היסטאריע געמאכט מיטן קרוינען פון דזשיקוב'ער רבי'ן שליט"א

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
באניצער אוואטאר
הדד בן בדד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1491
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 1:57 pm
האט שוין געלייקט: 684 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1083 מאל

היסטאריע געמאכט מיטן קרוינען פון דזשיקוב'ער רבי'ן שליט"א

שליחה דורך הדד בן בדד »

איך ווייס ניטאמאל וויזוי אנצוהייבן דעם ארטיקל, וועל איך שרייבן פלעין וויזוי ס'גיסט זיך מיר ארויס פון פעדער. אםם, כ'מיין פון די פינגער.

מיט א צוויי וואכן צוריק איז אין דעם שטעטל רחובות אין ארץ ישראל פארגעקומען א מסיבה, מיט די באטייליגונג פון אפאר הונדערט חסיד'ישע אידן, חסידי וויזשניץ, אין צוגאב צו עטליכע רביס, רבנים און שיינע אידן, בעת וועלכן מען האט מכתיר געווען הרה"צ ר' ישראל אליעזר אדלער שליט"א אלס דשיקוב'ער רבי.

סאו בעצם, וואס איז דאס אזוי מורא'דיג, א הכתרה פון נייעם רבין איז פון די זאכן וועלכע פאסירן נישט אזוי זעלטן אין די אידישע וועלט, און דאס וואלט נישט געדארפט זיין קיין נייעס מער ווי אין די ערשטע פאר טעג אין די פיקטשער מאגאזינען און פערטיג. וואס דעמאלס טרייבט מיך צו שרייבן אן ארטיקל דערוועגן, און דערצו עס באקעפלען אז היסטאריע איז געמאכט געווארן מיט דעם.

וויל איך מיך מסביר זיין און פארשטיין געבן דעם עולם וואס דא האט פאסירט און לייגן דעם זאך אין פערספעקטיוו.

ר' ישראל אליעזר אדלער איז א וויזשניצער אייניקל, זיין מאמע איז געווען א טאכטער פון דעם אמרי חיים, זיין טאטע האט געהייסן ר' נפתלי חיים אדלער זצ"ל, ער איז געווען א גרויסער תלמיד חכם און זייער א חשוב'ער איד און ער האט אסאך געהאלפן דעם שווער אויפבויען שיכון וויזניץ אין ב"ב. שפעטער האט דער אמרי חיים געשיקט דעם איידעם וואוינען קיין חיפה לעבן זיין ברודער דעם סערעט'ער רבי'ן, ער זאל אים העלפן אויפשטעלן דארט זיין חסידות, און ר' נפתלי חיים האט זיך טאקע אריינגעלייגט אין דעם בכל נפשו ובכל מאודו, און ער האט טאקע מצליח געווען, ער האט שיין אוועק געשטעלט דעם רמת וויזניץ געגענט אין חיפה, וואו עס געפינט זיך ביז היינט דער הויפטקווארטיר פון דעם סערעט וויזניץ'ער חסידות.

וויבאלד דער היינטיגער סערעט'ער רבי איז נישט געווען דעמאלס אין א מצב פון זיין מ"מ פון זיין טאטן, האט דער עולם פארשטאנען מיט א פשטות אז מ"מ וועט זיין ר' נפתלי חיים. און אזוי איז טאקע געווען, ווען דער סערעט'ער איז אוועק האט ר' נפתלי חיים אנגעהויבן פירן דאס רבי'סטעווע, אבער ער האט זיך עפעס נישט אויסגעקומען מיט די בוקאווינער פויערן דארט, און זיי האבן אים משלח געווען און געברענגט צו שלעפן ר' אליעזר'ן דעם רבי'נס זוהן (פאר זיי איז ער גוט געווען אין יענעם מצב אויך) און מען האט אים געמאכט פאר רבי.

(איך וויל נישט חלילה בארעדן דעם היינטיגן סערעט'ער רבי וועלכער איז זייער אן ערליכער און חשוב'ער איד. איך רעד נאר פון יענע יארן. ער איז אין זיינע אינגע יארן געווען אין מיליטער און נישט געווען זייער פרום, ער באהאלט עס נישט און עס איז א דבר ידוע ומפורסם. עס נעמט גארנישט אוועק פון זיין ערליכקייט און חשיבות. ווען ער איז געווארן רבי האט ער עס זייער ערנסט אנגעומען און איז געווארן באמת אן ערליכער איד, איך דערצייל פשוט די פאקטן)

ר' נפתלי חיים מיט זיין רביצין זענען געווען זייער אנגעווייטיגט און געלאפן צום אמרי חיים, אבער ער האט זיך נישט געוואלט אריינמישן, בפרט אז ער האט געזעהן אז דורך דעם קומט זיין נעפיו צוריק צו אידישקייט, און ער האט עס געלאזט אזוי.

למעשה מיט די יארן האט ר' נפתלי חיים זיך געצויגן קיין נתני' ווי ער האט זיך געבויעט א בית המדרש און געווארן דשיקוב'ער רבי, אבער א נאכפאלגערשאפט פון חסידים האט ער קיינמאל נישט געהאט. עס איז נישט געווארן א רבי'סטווע.

זיין זוהן ר' ישראל אליעזר איז אלעמאל געווען אן ערנסטער חשוב'ער אינגערמאן, און אין יאר תש"מ האט וויזניץ געשיקט אינגעלייט וואוינען קיין רחובות ווי עס האט זיך געמאכט א ישוב, א שיכון פון א הונדערט צוואנציג משפחות בערך, און ר' משה'לע זצ"ל האט געשטעלט דעם נעפיו זיינעם, דער אינגערמאן ר' ישראל אליעזר אלס רב דארט אין רחובות. מיט די יארן האט ער זיך זייער שיין אוועק געשטעלט און האט זיך שטארק אפגעגעבן מיטן עולם, ער האט גוט פארשטאנען צו דעם און האט זיך ערווארבן אסאך מעריצים און אפילו חסידים, דארט אין וויזניץ.

אין די יארן ווען דער היינטיגער וויזניצער רבי איז געווען אין גלות, האט מען אין וויזניץ כסדר גערעדט אז ר' ישראל אליעזר גייט ווערן דער צווייטער רבי און גייט גאר אפרייסן א שיין טייל פון וויזניץ, צו דרייציג פראצענט צו פערציג, אבער מען האט גערעדט פון א שיינעם ציבור. למעשה מיטן צוריק קומען פון דעם רבי'ן שליט"א האבן זיך די חלומות געענדיגט, און ר' מענדל האט גענומען ארום צען פופצן פראצענט וויזניץ, און ר' ישראל דאס איבריגע און עס האט אויסגעזעהן ווי ר' ישראל אליעזר גייט בלייבן רב אין רחובות און פארטיג.

ר' ישראל אליעזר, וועלכער פארשטייט גראדע זייער גוט צו הנהגה און צו מדריך זיין אידן, האט אבער יא געוואלט זיך אליינס אוועקשטעלן, און האט גראדע געהאט א שטיקל עולם אין וויזניץ וועלכע זענען שטארק נאנט מיט אים און האבן געהאט חשק ער זאל טאקע זיך אוועקשטעלן אליינס אלס רבי, נישט דוקא אונטער וויזניץ.

נו לאמיר זעהן וואס וואלט נארמאל אין די היינטיגע וועלט געדארפט געשעהן אין אזא פאל.

לאמיר געדענקען אז ר' ישראל אליעזר האט קיינמאל נישט געהאט קיין שום שטעלע אין ערגעץ חוץ וויזניץ, און יעדער איינציגסטער מענטש, פון דעם ערשטן ביז דעם לעצטן, וואס ער גייט האבן, פון דעם גבאי ביז דעם שיריים כאפער, אלעס קומט גראד פון וויזניץ.

סאו נארמאל וואלט ווען ר' ישראל אליעזר אנגעהויבן פירן אביסל רבי'סטווע, און עס וואלט זיך אנגעהויבן א פאליטיק, דו ווערסט א מורד, דו ווערסט דיך א רבי דא אונטערן נאז פון דעם רבין? מען וואלט אנגעהויבן פארפירן און אים רודפן, און נישט נאר אים נאר אויך זיינע חסידים, און אויב וואלט ער נישט תיכף זיך אליינס אפגעטראגן פון זיין פאסטן אין רחובות וואלט מען אים ארויסגעטראגן פון דארט ביז געציילטע וואכן מיט קולות און פעטש, און עס וואלט געווארן א גאנצע פאליטיק און מחלוקת, די ביסט פון די דשיקוב'ער, ארויס פון דא, געווארפן קינדער, בחורים, אינגעלייט, ווער עס פארט אהין אויף יו"ט צום מורד פליעט פון וויזניץ.

(און ע"פ דרך וויזניץ פון די לעצטערע יארן וואלט גאר דער רבי אליינס געדארפט האלטן פייערדיגע דרשות: דאס הייסט כפיית טובה, ער האט דאך גארנישט געהאט, דא געהאט זיין פרנסה אזויפיל יארן, און קומט דא צוברעכן וויזניץ בלא בלא בלא...)

מען וואלט געדארפט ווארפן פאשקעווילן, פאוני קאלס, ברעכן פענסטער וגו' וכו' כיד ה' הטובה על החסידים. פאר די נעקסטע פאר יאר וואלט געווען אנגעצויגן און הייס, דער איז דא דער איז דארט, ווען עפעס א חשוב'ער אידן וואלט זיך געטראפן מיטן מורד ביי א שמחה און גערעדט מיט אים און נישט געשפיגן אין פנים, וואלט שוין געווען א חשד אז אונטערן טיש איז ער א דשיקוב'ער און מען וואלט אים גע'רודפ'ט ביז ער וואלט טאקע אהין געגאנגען, אזוי וואלט מען געבויט דעם שונא\קאמפעטישן, ביז נאך אסאך יארן וואלט מען ענדליך זיך בארואיגט און שלום געמאכט מיטן מצב, און איבערגעלאזט אונטער זיך יארן פון אומזיסטיגע צער און עגמת נפש, צובראכענע אידן און צובראכענע משפחות, און... א שיינע אויפגעבויעטע דשיקוב'ער חסידות. אבער וואס האט מען דען געקענט טוהן, מען קען דאך נישט לאזן יעדן מורד אפ'ירש'נען וואס דער רבי האט געבויעט מיט בלוט און שווייס. כ'מיין, וואס דען, דער רבי האט אזוי שווער געארבעט אז זיין אומדאנקבארער נעפיו זיך זיך גיין און "צוכאפן" אזא גרויסן עולם. מען טאר דאך דאס נישט טאן...

דערווייל, לאמיר זעהן וואס איז טאקע געשעהן.

ר' ישראל אליעזר האט זיך געמאכט א חשבון, אז אים איז געבליבן בירושה א שיין פארמעגן פון זיין טאטן, פון דעם בנין אין נתני' וכדו', און ער האט פון דעם גענוג זיך צו בויען א שיינעם ביהמ"ד און א דירה, גייט ער אלזא זיך זוכן אן ארט אין א"י וואו עס איז דא מקום פאר א רבין, און גייט זיך אהין ציען און זיך אויפבויען דארט און אנהייבן פונדאסניי. גייט ער אריין צום קאזין, צום נייעם רבי'ן, און זאגט אים אזוי בשפה רפה אז ער קלערט עס וואלט געווען א ריכטיגע זאך פון אים צו בויען א שם ושארית פאר זיין פאטער... איך קלער אפשר... איך טראכט אפשר... איך וויל פרעגן דעם רבי'ן...

אבער דער נייער וויזניצער רבי לאזט אים גארנישט אויסרעדן: וואס הייסט, אוודאי, דאס איז דאך זייער ריכטיג, אזוי דארף דאך זיין, איר דארפט אוועקשטעלן דעם טאטנס נאמען. און אויסער דעם, איך קען דאך נישט אליינס טראגן אזא גרויסער עולם, עס איז דאך צו גרויס פאר מיינע פלייצעס, וועט איר מיר העלפן. איר קענט טאקע שוין אנהייבן.

זאגט ר' ישראל אליעזר: איך קלער אפשר זיך צו ציען ערגעץ... אבער דער רבי לאזט נישט רעדן: ניין, איר דארפט נישט גיין, איר קענט בלייבן דארט אין רחובות. איך וועל קומען אהין און איך וועל אייך אוועקשטעלן, איך וועל אייך העלפן און שטיין צו דער האנט.

ר' ישראל אליעזר באדאנקט זיך און גיים אהיים פריילאך און צופרידן. זיך איינגעשפארט אסאך קאפ וויי, ער קען רואיג זוכן א מקום און זיך אנהייבן בויען. ער האט אנגעהויבן קלערן, אפשר אלעד. האבן די וויזניצער ראשי הקהלה אנגעהויבן וויינען, מיר האבן ערשט אויפגעשטעלט די מוסדות דא מיטן ביהמ"ד, אז ער וועט קומען וועט דאך דאס צופאלן, האבן זיי ממש געוויינט אז ער זאל זוכן אן אנדערן פלאץ. האט ער געקלערט אפשר בית שמש, האבן די מאנסי'ער אנגעהויבן ברעטשען, אז די שטאט האט דער רבי אויסגעקליבן פאר זיין ברוך שמשון זיך צו בויען, אוןן מען שטעלט טאקע אויף דארט מוסדות, פליז, קום נישט דא, עס וועט דאך אלעס צושטערן.

ווען דער וויזניצער רבי האט געזעהן וואס דא גייט פאר האט ער געזאגט אז ער וועט מאכן אן עק צו דעם. ער האט געשטעלט א טאג און אראפגעפארן קיין רחובות מיט א גרויסן עולם און מען האט געמאכט א אן אפיציעלע מסיבת הכתרה און דער רבי האט מכתיר געווען זיין קאזין צו זיין זיין קאמפעטישן, אדער לשיטתו, זיין העלפער. זיין ברודער ר' מענדל, האט גראדע געלאזט פאלן אפאר ווערטער אז דער ברודער מאכט דא א גרויסן טעות, אבער דער ברודער זעהט דאס נישט. ער האט מסביר געווען פאר מערערע אידן אז דאס איז פשוט א הילף פאר אים, ער קען נישט אליינס. מיט גרויס שמחה האט ער פארציילט פאר אנדערע רביס אז עס איז שוין דא נאך א רבי לבית וויזניץ, ער קען זיך גארנישט בארואיגן פאר שמחה. זיין קאזין איז געווארן רבי ביי אים אין ביהמ"ד.

אזאנס מיין איך קען מיט רעכט ווערן אנגערופן א היסטארישע אקט.

און כאטש איך זוך נישט דא אין דעם דאזיגן מאמר צו באזונגען דעם וויזניצער רבין, קען איך אבער נישט ענדיגן אן זאגן כאטש געציילטע ווערטער לשבחו. נישט אומזינסט ווערט כלל ישראל אזוי באנומען פון דעם איד, אז וואו ער גייט און וואו ער קומט ווערט א סענזאציע, מען לויפט אים נאך מיט אומבאגרעניצטע ליבשאפט, און לאו דוקא וויזניצער חסידים. די מעשה צייגט אויף זיין טוהר המידות און גאלדענע הארץ און נשמה, אז אנשטאט שפירן אז דער מענטש גייט אים צונעמען חסידים, שפירט ער גאר פארקערט, אז ער גייט אים פשוט העלפן. אלס איינער וועלכער קען דעם וויזניצער רבין פערזענליך (נישט פון וויזניץ, נאר) פון די גלות יארן, ווען ער איז געווען א אויסגעקלאפטע הושענא און קיינער האט נישט געקוקט אין זיין זייט, האב איך א פערזענליכע אינטערעסע אין דעם זעלטענעם גאלדענעם איד, אין דעם עובד ה' און אוהב ישראל, דער מקבל יסורים באהבה, דער זעלטענער בעל מדריגה, און ווען איך זעה אזא מעשה נעמט מיך עס ארויס פון די כלים און איך האב עס געוואלט מיטטיילן דא פארן עולם.

מיר זענען נאך נישט אינגאנצן א דור יתום, דער באשעפער האט רחמנות געהאט אויף אונז און געלאזט אין אונזער דור א רבי מיט וועמען מיר קענען זיין שטאלץ.
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

שליחה דורך זר זהב »

יא יא, זיין שוואגער האט זיך אבער נישט געלערנט פון איהם.
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
chasid
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 244
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 1:02 am
האט שוין געלייקט: 146 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 73 מאל

שליחה דורך chasid »

א געוואלדיג באשרייבונג! הדד איך ווער נתפעל פון דיין פאזיטיווע לשון, קיפ אן!!
דאקטער
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 23
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 25, 2012 2:12 pm
האט שוין געלייקט: 3 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15 מאל

שליחה דורך דאקטער »

זייער אינטערעסאנט זאלען זיך אנדערע לערנען,
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

שליחה דורך זר זהב »

chasid האט געשריבן:א געוואלדיג באשרייבונג! הדד איך ווער נתפעל פון דיין פאזיטיווע לשון, קיפ אן!!
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
ציוני
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 163
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 01, 2012 12:13 am
האט שוין געלייקט: 7 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 54 מאל

שליחה דורך ציוני »

מורא'דיג גוט ארויס געברענגט די פוינט
ייש"כ
יהודי לו "ציוני"
אבי גערעדט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 879
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 9:32 am
האט שוין געלייקט: 96 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 312 מאל

שליחה דורך אבי גערעדט »

זר זהב האט געשריבן:יא יא, זיין שוואגער האט זיך אבער נישט געלערנט פון איהם.


זר זהב וויפיל איז די שיעור?? עפנט איינער א געשמאק תוכנ'דיג אשכול מיזטו אריינווארפן דיינע שטותים? האסט געטראכט איין סעקונדע פארן דריקן 'שיק'?
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

שליחה דורך זר זהב »

אבי גערעדט האט געשריבן:
זר זהב האט געשריבן:יא יא, זיין שוואגער האט זיך אבער נישט געלערנט פון איהם.


זר זהב וויפיל איז די שיעור?? עפנט איינער א געשמאק תוכנ'דיג אשכול מיזטו אריינווארפן דיינע שטותים? האסט געטראכט איין סעקונדע פארן דריקן 'שיק'?

סאיז א שטארקע פוינט וואס מ'הערט כסדר די קאנטראסט פון 2 רבנים - קרובים. איך האב גארנישט אזוי שלעכט געמיינט, פארדעם האביך געשריבן זייער ברמיזה און געמיינט האביך מער ארויסצוהייבן די גוטע צד/מידות פון הרה"צ רבי ישראל'טשע מ'וויזניץ ווי דעם אנדערען צד.
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
לעמיל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2901
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 17, 2012 1:10 pm
האט שוין געלייקט: 913 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 692 מאל

שליחה דורך לעמיל »

איז דא א אנדרע זייט פאר די מטבע? וואס זאגען די מנדיל'ס אויף דעים?
אבי גערעדט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 879
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 9:32 am
האט שוין געלייקט: 96 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 312 מאל

שליחה דורך אבי גערעדט »

דאקטער האט געשריבן:זייער אינטערעסאנט זאלען זיך אנדערע לערנען,


ביידע האבן געמיינט אפשר די זעלבע זאך, אבער פארט הימל אין ערד, כאפסט?
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

שליחה דורך זר זהב »

ניין איך כאפ נישט. א שוואגער דארף זיך ענדערש לערנען. ער האט דאך מיטגעהאלטן וואס זיין שוואגער איז דורך געגאנגען 20 יאר און ווזוי ער האט קיינמאל נישט קיין שלעכט ווארט געזאגט אויף זיין טאטן. אא"וו. אויף ר' ישראל קען מען זאגן "סוף הכבוד לבא" איז מקויים געווארן.
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
קרעקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1108
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 9:54 am
האט שוין געלייקט: 110 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 470 מאל

שליחה דורך קרעקער »

ר' ישראל האט קיימאל נושט גערעט אדער געלאזט רעדען קעגען זיין טאטע כאטשיג מהאט עם שרעקלעך געצאפט די בלוט אפיצועל
אין וען ער איז געוארען רבי האט ער נישט נוקם ונוטר געוען קעגען דע ואס האבען עם געצאפט בלוט
אנדערע רעביס מעגען זיך אפלערנען פין עם
אין וועגען דעם האט מען עם ליב כאטשיג ער איז נושט דער גרויסער ת"ח אדער קליגער
זיין ברודער איז נאך ווייניגער קליג סיז באוויסט אז ר' משהלע האט אועקגעטיילט זיין הארץ פאר דע קינד די אויגען פאר יענע קינד אבער די קאפ האט ער געזאגט דעס האלט איך פאר מיר......
"וואויל איז צו די אויגען וואס האבען געזעהן אויגן וואס האבען געזעהן קאווע שטיבל..." (רביה"ק פר' נשא ת"ש-כ"ח)
באניצער אוואטאר
הדד בן בדד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1491
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 1:57 pm
האט שוין געלייקט: 684 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1083 מאל

שליחה דורך הדד בן בדד »

געוואלד און געשריגן, ר' זר, איך בעט דיך ברחמים, באמת, פליז, דא איז נישט הייד פארק, יעדע זאך מוז צוריק קומען צו דעם נארישן פאליטיק. איך האב געשריבן עפעס איבער וואס מען קען אזוי סאך ארום רעדן פאזיטיווע זאכן, פארוואס אריינמישן אנדערע שטותים.

נו ווייטער געגאנגען.

לעמיל האט געשריבן:איז דא א אנדרע זייט פאר די מטבע? וואס זאגען די מנדיל'ס אויף דעים?


וועלכע אנדערע זייט. ר' מענדל איז אינגאנצן נישט קיין זייט. דשיקוב'ער רבי נעמט נישט פון אים גארנישט. אין איינע פון די ערשטע שריט אלס נאכן באקרוינט ווערן אלס רבי איז ער געגאנגען באזוכן ביידע ברודער, ר' ישראל און ר' מענדל. סאו וואס האבן ר' מענדל'ס מענטשן צו זאגן. ר' מענדל האט ס"ה אויסגעדריקט זיינע געפיהלן אז דער ברודער מאכן א טעות. וואס דאס ווייזט אפשר וויזוי עס וואלט אויסגעקוקט ווען ער וואלט געזעצן אויפן זאטל אנשטאט ר' ישראל
דאקטער
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 23
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 25, 2012 2:12 pm
האט שוין געלייקט: 3 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15 מאל

שליחה דורך דאקטער »

הדד בן בדד האט געשריבן:געוואלד און געשריגן, ר' זר, איך בעט דיך ברחמים, באמת, פליז, דא איז נישט הייד פארק, יעדע זאך מוז צוריק קומען צו דעם נארישן פאליטיק. איך האב געשריבן עפעס איבער וואס מען קען אזוי סאך ארום רעדן פאזיטיווע זאכן, פארוואס אריינמישן אנדערע שטותים.
[


ס'אויך נישט איי וועלט, לאז אים שרייבען וואס ער וויל, דער וואס האט עס נישט ליב זאל גארנישט ענפערען דערויף וועט ממילא נישט ווערען קיין שמועס דערפין,

דורעך האקען אויף "זר זהב" מאכט עס א שמועס דערפין, האסטעס נישט ליב איגנאר עס אין גיי ווייטער, נישט פרוביר צי קאנטראלירען יענעם'ס תגובות, האלסט ס'איז נעגאטיוו לאס דיר נישט אראפ שלעפען האלט זיך פאזיטיוו, אין ליין וואס די האסט יא ליב צי ליינען, סארי כ'זאג נאר וואס איך טראכט דערוועגען,
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

שליחה דורך זר זהב »

כ'דאקטער ועוד לקרא.

איך האב געשריבן 5 ווערטער, ניטאמאל דערמאנט א נאמען , מיין פלאן איז נישט געווען אז ס'זאל ווערן א שמועס דערפון. קומען אפאר קריטיקירער און מאכן א בראטעל דערפון. נו דעטס פיין וויט מי.
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
chasid
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 244
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 1:02 am
האט שוין געלייקט: 146 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 73 מאל

שליחה דורך chasid »

לעמיל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2901
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 17, 2012 1:10 pm
האט שוין געלייקט: 913 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 692 מאל

שליחה דורך לעמיל »

גייט ער פירען טיש שבת אין בארא פארק? אויב יא ווען אין וי? איינער ווייסט?
באניצער אוואטאר
א איד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1320
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 25, 2012 1:25 pm
געפינט זיך: אויפן אנדערן זייט סמבטיון
האט שוין געלייקט: 606 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 712 מאל

שליחה דורך א איד »

הדד שטארק ארויסגעברענגט, מען דארף זיך לערנען פון ר' ישראל'ן
מאך נישט קאליע די מעשה מיט אמת'ע פאקטן - אבער פונעם אמת וועל איך זיך בשום אופן נישט בייגן.
באניצער אוואטאר
smart
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 625
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 06, 2012 3:38 pm
האט שוין געלייקט: 325 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 154 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך smart »

הדד בן בדד האט געשריבן:איך ווייס ניטאמאל וויזוי אנצוהייבן דעם ארטיקל, וועל איך שרייבן פלעין וויזוי ס'גיסט זיך מיר ארויס פון פעדער. אםם, כ'מיין פון די פינגער.

מיט א צוויי וואכן צוריק איז אין דעם שטעטל רחובות אין ארץ ישראל פארגעקומען א מסיבה, מיט די באטייליגונג פון אפאר הונדערט חסיד'ישע אידן, חסידי וויזשניץ, אין צוגאב צו עטליכע רביס, רבנים און שיינע אידן, בעת וועלכן מען האט מכתיר געווען הרה"צ ר' ישראל אליעזר אדלער שליט"א אלס דשיקוב'ער רבי.


יישר כח פארן שיינעם ארטיקעל

הלוואי זאלן נאך אנדערע גדולי דורינו זיך אפלערנען פונעם נועם המידות האדמו"ר מוויזניץ שליט"א

סתם אזוי, ביסטו זעכער אז ער הייסט ישראל אליעזר? זיין ברודער אין בארא פארק הייסט אזוי? אויסער ער איז א קרוב מיט אים? אבער איך מיין אז נישט ווייל ער מאכט יעצט חתונה און ער איז געקומןן צופארען פון ארץ ישראל
א גוטן טאג אייך!
באניצער אוואטאר
הדד בן בדד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1491
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 1:57 pm
האט שוין געלייקט: 684 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1083 מאל

שליחה דורך הדד בן בדד »

דער פון בארא פארק איז א נעפיו. דער ברודער האט געהייסן ר' מרדכי, און ער איז ל"ע אומגעקומען און א שוידערליכן קאר עקסידענט פאר פילע יארן צוריק (כ'געדענק נישט דעם יאר, אבער עס האט דעמאלס אויפגעציטערט די גאס) און ער איז נטמן אינעם וויזניצער ביה"ח אין מאנסי. און דער ר' ישראל אליעזר פון בארא פארק איז א זוהן פון ר' מרדכי'ן זצ"ל.

און אז איך שרייב שוין, וויל איך אפגעבן א שקויעח פאר ר' כאסיד'ן פארן ברענגען די לינק צו די שיינע בילדער. און וועמען מיינט איר זעהט מען דארט, די וויזניצער חסידים פון ר' ישראל מ'וויזניץ, אז דער רבי האט אים געמאכט פאר רבי, דארף מען דאך קומען צו אים.
באניצער אוואטאר
שלמה המלך
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 802
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 3:28 pm
האט שוין געלייקט: 61 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 331 מאל

שליחה דורך שלמה המלך »

יש"כ גדול פאר ר' הדד

זייער שיין ארויסגעברענגט, איך פלעג אלץ ארויפקוקען אויף דעם מענטש נאך אין זיינע גלות יארן זיינע מדות מזהבות וואס איז אין לשער! קיינמאל קיין שלעכט ווארט אויף א צווייטען אין צייט וואס עס וואלט געוועהן זייער פארשטענדליך אויב וואלט זיך ציקרעצט.

די זעלבע זאך האב איך געזעהן ביי אים ווען ער איז שוין געוועהן צירוק על מקומו ערב ווערן רבי ווען ער פלעגט חתונה מאכען אייניקלעך וואס ציליב א סבה האב א צווייטע אדמו"ר געפירט די חתונה, איך פלעג אים אנקומען מיט א מורא'דיגע שאץ פאר זיין הכנעה, ווי אויך ווען מ'האט נישט געווערט אויף אים אויף שבע ברכות, האב איך געטראכט אויב איך וואלט ביי געשטאנען דעם נסיון!!! ער איז די זיידע נישט געניג וואס מ'מאכט פון אים גארנישט כאטש דאס מינדעסטע וואס ס'פאסט פאר א פשוטע זיידע אויך נישט! והוא באחת קיין שלעכט ווארט אדער חלילה עפעס טוהן!

איך געהער בכלל נישט צי ווישניץ אבער אזוי בליקענדיג אויף די בילדער בשעת די לויה פון זיין פאטער ווי ער וואלט זיך זייער גרינג געקענט פאררעכענען מיט'ן ברודער פאר די אלע יארן, נישט עפעס טוהן קעגען אים נאר אפילו אביסעלע איגנארירער אבער ניין אין די צייט וואס די שוואגערס האבען געשמיעסט אויפן פעלד איינער מיט'ן צווייטן די בעלזער מיט הרב ערנרנסטער האב איך באמערק ווי ער קיקט דווקא אויפן ברודער און פריבירט אים ארייננעמען אין פיקטשער, און אוודאי די קרעדיט פאר דעם נאבעכלען אקט ווי די צוויי ברודער מאכען א וועלט לעסן איז די קרעדיט כלו שלו, פאר ווער עס פארשטייט

און יעצט די דיטעילס פון דעם דזיקובער איז געוועהן פארהוילן און הדד האט עס שיין ארויסגעברענגט איז דאס גארנישטא חידוש עס איז טיפיקל ער!!

כמותו ירבו בישראל......
לעמיל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2901
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 17, 2012 1:10 pm
האט שוין געלייקט: 913 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 692 מאל

שליחה דורך לעמיל »

דזשיקוב'ער רבי'ן האט נעכטען חתונה געמאכט זיין זון מיט די טאכטער בת המשפיע הרה"צ רבי מיילך בידרמן
שיינע בילדער
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

איך זעה אז ס'שטייט זוטשקא , נישט דזשיקוב.
(און וואס איז פשט פון די שאהל אינמיטען די זומער??)
פארשפארט