שאט אפ ענד סינג!

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל

שאט אפ ענד סינג!

שליחה דורך שעפטל »

אין די לעצטערע חדשים איז כלל ישראל באשאנקן געווארן מיט פרישע משפיעים און מחזקים, מענטשן וואס מ'האט זיי אלעמאל אנגערופן אלס משמח אלקים ואנשים, זיי פלעגן צו זינגן אויף חתונות און קאנצערטן האבן זיך גאר אריינגעלייגט אפצוראטעווען אונזער דור יתום פון אונטערגאנג.

אפגערעדט היינט מיטן טעכנעלאגיע פון וואצעפ זענען ארויסגעוואקסן פרישע ווארט זאגער און פארזארגער איבערן יוגענט און איבער די מכת ופירצות הדור, יעדע פאר טעג דרייט זיך ארום א פרישע קליפ פון א נייעם שמענדריק.

כבודם במקומם מונח, אבער מיכאל שניצלער האט א דאגה איבער די יונגווארג און וואלט זיי ג'עצה'ט זיי זאלן גיין אין פאבליק סקול אלס סטראשע... ליפא שמעלצער דערציילט זיינע השגחה פרטית מיט ר' חיים יושע באב"ד... און בערי וועבער פרובירט מיך צו איבערצייגן רעדענדיג מיט טלית ותפילין אז כ'זאל זיין העפי אין ראש השנה און נישט סעד... און די ליסטע ווערט גרעסער ביי די טאג.

אפגערעדט אז יעדער צולאזטער מיט א קעמקארדער פריטשט תורת ברסלב און האט א מיינונג אין איעדע זאך פארוואס און פארווען ס'איז געשעהן אדער גייט געשעהן. יעדער איז דא עפעס צו פארשפרייטן 'לאוו' ביי די אידנטום, מיט א תכלת ציצית קוקט עס אים אויס וועלן די פארמאכטע בעסער פארשטיין אז נאר מיט שמחה און טאקע נאר מיט די שמחה וואס זיי האבן וועט דאס לעבן בעסער גיין...

אבער ס'איז נישט ניי, אפשר ביי אונז יא אבער נישט אינגאנצן
 
אין די צייטן פון פרעזידענט בוש איז געווען א תקופה ווען יעדער ליבעראלער זינגער אדער קאמעדיען האט אויסגענוצט זיין/איר שאו צו האקן אויפ'ן פרעזידענט אדער טרייבן לצנות אויף זיין חשבון. איין שיינעם טאג האט דער קאנסערוואטיווער קאמענטאטאר "שאן הענעטי" פראקלאמירט א קאמפיין אונטער'ן נאמען "שאט אפ ענד סינג", אדער אויף אידישע איבערזעצונג: שווייג און האלט דיך צו דיין פראפעסיע. מיר האבן געצאלט געלט דיך צו הערן זינגען און זיך אויסטשוכען פון א טאג ארבעט; נישט אויף צו הערן דיינע בויך קרעמפן בעולם הפאליטיקע. 

טייערע אידישע זינגערס: ווען איר וועט מאכן א קאנצערט וועל איך מסתמא אייך קומען הערן; ווען איר וועט זינגען ביי א חתונה וועל איך שטארק הנאה האבן, ווען עטס געטס ארויס א קאסעט וועל איך עס קויפן אדער עטליסט א קאפי מאכן... אבער מיט דעם הייבט זיך עס אן און מיט דעם ענדיגט זיך עס. השקפה וועל איך הערן פון א צווייטן. לאזט די אידישקייט פראבלעמען פאר די וואס פארשטייען דערצו. שאט אפ ענד סינג!
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

שליחה דורך זר זהב »

דער קעפל איז פון לארע אינגערעהעם (נישט פון הענעטי)
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום זר זהב, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
דעת תורה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2147
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
האט שוין געלייקט: 5895 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1719 מאל

שליחה דורך דעת תורה »

דערווייל זעהט אויס אז זיי רעדן מער צו די זאך ווי די א.ג. פארשטייערס. זיי האבן אבוויעסלי בעסער ארויס דעם מצב הדור ווי די בעלי השקפה.
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

זייער גערעכט...
איזה חכם המכיר את מקומו...
ביסט א רב / רבי? גיב דעם ברעטעל פאר א חזן... און טעכנעלאגישע שאלות פאר טעקנישען
און יא, בד"וו, שלום בית עצות איז אויך נישט דיין פעלד...
Under influence
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

מיכאל שניצלער: שיקטס די קינדער אין פאבליק סקול
viewtopic.php?f=24&t=1638
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

יעדער אינדיווידואל איז בארעכטיגט צו זאגן א דעה, שעפטל מעג ארויסברענגען זיין אנטריסונג אויף קאווע שטיבל, און מיכאל שניצלער מעג זאגן וואס ער וויל אויף וואצעפ. די חילוק ציווישן עם און רוב פון אונז אז זיי האבן די פלאטמארמע און אונז האמיר די בושה.
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל

שליחה דורך שעפטל »

יא יא זיי האבן געכאפט א פלאטפארמע פון רעדן, און איך דא פון שרייבן...

אודאי קען יעדער האבן זיין מיינונג, ס'איז נאר אונטערסאנט אז פון איין אומשילדיגע וואויס נאוט אויף א משפחה גרופ זענען ארויסגעוואקסן נאך און נאך וחי די פרעש.
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
יואב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1677
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:55 am
געפינט זיך: בגאַטקעס דרבינו־תּם
האט שוין געלייקט: 5634 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6194 מאל

שליחה דורך יואב »

אז שאן הענעטי איז דער משל, האבן מיר דעם נמשל ולשנינה. כ'זאג נישט אז די חברה ברויכן זיין די ווארט-זאגערס איבער ציבור'שע פראבלעמען. אבער ווי אזוי גייט דאס ווארט? אז ס'טוהט וויי, שרייט מען. אז מ'ווארפט ארויס בחורים פון ישיבות, רעדט זיך ר' מיכאל שניצלער אפ. טעיק איט אר ליוו איט. (מיכאל שניצלער, דער 'באמישער' זינגער פונעם פאריגן יאר הונדערט וועמענס נאמען איז פארשטויסן ביי שלומי אמוני צוליב דעם חטא פון זינגן סיפורי צדיקים אויף זיינע קאסעטעס).

כ'ווייס נאכנישט ווער ס'זענען יא די ווארט זאגערס. אז איינער ברענגט ארויס גוט א נקודה, ער שלאגט פאר זאכליכע רעפארמען, ער האט אן אלטערנאטיווער צוגאנג, א פאזאטיווער לעזונג, הערט מען איהם אויס. נאמאנירט אלס פארשטייער לויט זיינע קוואלעפיקאציעס, האבן מיר קיין סאך נישט. פארהאן צאללאזע וואס סך הכל זייערס א טאטע אדער זיידע איז געוועזן א פוסק, א רבי, צו א רב, מילא האט ער שוין רעזעווירט א זעקסטן הקפה טאנץ ביי חתונות. נו, מיכאל איז דאך א טשאבער אייניקל, קען מען דאך זאגן א מיגו.

ליפא איז דאך אליינס א רב, העכסטנס אז מ'האלט אנדערש ווי איהם, איז דאך דא דער עצה פון איהם פאר'שטערנבוך'ן אויף די גאסן.

ר' בערל וועבער אויב ס'נישט גענוג ייחוס עצמו ווייס איך טאקע נישט פון וואו ער נעמט די חוצפה צו לופטערן דברי שמחה וצהלה למכיכי רוחא. למעשה האב איך איין לימוד זכות אז ער זאגט דאך במילא נאר נאך פון ר' נחמן, און פונעם בית ישראל. נו, אז האסט א פראבלעם מיט תורת ברסלב, צו מיט תורת גור, איז דאס סך הכל א שטיקל דיסעגרימענט, ער ברויך נאך דעריבער נישט פארקלאפן דאס מויל.

בכלל, איך זעה נישט דער ציהל פונעם אשכול. איינער האט עפעס ג'גנב'ט דא? ער רעדט זיך אריין א וואויסנאוט אויף וואטסעפפ, איז דאס אמת, כל הכבוד. איז דאס אינטערסאנט, איז דאך גוט. און אז נישט איז דאס ווי צענדליגע אנדערע וואויסנאוטס און קליפס וועלעכע קורסירן פון איין מעסעדזשינג גרופ צום צווייטן. וואס באדערט דיך ר' בערל וועבער? זיין פלאטערנדע תכלת ציצית? זיינע קעדאטשקעס אינעם רינג פון הצדיק ר' מאטא פראנק? ער פירט אפ מענטשן? ער מאכט נערוועז? וועמען שטערט די ברסלב קאמפיין? איי דזשאסט דאונט געט איט. אגב, איבער האדמו"ר מעירמאנט האב איך נאך נישט זוכה געוועזן צו הערן די השגחה פרטית מיט הרב באב"ד. ביטע ציטיר.

געפילטע האקט עז אלוועיס.
משולם שטיינפעלד
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 975
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 05, 2012 5:48 pm
האט שוין געלייקט: 49 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 313 מאל

שליחה דורך משולם שטיינפעלד »

יואב, פארוואס ווען א רב שטעלט זיך אויף האלטן א דרשה מעג מען קאמענטירן דערויף, און עס ווערט אפלאדירט דא אין שטיבל ווען איינער רייסט ארונטער דעם רב אויף א גוטן אופן.

אבער שעפטל טאר נישט ארונטעררייסן די זינגערס וואס האלטן דרשות?

יא, וואטסעפפ ביי די זינגערס איז ווי די פאדיום ביים דינער פאר די רבנים.

דארט האבן די רבנים די כח זיך אויסצוגעבן און מפרסם זיין זייערע געדאנקען פארן ציבור, און די זינגערס האבן נישט דעם פלאטפארמע, האבן זיי די פלאטפארמע הנקרא וואטסעפפ. אבער עס איז די זעלבע דרשות.

פונקט אזוי ווי מען זאגט נישט אויף א רב'ס דרשה, עס געפעלט דיר נישט הער נישט אויס, נאר מען איז ביזי מיט זיין קופה של שרצים וואס ער האט, ווייל אנדעם וואלט מען דאך אים נישט ממנה געווען צו זיין א פרנס על הציבור.... עס איז א קוואליפיקאציע וואס יעדע רב דארף האבן, ווי גרעסער די קופה איז, אלס גרעסערע רב מעג ער זיין. די זעלבע מעג מען קאמענטירן אויף ליפא בערי שניטצלער.
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

קיינער האט נישט קיין טענות אויפן רב פארן עצם האלטן א דרשה, נאר ענדערש פאר די תוכן דערפון, משא"כ דא האט שעפטל א פראבלעם אז א זינגער זאגט א דעה. זעהסט די חילוק?
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3911
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך לעיקוואד »

עס איז דאך ידוע אז גדולי הדור מיינט נישט דווקא דער גרעסטער אין תורה אדער אין יראה אדער אין חסד, נאר דער וואס פירט פאקטיש און האט פאקטיש אן השפעה אויפ'ן דור, נישט קיין חילוק צו ער האט געירש'נט זיין בעקיטשע פון זיין עלטער זיידע אדער זיי מרן'שאפט פון נתי גראסמאן. ממילא איז דער וואס האט פאקטיש אן השפעה ער איז אחראי אויף דער מצב הדור און ער דארף אויסניצען זיין פאזיציע און השפעה צו פראבירען מוחה זיין אויף וואס ער האלט אן עוולה, און פארעכטן וואס מען דארף.

איז וואזשע זאל מען טוהן אז פאקטיש האט מיכאל שניצלער און ליפא שמעלצער מער השפעה אויפ'ן יונגווארג ווי דער סענפעטער רב. אויב דזשאן לענאן האט געטענה'ט אז ער איז מער פאפולער אין אמעריקע ווי דזשיסעס, קענען מיר אוודאי זאגען אז ליפא איז מער פאפולער אין מאנראו ווי דער ויואל משה, און זיין אחריות איז צו פירען דער דור.

דער משל, דער משל, איז דאך ממש דומה לנמשל. שאן העניטי וחבריו זענען דאך אליינס נישט מער ווי סעלעבריטיס וואס האבען זיך גענומען א פאזיציע פון אפיציעלע דעות זאגערס דורך מאכען גוטע וויצען אויף די ראדיא. זיי זענען נישט עפעס עקסטערע פאליטישע פילאסאפער און רעדן נישט דווקא עקסטער דורכגעטראכט און מיט שכל. און פליצלינג אז א צווייטע סארט סעלעבריטי וואגט זיך צו זאגען א דעה שרייען זיי עס איז נישט זייער פלאץ, אוודאי, דעות מעג זאגען נאר דער וואס האט א סלאט אויף טאלק שויס און מאכט זיך דארט נאריש, נישט דער וואס האט א פלאץ ביי קאנצערטס.. והנמשל מובן וק"ל.
I have a dream
Martin Luther King ~
משולם שטיינפעלד
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 975
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 05, 2012 5:48 pm
האט שוין געלייקט: 49 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 313 מאל

שליחה דורך משולם שטיינפעלד »

שאן הענעטי נעמט מען אז זיין דעה ווייל ער איז א סעלעבריטי

און די זינגער נעמט מען אן זיין דעה ווייל ער איז א סעלעבריטי.

די חילוק איז פארוואס מען איז א סעלעבריטי, הענעטי איז א סעלעבריטי צוליב זיינע דעות ממילא ערלויבט ער זיך צו זינגען אין פובליק טראץ דעם וואס ער טויג נישט דערצו

די זינגער איז א סעלעבריטי צוליב זיין שטימע, ממילא ערלויבט ער זיך צו זאגן דעות טראץ דעם וואס ער טויג נישט דערצו
יואב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1677
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:55 am
געפינט זיך: בגאַטקעס דרבינו־תּם
האט שוין געלייקט: 5634 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6194 מאל

שליחה דורך יואב »

קאמאנטיר וויפיל דו ווילסט. יעדער האט א רעכט צו לופערן זיינע געדאנקן. אויב וויל איך אקצעפטיר איך דאס, און אז נישט, נישט. איך קען רביים וועלעכע רעדן שטארק צום זאך. שעפטל האט א פראבלעם אז זינגערס זאגן מיינונגען. זיי האבן נישט געשריבן קול קורא'ס, נישט טעראריזירט דאס מענטשהייט, נאר סך הכל געמאלדן דאס וואס ס'האט זיך זיי פארשמעקט. ווער עס פילט זיך באטראפן פון הנכד מטשאבא'ס פאבליק-סקול רוף, אדער פון ר' דוב אורג'ס מעסעדש איבער שמחה, שטייען די טויערן פון קאווע שטיבל ברייט אפען פאר אים. ער קען פארדאמען, מחזק זיין, דעבאטירן, און אנאליזירן. איך זעה נאר נישט פארוואס דאס דארף אנזייען שרעק און אנטריסונג. ווי כאילו מ'ברויך האבן א ספעציעלן לייסענס צו לופטערן מיינונגען אויף די סאציאלע נעטווארקס.

געפילטע הערט נישט אויף צו האקן. וויפיל איז די שיעור?
קרעקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1108
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 9:54 am
האט שוין געלייקט: 110 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 470 מאל

שליחה דורך קרעקער »

פארוואס מעג ר' בעריש מייזליש מב"פ זאגען מוסר ביי שלש סעודות נאכען אריינפרעסן א בארכע מיט קאטשענע און ר' מיכאל שניצלער נישט? איז ער נישט אזוי באחנט ווי עם? איז ער נישט אזא טראקער ווי עם?
פארוואס מעג פאפא רבי זיך אויסגעבן זיינע געדאנקען פארן ציבור און ר' מנשה לוסטיג נישט?
פארוואס מעג איבראנער רב ארויסטרעטען שארף קעגען די שטערן און דער שפעטיווקער טאר נישט ארויסקומען קעגען ר' משה שטערנבוך?
פארוואס מעג ר' אהרן אראפרייסען קאשויער רב און ר"א לייטנער פאר זיינע חסידים און עירמאנטער רב טאר נישט זינגען הייבטס אויף דיינע הענטעלעך פאר זיינע חסידים?
פארוואס מעג ר' בערעל כ"ץ ארויסקומען קעגען שמאל געפאצטע קליידער און ר' בערעל וועבער טאר נישט ארויסקומען מזאל זאגען בעזרת ה'?
פארוואס מעג ר' מנשה פילאף שרייבען אפענע שקר און סילופים יעדע וואך אין צייטינג לטובת זיינע אגענדעס און צאלי גאלד טאר נישט זינגען יש תקוה?
און פארוואס מעג דער רווק מיטען היט הרב ביק נאכשרייען אינגע וואבלעך וואס טראגען מיטען עירוב און נחום ראזענבערג טאר נישט רעדען מנוולות?

האלאו איטס עי פרי קאנטרי יעדער זאל רעדען און זאגען און שרייען וואס ער וויל און די חסידים און פענס וועלען פאלגען וועם מוויל
"וואויל איז צו די אויגען וואס האבען געזעהן אויגן וואס האבען געזעהן קאווע שטיבל..." (רביה"ק פר' נשא ת"ש-כ"ח)
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל

שליחה דורך שעפטל »

און איך וועל ווייטער שרייבן מיין מיינונג
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
קרעקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1108
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 9:54 am
האט שוין געלייקט: 110 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 470 מאל

שליחה דורך קרעקער »

ר' בעריש וועט ווייטער טועם זיין פרישע בארכעס
און מיכאל וועט ווייטער מוסר זאגען
"וואויל איז צו די אויגען וואס האבען געזעהן אויגן וואס האבען געזעהן קאווע שטיבל..." (רביה"ק פר' נשא ת"ש-כ"ח)
סאו וואט
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 397
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 07, 2013 10:08 pm
האט שוין געלייקט: 229 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 354 מאל

שליחה דורך סאו וואט »

קרעקער האט געשריבן:און פארוואס מעג דער אלטער רווק מיטען היט הרב ביק נאכשרייען אינגע וואבלעך וואס טראגען מיטען עירוב און נחום ראזענבערג טאר נישט רעדען מנוולות?

האלאו איטס עי פרי קאנטרי יעדער זאל רעדען און זאגען און שרייען וואס ער וויל און די חסידים און פענס וועלען פאלגען וועם מוויל


וועיק אפ. עורו ישינים משינתכם.
הרב ביק האט שוין לעצטענס חתונה געהאט. אפגרעיטעט צו א שטריימל.
I AM SICK AND TIRED ALREADY
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

יואב האט געשריבן: געפילטע הערט נישט אויף צו האקן. וויפיל איז די שיעור?

ס'נישט דא קיין קוואנטיפיצירבארע שיעור, נאר מ'האקט ביז שינוי מראה.
באניצער אוואטאר
שושן פורים
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 816
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2013 12:11 am
האט שוין געלייקט: 500 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1005 מאל

שליחה דורך שושן פורים »

פונקט ווי ווען דו טרעפסט א טייערע דזשולערי ביי א חתונה, אדער פארלירסט דיין זוהן, גייסטו צום זינגער ער זאל עס אויס רופן , איי ער איז א זינגער נישט קיין השבת אבידה צענטער? אבער דאך וויבאלד ער האט די מייק גיבט ער שוין איבער דיין מעסעדזש אויך.
דער חסיד פארן מאדערן ארטאדאקס איז פונקט ווי דער לב טהור פארן חסיד ודו'ק
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

שלום עליכם שושן פורים! פיין געזאגט. דיין נאמען האט עפעס צו טוהן מיט הענגאווער?
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

לעבן זאל די רעוואלוציע, די מייקל ליגט שוין נישט ביים טשערמאן הרב ר' יחיאל יצחק סג"ל \ הרב אפרים וואקסמאן\ הרב חיים דוד צוויבל, די מייק איז וואטסאפ, כל שאינו צרוע וזב מעג שוין אויך רודערן און קאמאנדעווען, די וועלט איז באפרייט געווארן!
נהורא נפישא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 1778 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2305 מאל

שליחה דורך נהורא נפישא »

קופערניקוס האט געשריבן:לעבן זאל די רעוואלוציע, די מייקל ליגט שוין נישט ביים טשערמאן הרב ר' יחיאל יצחק סג"ל \ הרב אפרים וואקסמאן\ הרב חיים דוד צוויבל, די מייק איז וואטסאפ, כל שאינו צרוע וזב מעג שוין אויך רודערן און קאמאנדעווען, די וועלט איז באפרייט געווארן!

ווער סהאט געהאט שכל האט זיך נישט געקימערט מיט זיי ווען זיי האבן נאך געהאט די מייק אין די האנט.
למה נקרא שמו רבי נהוראי, שמנהיר עיני חכמים (עירובין:)
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

קופערניקוס האט געשריבן:לעבן זאל די רעוואלוציע, די מייקל ליגט שוין נישט ביים טשערמאן הרב ר' יחיאל יצחק סג"ל \ הרב אפרים וואקסמאן\ הרב חיים דוד צוויבל, די מייק איז וואטסאפ, כל שאינו צרוע וזב מעג שוין אויך רודערן און קאמאנדעווען, די וועלט איז באפרייט געווארן!

איך האלט מיט דיר 100%. דו ביסט וואס ווערט אנגערופן אויף פענסי. סאפיסטיקעיטעד ענגליש אן "אייקאנא-קלעסט". ער צוברעכט עבודה זרה'ס. אמאל האמיר געהאט "מנהיגים" חשוב'ע מענטשן. אנשי שם קרואי מועד. און ווען א פשוט'ער עמך איד האט מעורר געווען איבער אן ענין אדער געמאכט א באמערקונג האט מען איהם פארשריגן "ווער ביסטו? וואו נעמסט דו די חוצפה צו רעדן". דאס אלעס האטצעך ב"ה אויפגעהערט. ווער ס'האלט אז ער קען עפעס אויפטוהן לטובת הציבור האט דאס רעכט צו רעדן.
פארשפארט