שואל כענין - קושיות ותמיהות

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
פארשפארט
תחכמוני
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 93
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 15, 2013 8:06 am
האט שוין געלייקט: 67 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 328 מאל

שליחה דורך תחכמוני »

יאיר האט געשריבן:און שלום עליכם תחכמוני, דער עולם בענקט זיך נאך דיר.

פון דיר האב איך געוואוסט. אבער ווער ביזטו צו רעפרעזענטירן די עולם? 8-)
"It is error only, and not truth, that shrinks from inquiry"
Thomas Paine -
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

תחכמוני האט געשריבן:
יאיר האט געשריבן:און שלום עליכם תחכמוני, דער עולם בענקט זיך נאך דיר.

פון דיר האב איך געוואוסט. אבער ווער ביזטו צו רעפרעזענטירן די עולם? 8-)

דער עולם האלט מיר אין איין אישי'ן :lol:.
האדם לא נברא אלא להתענג
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6957
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

תחכמוני האט געשריבן:דא נוצט די גמרא א דרש אז עס מיינט א פועל יוצא און נישט א פועל עומד.


יאיר האט געשריבן:אודאי איז פשוט פשט אז גאט וועט זיך אליינס פרייען, דאס איז דאך דער המשך אין פרשת וילך, כי ישוב ה' לשוש עליך לטובה.

אהא, פון די המשך הגמרא וואס זאגט "ודיקא נמי דכתיב כן ישיש ולא כתיב ישוש שמע מינה" האט מיר אויסגעזעהן אז ס'איז מער ווי סתם א מדרש אגדה, נאר אז די גמרא לערענט אזוי פשוט פשט.
תחכמוני
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 93
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 15, 2013 8:06 am
האט שוין געלייקט: 67 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 328 מאל

שליחה דורך תחכמוני »

געפילטע פיש האט געשריבן:
תחכמוני האט געשריבן:דא נוצט די גמרא א דרש אז עס מיינט א פועל יוצא און נישט א פועל עומד.


יאיר האט געשריבן:אודאי איז פשוט פשט אז גאט וועט זיך אליינס פרייען, דאס איז דאך דער המשך אין פרשת וילך, כי ישוב ה' לשוש עליך לטובה.

אהא, פון די המשך הגמרא וואס זאגט "ודיקא נמי דכתיב כן ישיש ולא כתיב ישוש שמע מינה" האט מיר אויסגעזעהן אז ס'איז מער ווי סתם א מדרש אגדה, נאר אז די גמרא לערענט אזוי פשוט פשט.

ווען איך האב געשריבן אז דאס איז א דרש האב איך נישט געמיינט צו זאגן אז די גמרא האט נישט געלערנט אזוי פשט אין פסוק. איך האב נאר געזאגט אז דאס איז נישט פשוט פשט. די קענסט לערנען אז די גמרא האט אויך נישט געהאלטן אז דאס איז פשוט פשט אין פסוק אדער אז חז"ל האבן יא אפגעלערנט אזוי דעם פסוק. די רד"ק אין ספר השרשים שרייבט "והפועל הכבד...כן ישיש ה' עליכם (דברים כח, סג) כולם פועלים עומדים. ודעת רבותינו ז"ל (מגילה י ע"ב) להיות הפועל הכבד פועל יוצא שאמרו ישיש ה' עליכם הוא אינו שש אבל אחרים משיש דיקא נמי דכתיב ישיש ולא כתיב ישוש"
משמע אז ער האט געהאלטן אז לויט חז"ל איז דאס פשט אין פסוק.
"It is error only, and not truth, that shrinks from inquiry"
Thomas Paine -
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

אז קאווע טרינקער האט זיך ערלויבט, וועל איך זיך אויך ערלויבן - כאטש כ'בין נישט זיכער אז דאס איז שואל "כענין".

איך פאר אסאך מאל אין געוויסע געגנטער, בפרט ביי וואקאציעס, און איך גיי שיער אראפ פון זינען פון די הערליכע וועלט פון גאט'ס באשאף. פאראן גויים וועלכע וואוינען אין פאלאצן, אנדערע אין קלענערע רואיגערע הייזקעס אבער ווערן דערטרונקען אין שטחים פון גראז און בלומען/ביימער, הערליכע פאנארעמעס וואס דער אויג קען קוים באגרייפן; אנדערע האבן גאר טייערע לוקסעריעזע אויטאס פון די שענסטע און די בעסטע, אנדערע רייכע גויים לעבן אפ מיט אנדערע תענוגי עוה"ז, זיי האבן צו פרעסן די טייערסטע און בעסטע עסנס, זיי האבן אייגענע יאכט שיפן אדער גייען זיי אויף קרוזעס צו די באהאמאס אינזלען און אנדערע געשמאקע קור-ערטער, וואו אימער זיי פארן קענען זיי עסן אן קיינע כשרות פראבלעמען, (לאמיר שוין נישט רעדן אין די שמוץ אין וואס זיי זענען איינגעטינקען אן קיינע פראבלעמען, עכ"פ ווילאנג עס איז לעגאל), גייען אין טייערע האטעלן און רעסטוראנטן, אין ווערד פון טויזענטער דאלער (איר ווייסט אז עס זענען פאראן האטעלן וועלכע טשארדזשן א האלב מיליאן א נאכט, און זיי זענען פול? גייט נאר אביסל אין וועגאס גיט א קוק וואס טוט זיך דארט, אדער אפשר נישט, ס'איז נישט רעקאמענדירט...), די עשירים זיי ווייסן נישט וואס צו טון מיט אזויפיל געלט... פריוואטע דזשעטס איז זיי שוין גארנישט גענוג...

און מיר אידעלעך? זיצן צאמגעפרעסט ווי די הערינג אין פיצעלע הייזער, מען מוטשעט זיך אויף דעם מינימום, קוים קוים וואס מען קען אפפארדן דעם אדעסי, דער עולם זינקט אין חובות, מען קען נישט נאכקומען די טייערע בילס פאר כשר פלייש און ערליכע חינוך...

יעצט וואס איך וויל וויסן: זענען טאקע די אלע שיינע הערליכע זאכן באשאפן געווארן נאר פאר די 'שמוציגע גויים'? דער עם סגולה קאן גארנישט הנאה האבן דערפון? קיינמאל? עס מאכט דאך נישט קיין סענס!

יעצט הייב אן מיט די תירוצים. עולם הזה איז פאר עשו... אבער עס זענען דאך פאראן עט-ליעסט א טוץ תירוצים אז מיר קענען אויך הנאה האבן, מיר זענען דאך מציל מזוטו של ים.. נישט אזוי? קוק נאר אין בני יששכר ווי שיין ער צעלייגט עס! קומסטו מיטן צדיק רע לו? מאכט זיך נישט אפילו איין איד וואס איז נישט אזא צדיק?

איך ווייס אז עס איז א איסור פון לא תחמוד, באט איי קענט העלפ איט. איך קען נישט צוקוקן ווי דאס אידישע פאלק מוטשעט זיך אין א ביטערע דחקות, און די שקצים און שונאים האקן א לעבן. :evil: :twisted:
וירח ה' את ריח הניחוח
נהורא נפישא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 1778 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2305 מאל

שליחה דורך נהורא נפישא »

כ'האב זיך אלטץ געוואונדערט וויאזוי די כת הצדוקים האבן כופר געווען אין תחיית המתים ווען ס'שטייט פשטות ארויס מפורש אין פסוק אין דניאל ביים חזון קץ הימין
ורבים מישני אדמת עפר יקיצו אלה לחיי עולם ואלה לחרפות לדראון עולם (דניאל יב ב)
קען מען דען אנדערש לערנען דעם פסוק אדער האבן זיי נישט אנגענומען דעם גאנצען ביבלישן קאנאן ווי מיר האבן די כ"ד כתבי הקדש ?
למה נקרא שמו רבי נהוראי, שמנהיר עיני חכמים (עירובין:)
באניצער אוואטאר
נייגעריגער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 477
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 06, 2013 8:01 am
געפינט זיך: וואו נאר מ'קען ווערן קלוגער
האט שוין געלייקט: 90 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 174 מאל

שליחה דורך נייגעריגער »

נחום כץ האט געשריבן:איינער ווייסט וואו ס'שטייט אז מ'טאר נישט האבן קיין פארקער מיט א מחלל שבת?
נישט רעדן מיט אים? און אפ' נישט פארקויפן קיינע פראדוקטן?
איך קום אריין אין מיין לאקעל סושי געשעפט אין טאון (סטמפורד הילל) און איך פרעג מיט א שמייכל, דער בעל הבית א געוועזענע נאנטע חבר מיינס, אויב רעדן, רעדט ער נאך מיט מיר?
אבער ער האט מיר תיכף אפגעשמוצט זאגענדיג "ביסט א מחלל שבת! מ'טאר נישט רעדן מיט דיר! גיי ארויס פון דא!
ס'געזיצן דארט א אנדערע איד, און האט זיך געבעטן ביי איהם, "כאטשיג קויפן לאז איהם" אבער ער האט פון גארנישט געוואלט הערן.
איך האב אביסל געפילט ווי בר קמצא. הגם נאר די ק' און די צ'.
אדער גאר קמצא אליינס. ווייל איך בין דאך יא נאנט געווען מיט יענעם.

[סאררי פאר ביעינג לעיט, כ'האב יעצט באגעגענט דער שאלה:]
לכאורה איז עס קלאר אסור צו פארקויפן פאר אזא איינעם, ווי עס ווערט גע'פסק'ענט ביי הל' סעודה אז מען טאר נישט געבן צו עסן פאר אזא איינער וואס מ'ווייסט ער גייט נישט מאכן קיין ברכה, און כ'מיין נישט אז איינער וועט האלטן אז דער מחלל שבת וועט מסתמא יא מאכן א ברכה!
נייגעריגקייט קען זיין גוט און שלעכט עס ווענדט זיך פארוואס מען ניצט עס.
איך בין נישט קיין גרויסער שרייבער און ווייסער, אבער איך וויל וויסן.
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

שליחה דורך זר זהב »

געבן איז די זעלבע ווי פארקויפן?
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
נייגעריגער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 477
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 06, 2013 8:01 am
געפינט זיך: וואו נאר מ'קען ווערן קלוגער
האט שוין געלייקט: 90 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 174 מאל

שליחה דורך נייגעריגער »

זר זהב האט געשריבן:געבן איז די זעלבע ווי פארקויפן?

גערעכט, כ'האב נישט געטראכט דערפון, עס קען זיין אנדערש, אבער עס איז זיכער שטארק מעגליך אז ס'איז יא דער זעלבע.
נייגעריגקייט קען זיין גוט און שלעכט עס ווענדט זיך פארוואס מען ניצט עס.
איך בין נישט קיין גרויסער שרייבער און ווייסער, אבער איך וויל וויסן.
קלוג און יונג
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 121
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 24, 2012 11:08 am
האט שוין געלייקט: 32 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 92 מאל

שליחה דורך קלוג און יונג »

ס'איז אביסעל צו שפעט צו פרעגן, אבער וועמען איז בייגעפאלען דעם תענית נדחה קאנסעפט?
מ'האט אומגעברענג גדלי' אויף א פרעכיגען אופן און מיר ווייזען ארויס אז מיר אנערקענען אז די דאטום ג' תשרי האט פאסירט עפעס שרעקליך, און אונז האבען חרטה.
אז ס'געפאלט אום שבת האבען מיר עפעס וויכטיגער און הייליגער ארויס-ציווייזען, כי ששת ימים עשה השם את השמים ואת הארץ וביום השביעי שבת וינפש!
ווי קומט דא יעצט אריין נדחה? ס'איז עפעס א קרעדיט קארד בעלענס? ס'דא א מאס pain וואס יעדע שומר תורה דארף האבען, אז מ'קען נישט פייניגען היינט זאל זיין מארגען?
ג' תשרי האט עפעס פאסירט, אז מקען פאסטען און ארויסווייזען חרטה און תשובה, שיין. אז ס'דא עפעס וויכטיגער דעם טאג, עט זיין נעקסטע יאר...
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6957
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

קודם כל איז די גאנצע צום גדליה א נדחה לויט דיעות, די מעשה הריגה לויט די שיטות איזפארגעקומען אום ראש השנה, און ווייל ס'איז א יום טוב האט מען קובע געווען די תענית א טאג נאך יום טוב משום כבוד יום טוב.

פארוואס מ'איז מדחה נאך שבת? שטעל דיך פאר דו פייערסט דיין אניווערסערי און דו ביזט זיך נוהג צו גיין קויפן אייזקרעים מיטן ווייב יעדעס יאר ביים יארצייט. ווען ס'פאלט אויס שבת וועסטו אויך זאגן דאס יאר איז פארפאלן, וועלמער עסען אייזקרעים קומענדיגע יאר? אדער וועסטו גיין קויפן מוצאי?
באניצער אוואטאר
שליח
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 11, 2013 11:43 am
געפינט זיך: th dimension'∞
האט שוין געלייקט: 459 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 767 מאל

שליחה דורך שליח »

איינגעפאלן איז עס פאר די חז"ל, כמבואר בגמרא (דוכט זיך אין שיח שרפי קודש איז דא א ראי' פונעם קאצקער לגבי תענית אסתר נדחה אז נישט די אנשי כנסת הגדולה האבן עס מתקן געווען).
ובנוגע לשאלתך, שטייט אין ריטב"א ר"ה יח: ד"ה והא (ותשב"ץ ח"ב סי' רעא ומנ"ח מצוה שא) אז די מעשה איז פארקערט, די נביאים האבן מתקן געווען די תעניות לויט די חדשים (צום הרביעי וצום החמישי וצום העשירי), בכלל נישט אויף א באשטימטן טאג, נאר שפעטער האבן דאס די חכמים קובע געווען ביום הפורעניות. וממילא מובן אז לפי"ז איז נישט שווער, ווייל ווען מ'קען נישט פאסטן דעם באשטימטן טאג איז נאכנישט בטל געווארן דער דין פון די נביאים מ'זאל פאסטן בחודש הזה.
ראית איש חכם בעיניו תקוה לכסיל ממנו (משלי כו יב).
Skepticism is not necessarily a badge of tough-mindedness; it may equally be a sign of intellectual cowardice ~ John Beloff
נהורא נפישא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 1778 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2305 מאל

שליחה דורך נהורא נפישא »

נהורא נפישא האט געשריבן:כ'האב זיך אלטץ געוואונדערט וויאזוי די כת הצדוקים האבן כופר געווען אין תחיית המתים ווען ס'שטייט פשטות ארויס מפורש אין פסוק אין דניאל ביים חזון קץ הימין
ורבים מישני אדמת עפר יקיצו אלה לחיי עולם ואלה לחרפות לדראון עולם (דניאל יב ב)
קען מען דען אנדערש לערנען דעם פסוק אדער האבן זיי נישט אנגענומען דעם גאנצען ביבלישן קאנאן ווי מיר האבן די כ"ד כתבי הקדש ?

איך האב געפרעגט דאס פריער קען זיין מ'האט עס נישט באמערקט כ'האב געזוכט און נישט געפינען אן ענטפער.
אפשר ר' שליח ברוב בקיאותך קענסטו טרעפן אן ענטפער אויף דעם.
למה נקרא שמו רבי נהוראי, שמנהיר עיני חכמים (עירובין:)
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

נהורא נפישא האט געשריבן:
נהורא נפישא האט געשריבן:כ'האב זיך אלטץ געוואונדערט וויאזוי די כת הצדוקים האבן כופר געווען אין תחיית המתים ווען ס'שטייט פשטות ארויס מפורש אין פסוק אין דניאל ביים חזון קץ הימין
ורבים מישני אדמת עפר יקיצו אלה לחיי עולם ואלה לחרפות לדראון עולם (דניאל יב ב)
קען מען דען אנדערש לערנען דעם פסוק אדער האבן זיי נישט אנגענומען דעם גאנצען ביבלישן קאנאן ווי מיר האבן די כ"ד כתבי הקדש ?

איך האב געפרעגט דאס פריער קען זיין מ'האט עס נישט באמערקט כ'האב געזוכט און נישט געפינען אן ענטפער.
אפשר ר' שליח ברוב בקיאותך קענסטו טרעפן אן ענטפער אויף דעם.

עס איז נאך מער אינטערעסאנט אז אין גמרא סנהדרין ברענגט נישט דעם מקור פאר תחיית המתים, אויך נישט צווישן די ויכוחים מיט די מינים, נאר ברענגט אזעלכע פארשטיפטע מקורות ווי אז ישיר משה וכדו'. עס איז נישט מסתבר אז מ'ברענגט דאס נישט ווייל מ'קען לערנען אנדערש פשט, ווייל אין דעם פסוק הקיצו ורננו שוכני עפר קען מען אויך לערנען אנדערש פשט און פונדעסטוועגן ברענגט עס די גמרא. פון א היסטארישע שטאנדפונקט איז מסתבר אז די צדוקים האבן נישט געהאט די פרקים אין דניאל.
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
שליח
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 11, 2013 11:43 am
געפינט זיך: th dimension'∞
האט שוין געלייקט: 459 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 767 מאל

שליחה דורך שליח »

ר' [tag]נהורא נפישא[/tag], כ'האב אייך געשיקט א פריוואטע הודעה. אנהייב בלאט (נעבן "באניצער'ס קאנטראל פאנעל") דארף צו שטיין "1 נייע הודעות", געבט א דרוק. אדער דרוקט פשוט דא.
ראית איש חכם בעיניו תקוה לכסיל ממנו (משלי כו יב).
Skepticism is not necessarily a badge of tough-mindedness; it may equally be a sign of intellectual cowardice ~ John Beloff
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

הרהורי עבירה קשין מעבירה. איז דאס טאקע ממש אזוי?
כ'האב געהערט א פשט אמאל, אז וויבאלד אין הרהורים איז מען מער מקיל, מענטשן מיינען אז ס'איז גארנישט, ממילא איז מען מחמיר דערין.
א שיינער פשט, אבער ווילסטו מיר זאגן אז הרהורים - וואס כמעט יעדער האט טעגליך - איז ערגער ווי איינער וואס איז עובר אויף איינע פון די ג' חמורות?
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
ברסלבער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 11:07 am
האט שוין געלייקט: 3570 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3510 מאל

שליחה דורך ברסלבער »

רש"י טייטשט אז הרהורים שוואכן מער אפ דעם מענטש ווי די עבירה אליין. דאס איז שוין יא מער מסתבר?
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

זאג איך אזוי די תפלה נוראה פון רבי'ן ר' אלימלך, ובתוך התפלה בעטן מיר: ועתה תעורר נא רחמיך וחסדיך הגדולים והמרובים עלינו לגרש ולבער את יצרנו הרע מקרבינו, ותגער בו שיסור וילך מאתנו, ואל יסית אותנו להדיחנו מעבודתיך חלילה.
איז מיר שווער, איז דען דאס נישט א תפלת שוא? איז נישט די עיקר מטרה פארוואס מיר זענען אויף דער וועלט כדי זיך צו שלאגן מיטן יצר? פארוואס עפעס זאל השי"ת פארטרייבן דעם יצה"ר פון אונז? ווי אזוי קענען מיר אפילו בעטן דערויף?
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
באגאבא
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 21
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 15, 2013 8:40 pm
האט שוין געלייקט: 5 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 17 מאל

שליחה דורך באגאבא »

די זעלבע זאך קענסטי אויך פרעגען אויף וואס מיר בעטען יעדען טאג "ואל תבאינו לדי נסיון"
נאר דער אמת איז ווי עס ווערט מבואר און דע ספרים אז דע יסוד פין מלחמת היצר איז איז דע תפילה
דע הייליגער חידושי הרי"ם טייטש וסקלתם אותם באבנים ומתו--את-הנערה על-דבר אשר לא-צעקה בעיר
טייטש ער אז ווען מען א מענטש פאלט דורך איז דער עונש אשר לא-צעקה ווייל ער האט נישט מתפלל געווען
באניצער אוואטאר
באגאבא
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 21
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 15, 2013 8:40 pm
האט שוין געלייקט: 5 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 17 מאל

שליחה דורך באגאבא »

שמעקעדיג האט געשריבן:הרהורי עבירה קשין מעבירה. איז דאס טאקע ממש אזוי?
כ'האב געהערט א פשט אמאל, אז וויבאלד אין הרהורים איז מען מער מקיל, מענטשן מיינען אז ס'איז גארנישט, ממילא איז מען מחמיר דערין.
א שיינער פשט, אבער ווילסטו מיר זאגן אז הרהורים - וואס כמעט יעדער האט טעגליך - איז ערגער ווי איינער וואס איז עובר אויף איינע פון די ג' חמורות?


דע פשט איז פשוט ווען א מענטש טיט א עבירה ווערט ער נאכדעים ציפרידען אין תאווה הערט זיך אויף משא"כ ביי הרהורים נישט נאר ער ווערט ער נישט זאט ווערט זיין תאווה סאך שטערקער
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4863
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 8315 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל

שליחה דורך רויטע וואנצעס »

.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום רויטע וואנצעס, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4863
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 8315 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל

שליחה דורך רויטע וואנצעס »

שמעקעדיג האט געשריבן:זאג איך אזוי די תפלה נוראה פון רבי'ן ר' אלימלך, ובתוך התפלה בעטן מיר: ועתה תעורר נא רחמיך וחסדיך הגדולים והמרובים עלינו לגרש ולבער את יצרנו הרע מקרבינו, ותגער בו שיסור וילך מאתנו, ואל יסית אותנו להדיחנו מעבודתיך חלילה.
איז מיר שווער, איז דען דאס נישט א תפלת שוא? איז נישט די עיקר מטרה פארוואס מיר זענען אויף דער וועלט כדי זיך צו שלאגן מיטן יצר? פארוואס עפעס זאל השי"ת פארטרייבן דעם יצה"ר פון אונז? ווי אזוי קענען מיר אפילו בעטן דערויף?


לויט די ווערטער פון די תניא און לקוטי אמרים, קומט אויס אז מ'בעט דא פשוט זוכה צו זיין צום מדריגה פון א צדיק גמור. די תניא איז מבאר באריכות אז א צדיק גמור איז איינער וואס האט עוקר געווען די רע מלבו. איי די עבודה איז דאך די מלחמה? נאר ווי עס ווערט שוין געברענגט אין ספרים איז די עבודה פון א צדיק גמור אנדערש פון א פשוטע איד. א פשוטע איד האט די אייבישטער א נחת רוח פון זיין מלחמה, אבער א צדיק גמור האט די אייבישטער הנאה פונעם געווינען די מלחמה , בבחינת ובהרעת הרע, אוכל מתוך פסולת, תיקון חטא עץ הדעת, מרכבה ויחוד לשכינה, ויחוד נר"נ לחי יחידה, וואס זענען אלע הויכע מדריגות. (לפי דעם ווער זאגט ר' אלימלך האט עס פארשפרייט, אפשר האט ער עס געמאכט פאר זיך פריוואט.)
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4863
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 8315 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל

שליחה דורך רויטע וואנצעס »

שמעקעדיג האט געשריבן:הרהורי עבירה קשין מעבירה. איז דאס טאקע ממש אזוי?
כ'האב געהערט א פשט אמאל, אז וויבאלד אין הרהורים איז מען מער מקיל, מענטשן מיינען אז ס'איז גארנישט, ממילא איז מען מחמיר דערין.
א שיינער פשט, אבער ווילסטו מיר זאגן אז הרהורים - וואס כמעט יעדער האט טעגליך - איז ערגער ווי איינער וואס איז עובר אויף איינע פון די ג' חמורות?


http://www.kipa.co.il/ask/show/11437-%D ... 7%9E%D7%94
הדס שלום,
מפרשים רבים עסקו בשאלתך.ואציין בפניך כמה מהם.
הרמב"ם במורה נבוכים הסביר,כיון שהרהורי עבירה נעשים ע"י חטא של כח המחשבה,יש בהם פגם גדול יותר מהעבירה עצמה שנעשית ע"י הגוף בלבד.
ואור החיים הקדוש פירש שאחר העבירה האדם מגיע לסיפוק
ויכול לעשות תשובה,ואילו בהרהורים אין סיפוק, אין שביעה,ולפיכך אין חרטה.
רש"י והרי"ד על הגמרא שהבאת, מפרשים שהחומרא היא בגירוי היצר,כי התאוה שיש בהרהור של העבירה גדול יותר מבשעת העבירה.
ולבסוף אצטט את פירושו הנפלא של בעל ה"בן איש חי" בספרו בן יהוידע על הגמרא הנ"ל,וז"ל:
"נראה לי בס"ד דעבירה הוא גוף המעשה והרהורי עבירה הוא כוונת האדם שמתכוון בעשייתה לעשות רע שלבו נהנה מן הרע שהוא עושה,והוא כוונתהעושה עוון במזיד.משא"כ העושה עוון בשוגג שאינו מתכוון לעשות רע,אע"פ שגופה של מעשה הוא שוה עם אותה מעשה שעושה במזיד,הנה חסר מזה הרהור לבו שוא כוונתו שאינו מתכוון לעשות רע ואינו נהנה מן הרע.נמצא ההפרש שיש בין שוגג למזיד,הוא הכוונה שהיא בהרהור הלב מומחמת כן זה חייב מיתה וזה פטור.ועל זה אמר הרהורי עבירה קשים לנפש האדם יותר מגוף העבירה עצמה,כי בעל המזיד אשר מתחייב מיתה,החיוב בא לו מצד הכוונה שהיא בהרהור הלב".
כאמור הבאתי לך חלק קטן מהפירושים הרבים לשאלתך.
בברכה וכל טוב,
שמואל זעפרני

התשובה התקבלה מהרב שמואל זעפרני
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
פארשפארט