רעזאלוציעס פונעם כינוס און איר אפעקט
- שמואל הלוי
- חבר ותיק
- הודעות: 4393
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:39 pm
- געפינט זיך: צווישן דא און דארט
- האט שוין געלייקט: 624 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1456 מאל
- אךשמח
- היימישער באניצער
- הודעות: 362
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 24, 2012 5:34 pm
- האט שוין געלייקט: 48 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 206 מאל
ברוין האט געשריבן:מעג איך שפעקולירן אז ס'איז שוין גארנישט קיין צופאל דאס נישט אויסטיילן די קונטרס און ס'איז פאר די זעלבע סיבה פארוואס מ'האט נישט אויפגעשטעלט א לייטישע טעקנישן רעדן? ס'איז מיר שווער מקבל צו זיין אז מ'האט אפגעדרוקט א דיקן קונטרס און "פשוט פארגעסן" אויסצוטיילן
ווי איך האב שוין געשריבן האט מען עס יא געוואלט אויסטיילן דארט, און ס'האט געהערשט א צומישעניש וואס לאזט זיך נישט גלייבן, און נאך ממש יעצט, בעת איך שרייב די שורות האט מען נאכנישט באשלאסן וואס צו טון דערמיט. עכ"פ, די סחורה ליגט נאך אויפן זעלבן פלאץ ווי עס איז געלייגט געווארן זונטאג נאכט.
ביים כינוס האט מען אויך געדארפט פארטיילן מנחה מעריב'לעך. אפשר זאגסטו מיר די סיבה פארן נישט אריינלייגן דעם אומשולדיגן מנחה מעריב'ל אין די זעקלעך?
איין קונטרס האב איך שוין געגעבן פאר א חשובער ידיד אונזערער וואס ארבעט דערויף. איך האף נאר אז ער וועט האבן דעם פי די עף פאר מען וועט אויסטיילן דעם קונטרס זעלבסט...
- אךשמח
- היימישער באניצער
- הודעות: 362
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 24, 2012 5:34 pm
- האט שוין געלייקט: 48 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 206 מאל
ציוני האט געשריבן:פינטאו האט געשריבן:וואו איז די אידישע ווערסיע?
אךשמח, האסט געמאכט פארשריט?
אין דבר העומד בפני הרצון
אני רוצה את הגירסה האידיש,
אנא אל תעמוד בפני הרצון שלי,
שלח לי מהרה.
(סליחה על החריפות, אני כבר עייף)
נו, אויב נעמסט זיך אונטער עס צו אריבערפירן אויף פי די עף, דאן וועל איך זען אז ס'זאל אנקומען צו דיר אן עקזעמפלאר.
סאטמארע רבי מהרז״ל האט אויסגעשלסן יעדער מיט אינטערנעט אויף די סעלפאן פון זיין קהילה. ער האט געהאלטן א פייערדיגע דרשה אינמיטען יום טוב, און איבערגעזאגט ביי באגלייטן.
סאטמארע רבי מהר״א האט אויך שארף גערעדט וועגען פילטערס און קאמפיטערס אין שטיב.
א שמיעה איז דא אז מהרז״ל גרייט זיך צו מאכן א ריזיגע כינס אין די ארמערי.

- זר זהב
- חבר ותיק
- הודעות: 9465
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
- האט שוין געלייקט: 3508 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל
ראשעקאל האט געשריבן:סאטמארע רבי מהרז״ל האט אויסגעשלסן יעדער מיט אינטערנעט אויף די סעלפאן פון זיין קהילה. ער האט געהאלטן א פייערדיגע דרשה אינמיטען יום טוב, און איבערגעזאגט ביי באגלייטן.
סאטמארע רבי מהר״א האט אויך שארף גערעדט וועגען פילטערס און קאמפיטערס אין שטיב.
א שמיעה איז דא אז מהרז״ל גרייט זיך צו מאכן א ריזיגע כינס אין די ארמערי.
http://www.jdn.co.il/news/79617
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1844
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 2:53 pm
- האט שוין געלייקט: 673 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 656 מאל
דא האט איר נאך אביסל רעזולוציעס פונעם כינוס, אוי לדור ששופטים את שופטיהם
http://www.bhol.co.il/Article.aspx?id=41291

- ידיד ותיק
- הודעות: 681
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 03, 2012 8:05 am
- האט שוין געלייקט: 154 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 51 מאל
שרייבער האט געשריבן:דא האט איר נאך אביסל רעזולוציעס פונעם כינוס, אוי לדור ששופטים את שופטיהם
http://www.bhol.co.il/Article.aspx?id=41291
This really doesn't make any sense att all
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1844
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 2:53 pm
- האט שוין געלייקט: 673 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 656 מאל
די מערכה איבער כשרע טעלעפאנען
קרעדיט: אידישע וועלט
דעם פארגאנגענעם מוצאי שבועות האט האדמו"ר מהר"א מסאטמאר שליט"א אדרעסירט זיין ציבור בנוגע כשר'ע סעלפאנס, און פאלגענד זענען די תקנות וואס ער האט געזאגט:
א) קיין שום כולל אינגערמאן, קיין שום מלמד, קיין שום מגיד שיעור, קיין שום שוחט, קיין שום סופר, אדער איינער וואס איז עוסק במלאכת הקודש, טאר נישט האבן א טאשן קאמפיוטער, ס'איז אסור בתכלית האיסור!.
מ'גיט פיר וואכן, פאר יעדן איינציגן וואס מען האט דערמאנט, ער זאל איינטוישן דעם טעלעפאן אויב ער האט, ער זאל קומען ווייזן פאר זיין מנהל, וואס פאר א טעלעפאן ער האט, און אז ער האט א כשר'ע טעלעפאן, אויב שטעלט ער זיך נישט צו, קען ער נישט זיין און ער איז נישט ראוי צו זיין, א כולל אינגערמאן ביי אונז אין כולל, אין איבעראל אין די מוסדות, צו א מלמד, צו א מגיד שיעור, ער קען נישט זיין קיין שוחט. ווען איינער באשטעלט תפילין ביי א סופר, זאל ער זאגן איך וויל זען וואס פאר א טעלעפאן דו פארמאגסט.
ב) די עזרת נשים וואס האבן א טעלעפאן, אבער נאר א טעלעפאן אן א קאמפיוטער, ס'איז נישטא קיין שום היתר זי זאל האבן א קאמפיוטער טעלעפאן.
ג) בעלי בתים און אברכים וואס דארפן עס נישט האבן פאר די פרנסה, דארפן איינטוישן זייערע טעלעפאנען.
ד) ווער עס דארף דאס יא האבן פאר פרנסה דארף עס זיין מיט א פילטער. - ווער ס'דארף עס נישט האבן פאר פרנסה, טאר עס נישט האבן!, ועל זה נאמר ויראת מאלקיך!.
איינער זאל אויפפאדערן דעם צווייטן, יעדער טאטע זיין קינד, יעדער איינער זיין גוטער פריינד זיין חבר, זאל אים מאנען און פאדערן, פארוואס פארמאגסטו אזא טעלעפאן?, דו דארפסט עס נישט האבן פאר פרנסה.
*
האדמו"ר מהרז"ל מסאטמאר שליט"א האט שוין דעם ערשטן טאג יו"ט פאר אקדמות מעורר געווען זיין ציבור דערוועגן, און איבער גע'חזר'ט די תקנות מוצאי יו"ט ביים באגלייטן, ווען דער סוף פסוק זיינע תקנות בנוגע סעלפאון'ס איז:
א) עס איז אסור צו האבן א טעלעפאן מיט אינטערנעט, ווער עס האט א טעלפאן מיט אינטערנעט האט נישט די זכי' צו זיין א חבר אין די קהלה, דאס מערסטע וואס א טעלעפאן מעג האבן איז נאר אי-מעיל, ווייניגער איז בעסער, אבער לכל היותר איז נאר אי מעיל.
ב) ווער עס האט א טעלפאן מיט אינטערנעט האט נישט די זכי' צו זיין א חבר אין די קהלה, און ער האט נישט די זכי' אז זיינע קינדער זאלן לערנען ביי אונזערע מוסדות.
אין אנדערע נייעס
נעכטן נאכט איז געווען צוויי חתונות אין מאנסי
ביי איין חתונה איז געווען דער מסדר קידושין הר"ר אברהם צבי הלוי וואזנער שליט"א רב דקהל יטב לב סאטמאר מאנסי, און ביי די אנדערע הר"ר חיים יושע האלבערשטאם שליט"א רב דקהל ויואל משה סאטמאר מאנסי
ביידע רבנים האבן פארלאנגט פון די עדות צו זען וואסערע סעלפאון'ס זיי האבן

- הודעות: 879
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 9:32 am
- האט שוין געלייקט: 96 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 312 מאל
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 377
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 12:16 pm
- האט שוין געלייקט: 42 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 38 מאל
יאנקל האט געשריבן:שרייבער האט געשריבן:
נעכטן נאכט איז געווען צוויי חתונות אין מאנסי
ביי איין חתונה איז געווען דער מסדר קידושין הר"ר אברהם צבי הלוי וואזנער שליט"א רב דקהל יטב לב סאטמאר מאנסי, און ביי די אנדערע הר"ר חיים יושע האלבערשטאם שליט"א רב דקהל ויואל משה סאטמאר מאנסי
ביידע רבנים האבן פארלאנגט פון די עדות צו זען וואסערע סעלפאון'ס זיי האבן
דאס הייסט אז איינער וואס פארמאגט א טעלעפאן מיט אינטערנעט איז נישט קיין כשר׳ער עד? מיינט דאס אז פון היינט און ווייטער שליסט מען אויס אלע מאדערנע אידן (און אידן וועלכע פארלאזן זיך אויף אנדערע רבנים חוץ הרב וואזנער ודעימיה) פון כלל-ישראל? מיינט דאס אז די וועלכע שרייבן אויף קאווע שטיבל און איי-וועלט, קעגן דעם פסק פון געוויסע רבנים אז מ׳מעג זיך באנוצן מיט׳ן אינטערנעט נאר לצורך פרנסה, קען מען נישט מצרף זיין צו מנין?
איך שפיר זיך געטראפן און אנגעגריפן..
---
...א צוועלעף'טער צו מנין ...!
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 879
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 9:32 am
- האט שוין געלייקט: 96 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 312 מאל
chasid האט געשריבן:כ'פארשטיי נישט וויאזוי מהר''א און אזוי אויך בני יואל קענען יעצט נתעורר ווערן ווען די גאנצע התעוררות קומט פון די אגודיסטישע כינוס???
פונעם סיום דף היומי וואלט זיי איינגעפאלן נתעורר צו ווערן צו לימוד התורה??
טעות בידך, מהר"א האט קלאר געזאגט די גאנצע צייט אז ער שטיצט אין שטעלט זיך צו צו די מערכה אינגאנצן, אבער צום פאקטישן כינוס קען ער נישט שיקן.
ווער עס פארשטייט פארשטייט
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1844
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 2:53 pm
- האט שוין געלייקט: 673 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 656 מאל
אבי גערעדט האט געשריבן:chasid האט געשריבן:כ'פארשטיי נישט וויאזוי מהר''א און אזוי אויך בני יואל קענען יעצט נתעורר ווערן ווען די גאנצע התעוררות קומט פון די אגודיסטישע כינוס???
פונעם סיום דף היומי וואלט זיי איינגעפאלן נתעורר צו ווערן צו לימוד התורה??
טעות בידך, מהר"א האט קלאר געזאגט די גאנצע צייט אז ער שטיצט אין שטעלט זיך צו צו די מערכה אינגאנצן, אבער צום פאקטישן כינוס קען ער נישט שיקן.
ווער עס פארשטייט פארשטייט
מהר"א האלט שוין אינמיטן א מערכה 14 יאר, זאל ער זיך יעצט אפשטעלן וועגן ס'איז געווען א כינוס? בנוסף ווי אבי גערעדט שרייבט
- chasid
- ידיד השטיבל
- הודעות: 244
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 1:02 am
- האט שוין געלייקט: 146 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 73 מאל
אבי גערעדט האט געשריבן:chasid האט געשריבן:כ'פארשטיי נישט וויאזוי מהר''א און אזוי אויך בני יואל קענען יעצט נתעורר ווערן ווען די גאנצע התעוררות קומט פון די אגודיסטישע כינוס???
פונעם סיום דף היומי וואלט זיי איינגעפאלן נתעורר צו ווערן צו לימוד התורה??
טעות בידך, מהר"א האט קלאר געזאגט די גאנצע צייט אז ער שטיצט אין שטעלט זיך צו צו די מערכה אינגאנצן, אבער צום פאקטישן כינוס קען ער נישט שיקן.
ווער עס פארשטייט פארשטייט
כ'הער, און פארדעם האט די בלאט די וואך געמאכט ביליגע לצנות פונעם כינוס מיט די בילדער