עבר קציר כלה קיץ, אודך, א נייע יאר.

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
פארשפארט
באניצער אוואטאר
חזקיהו המלך
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 585
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 09, 2013 7:31 pm
האט שוין געלייקט: 61 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 541 מאל

עבר קציר כלה קיץ, אודך, א נייע יאר.

שליחה דורך חזקיהו המלך »

יא טייערע ברודער, דער זוממער איז אדורעך, דער גראז האט געגרינט, די ביימער האבען זיך געבלעטעלט, ס'איז אדורעך נאך א קאנטרי סעזאן, יעדער איז ווייטער ביזי מיט דאס זייניגע, דער סוחר האנדעלט, דער מוכר וואנדעלט, די פרייליכע לאכען, די טרויעריגע קרעכצען, די קריטיקירער קריטיקירען,

שמערל קויפט ווייטער יעדעס יאר א אלטע קאר פאר דריי הונדערט דולר אין פיקסט גארנישט דערויף ווייל ס'קאסט מער ווי די קאר, יוסל קויפט ווייטער זיין סענדוויטש יעדען אינדערפרי ווען ער יאגט זיך צי די ארבעט טראכטענדיג אז מארגען וועט ער שוין אויפשטיין פריער אין עסען א נארמאלע פרישטיג..... , בערל איז ווייטער ביזי אין די מקוה צי איבערמאכען זיין בארד זעקס מאל אין נאכדעם באשלוסען אז די ערשטע מאל איז געווען די בעסטע,

די משולחים מאכען ווייטער חתונה די זיבעטע קינד קיין עין הרע, די ציונים גראבען ווייטער קברים, לייבל האלט ווייטער אין איין זיכען אלטע חזנים טעיפ'ס, דער אלטער ר' זיידל מאכט ווייטער זיין קאווע יעדען פארטאגס נאך די מקוה אין נאכען ערשטען שלונג גיסט ער עס אויס זיך אונטערמורמלענדיג אז פאר'ן קריג האבען זיי געהאט קאווע... וואס פארשטיי די היינטיגע יונגווארג...,

אבער טייערע ברודער'לעך ווען ס'קומט שון נאכאמאל דער טאג פין משפט, ס'קומט נאכאמאל די צייט וואס מען גייט דן זיין די וועלט בכלל אבער כלל ישראל בפרט, מען גייט נאכאמאל דן זיין צי דעם קומענדען יאר וועט מען נאך דארפען זיצען אין גלות, דאן געבט עס א קיצעל אין הארץ, אה שוין אזוי לאנג, ס'גייט דורך נאך א ווינטער אין נאך א זוממער אין..... ועדיין לא נושענו..... אונז זיץ מיר נאכאלץ אין גלות,

אין ווען לאמיר זאגען ס'וואלט געגאנגען גוט פאר אידען אין גלות, וואלט נאך געקענט זיין קטני דעת וואס פארשטייען נישט אויף וואס מ'ווארט מיר, אין וואס מ'האמער געהאט בזמן שבית המקדש היה קים, אבער ס'איז דאך ליידער אין בית אשר אין שם..... ס'דא אזוי פיהל ווייטאג ביי אידישע קינדער, זה בכה וזה בכה, ס'דא וואס מיינען אז ביי יענעם גייט יא גוט, ווייל פין אינדרויסען קען מען נישט אלעמאל זעהן, אבער ס'איז כל לבב דוי וכל ראש לחלי, אזוי פיהל מינים פראלעמען זענען ליידער דא, אין ווען ס'קומט א צייט פין חשבון, דארף מען זיך א טראכט טאהן, זיך א וועק טאהן, ווילאנג נאך קען מען דאס נאך איבערטראגען, ס'מיז שוין נעמען א סוף צי אידישע צרות,

אין די איינציגע אין אמת'ע ישועה וואס וועט אויפרעכטען כלל ישראל, אין דער מלך המשיח, אין דער באשעפער ווארט אויף אונז, ס'איז און אונזערע הענט, אז ס'קומט ראש השנה, דעם טאג וואס מ'איז ממליך דעם אייבערשטען נאכאמאל אויף די גאנצע בריאה, לאמיר איינרייסען אז מיר ווילען מער נישט ווארטען, נאר ותמלך אתה הוא ה' אלקינו לבדך על כל מעשך, מיר ווילען משיח צדקינו, מיר ווילען די גאולה שלימה, מען ווארט שוין אזוי לאנג, ס'האט שוין געקאסט אזוי פיהל בלוט מיט טרערן, די יארען דרייען זיך איינס נאכען צווייטען, נו וואס וועט זיין די תכלית, ווי לאנג נאך,

רבותי, לא עת לחשות, די תפילות פין יעדען איד וואס קומט פין טיפען הארצען קען אויפשאקלען אלע וועלטען, די תפילות האבען אסאך מער כוח ווי אסאך מיינען, איז ווען ס'קומט דעם הייליגען טאג פין ראש השנה לאמיר זיך אנחאפען ביים כסא הכבוד אין איינרייסען אויף די גאולה, אז דער באשעפער זאל זיך שוין אננעמען אויף זיין כבוד, אין שוין רחמנות האבען אויף זיינע קינדער וואס זענען שוין אזוי שרעקליך לאנג אין גלות,

אין מיר שטיין נישט אליינס משיח צדקינו אליינס מיט די מלאכי רחמים מיט די צדיקים וואס זענען שוין דארט, טוען זיך אלע צאמנעמען אין בעטען אין וויינען פאר די גאולה אבער די תפילות וואס קומען פין דא אונטען האבען א אנדערע באדייט, איז לאמיר נישט פארפאסען די געלעגענהייט, לאמיר אויסניצען דעם טאג צי בעטען אין איינרייסען אויף די גאולה שלימה,

אין יעדעס אידישע טרער, אין יעדע אידישע תפילה איז מקרב די גאולה, מען ווייסט קיינמאל נישט ווי נאנט מען קען שוין האלטען, אין בזכות פין די ריינע אידישע תפילות זאל דער באשעפער העלפען אז יעדער פין אונז אין גאנץ כלל ישראל זאל פארשריבען ווערען צי א גוט יאר אין געהאלפען ווערען יעדער מיט וואס ער דארף, אין בבני חיי ומזוני רויחי, אין להכתב ולהחתם בספרן של צדיקים לאלתר לחיים טובים ולשלום. אמן
איך בין א חוצפעניאק ! אזוי האט מיין טיטשער געזאגט
אביגדור
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1301
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 04, 2013 7:19 pm
האט שוין געלייקט: 1684 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1425 מאל

שליחה דורך אביגדור »

כל הראוי לבילה וכו'
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

חזקיהו המלך האט געשריבן: דער סוחר האנדעלט, דער מוכר וואנדעלט,

וואס מיינט דאס וואנדלען?

צום ענין, זאג, האסטו געלייענט מיין ארטיקל פון אחות קטנה? אפשר זאגסטו וואס מיר זאלן טון מער ווי פאריאר? מען האט שוין איינגעריסן, געדאווענט, געוויינט, געשריגן. נישט נאר אונז, נאר גרעסערע צדיקים ווי אונז. גיב א קוק אריין אין מחזור דברי יואל און זעה וויפיל טייכן טרערן מען האט דארט פארגאסן, וואס מען האט אלס איינגעריסן, און די זעלבע איז געווען ביי אנדערע צדיקים אויכעט. און נאך אלץ וואנדעלט דער מוכר, ועדיין לא נשענו.

איך בין שוין מיד פון הערן יעדן יאר די זעלבע מוסר דרשה ווי א טעיפרעקארדער. אפשר גיסטו אונז גענויע אינסטרוקציעס ווי אזוי אדורכצוברעכן די זאך איינמאל פאר אלעמאל?
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4863
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 8315 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל

שליחה דורך רויטע וואנצעס »

איך מיין מ'זאל נעמען א וואט אויף די סיבה פארוואס עדיין לא נשענו, איך האב נאר מורא ס'וועט זיין מער סיבות ווי וואטערס.

אינטערנעט
שמאלע קליידער
ברייטע קליידער
צו לאנגע קליידער
רויטע קליידער
קלעבדיגע קליידער
קורצע קליידער
מחלוקת
יונגעלייט אהן היטן
פרעס געשעפטן
4 סלייס קאפל
באמשע גלעזער
לשון הרע
אייז קרים סטאר
ציונות
ערכאות
קאווע שטיבל
וואכענדיגע פעמפערס אין שבת
מקוה ווייקן שבת
מעיקאפ
פעיסבוק
טוויטער
שמירת עינים
מווארפט בחורים
בילדער פון גוים אין אויסגאבעס
עירוב דבארא פארק ו'וילי ובעסוואטער
פריצות אין עטרת אברהם
בוני עולם
שייטל סטאר
תועבה
גיוס בני ישיבות
חפירות
(עיין בריוון צום בלאט פאר נאך)
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום רויטע וואנצעס, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
באניצער אוואטאר
outspoken
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1227
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 21, 2012 10:43 am
האט שוין געלייקט: 269 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 802 מאל

שליחה דורך outspoken »

מאלעסטען האסטו נישט געלייגט, נחום ראזענבערג האט דאס שוין מתקן געווען...
פאקט, אז מ'זאל נעמען אלע נסיונות פונם דור אריינגערעכענט אינטערנעט און ארונים אויף איין זייט און ציונות אויף די אנדערע וועט דאס לעצטע איבערוועגן SO LETS BE FOCUSED NOT STUPID
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20419
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

outspoken האט געשריבן:מאלעסטען האסטו נישט געלייגט, נחום ראזענבערג האט דאס שוין מתקן געווען...

וויאזוי? דורך שרייבן ניבול פה און אויסרעכענען וואו אין די וועלט (אמעריקע, סאוט אפריקע, א"י), מ'איז אלץ עובר די ארגסטע עבירות. לויט איהם קומט אויס אז א יעדער רב איז א מאלעסטער. די איינציגסטע ארנטליכע מענטשן וואס זענען פארהאן אויף די וועלט איז ער און זיין פרענד מ. א. וועלכער וואוינט איצט אין פלארידא (מכמה טעמים) נאר שפרינגט אריבער קיין ניו יארק פון צייט צו צייט.
פארשפארט