורר צו זיין מענטשן תשובה צו טון און מפשפש זיין במעשיהם, און דערפאר האבן חז"ל געזאגט בדרך משל אז אין ר"ה איז דא שלשה ספרים נפתחים און אז דעמאלטס ווערט מען נכתב לחיים טובים אדער פארקערט. אבער באמת איז עס נישט אזוי. אין אנדערע ווערטער, דאס אז ראש השנה איז א יום הדין איז א אמונה הכרחית, כדי דער עולם זאל תשובה טון און זיך מאכן א חשבון הנפש כאטש איינמאל א יאר.

דער אבן עזרא האט געשריבן:ואצל אבי העזרי סבה מפוארה בבחירת זה הזמן, והוא נמשך על משל אמרו, פלס ומאזני משפט לה', והוא דמיון מאמר רבותינו בענין שקול עונות וזכיות, והוא שידוע שבזה החדש, ר״ל תשרי, תכנס חמה במבט מזל מאזנים, והמזל הוא קבוץ כוכבים על צורת מאזנים ותוך הצורה צורת אדם כעסן וספר פתוח בידו, ועל זה הדמיון נבחר זה הזמן להיות האדם מתבונן כי שקול ישקל כעסו והנה צדקו ורשעו במאזנים ישאו יחד לתת לאיש כדרכיו אם טוב אם רע, והוא אמרם בסתרי דבריהם, שלשה ספרים נפתחים בראש השנה אחד של צדיקים גמורים ואחד של רשעים ואחד של בינונים, צדיקים גמורים נכתבים ונחתמין לאלתר לחיים, רשעים גמורים נכתבין ונחתמין לאלתר למיתה, של בינונים תלויין ועומדין מראש השנה ועד יום הכפורים, זכו נכתבין לחיים, לא זכו נכתבין למיתה, נשא משלו תחלה על דרך שלשה ספרים נפתחין, נמשך אל הצורה הנזכרת, עם היות הלשון מפורסם גם כן האמת על היות המעשים ידועים אצלו כאמת, "מספרך אשר כתבת", והוא אמרם במשנת חסידים וכל מעשיך בספר נכתבין, ואמר שהם נפתחין בראש השנה על צד מה שבארנו, וזה מהשתדלות דרכי הדת להיות להם בזה הערה מחודשת בזמן ידוע ובא כלל ענינו למצרף, והגבלת הזמן אמנם יהיה מצד עצמו, לא ליחד ולהגביל הזמן במשפטי ישרו, כי הוא ית' לא נסגרו ספריו לעולם עד שיפתחו בראש השנה, והוא אצלי אמרם, אין ב״ד של מעלה נכנסין לדין אלא אם כן קדשו ב״ד של מטה את החדש, כבר התבאר זה על פי קצת מפרשים, ואצלי לפרש על זה הצד אמרם ע״ה בארבעה פרקים העולם נדון, והוא באור נכון, וכבר העיד וגלה האמת ר׳ יוסי ע״ה באמת, אדם נדון בכל יום, ועל צד משל להיות המעשים ידועים, ומשל הספר בא מזה מאמר נכבד לר' עקיבא השלם במשנת חסידים, האריך בו על אפני התשובה והיות ידיעתו ית׳ סובבת ומקפת מאין זמן מוגבל והוא אמרו, הכל נתון בערבון וגו', הפנקס פתוחה והיד כותבת וכו', והחכם השלם כיון בזה המאמר להעיר האדם על עניני עצמו והשתדלו בסבב לעצמו אפני שלמותו.


אויך איז אינטערעסאנט צוצולייגן מענין לענין אז עס ווערט געברענגט אין דברי יואל בשם דער ערשטער סאטמארער רב זי"ע, אז דער רמב"ם שרייבט דאך אין הקדמה צום מורה אז אפילו טויזענט טפשים וועלן קליא ווערן דערפון לוינט זיך עס נאך אלץ פאר דעם איין חכם וואס וועט האבן א תועלת דערפון. זאגט דער רבי, מען האט געמאכט א חרם אויפן מורה אז קיינער טאר דאס נישט לערנען, נו איז דאך געוואלדיג. די טויזענט טפשים פאלגן דעם חרם און דער איין חכם וואס קען האבן א תועלת דערפון פייפט זיך טאקע אן אויפן חרם און לערנט עס יא... אין א געוויסן זין קומט אויס אז דער סאטמארער רב זי"ע האט געהאלטן אז די איסור צו לערנען פילאזאפיע איז אזא סארט "איסור הכרחית" און נישט קיין איסור אמיתות (און ווי אנדערע האבן אנגעצייכנט איז מעגליך אז דאס גאנצע שיטה הקדושה אז ציונות איז כפירה איז נישט מער ווי אן אמונה הכרחית, און אזוי זאגט מען טאקע נאך פון דעם סטייפלער אז ער האט געזאגט אז כלל ישראל דארף האבן נטורי קרתא כדי זיי צו האלטן אין די ראמען זיי זאלן נישט צו שטארק נתקרב ווערן צו די פרייע ציונים, ודפח"ח).

האטס מיר א כתיבה וחתימה טובה.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
דעת תורה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2147
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
האט שוין געלייקט: 5895 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1719 מאל

שליחה דורך דעת תורה »

2 הערה'לעך נאר.

איינס, דער רמב"ם אין די הקדמה צום מורה, באשווערט ער בשבועה חמורה אז קיינער זאל נישט נאכזאגן משמו ומשם ספרו זה, א זאך וואס שטייט נישט אין חז"ל. זוכנדיג אין חז"ל פאר אזא שיטה, אז עכט איז נישטא קיין שכר ועונש, האב איך נאר געטראפן צדוק ובייתוס. שווער צו זאגן אז זיי זאגט ער נאך.

2, איך בין נישט קיין בקי ורגיל אינעם לשון הרמב"ם אין מורה, אבער על פניו איז דער לשון נישט מוכיח אזוי, מסתבר איז צו לערנען פשט בדבריו הסתומים אז די הרגשות פאסירן נישט ביים אייבערשטן באמת אבער די עונשים געשעען אוודאי, און אויף יעדן חטא קל גיט מען אפ א דין וחשבון. ויש מאות ראיות מוכיחות לזה.
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3911
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך לעיקוואד »

גאר א וויכטיגע- און מסוכנ'דיגע- נושא. וויבאלד דאס עפענט אויף א פתח צו זאגען מער ווייניגער אויף כל התורה כולה אז עס איז נאר אמונה הכרחית.
און דערנאך קומט די צווייטע שאלה: איז עס היינט מוכרח? קענען מיר טאקע היינט נישט מייסד זיין קיין סאסייעטי אן די סארט אמונות? לכאורה איז די רעלאטיווער סדר מיט וואס דער מערב- וועלט פירט זיך היינט א מופת חותך אז דער רמב"ם'ס הנחה אז א וועלט ווי מ'גלייבט נישט אין שכר ועונש וכו' וועט זיין אנארכיע איז נישט ריכטיג.

די געדאנק פון אמונות הכרחיות, אדער אויף די מער שארפע נוסח "שקרים קדושים", איז שוין געווען פאר דער רמב"ם, אפלטון אין זיין 'רעפאבליק' ווידמעט גאנצענע פרקים צו די שקרים וואס די מדינה דארף פארקויפען כדי זיך צו קענען האלטען. און פון דארט האט עס דער רמב"ם גענומען. דורך פארשידענע אראבישע פילאסאפער וואס ער האט געליינט. דא קענט איר ליינען א שטיקל אפהאנדלונג איבער די מקורות פון דער ענין אין חז"ל און ביי חכמי האומות. ווי אויך א דיון אין די שוועריקייטן און פארדאקסען פון די סארט מהלך.
מאידך, לויט די היינטיגע ליבעארלע - דעמארקאטישע מהלך, איז זייער שווער צו אננעמען אזא מהלך אז די חכמים זאלן משקר זיין ביודעים און לאזן די המון עם אין זייער טיפשות, עס איז אויך דא א פאקטישע חילוק צווישען וואס דער המון האט אמאל געוואסוט און היינט, דער רמב"ם ברענגט אין מורה כמ"פ אז אפילו פשוט'ע פיזישע פאקטן וועגן די בריאה זאל מען באהאלטען, זאכען וואס יעדער קינד לערנט היינט אין (חדר)[סקול]. ווי אויך אין די היינטיגע אינפארמאציע עפאכע איז גאר שווער צו גאר אוממעגליך באהאלטען פאקטן פון דער עולם.
I have a dream
Martin Luther King ~
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3911
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך לעיקוואד »

דעת תורה האט געשריבן:2 הערה'לעך נאר.

איינס, דער רמב"ם אין די הקדמה צום מורה, באשווערט ער בשבועה חמורה אז קיינער זאל נישט נאכזאגן משמו ומשם ספרו זה, א זאך וואס שטייט נישט אין חז"ל. זוכנדיג אין חז"ל פאר אזא שיטה, אז עכט איז נישטא קיין שכר ועונש, האב איך נאר געטראפן צדוק ובייתוס. שווער צו זאגן אז זיי זאגט ער נאך.


עס שטייט אבער נישט דארט אז ער שרייבט נישט קיין זאכן וואס שטיין נישט פריער, נאר אז מ'זאל נישט נאכזאגען. דאס איז פונקט שיטת הרמב"ם נישט אויסצוזאגען פאר דער המון זאכען וואס קענען שאטען פאר זייער אמונה.
I have a dream
Martin Luther King ~
דעת תורה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2147
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
האט שוין געלייקט: 5895 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1719 מאל

שליחה דורך דעת תורה »

מסכים.

אבער דאס נאכזאגן דא באדייט עובר צו זיין אויף די שבועה.
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3911
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך לעיקוואד »

כבר התירו פרושים את הדבר.
I have a dream
Martin Luther King ~
באניצער אוואטאר
הוגה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3112
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 6841 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל

שליחה דורך הוגה »

יידל, החייתנו! די גאנצע ארטיקל איז שיין און קלאר געשריבן מיט מקורות וציטוטים. אבער בעיקר האב איך הנאה געהאט פון די אבן עזרא. שוין יארן וואס אזא געדאנק דרייט זיך אין מיין קאפ. אבער כ'האב אלץ געהאט שוועריקייטן עס צו אקצעפטירן טראץ דעם וואס עס האט געמאכט די מערסטע sense פאר מיר. יעצט אבער אז כ'האב די אבן עזרא האסטו פארגרינגערט מיין לעבן.

בנוגע די רמב"ם'ס שיטה איבער קרבנות, איז טאקע וויכטיג צו צו צייכענען אז לפי זייער אסאך וועט מען ביים דריטע ביהמ"ק טאקע מער נישט אומברענגן בעלי חיים פארן באשעפער'ס וועגן, כידוע.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3911
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך לעיקוואד »

הוגה האט געשריבן:
בנוגע די רמב"ם'ס שיטה איבער קרבנות, איז טאקע וויכטיג צו צו צייכענען אז לפי זייער אסאך וועט מען ביים דריטע ביהמ"ק טאקע מער נישט אומברענגן בעלי חיים פארן באשעפער'ס וועגן, כידוע.

ווער זענען די אסאך, אחוץ הרב קוק אין 'חזון הצמחונות והשלום'?
I have a dream
Martin Luther King ~
באניצער אוואטאר
הוגה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3112
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 6841 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל

שליחה דורך הוגה »

עס ווערט שוין דערמאנט אין ספרי תלמידי בעש"ט. (כ'האב נישט א פונקטליכע מ"מ דא יעצט.) די נקודה פון א מבט חסידי איז אז אלע אונזערע גשמיות'דיגע מעשים זענען נאר דא מעורר צו זיין מחשבה, וואס אונזערע חומר שטערט אונז צו צו קומען און זיך האלטען דערצו, דארף מען בייקומען די חומר מיט א מעשה און אזוי מעורר זיין די מחשבה. דאס איז ביי תפלה, צדקה, עבודה, מנהגים וכדומה. משא"כ ווען עס וועט ווערן מלאה הארץ דעה, דיחומר וועט מער נישט שטיין אין וועג וועט מען קענען דינען נאר במחשבה.

אויך האב איך א צייט צוריק געזעהן דא אין ק"ש אזוי בשם די רמב"ם און אנדערע ראשונים.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3911
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך לעיקוואד »

פליז ברענג א מ"מ אויב דו קענסט, איך געדענק נישט אזא מקור. אז עס שטייט/מרומז אין רמב"ם ווייס איך..
I have a dream
Martin Luther King ~
באניצער אוואטאר
מאטי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3090
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3382 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל

שליחה דורך מאטי »

רמב"ם הלכות מלכים יא',א':
"המלך המשיח עתיד לעמוד ולהחזיר מלכות דויד ליושנה לממשלה הראשונה, ובונה המקדש ומקבץ נדחי ישראל, וחוזרין כל המשפטים בימיו כשהיו מקודם, מקריבין קרבנות, ועושין שמטין ויובלות ככל המצות האמורה בתורה, וכל מי שאינו מאמין בו, או מי שאינו מחכה לביאתו, לא בשאר נביאים בלבד הוא כופר, אלא בתורה ובמשה רבנו, שהרי התורה העידה עליו שנאמר "ושב ה' אלוהיך את שבותך, וריחמך; ושב וקיבצך . . . אם יהיה נידחך, בקצה השמיים . . . והביאך ה'"
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
באניצער אוואטאר
הוגה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3112
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 6841 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל

שליחה דורך הוגה »

נו, האט דאך שוין די רמב"ם אליינס געגעבן די ענטפער אין די האנט אריין, אז ס'קען זיין אז דאס איז א אמונה הכרחי. אבער בעצם קען פשוט זיין אז די רמב"ם רעדט פון קרבנות במחשבה, עס שטייט נישט בהמות.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
באניצער אוואטאר
מאטי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3090
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3382 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל

שליחה דורך מאטי »

און אפשר איז דיין תגובה אז ס'מיינט מחשבה בלויז אן ענין פון הכרחי. טא ועם זאל איך גלייבן?

"כל מי שאינו מאמין בו, או מי שאינו מחכה לביאתו, לא בשאר נביאים בלבד הוא כופר" אויך בלויז אן ענין פון הכרחי?
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום מאטי, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
נהורא נפישא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 1778 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2305 מאל

שליחה דורך נהורא נפישא »

כהאב אויך אזוי געזעהן ערגעץ בשם דעם תולדות יעקב יוסף און ר' מענדל וויטעפסקער כהאב אבער דאס געזוכט און נישט געקענט טרעפן אינעווייניג און ערגעץ.פשטות איז דאך עס קעגען פסוקים מפורשות און מאמרי חז"ל נאר אז מרעדט שוין פון אמונות הכרחיות אפשר דאס אז מוועט מקריב זיין קרבנות לעת"ל איז אויך פון די סארט ווייל נאר די שפראך האבן זיי פארשטאנען.
למה נקרא שמו רבי נהוראי, שמנהיר עיני חכמים (עירובין:)
באניצער אוואטאר
שליח
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 11, 2013 11:43 am
געפינט זיך: th dimension'∞
האט שוין געלייקט: 459 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 767 מאל

שליחה דורך שליח »

יידל האט געשריבן:אגב, שליח האט אויך צוגעלייגט אז היינט ווייסן מיר אז די זעלבע איז מיט ציצית, איך בין נישט זיכער וואס ער מיינט דערמיט אבער איך בין משער אז ער מיינט צו זאגן אז מען האט געפינען דעם געדאנק פון ציצית ביי די אומות העולם פון זמן מתן תורה און דערפאר איז מסתבר אז היינו טעמא דקרבנות היינו טעמא דציצית, דער רבוש"ע - אנשטאט אוועקנעמען די רעליגיעזע ריטואלען פון די אידן האט דער רבוש"ע דאס געמאכט פאר א מצוה. אויב מאך איך א טעות אין הבנה זאל שליח מיך ביטע פאררעכטן.


יא, כ'טרעף נישט כרגע קיין מקור, אבער דוכט זיך כ'האב עס געזעהן אין א מאמר פון יעקב מילגרום אין בית מקרא, אז די כנענים האבן געהאט די זעלבע ציצית, די תורה האט נאר צוגעלייגט דעם פתיל תכלת. אז מ'קוקט אריין אין די פרשה שטייט עס כמעט ארויס: ועשו להם ציצית וכו' ונתנו על ציצית הכנף פתיל תכלת והיה לכם לציצית, דאס זאל זיין אייער ציצית. אויב קומט די תורה דא מחדש זיין דער גאנצער מושג פון ציצית בכלל האבן די ווערטער נישט קיין פשט.

מ'דארף אבער אויפמערקן אז ס'איז דא א חילוק צווישן די סארט מצוות און אמונות הכרחיות. די מצוות האבן טאקע א זייטיגע סיבה פארוואס זיי זענען געגעבן געווארן, אבער איינמאל זיי זענען געגעבן געווארן זענען זיי פונקט אזוי אמת ווי יעדע מצוה. לשם ששה דברים הזבח נזבח, איינס פון זיי לשם נחת רוח שאמר ונעשה רצונו.

[tag]הוגה[/tag], בפשטות איז דער רמב"ם אויך מודה אז מ'וועט מקריב זיין קרבנות לעת"ל, ככתוב והביאותים אל הר קדשי ושמחתים בבית תפילתי עולותיהם וזבחיהם לרצון על מזבחי, און ווי ס'שטייט אין די נבואות פון יחזקאל, און ווי מ'זאגט יעדן מוסף ושם נעשה לפניך כמצות רצוניך, און ווי ס'שטייט אין כריתות ט. לענין גר (ונפסק ברמב"ם פי"ג מהל' איסורי ביאה ה"ה), ושבת יב: ושבועות כו. תוד"ה את ויומא פ. לענין חוטא בזה"ז, מ'קען דאס נישט מדחה זיין אלס אמונות הכרחיות ווייל צו וואס האבן זיי געדארפט הייסן מפריש זיין. (ס'זענען אפשר דא וואס זאגן אז דאס אלעס איז נישט כפשוטו, אבער ס'איז א דוחק עצום. ואגב, דער רמ"ע מפאנו שרייבט אז מ'וועט מקריב זיין אלעס וואס מ'האט פארפעלט במשך הגלות).

דעת תורה האט געשריבן:2 הערה'לעך נאר.

איינס, דער רמב"ם אין די הקדמה צום מורה, באשווערט ער בשבועה חמורה אז קיינער זאל נישט נאכזאגן משמו ומשם ספרו זה, א זאך וואס שטייט נישט אין חז"ל. זוכנדיג אין חז"ל פאר אזא שיטה, אז עכט איז נישטא קיין שכר ועונש, האב איך נאר געטראפן צדוק ובייתוס. שווער צו זאגן אז זיי זאגט ער נאך.

2, איך בין נישט קיין בקי ורגיל אינעם לשון הרמב"ם אין מורה, אבער על פניו איז דער לשון נישט מוכיח אזוי, מסתבר איז צו לערנען פשט בדבריו הסתומים אז די הרגשות פאסירן נישט ביים אייבערשטן באמת אבער די עונשים געשעען אוודאי, און אויף יעדן חטא קל גיט מען אפ א דין וחשבון. ויש מאות ראיות מוכיחות לזה.


ווער האט דא געשריבן אז שכר ועונש אליינס איז בלויז אמונה הכרחית? מסתבר איז אוודאי ווי איר שרייבט. און פארשטייט זיך אז מ'קען נאר נוצן אמונה הכרחית אויף זאכן וואס זענען מוכרח, אזוי ווי מ'זאגט אז עיני ה' איז נישט כפשוטו, דאל"כ בטלה תורה ווי לעיקוואד האט שוין דערמאנט.
ראית איש חכם בעיניו תקוה לכסיל ממנו (משלי כו יב).
Skepticism is not necessarily a badge of tough-mindedness; it may equally be a sign of intellectual cowardice ~ John Beloff
נהורא נפישא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 1778 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2305 מאל

שליחה דורך נהורא נפישא »

ר' ישמעאל האט דאך געזאגט לכשיבנה ביהמ"ק אביא חטאת שמנה
למה נקרא שמו רבי נהוראי, שמנהיר עיני חכמים (עירובין:)
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3911
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך לעיקוואד »

[tag]שליח[/tag], די שאלה איז אויב דער רמב"ם האט זיך געהאלטען מחוייב צו די אלע מאמרי חז"ל וואס איר ברענגט. עניוועיס, די שאלה וואס וועט זיין ווען משיח וועט קומען איז נישט אקטואל ווי דער רמב"ם אליינס שרייבט אין ספר הי"ד, ווען ער וועט קומען וועט מען שוין זעהן. (און אויב משיח איז אויך אמונה הכרחית, שוין..)


לגבי ווער האט געזאגט אז שכר ועונש איז אמונה הכרחית? איז דאס איז דער רמב"ם אליינס, וואס זאגט דאס אין גאנץ קלארע ווערטער, אין מו"נ ח"ג שם, מנחם קלענער האט א קלארער בירור אויף דעם אין אן אפענדיקס צו זיין בוך must a jew believe anything (עס איז אמאל געווען אויפן אינטערנטעט לפי שעה טרעף איך עס נישט).
און לגבי די טענה אז א"כ בטלה תורה, בלייב מיר ביי די קשיא. נישט וועגן דעם קען מען פארדרייען וואס שטייט.

מיר זענען אזי צוגעוואוננט אז עיני ה' איז נישט כפשוטו אז מיר כאפן נישט וואסארא מהפכה דער רמב"ם האט געמאכט אין דער געביט. בזמנו איז געווען צו זאגען אזוי ממש אזויווי היינט צו זאגען אסאך מער ראדיקלע און 'אפיקורסישע' דעות.
I have a dream
Martin Luther King ~
באניצער אוואטאר
הוגה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3112
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 6841 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל

שליחה דורך הוגה »

איך זעה אבער אין די אויבן דערמאנטע לינק צו עצכ״ח אז עס איז נישט א דבר מוסכם אז דאס איז טאקע די כוונה פון די רמב״ם אין דער שטיקל מורה. איז דא איינער וואס לערנט אנדערש פשט אין דעם שטיקל?
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3911
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך לעיקוואד »

אוודאי איז דא וואס לערנען אנדערש, למשל דער חפץ חיים, הרב אלישיב, ר' אליע בער וואכטפויגל. אדער זייערע קאונטערפארטס אין פריערדיגע דורות. די שאלה איז צו מען קען דאס רופען 'געלערנט'.
I have a dream
Martin Luther King ~
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3911
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך לעיקוואד »

מער ערנסט, מען קען דוחק'ן אז הכרחיות איז נישט לאפוקי אמיתיות, נאר בתוספת צו אמיתיות איז דא אמונות וואס זענען וויכטיג אויך אדער בעיקר פאר פראגמאישע סיבות און עס זענען דא אזעלכע וואס זענען בעיקר ויכטיג ווייל זיי זענען אמת, אבער נישט אז די הכרחיים זענען נישט אמת. דער פראבלעם איז אז דאס שטימט נישט אין פילע אנדערע פרקים פון רמב"ם און איז א דוחק.
I have a dream
Martin Luther King ~
באניצער אוואטאר
שליח
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 11, 2013 11:43 am
געפינט זיך: th dimension'∞
האט שוין געלייקט: 459 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 767 מאל

שליחה דורך שליח »

לעיקוואד האט געשריבן:די שאלה איז אויב דער רמב"ם האט זיך געהאלטען מחוייב צו די אלע מאמרי חז"ל וואס איר ברענגט. עניוועיס, די שאלה וואס וועט זיין ווען משיח וועט קומען איז נישט אקטואל ווי דער רמב"ם אליינס שרייבט אין ספר הי"ד, ווען ער וועט קומען וועט מען שוין זעהן.


דערפאר האב איך דאך צוגעצייכנט דער רמב"ם בהל' איסורי ביאה וואס פסק'נט אז דער גר וועט ברענגן א קרבן לעתיד. (מ'קען אפשר מדחיק זיין אז אין יד שרייבט ער פארן המון, אבער צו וואס האט עס אים אויסגעפעלט? כ'מיין אז דער רמב"ם וואלט רואיגערהייט משמיט געווען די דריי ווערטער ווען ער האלט ווען אז ס'איז נישט ריכטיג). איבעריגס, דער רמב"ם איז נאר מסביר די סיבה פארוואס ס'איז געווארן אזא ענין ווי קרבנות, אבער איינמאל ס'איז א מצוה איז עס גארנישט ווייניגער ווי אנדערע מצוות, פארוואס זאל עס בטל ווערן ענדערש ווי ציצית למשל?
דער רמב"ם אין הל' מלכים באציט זיך איבער די שאלה ווען פונקטליך אליהו הנביא וועט קומען, אויף דעם שרייבט ער אז די זאכן זענען נישט קיין עיקר בדת אלא יחכה ויאמין בכלל הדבר. אין אנדערע ווערטער, ס'איז בכלל נישט קיין הלכה'דיגע נידון. דאס מיינט נישט אז סיי וועלכע זאך וואס וועט נאר נוגע זיין בביאת המשיח איז נישט אקטועל (הגם מ'טרעפט אזוי אין ש"ס הלכתא למשיחא), האלב רמב"ם וועט נאר נוגע זיין דאן. דער רמב"ם שרייבט אין פיה"מ לפרק חלק אז מענטשן זענען דאן פארנומען געווען צו מ'וועט אויפשטיין תחיה"מ מיט די קליידער וכדו' אזעלכע סארט שאלות, לבי אומר לי אז דערפאר האט דער רמב"ם בכלל געדארפט שרייבן אז די סארט זאכן זענען נישט קיין עיקר בדת, ווען נישט וואלט ער בכלל נישט גערעדט דערפון. (אגב, דא איז נוגע בזה"ז אויך פאר א חוטא צו ער דארף אראפשרייבן בפנקסו זיין חטא און די שיעור ;) ).

לעיקוואד האט געשריבן:לגבי ווער האט געזאגט אז שכר ועונש איז אמונה הכרחית? איז דאס איז דער רמב"ם אליינס, וואס זאגט דאס אין גאנץ קלארע ווערטער, אין מו"נ ח"ג שם, מנחם קלענער האט א קלארער בירור אויף דעם אין אן אפענדיקס צו זיין בוך must a jew believe anything (עס איז אמאל געווען אויפן אינטערנטעט לפי שעה טרעף איך עס נישט).


(כ'האב געפרעגט ווער האט דא געזאגט. ובעצם דעת הרמב"ם עדיין נראין דברי דעת תורה לענ"ד. מסתמא רעדט מען שוין פון דעם, כ'וועל אבער מעיז פנים זיין און פארט פרעגן: איז דען נישט מוכרח פונעם רמ"ה ור"ש משאנץ ורמב"ן שדנו בענין דעת הרמב"ם לענין כרת ושאר עניני שכר ועונש, אז דער מורה מיינט נישט שכר ועונש בכלל נאר זעם ה'?)

לעיקוואד האט געשריבן:מיר זענען אזי צוגעוואוננט אז עיני ה' איז נישט כפשוטו אז מיר כאפן נישט וואסארא מהפכה דער רמב"ם האט געמאכט אין דער געביט. בזמנו איז געווען צו זאגען אזוי ממש אזויווי היינט צו זאגען אסאך מער ראדיקלע און 'אפיקורסישע' דעות.


אויף וויפיל איך ווייס איז דאס נאר געווען אין געוויסע געגנטער א קורצע זמן (אסכולת חסידי אשכנז והמסתעף), אבער רוב כלל ישראל האבן אלעמאל געוואוסט, און גאנץ כלל ישראל האבן רוב צייט געוואוסט, אז עיני ה' איז נישט כפשוטו. אונקלוס למשל איז אלעמאל זייער נזהר להרחיק ההגשמה.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום שליח, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
ראית איש חכם בעיניו תקוה לכסיל ממנו (משלי כו יב).
Skepticism is not necessarily a badge of tough-mindedness; it may equally be a sign of intellectual cowardice ~ John Beloff
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3911
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך לעיקוואד »

די שאלה איז פון ווי די האסט טאקע גענומען די הנחה אז אלע מצוות זענען אזוי אז די רגע עס איז א מצווה גייט נישט אן די טעם? נישט אין מורה נבוכים האסטו דאס געטראפען. (עס איז גאנץ מפורש אין מו"נ אז בל תוסיף וזאת התורה לא תהא מוחלפת איז אמונה הכרחית און באמת זענען די חכמים משנה נאר זיי זענען עס מסביר אין די תורה כדי שההמון לא ימרוד).

למעשה איז קרבנות זייער אנדערש פון די משל דיינע פון ציצית, ציצית אד"ג קענסטו זאגען עס איז געווען אזא קולטורישע זאך און די תורה האט עס געמאכט א מצווה. ומשם ואילך נקבע כמצווה. הגם דאס אליינס איז נישט מוכרח. אבער לגבי קרבנות צייכנט דער רמב"ם צו בפירוש אז עס איז א בדיעבד, און ער איז עס ממשיל צו אזא חינוך אז דער אייבישטער האט נישט געקענט אפגעוויינען אידען פון מקריב זיין קרבנות אויף איין מאל האט ער זיי לפחות מגביל געווען עס זאל זיין לה' און נאר אין ביהמ"ק וכו', פון דעם וואס ער מאכט עס אזא בדיעבד איז נובע אז ווען דער עולם איז שוין גרויס און פארשטייט אליינס דארף מען עס נישט. און ער איז דאס גאנץ קלאר מרמז אז דער אמת איז עיקר עבודת ה' במחשבה נאר דער עולם וואלט עס נישט מקבל געווען האט כביכול נאכגעגעבן און געגעבן עבודות מעשיות ווי קרבנות.

ועד שאתה שואל מהלכות פרטיות, שאל מכל הלכות קרבנות שנפסקו בספר הי"ד בלי פקפוק ובלי רמז לכל הענין הזה. ועל כרחך הא לן והא להו.

עס איז קלאר פון דער רמב"ם'ס מעטאפיזיק אז שכר איז נאר התדבקות בשכל הפועל דורך עיון במושכלות און דאס איז נצחיות הנשמה, ווידער ווער עס איז נישט זוכה איז סתם נכרת און בלייבט גארנישט. אין דער זין גלייבט דער רמב"ם אין שכר ועונש, לא פחות ולא יותר.

איז קלאר אין רמב"ם אז לגבי עיני ה' האט ער געמאכט א מהפכה, אמת ער איז דער וואס טענה'ט אז אונקלוס מיינט אזוי, דער רמב"ן אגב דינגט זיך פשט אין אונקלוס בכלל, דאס וואס מ'ווייסט אז זיי האבען קלאר געהאלטען א געוויסע הגשמה איז וואס דו רעדסט, אבער זיי האבען גאר שטארקע מקורות בדברי חז"ל והאגדות און אונקלוס איז נישט גענוג צו טענה'ן אנדערש. בפועל איז דאס אין מורה שטעלט ער עס אוועק ווי א מהפכה וואס ער האט געמאכט נאר ווייל זיין שכל האט מחייב געווען אזוי. און ער איז מדחיק בכוח גדול אן א שיעור פסוקים ומאמרי רז"ל נאר ווייל זיין שכל האט אנדערש געזאגט.
I have a dream
Martin Luther King ~
דעת תורה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2147
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
האט שוין געלייקט: 5895 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1719 מאל

שליחה דורך דעת תורה »

[tag]שליח[/tag] רש"י ווערט דוכט זיך פאררעכנט פון די בעלי הגשמה, כאטש ער שרייבט אויף צענדליגער פלעצער דעם פראז "לשבר את האוזן".

ווער עס האט "דא" געזאגט? יידל בתוך דבריו.

צי דער רמב"ם האט געמיינט שכר ועונש כפשוטו, איז דער לשון בכלל נישט מוכח אזוי כנ"ל. און איך בין זיכער אז אויב וואלט אפילו געווען א צד צו לערנען אזוי פשט, וואלט דאס געווען דער שטערקסטער געווער בפי שונאיו ומתנגדיו, און א מעין אישו ביי די מצדיקים את דבריו. אויב איז דאס א מחלווקה צווישן ח"ח און הגר"מ שפירא קען דאס נישט זיין צו א שטארקער צד.

און אגב, פונקט האב איך געזען א רמב"ם וואס לויט דעם איז זייער שווער צו זאגן אז שכר ועונש איז נאר הכרחית. דער רמב"ם איז מסביר דעם ענין פון שופטים ושוטרים, אז שיין וועט מען אויסקוקן אז די קיום התורה והמצוות וועט זיך ווענדן אין יעדן'ס אמונה, און דער וועג צו פארזיכערן שמירת תומ"צ איז נאר דורך שוטרים.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום דעת תורה, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
פארשפארט