ביאור סוד בסדר אכילת פיצא

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
באניצער אוואטאר
יין שרף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2570
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 7:11 pm
געפינט זיך: ביים שוויגער...
האט שוין געלייקט: 4803 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3340 מאל

שליחה דורך יין שרף »

שמעקעדיג האט געשריבן:ומתאמרא בשמיה דצדיקים הקודמים נ"ע, פיצ"ע נוטריקון ע'מך י'שראל צ'ריכים פ'יצא!!
כאפט א גלעזל וואדקע ווילאנג איר וועט נאך לעבן...

מיין לייק איז אזוי ווי די הכשר פון התאחדות..
באניצער אוואטאר
יין שרף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2570
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 7:11 pm
געפינט זיך: ביים שוויגער...
האט שוין געלייקט: 4803 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3340 מאל

שליחה דורך יין שרף »

ויש שנוהגין לאכול פיצא בראש השנה לסמנא טבא, ואומרים יה"ר שיתפוצצו שונאינו ומקטריגנו...
(ולמעשה מתפוצץ המעיים)
כאפט א גלעזל וואדקע ווילאנג איר וועט נאך לעבן...

מיין לייק איז אזוי ווי די הכשר פון התאחדות..
באניצער אוואטאר
למדן
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 507
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 5:40 pm
האט שוין געלייקט: 128 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 206 מאל

שליחה דורך למדן »

big joe האט געשריבן:מ'פארציילט אז מ'איז אמאל אריין צו א רבי בעטן ער זאל אסר'ן פיצא, האט ער געפרעגט ''מאכל זה, מה הוא'' האבן די עסקנים הקדושים מסביר געווען, אז דאס איז א שטיקל טייג, מיט א אויסגעקוועטשטע טאמאטע, מיט אביסל צולאזטע קעז. האט די רבי געזאגט "אט דאס פלעגט מען דאך עסען אינדערהיים..."

מ' דערציילט אז מ' איז אמאל געגאנגען פארציילען פאר א רב אז מ' האט געכאפט א בחור מאכן פרענטש פרייס, האט ער געפרעגט ווא ס איז דאס האט מען איהם מסביר געווען אז עס איז צושניטענע פאטעיטאס געקאכט אין אויל, האט ער געזאגט נו וואס איז אזוי שלעכט מיט דעם?
(ויש מוסיפין, אין לאגער איז נישט בעסער געווען)
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

שליחה דורך איך אויך »

chosen people האט געשריבן:
סאו וואט האט געשריבן:איך קען קוים ווארטן, דו נעקסטע דשזענערעישען רעביס,
וועלן טיילן שיריים [נותר] פון פיצע און פרענשפרייס, אוי עט זיין

איך געדענק ווי די עלטסטע קינד פון די גער'ע רבי, ער פלעגט דאווענען אין סאטמער ביהמ''ד אויף עזרת תורה, און ער פלעגט דרשנען דארט. האט ער איינמאל זיך אנגעריפן אז ווען ער ווערט רבי , גייט ער מאכן א יעדע חודש א ר''ח טיש , יעדע חודש פאר אן אנדערע שטעטל, און עס וועט זיין דארט פיצא ..
לאמיר ווארטן ביז ער ווערט רבי..

דו ווייסט זיכער אז דער עלסטער זוהן איז נישט אינגאנצן. מען זאגט אז זיין טאטע דער רבי האט עם אמאל געזאגט אז ער האט געזוכט א גראבער זקן אין די מושב זקנים אבער נישט געפינען..
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

Re: ביאור סוד בסדר אכילת פיצא

שליחה דורך מי אני »

big joe האט געשריבן:רזין דרזין בענין אכילת פיצא

״פיצא״ איז בגי׳ 181 כמנין ״מאכלי בהמה וגוי״ (מיט די 3 ווערטער). ווי אזוי קען מען אינז עס מתקן זיין און מעלה זיין די ניצוצית דקדושה? נאר דורך איינבייגען די פיצא. ממילא קומט אויס אז אויף איין זייט איז דא ״פי״ בגי׳ 91 (מיטן כולל), און אויפ די אנדערע זייט איז דא ״צא״ בגי׳ 91. אז מנעמט די מאכלים פון גוים און בהמות און מאיז זיי מעלה פארן באשעפער (די צוויי שמות פון די רבש״ע צוזאמען איז בגי׳ 91) איז מען מיט דעם אלעס מתקן.

אין בכורות לח:
IMG_4580.jpg



Sent from my iPhone using Tapatalk
אין לך את ההרשאות המתאימות על מנת לצפות בקבצים המצורפים להודעה זאת.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

אכטונג, פיצא קען זיין סכנה'דיג!

New York Post : Pizza sent a record number of Americans to the ER in 2018

https://nypost.com/2020/02/06/pizza-sen ... r-in-2018/
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

Re: ביאור סוד בסדר אכילת פיצא

שליחה דורך מי אני »

big joe האט געשריבן: אינז וויסען דאך אז הנך לישראל דבני נביאי הם, און ממילא יעדער דבר טוב וואס איז א מנהג אין כלל ישראל האט דאך זיכער א יסוד בהררי קודש, און וועגען דעם זוך איך שוין א לאנגע צייט א פשט אויפן מנהג קודש וואס היימישע יודן פירן זיך, אז ווען מ׳עסט פיצא בייגט מען עס אין האלב און מען עסט עס אזוי. ולא ידעתי מנהג זה מהיכן הוא חי.

אבער זייענדיג אין מקוה זיך טובל׳ן און אינזין האבן די שמות וואס מ׳ברויך, איז מיר איינגעפאלן א פשט וואס לולי דמסתיפנא וואלט איך געזאגט אז דאס איז דער מקור. ״פיצא״ איז בגי׳ 181 כמנין ״מאכלי בהמה וגוי״ (מיט די 3 ווערטער). ווי אזוי קען מען אינז עס מתקן זיין און מעלה זיין די ניצוצית דקדושה? נאר דורך איינבייגען די פיצא. ממילא קומט אויס אז אויף איין זייט איז דא ״פי״ בגי׳ 91 (מיטן כולל), און אויפ די אנדערע זייט איז דא ״צא״ בגי׳ 91. אז מנעמט די מאכלים פון גוים און בהמות און מאיז זיי מעלה פארן באשעפער (די צוויי שמות פון די רבש״ע צוזאמען איז בגי׳ 91) איז מען מיט דעם אלעס מתקן.

מ׳קען אפשר זאגן נאך מער אין דעם אז דער תניא זאגט אין שער היחוד והאמונה (פ״ז) אז דער שם הוי׳ ב״ה ווייזט אויף דעם אז הקב״ה איז למעלה ממקום וזמן, אבער ער איז זיך כביכול מתפשט אף תחת מקום וזמן און אויף דעם ווייזט דאס שם הוי׳ צוזאמען מיט׳ן שם אדנ-י (וואס די דין דערפון איז מצמצם) ע״ש באריכות. יעצט, ווי באקאנט זאגט דער אוהחה״ק (בראשית ב ג) אז די גאנצע בריאה הבאה יש מאין קען נאר האבן א קיום פאר זעקס טעג. און נאר דורכ׳ן היטן שבת גיבט מען דאס א ״ריטשארדזש״ אויף צו קענען אנגיין פאר נאך זעקס טעג ע״ש. יעצט, א קאור קאמפאנענט פון די בריאה איז דאך זמן ומקום (ועיין במו״נ ח״ב פי״ג ופ״ל). און... עממ... ווי באקאנט זענען אחינו בני ישראל ״זיך נוהג״ מקיים צו זיין דעם (שבת קיט:) פת חמה במוצאי שבת מלוגמא מיט פיצא. איז דעריבער איז מען דאס כופל צו ווייזן אויף דעם שם הוי׳ בשילוב אדנ-י המרמז לתחת מקום וזמן וואס דאס איז די יסוד הבריאה וואס מ׳האט יעצט מחדש געווען דורכ׳ן היטן שבת וכהאוהחה״ק. און דאס איז אויך דאס וואס מ׳איז עס כופל, צו ווייזן אז עס גייט איבער אין א סייקל פון 6 טעג וכנ״ל (ועיין כאן, בענין אז לגבי אידן איז זמן/צייט מער סירקולער).
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

און אז מ׳רעדט פון פון איינבייגן די פּיִצאַ איז דא די טעארעמאַ עגרעדזשיאום פון קאַרל פרידריך גאַוּס. ער האט געוואלט דעפינירן די קוּרוועטשוּר פון א זאך אפגעזעהן פון ווי אזוי עס איז למעשה ממש אויסגעשטעלט; איר גאַוּסיען קוּרוועטשוּר. דאס ארבעט דורך דעם אז איך קוק איך אָן יעדעס פלאץ וואס ווען איך גיי דערויף איז עס פלאך דאן האט עס א וועליוּ פון 0, אויב איז עס קאַנקעיוו [כעין א דרייאיגע בארג] דאן איז עס פאזיטיוו, און אויב איז דאס קאַנוועקס [כעין א טאָל] דאן איז עס נעגאטיוו.

וממילא האט ער געזאגט אז צו דעפינירן די קוּרוועטשוּר וועליוּ פונעם גאנצן זאך אליין, אָן דארפן צוקומען צו דרויסענדיגע אַבּזערוואציעס פון ווי אזוי עס איז אין איר פלאץ, איז אז אויב נעם איך די צוויי מערסטע עקסטרעמע דרכים בנוגע קוּרוועטשוּר אויף דעם שׁעיפּ, און איך מאָלטיפּליי זיי צוזאמען איז אויב קומט דאס אָן צו 0 ווערט דאס גערעכענט ווי ״פלאך״, נעגאטיוו ווי נעגאטיוו, און פאזיטיוו ווי פאזיטיוו. יעצט, צב״ש, אויב נעמט מען א פלאכע פאפיר, וואס האט דאך נישט קיין קוּרוועטשוּר דעמאלטס בפשטות, און מען דרייט עס ארום אין צו א סילינדער קען עס דאך אויסזעהן ווי עס האט יא קוּרוועטשוּר. אבער אויף דעם סילינדער זענען די צוויי מערסטע עקסטרעמע דרכים אין טערמינען פון קוּרוועטשוּר איינע פונעם אנדערן דעם רינדיכיגן וועג ארום, וואס איז קאַנקעיוו (פאר איינער וואס גייט דערויף) און פאזיטיוו, און די גראדע וועג פון אויבן אראפ וואס איז 0. ווען איך מאָלטיפּליי זיי צוזאמען וועט עס דאך זיין 0 וממילא פלאך - נישט קיין חילוק ווי אזוי איך שטעל דאס אויס. און צב״ש א בּאָל/ספיר וועט דאך איבעראל זיין פאזיטיוו וממילא א פאזיטיווע קוּרוועטשור - נישט קיין חילוק ווי אזוי איך שטעל דאס אויס.

און עס קומט אויס דערפון אז ווילאנג מ׳צורייסט נישט, מ׳סטרעטשט נישט אא״וו א סוּרפעס, נישט קיין חילוק ווי אזוי מ׳בייגט עס, קען מען נישט טוישן איר גאַוּסיען קוּרוועטשוּר. וועגן דעם קען מען טאקע, צב״ש, נישט לייגן א פאפיר גענצליך ארום א בּאָל אָן די קנייטשן אא״וו (אָן עס צורייסן). דעריבער אויך איז קיין שום פלאכע מאפע, מיט 0 גאַוּסיען קוּרוועטשוּר, פון די וועלט נישט אקוראט וויבאלד עס רעפּרעזענטירט אן עריע אויף א בּאָל וואס האט פאזיטיווע גאַוּסיען קוּרוועטשוּר.

יעצט, א פּיִצאַ, וואס איז געהעריג געבאקן גייט זיך נישט סטרעטשן, איז דאך פלאך און האט 0 גאַוּסיען קוּרוועטשוּר וואס דאס מוז דאך אָנגעהאלטן ווערן. וממילא אויב איך האלט דאס און בייג די קראָסט אויף ארויף מוז דאך זיין ערגעץ וואו עס בלייבט פלאך. וממילא גייט זיך די טרייענגעל וואס שטעקט זיך ארויס בלייבן פלאך און גראד וואס מאכט גרינגער דאס׳ן דאס עסן.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
באניצער אוואטאר
פאלאצ'ינטא
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 557
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 21, 2021 10:00 am
האט שוין געלייקט: 432 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1820 מאל

שליחה דורך פאלאצ'ינטא »

נישט לאנג צוריק איז ארום געפארען א ווידאו קליפ פון א (אויך מיר א) רבי פון מאנסי וואס האט געטיילט פיצה און ער האט עס גערופען פרנסה ברויט
אוי באשעפער! טאטע זיסע! עד מתי?

צו זיין נארמאל... דארף מען זיין גוט משוגע!
ערבי נחל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 58
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 13, 2021 11:11 pm
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 29 מאל

שליחה דורך ערבי נחל »

פאלאצ'ינטא האט געשריבן:נישט לאנג צוריק איז ארום געפארען א ווידאו קליפ פון א (אויך מיר א) רבי פון מאנסי וואס האט געטיילט פיצה און ער האט עס גערופען פרנסה ברויט

באניע?
באניצער אוואטאר
פאלאצ'ינטא
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 557
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 21, 2021 10:00 am
האט שוין געלייקט: 432 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1820 מאל

שליחה דורך פאלאצ'ינטא »

ערבי נחל האט געשריבן:
פאלאצ'ינטא האט געשריבן:נישט לאנג צוריק איז ארום געפארען א ווידאו קליפ פון א (אויך מיר א) רבי פון מאנסי וואס האט געטיילט פיצה און ער האט עס גערופען פרנסה ברויט

באניע?


דאכט זיך אז נישט. דער באניא איז א אינגערמאן יענער איז געוועהן עלטער מיט א ווייסליכע בארד
אוי באשעפער! טאטע זיסע! עד מתי?

צו זיין נארמאל... דארף מען זיין גוט משוגע!
פארשפארט