אמונות אמיתיות און אמונות הכרחיות

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
באניצער אוואטאר
שליח
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 11, 2013 11:43 am
געפינט זיך: th dimension'∞
האט שוין געלייקט: 459 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 767 מאל

שליחה דורך שליח »

לעיקוואד האט געשריבן:די שאלה איז פון ווי די האסט טאקע גענומען די הנחה אז אלע מצוות זענען אזוי אז די רגע עס איז א מצווה גייט נישט אן די טעם? נישט אין מורה נבוכים האסטו דאס געטראפען.


פארקערט שטייט יא? אויב נישט, פארוואס זאלן מיר מעצמנו זאגן אז דאס וואס ער שרייבט בספר המצוות ובמשנה תורה ובשאר מקומות אז מצוות ווערן נישט בטל האט ער נישט געמיינט אמת'דיג?

לעיקוואד האט געשריבן:ועד שאתה שואל מהלכות פרטיות, שאל מכל הלכות קרבנות שנפסקו בספר הי"ד בלי פקפוק ובלי רמז לכל הענין הזה. ועל כרחך הא לן והא להו.


פארשטייט זיך אז א פערטל ש"ס האט ער נישט געקענט משמיט זיין. און למעשה שרייבט ער דאך נישט אז מ'גייט מקריב זיין, נאר סתם דיני קרבנות, וואס קען מיינען וויאזוי ס'איז געווען אמאל.
אבער איר זענט גערעכט, ס'איז נישט צופיל נוגע מה שיהיה.

דעת תורה האט געשריבן:רש"י ווערט דוכט זיך פאררעכנט פון די בעלי הגשמה, כאטש ער שרייבט אויף צענדליגער פלעצער דעם פראז "לשבר את האוזן".


דאס איז מיר א חידוש, ווייסט איינער א פלאץ וואו מ'זעהט הגשמת הבורא אין רש"י? בסה"כ איז ער נישט אזוי נזהר ווי אונקלוס להרחיק ההגשמה, און די אגדתות שרייבט ער פשוט טייטש אהן קיין ביאורים, מסתמא ווייל ער האט עס נישט געהאלטן פאר זיין אויפגאבע.

יאיר האט געשריבן:לגבי פארואס ס'איז נישט געווען קיין אישו, קודם כל, ס'איז יא געווען, לך נא ראה אין רמב"ם הל' תשובה ריש פרק ח' וואו די מפרשים מוטשען זיך דערמיט. צווייטנס, ס'איז שווער צו כאפן גלאט אזוי אין דעם רמב"ם, ווייל בפשטות קען מען נאך מדחיק זיין. ס'פעלט זיך אויס צו קענען זיין גאנצע מהלך אריסטוטלי צו פארשטיין די אימפליקאציעס פון אזעלכע אומשולדיגע אויסזעענדע מאמרים.


דאס האב איך דאך געברענגט אויבן, דער ויכוח צווישן דער רמ"ה ור"ש משאנץ ורמב"ן (און שפעטער די מפרשי הרמב"ם). ומשם ראיה, זיי בלייבן דאך אז להרמב"ם איז יא דא שכר ועונש. טענה'ט איר נאר אז זיי האבן נישט ריכטיג ארויסגעהאט זיינע שיטות, כ'הער.
שוב ראיתי וואס איר שרייבט שפעטער, בין איך שוין נישט אזוי זיכער אז מיר זענען מיט עפעס מחולק.

יאיר האט געשריבן:
שליח האט געשריבן:אויף וויפיל איך ווייס איז דאס נאר געווען אין געוויסע געגנטער א קורצע זמן (אסכולת חסידי אשכנז והמסתעף), אבער רוב כלל ישראל האבן אלעמאל געוואוסט, און גאנץ כלל ישראל האבן רוב צייט געוואוסט, אז עיני ה' איז נישט כפשוטו. אונקלוס למשל איז אלעמאל זייער נזהר להרחיק ההגשמה.

היסטאריש גערעדט איז דאס בכלל נישט מסתבר, אבער חוץ מזה, דער רמב"ם אליין שרייבט אז די סיבה פארוואס די תורה נוצט לשונות הגשמה איז ווייל פאר'ן דור המדבר האט זיך אויסגעפעלט צו רעדן אין א שפראך וואס זיי פארשטייען. זעסטו דאך קלאר אז אין אנהויב האט מען עס טאקע פארשטאנען כפשוטו, און נאר שפעטער איז מען צוביסלעך געקומען צו די הכרה אז עס שטימט נישט פילאזאפיש, און על סמך זה (אן קיין שום ראיה מצד חז"ל) האט דער רמב"ם און אנדערע איבערגעדרייט א וועלט.


כ'האב נישט געמיינט רוב המון עם נאר רוב גדולי ישראל, ווי כולי עלמא אין גמרא. וואו נאך טרעפט מען הגשמת הבורא חוץ די אויבנדערמאנטע? (פון אגדתות אין גמרא איז נישט קיין ראי' ווייל ס'איז בלא"ה קלאר אז זיי האבן געזאגט זאכן וואס זיי האבן נישט געמיינט פשוט פשט, פונקט ווי מ'טייטשט עיני ה' אין מקרא וועט מען טייטשן הקב"ה מניח תפילין אין גמרא).
ואגב, דער רס"ג פירט שוין א מלחמה קעגן די מגשימים.

יאיר האט געשריבן:
דעת תורה האט געשריבן:די גמרא רעדט פונעם גיהנם וגן עדן התחתון וואס דאס איז א מסכתא פאר זיך.

א קליינע הערה פאר די וואס זענען אינטערעסירט צו וויסן, די פאראלעל פון גן עדן'ס און גיהנם'ס התחתון און העליון איז אן אויסטרעף פון דעם זוהר. עס ווערט נישט דערמאנט אין קיין שום מקור בעפאר די תקופה פון קבלה אין שפאניע. בפשטות רעדט די גמרא און דער רמב"ן פון דעם געהעריגן גיהנם.


מיט אזא הרחבה (און די ווערטער) טאקע נישט, אבער דער עצם מושג איז לכאורה מוכרח בדברי חז"ל. נשמותיהן של צדיקים גנוזין תחת כסא הכבוד קען לכאורה נישט מיינען א ג"ע אויף די וועלט, ז' דברים נבראו קודם שנברא העולם ומכללם ג"ע וגיהנם (פסחים נד.) מיינט דאך אויך אז ס'איז נישט עפעס פון די וועלט, וכהנה רבות. ומאידך גיסא, חמי טבריא גייט אריבער פתחו של גיהנם, און בית שאן איז פתחו של גן עדן (ערובין יט.), וכהנה רבות. איז דאך מוכרח איז ס'איז דא מער ווי איינס.
ווידער דער רמב"ן שרייבט דאך קלאר ארויס (בראשית ג כב) "ודע והאמן כי גן עדן בארץ וכן עץ החיים ועץ הדעת ומשם יצא הנהר ויפרד לארבעה ראשים הנראים לנו, כי פרת בארצנו ובגבולינו, ופישון הוא נילוס מצרים כדברי הראשונים, אבל כאשר הם בארץ כן יש בשמים דברים יקראו כן", וכעי"ז איז ער אויך מאריך אין תורת ה' תמימה און אין שער הגמול. וע"ע אור ה' מאמר ד' דרוש ט'.
ראית איש חכם בעיניו תקוה לכסיל ממנו (משלי כו יב).
Skepticism is not necessarily a badge of tough-mindedness; it may equally be a sign of intellectual cowardice ~ John Beloff
שמערל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1129
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 27, 2013 7:05 pm
האט שוין געלייקט: 982 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1336 מאל

שליחה דורך שמערל »

לעיקוואד האט געשריבן:וויאזוי קען מען לערנען אין דער פרק אז ער מיינט די הרגשות פון אייבערשטען און נישט די פועל יוצא דערפון=שכר ועונש? דער רמב"ם איז מסביר אז מען דארף זאגען ליגנט אז דער אייבישטער איז ברויגז אויף עבודה זרה ווייל נאר אזוי וועלן מענטשען זיך מונע זיין דערפון. איז דאך פשוט אז מען איז מפחיד דער מענטש איז מען עם מפחיד מיט אן עונש, נישט סתם מיט דעם וואס עס גייט מאכען כביכול'ס נאז הייס, מען רעדט דאך נישט דא פון א בעל מדרגה וואס זארגט זיך פאר כביכול'ס נאז, נאר פון א פשוט'ע מענטש וואס מען דארף עם דערשרעקן מיט דער פסוק.

מען קען לערנען אז אפילו כלפי דעם אייבערשטען איז נישט חל קיין שינוי, קומט נאך אלס א עונש פארן מענטש ממילא, ווייל ער האט מקלקל געווען די צינורות השפע, וכדברי המקובלים, און דאכט זיך אז עס ווערט שוין דערמאנט אין רמב"ן.
פארשטייט זיך אז מקען ברענגן ראיות פין אנדערע פלעצער אז דער רמבם האט נישט אזוי געהאלטן, אבער מאיז דאך דן אויב פין די שטיקל איז דא א ראיה.
גאנצל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3150
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:18 pm
האט שוין געלייקט: 414 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1056 מאל

שליחה דורך גאנצל »

די עצם זאך אמונה איז אמיתית אדער הכרחיות ? לכוארה הכרחיות
דעת תורה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2147
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
האט שוין געלייקט: 5895 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1719 מאל

שליחה דורך דעת תורה »

שליח האט געשריבן:
יאיר האט געשריבן:לגבי פארואס ס'איז נישט געווען קיין אישו, קודם כל, ס'איז יא געווען, לך נא ראה אין רמב"ם הל' תשובה ריש פרק ח' וואו די מפרשים מוטשען זיך דערמיט. צווייטנס, ס'איז שווער צו כאפן גלאט אזוי אין דעם רמב"ם, ווייל בפשטות קען מען נאך מדחיק זיין. ס'פעלט זיך אויס צו קענען זיין גאנצע מהלך אריסטוטלי צו פארשטיין די אימפליקאציעס פון אזעלכע אומשולדיגע אויסזעענדע מאמרים.


דאס האב איך דאך געברענגט אויבן, דער ויכוח צווישן דער רמ"ה ור"ש משאנץ ורמב"ן (און שפעטער די מפרשי הרמב"ם). ומשם ראיה, זיי בלייבן דאך אז להרמב"ם איז יא דא שכר ועונש. טענה'ט איר נאר אז זיי האבן נישט ריכטיג ארויסגעהאט זיינע שיטות, כ'הער.
שוב ראיתי וואס איר שרייבט שפעטער, בין איך שוין נישט אזוי זיכער אז מיר זענען מיט עפעס מחולק.
oט'.


@שליח, ביזט זיכער אז עס איז דא א בריוון אויסטויש צווישן רמ״ה, ר׳ אהרן מלוניל און דעם ר״ש מ׳שאנץ אויף די ספעציפישע נושא? איך האב דערווייל נאר געטראפן דעם באקאנטן אויסטויש איבער די פרטי תחיית המתים. אפשר דארט בתוך הדברים? איך האב עס נישט באמערקט. (בכלל, דארף מען דיר בעטן ווען דו ווארפסט צוזאם כל התורה כולה כיד ה׳ הטובה עליך, אולי - אויב ס׳איז מעגליך און ווען ס׳איז מעגליך - צו שטעלן א מראה מקום. ושכמ״ה).

דער רמב״ן וכל הבאים אחריו, האב איך נישט געזען עכט זיי זאלן דערמאנען דעם מורה ווי א ראיה לכאן או לכאן. זיי באציען זיך צו זיין עצם לשון אין ספר היד און אין פיה״מ פרק חלק, וואס פון זיין הגדרה אז עונש הרשעים הייסט כרת ואבדון, איז ניתן להישמע אזוי ווי @יאיר האט באמת פארשטאנען אז לדעתו איז נישטא קיין שכר ועונש חלילה אויף א ספעציפישע עבירה.

למעשה, מתוך אסאך קשיות און סתירות לזה מדברי הרמב״ם גופי׳ און אודאי אזוי מדברי התורה וחז״ל, קומען זיי אלע צו אז בהכרח איז דעם רמב״ס׳ס כוונה בנוגע כרת ואבדון נאר דער סוף פסוק, אז אויסער דער עונש וואס איז דא אויף יעדן חטא איז דא דער אולטימאטיווער הכרעה ביים יום הדין הגדול והנורא צי די נשמה זאל חלילה נדחה ווערן, אדער זאל עס זוכה זיין לידבק בחי החיים. ס׳איז דא כמה לשונות באותו פרק ממש וואס איז לכאורה סימוכין צו דעם פשט.

איינעם האב איך געטראפן, פון די שפעטערדיגע מפרשי הרמב״ם באקאנט ווי רבי דוד עראמה (נישט פארטוישן מיטן בעל עקידה וואס האט געהייסן ר׳ יצחק עראמה) ער האט געלעבט אינעם זעכצנטן יאר הונדערט, ער ברענגט אז טייל ווילן פארענטפערן - לויטן מורה - אז דאס וואס ער שרייבט פריער (אין הל׳ תשובה פ״ג) אז ס׳איז דא עונש אויף יעדן חטא, האט ער נישט באמת אזוי געהאלטן נאר עס געשריבן מחמת אמונות הכרחיות. ער מאכט זיי אוועק און איז מסביר אז דער עונש אויף יעדן חטא איז א דבר רוחני, נישט ווי דער רמב״ן גייט אז ס׳איז דא א אש דק ורוחני וואס טוט צו נשמות וואס אש גשמי טוט צו גופים, נאר דאס גופא וואס דער רמב״ם שרייבט אז ס׳איז א עונש היינו כריתה ואבדון מן השורש, איז דא בחינות אין דעם מער ווייניגער א קורצע צייט א לאנגע צייט וכדומה. למשל א נשמה האט געטון א עבירה איז איר עונש פאר א יאר לאמיר זאגן צו זיין אפגעריסן פון איר שורש וואס פאר די נשמה איז דאס דער גרעסטער צער וואס איז שייך.
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
איינגעמיירעט
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 311
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 02, 2012 8:12 pm
האט שוין געלייקט: 143 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 288 מאל

שליחה דורך איינגעמיירעט »

איך פלעג אמאל ווערען אויפגערעגט זעענדיג ווי אפאר גוטע טרענסילעירירס ברענגען אראפ מאמרים פון פראפעסארען וואס האבען ווייניג געלערענט ראשונים און אחרונים, געכאפט אפאר ווערטער פון א ראשון אויפגעבויט א בנין של חלומות,און ברענגען עס אהער צו אונזער אומגעלערענטע ציבור,כאילו די דור הפילוסופים זענען צוריק אויפגעשטאנען,און ווי איינער דרוקט זיך אויס דא אז די מורה איז געשריבען געווארען פאר דיע חכמים דא.
זעענדיג אבער דאס פאנטאזיע פון די טרענסילעירירס כאילו פון אפאר סירטשעס אויפען אינטרנט איז שוין געבליבען נאר א קליינע צאל יודישקייט פארשטייערס ומימות המו״נ וא״ע עד ימי ק״ש איז יודישקייט און אלע אנדערע ראשונים ואחרונים און וכדברי אחד מהטרעינסילעירעירס באשכול זה האבען אפי׳ נישט געוואוסט וואס זיי רעדן, רק אך די רמב״ם און מורה,
נו אויב אזוי העל איך מיך בארואיגען
ואגב האט יודעל נישט אנגעוויזען ווי און מורה שטייט אז תורה מן השמים איז נאר אמונה הכריחיות דאס איז ס״ה אן אלטע פיליזאפישע פאנטאזיע
יא יא האט די בארדישובער גענטפערט דעם אפיקורס, סאיז אלץ פיין און וואויל,
אבער געוואלד !!! וואס וועסטו טוהן אויב די ראשית חכמה איז יא גערעכט.
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4290
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 6640 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

שליחה דורך טאמבל סאס »

דו ווייסט וואס דיין פראבלעם איז איינגעמיירעט? איך האב נאך קיינמאל עכט נישט זיך געשריבן דירעקט מיט דיר, און איך פלאן אי"ה ווייטער נישט. אבער נאכ'ן כאפן א שנעלע בליק אויף דיינע תגובות, זעה איך אז ביסט כסדר פארנומען אראפצורייסן, אבער קיינמאל זאגסטו נישט עפעס לומדיש. מ'הערט נישט פון דיר עפעס וואס זאל אנדייטן אז דא רעדט מען פילייכט פון א קענער פאר וועמען מ'דארף דרך ארץ האבן.
איך מאך דיר נישט אוועק חלילה. מ'דארף פאר יעדעם דרך ארץ האבן. אבער פארוואס טאקע? אויב ביסטו יא אזוי באהאוונט און דו ווייסט אז מיר שרייבן א באנטש מיט שטותים, נו ילמדנו רבינו, לאמיר זען. נישט סתם האק אין די וועלט אריין! הייב אן געבן מראה מקומות, שיטות, אפווענדענישן, און מ'וועט זען צו פרובירן מברר זיין עומקה של דבר, און מלבן זיין דאס ענין לפי אמיתו של תורה.
סתם האקן און פארפירן איז קינדיש. דאס אלץ.
(דו זעסט, איך קען נישט די זאכן, דערפאר שטיי איך אין זייט און לאז די עלטערע אריינרעדן. קום לאמיר גיין שפיהלן צוזאמען מיט די זאמד)
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

אמונות הכרחיות באדייט אויך אז עס איז וויכטיג אזוי צו גלייבן פאר קיום המצוות.
אינטערסאנט אז נישט נאר דער רמבם דער סופער ראציאנאל, נאר אויך דער זוהר הקדוש שרייבט (איך געדענק נישט די מראה מקום, איך בין זיכער אז שליח+הוגה+לעיקוואד+יאיר+יידל וועלן באלד וויסן ווי עס איז) אז שכר גשמי וואס שטייט אין חזל איז נישט קיין אמת און איז נאר צו מעורר זיין לבב ההמון.
דער חובת הלבבות זאגט ענדליך איבער הבטחות שכר גשמי בתורה אז עס האט גוט געפאסט צו מעורר זיין עבדים משוחררים.
אינטערסאנט אז מיט די רמבמיסטישע גאנג פון ישעיה לעבאוויטש שטימט עס גאנץ גוט, אויב איז קיום מצוות אן ערך עליון פון קבלת עול און ראציאנאליסטישע מיינונגען און נטיות לב שפילן ווייניג ראלע קען מען מיישב זיין זיין על הלב די אמונות הכרחיות.
איינגעמיירעט
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 311
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 02, 2012 8:12 pm
האט שוין געלייקט: 143 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 288 מאל

שליחה דורך איינגעמיירעט »

טאמבל סאס האט געשריבן:דו ווייסט וואס דיין פראבלעם איז איינגעמיירעט? איך האב נאך קיינמאל עכט נישט זיך געשריבן דירעקט מיט דיר, און איך פלאן אי"ה ווייטער נישט. אבער נאכ'ן כאפן א שנעלע בליק אויף דיינע תגובות, זעה איך אז ביסט כסדר פארנומען אראפצורייסן, אבער קיינמאל זאגסטו נישט עפעס לומדיש. מ'הערט נישט פון דיר עפעס וואס זאל אנדייטן אז דא רעדט מען פילייכט פון א קענער פאר וועמען מ'דארף דרך ארץ האבן.
איך מאך דיר נישט אוועק חלילה. מ'דארף פאר יעדעם דרך ארץ האבן. אבער פארוואס טאקע? אויב ביסטו יא אזוי באהאוונט און דו ווייסט אז מיר שרייבן א באנטש מיט שטותים, נו ילמדנו רבינו, לאמיר זען. נישט סתם האק אין די וועלט אריין! הייב אן געבן מראה מקומות, שיטות, אפווענדענישן, און מ'וועט זען צו פרובירן מברר זיין עומקה של דבר, און מלבן זיין דאס ענין לפי אמיתו של תורה.
סתם האקן און פארפירן איז קינדיש. דאס אלץ.
(דו זעסט, איך קען נישט די זאכן, דערפאר שטיי איך אין זייט און לאז די עלטערע אריינרעדן. קום לאמיר גיין שפיהלן צוזאמען מיט די זאמד)

ווען איך זאל האבען זייער צייט
איך האב א שטוב א ווייב מיט קינדער איך דארף זיי אויפברענגען,איך דארף זיי סאפפארטען מיט עסן קליידונג, און נאכמער דארף איך זיי סאפפארטען emotional ,קיין איינער קען נישט ריפלעיסין מיין דאזיגע steady and full time job,זיך צו נעמען דא שרייבען פאר שעות און מברר ומלבן זיין דיע סוגיות וועט אוועק נעמען מיין קאפ פון מיין לעבן.
איי פארוואס שרייב איך און קוק איך בכלל דא,אויב די שרייבערס דא פארען מיט אן אנדערע רוח ווי מיר ?
א גוטע קשיא,איי געיס ווייל סבעסער ווי חברה וואס ווייסען גארנישט נישט די מורה און נישט חז״ל,דא קען מען כאטש אפאר ראשונים.
אבער למעשה איז א שאד דאס איינזייטיקייט פון די שרייבערס,סוואלט וועין יא געדארפט זיין איינער וואס טראגט נישט מיין יאך, און האט מער צייט צו ארויס ברענגען דאס אנדערע זייט מטבע.
יא יא האט די בארדישובער גענטפערט דעם אפיקורס, סאיז אלץ פיין און וואויל,
אבער געוואלד !!! וואס וועסטו טוהן אויב די ראשית חכמה איז יא גערעכט.
באניצער אוואטאר
שליח
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 11, 2013 11:43 am
געפינט זיך: th dimension'∞
האט שוין געלייקט: 459 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 767 מאל

שליחה דורך שליח »

ר' [tag]איינגעמיירעט[/tag], אויף וויפיל כ'זעה איז די צווייטע זייט מטבע זייער גוט ארויסגעברענגט, אפשר קלערט איר אויף בקיצור נמרץ וואס איר מיינט?

קודם כל, כתבתי למעלה אז די געדאנק פון אמונה הכרחית קען מען נאר נוצן ווען ס'איז אוממעגליך אנדערש ואין דרך לנטות ימין ושמאל, אויב נוצט מען דאס אלעמאל וואו נאר מעגליך מיינט דאס דאך אין אנדערע ווערטער אז מ'קען נישט גלייבן דעם רמב"ם אויפן ווארט, ער האט לאו דוקא געהאלטן וואס ער האט געשריבן, אויב אזוי איז שוין מער ניחא צו זאגן אזוי אויפן מורה הנבוכים, אז ס'איז נאר אפאלאגעטיש פאר די נבוכים, והאמת כמ"ש בשאר מקומות, וביותר ביי אזעלכע זאכן וואס לכל הראשונים הייסט דאס כפירה. שנית, פארשטייט זיך אז מ'שמועסט דא להרמב"ם ודעימי', בוודאי האלטן אנדערע ראשונים (מעגליך רוב) אז וואס ס'שטייט אין תורה וחז"ל איז אמת הגמור, הגם נישט אלעמאל כפשוטו.

יעצט לאמיר איבערגיין. מ'האט דא אויסגעשמועסט דריי ענינים וואס מ'קען זאגן אז זיי זענען בלויז אמונות הכרחיות:
    א. זעם ה' שטייט אין מורה אז ס'איז אמונה הכרחית. שכר ועונש האבן יידל, דעת תורה ואני הקטן געשריבן אז דער רמב"ם איז מודה איז ס'איז גענצליך אמת. איז די אנדערע זייט געדעקט?
    ב. תורה מן השמים, קיינער האט חלילה נישט געשריבן אז ס'איז בלויז הכרחית (ווי איר האט ווייזט אויס פארשטאנען), די שאלה איז נאר איבער דעם וואס דער רמב"ם שרייבט אז ס'איז נישטא קיין שום שינוי אפילו אות אחת, וואס שטימט נישט בדברי חז"ל והמציאות. יידל האט דא נאכגעברענגט פון שפירא אז דאס איז הכרחית, אנא עניא האב געשריבן אין פרשנות המקרא אשכול אז דער רמב"ם מיינט ביחס צו וויפיל שינויים ס'דארפן ווען זיין ווען מ'וואלט געפאטשקעט. וועלכע מהלך איז בעסער? כ'ווייס נישט. אדרבה, וואס איז דא די אנדערע זייט?
    ג. אז תשרי איז נישטא קיין שינוי למעלה בענין הדין שטייט לכאורה ארויס בדברי האבן עזרא. מסתמא קען מען טרעפן אין ראשונים אנדערש, אך לא על זה אנו דנים כנ"ל.

אויך האב האט איר נישט קיין צייט לברר וללבן, קענט איר כאטש שרייבן די נקודות וואס באדערן אייך.
ראית איש חכם בעיניו תקוה לכסיל ממנו (משלי כו יב).
Skepticism is not necessarily a badge of tough-mindedness; it may equally be a sign of intellectual cowardice ~ John Beloff
גאנצל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3150
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:18 pm
האט שוין געלייקט: 414 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1056 מאל

שליחה דורך גאנצל »

גאנצל האט געשריבן:די עצם זאך אמונה איז אמיתית אדער הכרחיות ? לכוארה הכרחיות


לבאר דברי למשל א זאך וואס איז אין די קאטעגאריע פון אמונה אמיתית און איך גלייב נישט דערין (ליין:איך גלייב אבער נאר ווייל איך מוז)

איך פארשטיי אז ס'ווערט נישט א אמונה הכרחיות אבער איך מוז גלייבן אין דעם פאר א ענליכע סיבה וואס איך מוז גלייבן אמונה הכרחיות

ודי בזה ווער ס'פארשטייט פארשטייט
באניצער אוואטאר
הוגה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3112
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 6841 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל

שליחה דורך הוגה »

[justify]
לעיקוואד האט געשריבן:
הוגה האט געשריבן:בנוגע די רמב"ם'ס שיטה איבער קרבנות, איז טאקע וויכטיג צו צו צייכענען אז לפי זייער אסאך וועט מען ביים דריטע ביהמ"ק טאקע מער נישט אומברענגן בעלי חיים פארן באשעפער'ס וועגן, כידוע.


ווער זענען די אסאך, אחוץ הרב קוק אין 'חזון הצמחונות והשלום'?


[tag]לעיקוואד[/tag], איך האב נישט פארגעסן פון דיין בקשה. מצאתיה בספר אור יצחק, מרבי יצחק מראדוויל בן המגיד מזלאטשוב, הוא היה תלמיד המגיד וגם נסע להבעש"ט כמה פעמים עם אביו.

ער דערמאנט דעם ענין כמה פעמים. איין מאל איז עס ביי די דא"ח לפסח, איך וועל ציטירן זיין לשון. "... המקדש והקרבנות הם נעשו אחר חטא העגל מצד שחזר היצר הרע, אבל קודם מסתמא אלו הקרבנות היו ברוחניות... ולכן לעתיד שהיצר הרע יהיה בטל, גם כן אין להבין ענין הקרבנות שיהיו נצרכים להקריב... וכל אמרות הקרבנות הזה שאומרים, הם בעצמם יהיו לקרבן... וכמו שאמירתנו היא במקום קרבן, כך לעתיד יהיה מן אלו המוספין שאנחנו אומרים יהיו להקריב קרבן מוסף שבת וכל החגים. ע"כ.

ער איז מסביר דארט אז ס' נישט קיין סתירה מיט מה שכתוב בתורה איבער קרבנות, ווייל קודם החטא און אזוי אויך לעתיד לבוא כשתעביר ממשלת זדון מן הארץ זענען דא אנדערע צירופי אותיות צו פארשטיין די תורה. עיי"ש באריכות, ועיין בליקוטים למוסף לשבת ווי ער איז אויך מאריך דארט.

גוט גענוג?



.[/justify]
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3911
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך לעיקוואד »

נזכרתי שגם בפירוש פרקי אבות להאר"י (בשער מאמרי רז"ל כמדומה) איתא שצורך המצוות בגשמיות הוא רק אחרי שבירת הלוחות שנתגשמה התורה, א"כ יש ליסוד זה בית אב גדול, אך צריך לעיין עוד ברוחב ובעומק בענין זה אי"ה.
I have a dream
Martin Luther King ~
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3911
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך לעיקוואד »

חז''ל מהרח''ו (שער מאמרי רז''ל. פרקי אבות פרק ו' על משנת ר' מאיר אומר כל העוסק בתורה לשמה וכו'
אבל אמיתות הענין דע כי כמו שבריאת אדם הראשון קודם שחטא היה גופו זך וגבוה יותר ממה שהיה אחר שחטא - כן גוף התורה שאז הושם בגן עדן לעבדה ולשמרה, לקיים מצותיה, ר"ל פשט מצותיה - היה באופן אחר יותר רוחני. ולכן כל מה שאדם טורח ועושה פשט המצות אשר לנו בעולם הזה הוא לכשיוכל ליכנס לגן עדן הארץ עם הלבוש הזה ושם יטרח לעבוד ולשמור על דרך שהיתה כוונתו יתברך בבריאת אדם הראשון אם זכה.

ועם זה נתרץ מה שהקשינו בתחילה. כי כשישראל עמדו על הר סיני, פסקה זוהמתן וחזרו להיות כאדם הראשון קודם שחטא. אם כן, איך היה נותן להם השם יתברך התורה שכתוב בה "אדם כי ימות באהל" אם כבר פסקה זוהמת הנחש? אבל האמת שאז נתן השם יתברך התורה על דרך ששם אדם הראשון בגן עדן לעבדה ולשמרה, והיה גוף ופשט התורה יותר רוחני ודאי. ואלו היו לוחות ראשונות אשר היו מעשיו יתברך להיות גם הגוף רוחני; ולא כמו השניות שאמר השם יתברך למשה "פסל לך". שפסול האבנים כתקנם היה על ידי משה וכתיבת התורה היה על ידי השם יתברך להורות שהגוף היה גשמי. אבל מתחלה גם הגוף ופשט התורה היה רוחני יותר, כפי המדרגה שהשיגו בהר סיני.    ובעונותינו הרבים עשו העגל וחטאו כאדם הראשון. נשתברו לוחות ראשונות שלא היו ראויים לאותו הפשט. ולכן צוה השם יתברך למשה "פסל לך", והוגשם הפשט. וזהו ד' שנכנסו לפרסד שהיו מתלבשים נשמתם בלבוש אחר רוחני כדי להשיג ולעסוק בתורה על דרך לוחות ראשונות ועל דרך לאדם הראשון כשהושם בגן עדן.
I have a dream
Martin Luther King ~
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

די שטיקל פון רבי איציקל ראדווילער שטייט שוין כעין זה ביי זיין טאטן, המגיד מזלאטשוב רבי מיכל'ע תלמיד הבעל שם טוב הקדוש אז די גמרא און נגלות התורה איז נישט די תכלית הנרצה ווייל די תכלית איז מנוחה ועונג ולא עיון ועמל און דעריבער וועט מען בימי הגאולה לערנען א אנדערע סארט תורה
באניצער אוואטאר
שליח
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 11, 2013 11:43 am
געפינט זיך: th dimension'∞
האט שוין געלייקט: 459 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 767 מאל

שליחה דורך שליח »

ייש"כ ר' הוגה פארן שיינעם מקור. וע' פנים לתורה, אין תורת שמואל (ספר המאמרים תרל"ג מאמר ד"ה אדם כי יקריב) איז מבואר באריכות אז עיקר מעלת הקרבנות (בבהמות גשמיים, עיי"ש) וועט זיין לעת"ל. ובמדרש (ויק"ר פ"ב) בכל מקום שנאמר לי אינו זז לעולם לא בעוה"ז ולא לעוה"ב וכו' בקרבנות תשמרו להקריב לי, אך שם (פ"ט) ר"פ ור"ל ור"י בשם ר' מנחם דגליא לעת"ל כל הקרבנות בטלים וקרבן תודה אינו בטל, ועיי"ש במפרשים, ועוד יש הרבה להאריך בזה.

דער שמועס דרייט זיך דא אריין בענין מצוות בטלות לעת"ל, תורה חדשה מאתי תצא, אין מקרא יוצא מידי פשוטו, צורך המצוות בגשמיות או קיומם ברוחניות (כמו שקיימו האבות), וואס וואלט געווען בלי חטא אדה"ר או שבירת הלוחות, נגלות התורה כקליפת הפרי, וכו' וכו'. אצטרף לדברי הרב לעיקוואד אז ס'איז א סוגיא רחבה ועמוקה, מ'קען אויף יעדן פרט ברענגן המון ראיות לכאן ולכאן און נישט ענדיגן. כ'שלאג פאר צו גרינדן א באזונדער אשכול לזה.
ראית איש חכם בעיניו תקוה לכסיל ממנו (משלי כו יב).
Skepticism is not necessarily a badge of tough-mindedness; it may equally be a sign of intellectual cowardice ~ John Beloff
באניצער אוואטאר
הוגה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3112
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 6841 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל

שליחה דורך הוגה »

[justify]אין א דערנעבנדע אשכול טוט זיך א העפטיגע דיסקוסיע איבער מוכיח זיין תורה ויהדות. צווישן אנדערע באנוצען זיך [tag]ווארט זאגער[/tag] און [tag]געוואלדיג[/tag] מיט צוויי טענות וואס על פיהם זענען מכריח די מעמד הר סיני כמו שכתוב בתורה בלי שום שינוי כלל וכלל. איין טענה איז באזירט אויף די חזקה שאין אדם מוריש שקר לבניו און די צווייטע איז באזירט אויף די סברא אז מ'קען נישט פאבריצירן אדער אפילו צופיצן אזעלכע elaborate אמונות און איינרעדן מיליאנער מענטשן צו גלייבן דערין. מוז זיין אז אלעס איז אמת.

איך ברענג ארויף דער אשכול צו צייגן וויאזוי ירושת שקר (לצורך פארשטייצעך) זעהט אויס. וויאזוי מאכט מען מיליאנער מענטשן גלייבן עפעס ווען עס איז דא א צורך.

ליינט אדורך דער אשכול. הפוך בה והפוך בה.


.[/justify]
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
ווארט זאגער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 109
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 18, 2015 5:28 pm
האט שוין געלייקט: 191 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 104 מאל

שליחה דורך ווארט זאגער »

הוגה האט געשריבן:[justify]אין א דערנעבנדע אשכול טוט זיך א העפטיגע דיסקוסיע איבער מוכיח זיין תורה ויהדות. צווישן אנדערע באנוצען זיך [tag]ווארט זאגער[/tag] און [tag]געוואלדיג[/tag] מיט צוויי טענות וואס על פיהם זענען מכריח די מעמד הר סיני כמו שכתוב בתורה בלי שום שינוי כלל וכלל. איין טענה איז באזירט אויף די חזקה שאין אדם מוריש שקר לבניו און די צווייטע איז באזירט אויף די סברא אז מ'קען נישט פאבריצירן אדער אפילו צופיצן אזעלכע elaborate אמונות און איינרעדן מיליאנער מענטשן צו גלייבן דערין. מוז זיין אז אלעס איז אמת.

איך ברענג ארויף דער אשכול צו צייגן וויאזוי ירושת שקר (לצורך פארשטייצעך) זעהט אויס. וויאזוי מאכט מען מיליאנער מענטשן גלייבן עפעס ווען עס איז דא א צורך.

ליינט אדורך דער אשכול. הפוך בה והפוך בה.


.[/justify]

יישר כח פארן ארויפברענגען דעם אשכול. כהאב עס נאך נישט געהעריג דורכגעטוען אבער ס'זעהט מיר אויס אז ס'האט נישט קיין שייכות ווייל מ'רעדט דא פון פרטים נישט פון קיין מעמד הר סיני וואס יעדער האט געזעהן ליי"וו
ס'נישט דא קיין כופר! ס'דא וואס האבן קשיות און נאך נישט געטראפן דעם ריכטיגן מענטש וועם צו פרעגן...
ס'נישט דא קיין אפגעפארענע! ס'דא וואס האבן נאך נישט געטראפן דעם ריכטיגן מורה דרך...
באניצער אוואטאר
הוגה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3112
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 6841 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל

שליחה דורך הוגה »

קודם כל, מ'רעדט דא פונעם עיקר שכל התורה המצויה עתה בידינו וכו'. צווייטענס, כ'האב ארויפגעשלעפט דעם אשכול צו צייגן וויאזוי מ'קען מוריש זיין שקר און אז די רמב"ם האט געהאלטן אז מ'קען איינרעדן מיליאנער מענטשן צו גלייבן. כאטש אפילו דאס איז א דבר פשוט וואס דארף נישט קיין ראיות, כמו שביארתי באשכול השני.


.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
ווארט זאגער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 109
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 18, 2015 5:28 pm
האט שוין געלייקט: 191 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 104 מאל

שליחה דורך ווארט זאגער »

בנוגע אמונות הכרחיות איז שטותים צו זאגען אז מ'רעדט איין דעם עולם שטותים. דאס וואס דער רמב"ם זאגט איז זייער פשוט. קודם כל די ריכטיגע אפטייטש פון אמונות אין היינטיגען לש"ק איז דיעות אזוי ווי ר"י קפח טייטשט אין זיין תרגום (אין רמב"ם טייטשט זיך דיעות דאס וואס אונז רופן אן מידות). דער רמב"ם זאגט אז ס'דא זאכן וואס מיר נעמען אן אלס אמת מצד עצמם אזוי ווי יחוד ה'. און ס'דא זאכן וואס מיר נוצן עס אלס משל ווייל די הנהגה איז אזוי אבער בעצם מוז מען זאגען אז ס'איז נישט אזוי ווי שכר ועונש מ'נוצט די משל אז דער אייבערשטער ווערט אויפגערעגט וחרה אף ה' צו מסביר זיין אז מ'גייט באקומען א עונש ווייל מ'האט דערצערנט דעם אייבערשטן, אבער מאידך גיסא מצד דעם אייבערשטן קען מען דאך נישט זאגן אז באמת ווערט ער אין כעס נוצט מען א משל בהכרח. כמבואר דעתו בהלכות יסוה"ת פ"א הי"ב.
(באמת די סוגיא גייט אריין אין די כלל פון ידיעה און בחירה יח"ע ויח"ת, וואס חסידות געט זיך א עצה מיט דעם דורך דעם וואס זיי זענען מגלה אז ס'דא 2 הנהגות ואפילו באצילות יש אורות וכלים כמבואר בדרמ"צ מצוות האמנת אלוקות.- און באמת מחמת האמונות ההכרחיות הי' דעת אריסטו לכפור בחידוש העולם כיון שלא הבין זאת כיון שאליבא דאמת אינו אלא לפי דעת בשר ודם צריכין לומר שישנו ענין זה).
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום ווארט זאגער, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
ס'נישט דא קיין כופר! ס'דא וואס האבן קשיות און נאך נישט געטראפן דעם ריכטיגן מענטש וועם צו פרעגן...
ס'נישט דא קיין אפגעפארענע! ס'דא וואס האבן נאך נישט געטראפן דעם ריכטיגן מורה דרך...
באניצער אוואטאר
מאטי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3090
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3382 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל

שליחה דורך מאטי »

און ס'דא וואס קריג זיך אויפן רמב''ם און האלטן אז שכר ועונש איז יא פשוטו כמשמעו.
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
ווארט זאגער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 109
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 18, 2015 5:28 pm
האט שוין געלייקט: 191 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 104 מאל

שליחה דורך ווארט זאגער »

הוגה האט געשריבן:קודם כל, מ'רעדט דא פונעם עיקר שכל התורה המצויה עתה בידינו וכו'. צווייטענס, כ'האב ארויפגעשלעפט דעם אשכול צו צייגן וויאזוי מ'קען מוריש זיין שקר און אז די רמב"ם האט געהאלטן אז מ'קען איינרעדן מיליאנער מענטשן צו גלייבן. כאטש אפילו דאס איז א דבר פשוט וואס דארף נישט קיין ראיות, כמו שביארתי באשכול השני.


.

כ'פארשטיי בכלל נישט וואס פאר א שייכות האט די אשכול צו די שמועס וועגן כוזרי, אפילו די פשט און רמב"ם זאל זיין ווי מ'האט געשריבן דא אין די אשכול (זעה מיין פריערדיגע תגובה) ווייל מ'רעדט דאך נישט דא אויף עצם קבלת התורה מ'רעדט דאך דא פון סוגיות בתורה וואס זענען יא נכלל אין אמונה און וואס נישט און דער רמב"ם אלס פוסק שרייבט א הלכה און דער עולם נעמט אן וואס ער זאגט זיי זאגן נישט קיין עדות אויף דעם זיי זאגן סך הכל נאך א שטיקל רמב"ם.
ס'נישט דא קיין כופר! ס'דא וואס האבן קשיות און נאך נישט געטראפן דעם ריכטיגן מענטש וועם צו פרעגן...
ס'נישט דא קיין אפגעפארענע! ס'דא וואס האבן נאך נישט געטראפן דעם ריכטיגן מורה דרך...
ווארט זאגער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 109
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 18, 2015 5:28 pm
האט שוין געלייקט: 191 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 104 מאל

שליחה דורך ווארט זאגער »

מאטי האט געשריבן:און ס'דא וואס קריג זיך אויפן רמב''ם און האלטן אז שכר ועונש איז יא פשוטו כמשמעו.

דער רמב"ם האלט אויך אז ס'איז פשוטו כמשמעו די שאלה איז נאר אויפן לשון וחרה אף ה' און דאס גלייכן וואס רעדן אויפן מצב רוח פונם אייבערשטן דאס האלט דער רמב"ם אז ס'נישט כפשוטו.
ס'נישט דא קיין כופר! ס'דא וואס האבן קשיות און נאך נישט געטראפן דעם ריכטיגן מענטש וועם צו פרעגן...
ס'נישט דא קיין אפגעפארענע! ס'דא וואס האבן נאך נישט געטראפן דעם ריכטיגן מורה דרך...
באניצער אוואטאר
מאטי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3090
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3382 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל

שליחה דורך מאטי »

דער רמב"ם האלט דייקא "נישט" אז שכר ועונש איז כפשוטו.
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
פארשפארט