א גוטע וואך און א גוט יאר מוהר"ר הוגה
הגם לכתחילה בין איך נישט עפעס שטארק פאר איין צד דא, איז אז מ'רעדט שוין, און איך זעה אז עס ווערט דא אן ערנסטער שמועס, איז קום לאמיר שוין רעדן צו דער זאך, איך וועל דיר נישט מאכען קיין גרינגע ארבעט..
לאמיר פראבירען קלאר מאכען די נושאים און צוטיילען די פארשידענע אנדערע סוגיות וועגן וואס מיר רעדן דא און וואס מיר פארמישען דא. הגם די אלע נושאים זענען פארבינדען, דאך דארף מען עס קלאר מאכען, וויל א שטיקל זעהט מיר אויס אז מיר דינגען זיך כמעט נישט נאר יעדער כאפט אן א צוייטער חלק פון די נושא און איז עס מדגיש כאילו דאס איז די גאנצע זאך.
איין נושא איז וועלכער סארט סיסטעם ארבעט בעסער, די צוייטע איז וועלכע איז ריכטיג, און ממילא וועלכע איז תורה'דיג און אויסגעהאלטען מאראליש. (אין אזוינע שאלות איז כמעט אוממעגליך צו צוטיילען דא וואס מיר האלטען ריכטיג מאראליש און דאס וואס מיר רופען רצון ה' ודעת התורה, והיינו הך). איינע פון די שטארקע טענות וואס איך האב פארגעלייגט אנהייב דער שמועס, איז אז פון א אידישע/תורה'דיגע/מאראלישע שטאנדפונקט, איז די טענה וועלכע מהלך ארבעט בעסער גאר שוואך און אפשר אפילו קונטער-פראדאקטיוו.
הגע בעצמך, עס איז בדוק ומנוסה אז מלחמות ברענגען א שטארקע באסט פאר די עקאנאמיע (עכ"פ כל זמן מ'רעדט נישט פון די אומשולדיגע וועלכע טרעפן זיך ממש אינמיטען די מלחמה), און עס פעלט נישט אזוינע וואס טענה'ן אז איינע פון די סיבות פארוואס אמעריקע האט אזוי ליב מלחמה צו האלטען און שפילען די וועלט'ס פאליציי איז לכבוד די military industrial complex וואס באשטייט פון טויזנטער פריוואטע קאנטרעקטערס וואס ווערן רייך פון יעדער מיסל וואס אמעריקע שיסט אויפן חשבון פון דער וואס ווערט נעבאך גע'הרג'ט דערפון. אפגעזעהן וויפיל קאנספיראציע מ'קען אריינלערנען אין דעם, איז קלאר אז מלחמה איז א ריזיגע חלק פון די עקאנאמיע, און די וואפן אינדוסטרי און די מיליטער בכלל גיט דזשוסס און פרנסה פאר מיליאנע מענטשען. עס איז גאנץ מוסכם אז דאס וואס האט אינגאנצען ארויסעגנומען אמעריקע פון די great depression איז געווען די צוייטע וועלט מלחמה און די משונה'דיגע אינדוסטריאלע באסט וואס דאס האט געגעבן. נו, איז פון דעם לאמיר מוכיח זיין אז מלחמה און שפיכת דמים איז א גוטע זאך? און לאמיר אפשר טענה'ן אז דאס איז גאר רצון ה' און דעת התורה אויך, ווארום מיר זעהען דאך אז די תורה איז נישט פעציפיסטיש און פארדאמט נישט מלחמות באופן גורף, אדרבה עס נעמט אן אז מלחמות זענען א טבעית'דיגע חלק פון מענטשהייט. מ'קען אפילו ברענגען א בפירוש'ע גמרא אין ברכות אז ווען מ'האט נישט קיין געלט זאל מען מאכען א מלחמה- לכו ופשטו ידיכם בגדוד. פארשטייט דאך אבער יעדער איינער (איך האף), אז דאס איז נארישקייטן. מלחמות זענען א שרעקליכע פגם און מיר ווארטן און האפען אויף די טאג וואס לא ישא גוי אל גוי חרב ולא ילמדו עוד מלחמה. און דאס וואס עס האט בענעפיטן, איז נישט מוריד קיין כי-הוא-זה פון די שרעקליכע עוולה דערפון. אדרבה, אויב וועט נתברר ווערן אז איינער מאכט טאקע א מלחמה לויטער פאר פינאנציאלע אינטערעסען, וועט מען עם האלטען א רשע מרושע ואכזר גדול.
די ערשטע אלף בית פון עטיקס, איז אז עס רעדט נישט פון דעם וואס עס ארבעט, נאר פון וואס עס דארף זיין. ממילא איז יעדע טענה פון וואס ארבעט און וואס געשעהט בכלל נישט רעלעווענט. איז אויב איז דא א הנחה מאראליש אדער תורה'דיג אז זאמלען געלט לשם זאמלען געלט איז נישט אויסגעהאלטען, וועט קיין שום מאס פון דאס וואס עס ארבעט און ברענגט פאקטיש מער געלט פאר מער מענטשען נישט ווייניגער מאכען די עוולה דערפון.
[די איינציגסטע וועג וואס מ'קען אפשר מצדיק זיין עטיש אזא סארט טענה, איז אויב נעמט מען אן א utilitarian עטיקס, וואס נעמט אן אז עס איז נישטא אזא זאך א גוטע אדער שלעכטע מידה אדער מעשה בפני עצמו, נאר עטיק הייסט דאס וואס מאכט גוט/הנאה פאר די מערסטע מענטשן, ועל דרך מיל, אבער אויך דאס העלפט לאו דווקא און עכ"פ איז זייער שווער אריינצוקוועטשען אזא סארט עטיק אין די תורה]
יעצט דו קענסט אפשר זאגען אז לאחר המעשה האבען מיר הנאה פון די תאוות המלחמה והנצחון פון מענטשען, און אז דאס איז א חלק פון גאט'ס פלאן אז אזוי זאל זיך אנטוויקלען די בריאה, פונקט אזוי קענסטו אפשר זאגען אויף תאוות ממון, ועל דרך מאחז"ל טוב מאד זה יצה"ר, ואילולי המשתגעים היה העולם חרב, אבער דאס מאכט גארנישט קלענער די עווולה און רשעות פון די זאך.
--
פון דעם קענען מיר אנקומען צו נאך א נקודה, מיר דינגען זיך ארום וואס איז דעת התורה, און דו כאפסט זיך אן אין דעם וואס די תורה האט א פלעט טעקס און עס איז נישט מער ווי צען פראצענט מוכיח זיין אז די תורה איז נישט סאציאליסטיש געשטימט. ווי אויך דינגט מען זיך אין וועלכע וועג צו ליינען מצוות ווי שמיטה אדער יובל. לאמיר אבער קודם מקדים זיין, דא איז אויך דא צווי עקסטערע ענינים. די ערשטער איז די יסודישער/פילאסאפישער מושג פון כוח הרכוש און וויאזוי אנקוקען די מושג פון רכוש/קאפיטאל. די צוייטער איז למעשה פונקטליך וויאזוי צו צוטיילען די רכוש צווישן די מענטשען.
לאמיר מסכים זיין אז אין די מער פראקטישער חלק איז די וויכוח צווישען קאפיטאליזם און סאציאליזם בסך הכל א שאלה פון פראצענט. כמעט יעדער סאציאליסט וועט מודה זיין אז יעדער מענטש האט א געוויסער זכות צו די קליידער וואס ער טראגט, זיין דירה, און אפשר נאך מער. מצד שני כמעט יעדער קאפיטאליסט איז מודה אז מ'דארף טעקס, איז בסך הכל די מחלוקת אין דעם אן ענין פון כמות. און אין דעם איז זיכער נישטא קיין ראיה פון די תורה.
בכלל דאס וואס דו רופסט א טעקס קעפ איז למעשה נישט אזוי, לא מיבעיא אז דו רעכנסט נישט מעשר ראשון שני תרומה וכו' וכו'. נאר די עיקר שכחת, די תרומות ומעשרות זענען בסך הכל א שטייער וואס גייט אויסהאלטען די כהנים ולוויים. וואס איז מיט די שטייער וואס האלט אויס בויען גאסן און פאליציי וכו' וכו' וכו'. דאס איז נישט נכלל אין דעם און עס איז נישט מבואר קיין שום גבול אויף דעם, אדרבה פרשת המלך מוכיח אז דער מלך קען נעמען וואס און וויפיל ער וויל לצורך המלוכה וכו'. ווי אויך המבזבז אל יבזבז איז בכלל נישט אזא שטארקע דין ווי דו מאכסט עס, דער דין/המלצה רעדט נאר פון איינער וואס גיט צדקה מנדבת לבו. אבער ווען די קהילה נעמט צאם געלט פאר די נזקקים, ווי כופין על הצדקה, שטייט בכלל נישט אזא הגבלה, (אולי אני טועה בזה), און בכלל איז קלאר מבואר אין די פוסקים אז מ'רעכנט דאס יעדער איינער העשיר לפי עשרו וכו'. בכלל נישט א פלעט טעקס ווי דו מאכסט עס. ווי אויך איז גאנץ פשוט, אז המבזבז וכו' רעדט זיך נישט פון א גביר וואס האט גענוג קעש אויף זיינע איינקלעך'ס אייניקלעך חתונה האבען און עס בלייבט עם נאך איבער פופציג מיליאן דאלאר אין די זייט. עס איז גאנץ מסתבר אז וויפיל עס איז מער פון כדי חייו – כראוי לעושר וכבוד וכו'- און כדי וויפיל ער דארף פירען ווייטער די ביזענס, אז א אידישע בית דין שידם תקיפה וואלט צוגענומען פון אזא מענטש האלב פון זיין געלט און פארטיילט פאר ווער עס דארף עס.
דאס איז אבער אלעס לגבי די מער פראקטישע חלק. די עיקר וויכוח וואס איך, און דאכציך אויך הרב לעווין, האב גערעדט פון, איז די מער טיפע יסוד'ישע חלק. די שאלה איז צו א מענטש קוקט אויף רכוש ווי עס איז זיינס, כאילו ער איז א גאט אויף זיין רכוש און האט אויף דעם די זכות מוחלטת. און אויב איז ער מחליט צו געבן צדקה וכדו' איז ער פשוט א צדיק א פילאנטראפ. אדער איז די רכוש בעצם שייך לה' (כתורה) אדער לכלל בני אדם (כקארל מארקס), און א מענטש איז נישט מער ווי א בעל פקדון אויף דעם. איך מיין עס איז גאנץ קלאר, אויך פון מעשרות און אויך פון שמיטה ויובל ווי עס שטייט גאנץ קלאר. אז די תורה האלט נישט אז מען טוהט א טובה ווען מ'גיט צדקה אדער מעשר, און פונקט ווי סאציאליזם, אדער די טעקס ביי יעדער איינער, זי נעמט דאס פשוט. ווייל עס איז לכתחילה נישט געווען זיינס.
עם זה, איז ער נישט אזוי אומגערעכט אז עס קומט אביסעל קרעדיט פאר דעם נדבן אז ער איז בוחר אין דיר, וואס עס רופט זיך אין די גמרא "טובת הנאה", וואס עס איז זיין בחירה צו וועם צו געבן און אויף דעם קומט עם א שכויעח. דאך איז הרב לעווין'ס קריטיק אין פלאץ, ווען א סאסייעטי קומט צו א מצב וואס מען טראכט מער וועגן 'ער האט געטוהן פאר מיר' ווי די חלק אז ער האט גטוהן את חובתו, מעג מען מאכען א חשבון הנפש.
---
יעצט צו די צווייטע, פראקטישע שאלה, צו איז טאקע אמת אז די פעטע מיליאנערן מאכען דזשאבס און געלט בשעת וואס די צדיקים פון אקופיי וואל סטריט שרייען נאר, איז די טעאריע דיינע ווייט פון מוכח. די טענה פון די חברה איז דאך אז למעשה איז קאפיטאליזם נישט מחייב מאכן דזשאבס אדער בכלל צאלען ארבעטארערס, נאר אז דער בעל הבית זאל מאכן מער און מער געלט. און ווען ער קען ווען נוצען אלע פאר קנעכט נוצט ער זיי.
פונקט לעצטנס האב איך געזעהן א דרשה אויף
ted וואס ברענגט ארויס אז די טעכנאלאגישע רעואלוציע האט בעיקר רייכער געמאכט די גאר רייכע, און האט כמעט נישט רייכער אדער גרעסער גמאכט די מיטל קלאס, אדער בכלל געמאכט מער דזשאבס. און די סברא איז דאך אזוי מוכיח, ווארום וואספארא אינטערעסן האט דען א באסס צו מאכען מער דזשאבס אז ער קען גאר מאכען ווייניגער דזשאבס און מער געלט. די סברא אז ער ועט מוזען צאלען מער ווייל אן ארבעטארער וואס מ'צאלט מער ארבעט בעסער איז בכלל נישט מוכח ווי היינטיגע ביהעוויעריעל עקאנאמיסטען האבען געוויזען גאנץ קלאר.
דאס וואס דו זאגסט אז מען וועט סוף אנקומען צו מאכען רעכטן פאר דריטע וועלט ארבעטער, אין אלו אלא דברי נבואות. בכל אופן פון די תאוות הממון וועט עס זיכער נישט ארויסקומען. אפשר אויב די צדיקים בעלי המחאות וועלע מאכען גענוג רעש אז עס וועט נישט זיין מעגליך צו האלטען אז ביזנעס אן מענטשען רעכטען וועט עפעס זיך רוקען, פון קאפיטאליזם וועט זיכער גארנישט זיך רוקען. די טענה איז אבער נאך טיפער. אויב די גרויסע קאפיטאליזם האלט זיך נאר אויך מנצל זיין מענטשען אין אנדערע פלעצער, און ווען זיי וועלן אויך בעטן טייער פאר די ארבעט וועט דאך די גאנצע סיסטעם האבען א סלאו דאון, איז עס מאראליש נישט אויסגעהאלטען בכלל און נישט sustainable אויב דיין נבואה וועט מקויים ווערן.
--
לגבי הרב אשלג, הדברים ידועים, ראה באריכות בביוגרופיה של הרב אברהם מרדכי גוטליב על בעל הסולם שמספר כל זה ומביא מקורות .
דא איז א מאמר אין 'הארץ' ווי עס ווערט ארומגעשמועסט דער ענין ווי אויך זיינע קשרים מיט בן גוריון, בשם בן גוריון'ס טאגבוך. און
דא האט איר א מאמר פון בועז הוסו ואס צונעמט דאס מיט מקורות מדברי הרב. די אריגענעלע עיקר מאמרים פון הרב אשלג בענין קען מען טרעפען
דא אין זיין ספר 'הדור האחרון', בכלל גאר א מומלצ'דיגע און ראדיקלער ספר פון איינער פון די ערנסטסע אידישע חכמים פון די לעצטע יאר-הונדרעט. איינער וואס האט געזארגט פאר מער ווי זיינע ד' אמות. און געווען גרייט צו טראכטן אינגאנצן אריגענעל און אייגנס. אפגעזעהן צו ער איז אינגאנצען גערעכט צו נישט (מסתמא נישט, אין צדיק וכו').
--
שכחתי לציין, עס איז דא א וויכטיגע ווועג וואס קען מקשר זיין קאפיטאליזם, מער מדויק דער געדאנק אז צו ארבעטן און פארדינען האט א רעליגיעזע ערך, און דאס בויט זיך אויף די ארבעט פון מאקס וועבער, אין זיין ספר
The_Protestant_Ethic_and_the_Spirit_of_Capitalism און די מושג invisible hand פון אדם סמית. אבער כל זה ענינים ארוכים נפרדים וכבר הארכתי יתר על המידה.