הרב אשר לעווין

תולדות און ‫ביאגראפיע, פראפילן און אנאליזן פון אידישע און אלגעמיינע פערזענליכקייטן, אמאל און היינט
פארשפארט
באניצער אוואטאר
מאראנצןזאפט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 994
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 22, 2013 2:15 pm
האט שוין געלייקט: 1544 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2255 מאל

הרב אשר לעווין

שליחה דורך מאראנצןזאפט »

ראשעקאל האט געשריבן:
בעל הבית האט געשריבן:וואלט איינער געקענט באשרייבן דעם בעל כשרון וספרא רבה ועסקן נמרץ,פה מפיק מרגלוית,הרב לעווין? ווי קומט ער שטאט? משפחה? יארן ?

[tag]מאראנצןזאפט[/tag]



ער הייסט יואל אשר לאבין. באקאנטער פיגור אויף 13 עוו. און יוסיס סוויט האוז, מיט א קליין אויסגעפליקטן רויטן בערדל, זיינע בילדער פיגורירן לעצטנס אויף די ערשטע זייט פון דער שטערן פון צייט צו צייט, צומאל מיט א דאשיק. פאר דער ענגלישער זמן האט ער צוגעשטעלט מוחין דאחוריים.
ער איז א בנש"ק מיט שווארצע זאקן, זיין פאטער איז דער בעל החרדים ובעל החבורה, און איז אן איידעם ביי הרה"צ מדזשיקוב בזיווג"ר.
ער איז בערך 28 יאר.
כ'האב שוין לאנג געוואלט שרייבן לכבודו פאסיגע הערכה ווי ס'פאסט זיך פאר אזא געערטן און טאלאנטפולן שריפטשטעלער, אבל עתי ועטי אין בידי כעת, ואולי עוד חזון למועד.
זיין ערשטע פובליק ווערק איז מן הסתם ס' חכמת שלמה, כתבים פון א ראש ישיבה בישיבת שערי יושר. מ'קען עס קריגן אויף היברו בוקס. די ארבעט פון הרב לעווין דארט איז זייער שיין, ספעציעל אז מ'נעמט אין אכט אז מ'רעדט דאן פון אן אמאטויר.
ער פלעגט שרייבן פאר דער בליק און צייטשריפט, הייינט האט ער צוויי קאלומס אין דער שטערן.
זיין לאנגן מאמר אין הפעמון איבער ליבשאפט פאר א גוי, האט ארויפגעברענגט בייז בלוט ביי מאנכע. רבי בנציון ליפשיץ זאגט אז מ'טאר אים נישט מצרף זיין צו מנין. ולעומתו האט עס זוכה געווען צו לויב ביי אנדערע און אפילו א לינק צו סקריבד פון רבינו לעיקוואד.
ער האט א געוואלדיגן פעדער. כאטש ער האלט זיך נישט שטרענג צו די כללי הגראמאטיק איז זיין שפראך פארהעלטניסמעסיג ריין.
ס'לאזט זיך גלייבן אז ער איז אן אפטער באזוכער דא, אבער אין פאקט קען קיינער נישט אנצייגן ווער ער איז. ארכיוויסט שטעלט צומאל ארויס זיינע ארטיקלען.
ער איז דער מנהל פון דרור.
ער האט פאר א שטיק צייט אנגעהויבן קריגן א סטיגמע פון א משכיל, יענקעלע כהן האט אויסגעווארפן פאשקעווילן קעגן אים אין מאנסי ווען ער איז געקומען רעדן לטובת אסורי יאפאן. למעשה האט אים זיין מנהל'שאפט פאר דרור שטארק גע'כשר'ט. דרעזנער האט אים יעדע צען מינוט אויף קול מבשר און באטיטלט אים הרה"ג צוליב וואס ער איז מכלומרשט מרבני בית תלמוד להוראה.
דרור קאסט אים זיין געזונט בידעי ומוכירו, מיט זיין גאנצע אויפגעקלערטקייט איז ער געשטאנען מיט א תמימות און געזאמלט פעטישאנס פאר צבי יהודית אין פאלי סקווער צו ראטטעוען א נפש מישראל, און ביים כינוס פאר פאר עסטרייכער. און זאל זיך קיינער נישט איינרעדן ער פארדינט עפעס דערפון אויסער קאפ וויי און שלאפלאזע נעכט.
ער פלעגט האבן א קאלום אין דער שטערן אונטער פענ-נאמען יאנקל פרייליך, געשריבן מיט הומאר און סארקאסיזם צוקער זיס, און איז אונטערגעגאנגען צוליב אכשר דרא'דיגע סיבות.
דאס איז וואס איך האב צוזאגן אויף דער מינוט צו פארענטפערן בעל הבית'ס קשיא, און באמת וואלט געדארפט נאכקומען א לענגערע אנאליז איבער זיין געדאנקענגאנג, זיינע אידעלאגיעס לויט וויפיל מ'קען ארויסהאבן פון זיינע שריפטן, און זיין דרך ואופן הכתיבה, ולא עלי המלאכה לגמור.
און פאר די אלע אישי'ס וואס גייען יעצט נאכקומען. איך בין לאבין, אייזנבערגער, וועבער, זילבער, שפילמאן, ראלינצקי, און אויך ארוש פון בגן. און אודאי חידא ווייס און אויך זיין איידעם וכו'.
צו די חשוב'ע רעדאקציעס פון אידישע אויסגאבעס: אדם אוסר את שלו, עס איז נישט ערלויבט זיך צו באנוצן מיט מיינע ארטיקלען אן קיין בפירושער ערלויבעניש. איר קענט אייך מיט מיר פארבינדן אין אישי. א דאנק פון פאראויס.
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

זייט ווען דאווענט בנציון ליפשיץ מיט מנין?
Under influence
באניצער אוואטאר
משה געציל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1676
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 27, 2012 2:12 pm
האט שוין געלייקט: 2456 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2705 מאל

שליחה דורך משה געציל »

איך גלייך זייער זיין עדעטאריל אינעם שטערן/שפאקטיוו. צוריק אינעם צייטשריפט ע"ה פלעגט ער גלייכן אסאך מוחה צו זיין, משא"כ אינעם שטערן ווי ער איז היבש ליבעראל.
ומי קרי לחינוך השלמה, והא תניא אי זה חינוך היה רגיל לאכול בשתי שעות מאכילין אותו לשלש בשלש מאכילין אותו בארבע? אמר רבא בר עולא תרי חנוכי הוו: (יומא פ"ב ע"א)
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

שליחה דורך זר זהב »

ס'ווענט זיך ווער די אוידיענץ איז, אזוי שרייבט מען
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4290
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 6640 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

שליחה דורך טאמבל סאס »

מאראנצן, אלעס ביסטו, אבער אפלערנען א שרייבער קענסטו נישט. ;).

עה. חלילה! א הערליכע ארבעט. יישר כח.

איך הויב שוין אן ציטערן אין די הויזן. איך שרייב די קליינע אוצרות אין די מעלות.
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4290
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 6640 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

שליחה דורך טאמבל סאס »

איינער דא געדענקט זיין ארטיקל אין די צייטשריפט פון די אלע סארטן שיכורים? דעמאלט'ס האב די ערשטע מאל זיך באקענט מיט'ן נאמען אשר לעווין, און מער איז ער מיר נישט ארויס פון קאפ. איך בין נאך א לאנגע צייט געווען אבסעסד מיט אים
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
באניצער אוואטאר
מאראנצןזאפט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 994
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 22, 2013 2:15 pm
האט שוין געלייקט: 1544 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2255 מאל

שליחה דורך מאראנצןזאפט »

טאמבל, איך שרייב די בריוון אין דער בלאט...
צו די חשוב'ע רעדאקציעס פון אידישע אויסגאבעס: אדם אוסר את שלו, עס איז נישט ערלויבט זיך צו באנוצן מיט מיינע ארטיקלען אן קיין בפירושער ערלויבעניש. איר קענט אייך מיט מיר פארבינדן אין אישי. א דאנק פון פאראויס.
באניצער אוואטאר
ידען
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3158
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 28, 2012 9:27 pm
האט שוין געלייקט: 2648 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 893 מאל

שליחה דורך ידען »

קאווע טרינקער האט געשריבן:זייט ווען דאווענט בנציון ליפשיץ מיט מנין?

ווער איז בנימין ליפשיץ?
פאר גוגל טאק און פאר לייגען אשכולות ענאנימעסלי
yedios1 @ gmail.com
בעל הבית
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 680
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 05, 2013 2:26 pm
האט שוין געלייקט: 214 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 193 מאל

שליחה דורך בעל הבית »

ישר כח מארנצןזאפט זייער שון אין קלאר ביקצור, נאך א קליינע הוספה, ער איז זייער א צוגעלאזנע פריידנליך בכלל נישט אין די גאווה ביזנעס, ער האט א אוזן קשבת פאר נשברי לב, כסדר אידן עסן ביי עם שבתים וחגים , שמייכל, דוד סנדק ועוד,בפרט פדיון שביים טוט ער א געוואלט,


אויב איך קען דיר בעטן נאך א טובה'לע אויב די קאנסט באשרייבן קופערניקוס למשל ווי ער וואינט ?יארן ?פרנסה? תלמיד
דעת בעל הבית העפעח דעת תורה
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3795
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 6591 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8112 מאל

שליחה דורך ונבנתה העיר »

ידען האט געשריבן:
קאווע טרינקער האט געשריבן:זייט ווען דאווענט בנציון ליפשיץ מיט מנין?

ווער איז בנימין ליפשיץ?


אב"ד תורה ותפלה אין ב"פ.

[tag]מאראנצןזאפט[/tag] וועט זיך האפענטליך נעמען צו איהם...
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
באניצער אוואטאר
ידען
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3158
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 28, 2012 9:27 pm
האט שוין געלייקט: 2648 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 893 מאל

שליחה דורך ידען »

ונבנתה העיר האט געשריבן:
ידען האט געשריבן:
קאווע טרינקער האט געשריבן:זייט ווען דאווענט בנציון ליפשיץ מיט מנין?

ווער איז בנימין ליפשיץ?


אב"ד תורה ותפלה אין ב"פ.

[tag]מאראנצןזאפט[/tag] וועט זיך האפענטליך נעמען צו איהם...

פארוואס האט ער געזאגט אז מע קען נישט מצרף זיין אשר לעווין?
פאר גוגל טאק און פאר לייגען אשכולות ענאנימעסלי
yedios1 @ gmail.com
בעל הבית
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 680
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 05, 2013 2:26 pm
האט שוין געלייקט: 214 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 193 מאל

שליחה דורך בעל הבית »

..
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום בעל הבית, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
דעת בעל הבית העפעח דעת תורה
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

@ידען ווייל כך דרכם של.... איינער וואס האלט אנדערשט ווי דיר איז אן אפיקורס.
Under influence
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4290
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 6640 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

שליחה דורך טאמבל סאס »

און איך קען א חושיבע מגיד שיעור נפלא וואס לייענט הרב אשר לעווין אין טוילעט. שף עייל ושף נפיק. ער האט ליב זיינע שיינע דרשה'לעך.
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
יואב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1677
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:55 am
געפינט זיך: בגאַטקעס דרבינו־תּם
האט שוין געלייקט: 5634 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6194 מאל

שליחה דורך יואב »

הרב אשר לעווין איז לדעתי פון די, אויב נישט דער בעסטער שרייבער ביים היימישן עולם. מעשי ידיו זענען שרייבווערק פונעם סאמע העכסטן קאליבאר. זיין מעלה איז אז מ'קען נישט אנצייגן אויף א ספעציפישן מעלה. ער איז ממש א כל בו אין שרייבעריי, קאלירפול ביז גאר. ער האט געוואלדיגע תוכן, א שיין תלמיד חכם אויסגעקאכט אין תורה שבכתב ובעל פה, א ידען נפלא איבער אידישע היסטאריע, עקסטרעמע הומאר, רייכע משלים און מליצות, ברייטע דמיון, אויסנאם גוטע ארטיקיולעטער און אנאליזער,שארף צום פינטל ווען נוטיג, און ווארעם און צוגעלאזן ווען ס'פארלאנגט זיך. אויך פארמאגט ער א זעלטן רייכע וואקאביולאר הן אין אידיש, און ווי אויך אין לשה"ק. איך ווייס נישט צו ער שרייבט אין ענגליש, אדרבה אויב איינער ווייסט עפעס דערפון, און קען דאס באשטעטיגן וואלט איך שטארק הנאה געהאט.

חוץ פון דעם אז לאבין איז א רעבישע נאמען האב איך קיינמאל קיין אהנונג געהאט, און כ'האב נאך אלץ נישט, ווער דער טאלאנטפולער אינגערמאן איז. כ'פלעג זיך כסדר אויס'משל'ן וויאזוי דער צדיק זעהט אויס, און פארשטייט זיך אז יעדעס מאל כ'האב געלעזט א צווייט קאליר ארטיקל האט זיך דער דמיון ארויסגעלאזט אויף א פרישן יאגד צו כאפן געשטאלטן מיט די פעהיגקייט צו איבערצייגן מיין מח אט דאס איז דער האנט פון וואנען ס'זעלטן גאלדענע פענע שלענגלט זיך פונעם ארבל, און פארשווארצט דעם גליקליכן פאפיר.

געווען איז דאס בערך פאר צוויי יאר צוריק, ווען איינס פון זיינע שפיץ מייסטערווערק האבן געגרייכט די פאליצעס פון די היימישע געשעפטן. דאס איז געוועזן זיין ארטיקל איבער זיין באזוך אינעם קעניגרייך פונעם מלאך המוות--"אוישוויץ". דאס איז געוועזן דער ערשטער מאל כ'האב געזעהן א בילד פון אים אויפן דעקל פונעם שפאקטיוו. זיין געשטאלט איז געוועזן היבש קאנטראדיקטיוו מיט די אויסגע'משל'טע געשטאלטן ס'פלעגן זיך בייטן אין מיינע מח קעמערלעך, אין א בדיעבד'יגן פארזוך צו איבערצייגן מיין אומבאהאלפענע נייגער אז ער איז טאקע דער הרב לעווין.

אן איידל נידריג רויטער אינגערמאנטשיק, מיט אן ענווה'דיגן גרימאסע אויסגעגאסן אויף זיין געזיכט. גרויסע חסידישע גאלד-שווארצע ברילן, געוויס בכוונה ארויפגעלייגט 'אויף' זיינע האלב-געמאכטע פיאות נישט צו פארשעמען פרומקייט, און טאקע שווארצע זאקן מיטן רעבישן פראכט ווי מיט שטאלץ צו זיין גלאררייכע ייחוס. געשטאנען איז ער דארט צוזאמען מיט העסקן ר' בנציון ווידער פון מאנסי ביים אוישוויצער קאלעך אויוון איינגעהילט אין א טלית, מיט א קל מלא רחמים'דיגע טרערן גלאנץ.

קען זיין ס'איז צוליב דעם וואס איך בין אבסעסט מיטן שואה, און כ'האב שטארק געפיהל דערצו. לדעתי איז אבער יענע ארטיקל געוועזן א זעלטנהייט, און כ'וואלט געוואלט הערן די מיינונג פון אנדערע. הרב לעווין האט דארטן געשילדערט זיין באזוך מיט רויטע פארבן, און האט באוויזן צו דערשלאגן מיינע שיטערע טרערן צו א געדיכט ציפעדיגן זאלציגקייט.

לעצענס זעהט מען פון איהם בילדער ווי ער רייזט ארום דער וועלט, דורכפירענדיג גלאבאלע פארש מיסיעס פאר דער שטערן. אוישוויץ, טאקיא, מאסקווע, און נאך. אויף די בילדער זעהט מען איהם שטענדיג אויפגעלייגט, אלץ מיט א פרישע וועג צו אטראקטירן חן. זאל דאס זיין דער טלית אין אוישוויץ וועלעכס טוהט דראמאטאזירן דעם גהינם, צו דער בא'חן'נטער דאטשיק אויפן קאפ, וועלעכס ערוועקט נאסטאלגיע צום יהדות החרדית אינדערהיים.

ער איז א ווארימער נשמה מיט גרייטקייט פאר אנדערע. הן פון א ריין אידישן שטאנדפונקט טוהט ער רעפלאקטירן די אידישע מידה פון רחמנות; און אויך פון א ברייטהארציג הומאנטערישן שטאנדפונקט, א היימישער טשעמפיאן פאר מענטשן רעכטן. ס'איז אוממעגליך דאס צו פארזעהן פון צווישן די שורות פון זיינע ארטיקלן ווי ס'איז שטארק מערקבאר, און שטארט כסדר ארויס מיט אלע פארבן. בערך פאר צוויי יאר צוריק האב איך זיך דערוויסט פון זיינע פדיון שבויים אקטיוויטעטן, טאקע פון דרור. ער האט געגעבן איין תשעה באב אן אינטערוויא אויף קול מבשר פאר יוסי געשטעטנער איבער תפיסות אין אמעריקע, און בפרט די ביטערע לאגע אין וואס היימישע ארעסטאנטן געפינען זיך. ער איז געקומען רעדן איבער רובשקין אין מאנסי, האב איך אים זייער געוואלט זעהן, אבער פונקט האט זיך געמאכט קאמפליקאציעס איך זאל קענען אנקומען אהין. איך געדענק טאקע אינדערפריה האב איך געזעהן פאשקעווילן אויף איהם, כ'האב געהאפט דאס וועט נישט אפעקטירן זיין אנוועזנהייט, כ'האב שטארק געהאפט איהם צו זעהן, און אויב מעגליך טוישן מיט אים א ווארט.

יאנקל פרייליך פלעגט פאר יארן זיין ביי מיר א הויפט פאקטאר אין קויפן דער שטערן. זיין הומאריסטישן פענע און שארפע אויגן, האט נישט אויסגעקוקט ס'קומט פון א שרייבער מעלמא הדין. כ'האב געטראפן אמאל שמעון ראלינצקי, און כ'האב אים א פרעג געטאהן ווער דער מאדנער ערנסט גערעדטער 'יאנקל פרייליך' איז. זיין ענטפער ס'איז דער זעלביגער רויטער אינגערמאנטשיק פונעם שטרענגן קוק ווינקל, האט פארשטייט זיך געהויבן הרב לעווין'ס פערזענדליכקייט אין מיינע אויגן.

כ'האב געמיינט ער איז בלויז א סטאר אין אידיש שרייבווערק. למעשה האב איך זיך דערוויסט אז לשון קודש האט זיך נישט וואס צו שעמען מיטן אריינעמען אזא שרייבער אינערהאלב אירע ברייטע ראמען. ער האט באלאכטן דעם הפעמון יעדעס ווארט ממש מתוק מדבש. אויך האט ער פארפאסט א הארציגן קינה אויפן שואה וועלעכע קען צולאזן א שטיין אין סאבסטאנץ, און האט זיך בכלל נישט וואס צו שעמען מיט די גרעסטע קינות קאמפאזירער אין קוואליטעט. מ'האט דאס שוין ציטירט דא אינעם שטיבל.

כלפי זיין שרייבן דא אינעם שטיבל האב איך שוין אויך חושד געוועזן צאללאזע ניקס, אריינגערעכנט טאקע מאראנץזאפט אויף וועמען מיינע חשדות זענען מיט רעכט זייער הויעך. מאראנץזאפט איך בין דיר טאקע נישט חושד צו זיין הרב חידא ווייס, און אויך נישט ר' מאטל זילבער. אבער הרב לעווין קענט איר גאר מעגליך זיין.

צום שלוס: כ'האב קיין אהנונג ווער דער לעווין איז, כ'האב אים נאך קיינמאל באגעגנט אפילו. כ'האב שוין אבער פאר א לאנגע צייט שטארקע שעצונג צו זיין מייסטערווערק און ווארימער כאראקטער. אין א צייט ווען היימישע דזשורנאליזם איז טיף אין דער אדמה, און צו ליינען עפעס זאכליך ברויך מען נישטערן אויפן געוועב, איז ער ממש פון יחידי סגולה מיט א זכות צו באלייכטן אידישע היימען מיט זיין זעלטן רייכער פענע. זאל דאס זיין איבער אידישע היסטאריע, זאכליכע ראציאנאלע מוסר איבער דברים העומדים ברומו של עולם, שרעקעדיגע הומאר, און סתם רייכע ארטיקלן. איך האב שוין לאנג געוואלט באשרייבן דעם צדיק, און אז ס'איז יעצט אונטערגעקומען, האב איך נישט געוואלט פארפאסן דעם געלענהייט.

הרב לעווין, איך ווייס נישט צו איר שרייבט דא, איך ווייס נישט צו איר ליינט אפילו קאווע שטיבל. איך ווייס נישט צו מיינע שורות וועלן בכלל אנקומען צו אייך, וויסן זאלט איר אז שכרך הרבה מאוד. מיר באלעקן זיך מיט אייערע ארטיקלן. קיפ איט אפ, יו ראק!
אביגדור
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1301
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 04, 2013 7:19 pm
האט שוין געלייקט: 1684 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1425 מאל

שליחה דורך אביגדור »

אל תהרהר אחריו ביום וכו'.
באניצער אוואטאר
מאראנצןזאפט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 994
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 22, 2013 2:15 pm
האט שוין געלייקט: 1544 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2255 מאל

שליחה דורך מאראנצןזאפט »

בעל הבית האט געשריבן:ישר כח מארנצןזאפט זייער שון אין קלאר ביקצור, נאך א קליינע הוספה, ער איז זייער א צוגעלאזנע פריידנליך בכלל נישט אין די גאווה ביזנעס, ער האט א אוזן קשבת פאר נשברי לב, כסדר אידן עסן ביי עם שבתים וחגים , שמייכל, דוד סנדק ועוד,בפרט פדיון שביים טוט ער א געוואלט,


אויב איך קען דיר בעטן נאך א טובה'לע אויב די קאנסט באשרייבן קופערניקוס למשל ווי ער וואינט ?יארן ?פרנסה? תלמיד


יא, גערעכט. בכלל איז זיין שטוב א בית ועד לחכמים, און דעם פארגאנגענעם שבועות אויפדערנאכט האט ער געהאט צוגאסט א קבוצה חרטומים בראשות פון הרב יחיאל גולדהויבער, מיט דער באטייליגונג פון אזעלכע לייבן ווי הרב [פארמעקט] המכונה חייקל ענטפערט (יא דער מיטן' קורצן רעקל און פערגרעסערונג גלאז) און ר' יוסף יונה הכהן ראפאפארט המכונה יונה קאהן, און נאך.
עד היום בין איך באליידיגט אז איך האב נישט געקריגן אן אינוויטאציע. בין איך נעבעך געבליבן אין ביהמ"ד, פארלענדעט א פלעשל סעלצער, און געדרימלט אויפ'ן תיקון.

און ווער קופערניקוס איז איז דאך א סוד פאר גאנץ בראד. דאס איז דאך נישט קיין אנדערער ווי הרה"צ מבארשע-אב"ד תולדות אברהם יצחק-ספינקא רבי פון ערימאנט והגלילות, המכונה משה יאנקל (עפעס האט ער מיט דער וואס קומט אויף די וואכנאכטס), א ברודער פאר זייריס רבי הזאבלטובער המכונה דודי הורוויץ, קינדער פונעם בעל דובר מישרים זצוקללה"ה.
זיין פרנסה איז פון טאנצן ביי חתונות פארגלייזט אויפ'ן זעקסטן הקפה ניגון, עי.קעי.עי. שנאר ובעטלעריי.
און א תלמיד איז ער פון בערל קליינס פיצא סטאר אויפ'ן טרייענגל בשכינות פון מרכז מוסדות ספינקא, ווי ער פלעגט אלס בחור קויפן דער איד יעדן מיטוואך (ס'האט נאך דעמאלט געקאסט נאר פופציג צענט, כהאב אמאל געהאט די זכי' צו זיין דער כמותו) צוזאמען מיט א סלאש.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום מאראנצןזאפט, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
צו די חשוב'ע רעדאקציעס פון אידישע אויסגאבעס: אדם אוסר את שלו, עס איז נישט ערלויבט זיך צו באנוצן מיט מיינע ארטיקלען אן קיין בפירושער ערלויבעניש. איר קענט אייך מיט מיר פארבינדן אין אישי. א דאנק פון פאראויס.
יואב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1677
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:55 am
געפינט זיך: בגאַטקעס דרבינו־תּם
האט שוין געלייקט: 5634 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6194 מאל

שליחה דורך יואב »

:like מאראנצןזאפט.

ווער ווייסט צו דו ביזט דער וואס האט מיר געברענג צום לעצטער שרעקעדיגן געלעכטער אויספלאץ פון שנת תשע"ג. זאל אונז זיין וואויל, א ברכה אויף דיין קאפ.
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

יואב..... הערליך.
You made my day /year
Under influence
באניצער אוואטאר
מאראנצןזאפט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 994
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 22, 2013 2:15 pm
האט שוין געלייקט: 1544 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2255 מאל

שליחה דורך מאראנצןזאפט »

יואב, א נשיקה פאר יעדן ווארט.
ער האט שוין אסאך געשריבן און ס'שווער צוצונעמען די סוגיא על רגל אחת, אבער איין נקודה, כאטש וואס ער פרובירט זיך צו האלטן צו אויטענטישע און ארגינעלע זשורנאליזם, דאך מוז ער זיך צומאל באנוצן מיט צביעות צוליב די סטאנדארטן פונעם היינטיגן אידישן מארק.
למשל ווען ער האט באשריבן פרשת יאפאן האט ער שיין באזינגען חידא ווייס און זיין געניטשאפט מיט וואס ער פירט די קעיס, אזאך וואס ער האט געשריבן נאר פאר'ן בילד ווען אין פאקט האט ער אסאך ביקורות צו די גאנצע צוגאנג פון בינדיגער ווייס און דער דריטער דארט. בכלל האט ער מיר געמאכט לאכן ווען ער רימט די געוואלדיגע פארטיידיגונג פון די אדוואקאטן, ווען ער פארשטייט נישט קיין איין ווארט יאפאנעזיש.
אויך ווען ער האט באשריבן רבי פישעלע אין דער צייטשריפט האט ער מקיים געווען דעם ברצותו מרחיב וברצותו מקצר למשל אז ר' פישעלע זאל זאגן די ווערטער "ער האט געהאט די זכי' צו פארבארגן זיינע ספרים פאר'ן סאטמארער רב", ווען סך הכל האט ער געזאגט אז "ער פלעגט פארבארגן ספרים פאר'ן סאטמארער רב" ודוק בחילוק המשמעות.
מיט דעם אלעם קומט אים רימע פאר זיין חוצפא און דורכזיכטיגקייט צו זאגן זאכן גענוי אזויוי ער טראכט, און פאר זיין געוואגטקייט צו נוצן א נוסח און סטיל וואס אנדערע וואלטן זיך נישט געטרויעט. למשל זיין פאעזיע אין לעצטן הפעמון איבער א מכלומרשטן חלום פונעם הייליגן בעש"ט צו אים, ווי ער קלאגט אויפ'ן מצב החסידות בזמנינו.
איך בין נאך מסופק וויאזוי מ'קאטאגעראזירט אזא שטיקל, אפשר א גוט ווערטל אויפ'ן חשבון פון די ליינער.
און אז דו רעדסט וועגן זיין הומאנטערישע נשמה און געפילן איז כדאי צו דערמאנען זיין ארטיקל נאך דעם ערדציטערניש אין הייאטי וואו ער האט שארף פארדאמט די אלגעמיינע אידישע גאסן אידעאלאגיע אז כאילו א מענטשליך הארץ דארף זיך נישט מצער זיין אויף די ווייטאגן פון אזויפיל צעבראכענע וואס האבן פארלוירן זייערע נאנטע און גאנצער האב און גוטס, אלעס צוליב וואס זיי זענען מבני נכר. אן ארטיקל וואס וואלט אים רואיג געקומען דערפאר א פוליצער און נאבל ליטעראטור פרייז.
צו די חשוב'ע רעדאקציעס פון אידישע אויסגאבעס: אדם אוסר את שלו, עס איז נישט ערלויבט זיך צו באנוצן מיט מיינע ארטיקלען אן קיין בפירושער ערלויבעניש. איר קענט אייך מיט מיר פארבינדן אין אישי. א דאנק פון פאראויס.
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

הערליך שיין [tag]מאראנצןזאפט[/tag] און [tag]יואב[/tag]!

בד"וו, ווער איז דער [פארמעקט]? קיינמאל נישט געהערט פון עם. און וואס איז די דיל מיט די פארגרעסערונג גלאז?
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

יעצט באקומען...
הערליך שיין


שמעו נא רבותי אנשים מומחים, רוצה אני לברככם בשנה טובה ומתוקה, והנה מצד הנימוס והדין המברך צריך לפרוט את כל הברכות והאיחולים, אך דעו נא רבותי כי אי אפשר לפורטם כי רבים הם, ואין אני מברך אתכם בברכות שאינם כתובים בתורה, על כן יהיו נא בעיניכם כאילו הייתי פורט את כל הברכות והאיחולים, העתירות והמחמאות שאני מברך מעומק הלב.

כל ימי השנה כולה, הכל יהיו מבורכים לכם, הכל מחולים לכם, הכל שמחים לכם, אין כאן לא צער, ולא כאב, לא דחקות ולא חרם ולא איסור ולא קונם ולא נידוי ולא שמתא, ולא ארור, אבל יש כאן ברוך ומבורך, מחילה וסליחה, ברכה ושמחה אושר ונחת, וכשם שמברכים למטה, כך תהיו מבורכים בבית דין של מעלה.

 

המברך ומאחל ידידכם ואוהבכם

 יואל אשר ישעי' לאבין
Under influence
באניצער אוואטאר
דענקער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 254
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 20, 2012 6:18 pm
האט שוין געלייקט: 905 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 412 מאל

שליחה דורך דענקער »

אה זייער שיין מאראנצן!

קענענדיג ר' יואל אשר אלס נחבא אל הכלים, ווייס איך נישט אויב עס שמעקט אים די פובליסיטי (אזוי וואלט ער געזאגט, גיי ווייס...)

אגב, וואס איז די קבוצה חרטומים? עס סאונדט ווי די אילומינאטי...
ווי קען מען זיך צושארן צו זיי?
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 6 אום דענקער, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
דאס לעבן איז ווי א קליין קינד'ס אינטערהויזן... קורץ און איינגעמאכט.
פארשפארט