שוין גאר נישט קיין זר זהב,
א ריכטיגער זר שמאזהב,
שטילט אונזער געמוטער בימי רעב,
בארואיגט אונזער סיסטעם כאב,
זר'לע אזוי נחמד ואהוב.
זר איז זיס ווי לעמאן און כריין,
אזא באשעפעניש איז דעפענטלי נאר דא איין,
א תגובה פון זר איז סאום האו אלץ שיין,
הגם נישט אלעמאל זענען זיינע סחורה ריין,
פארט טראגט דאס אלץ די זעלבע חן.
זר קאקט ליטערלי אויפן וועלט,
שרייבט וואס אימער איהם עס געפעלט,
און אז דער עולם אויף איהם שעלט,
דאן פון נחת ביג טיים ער קוועלט,
פון זיצן דא 24, גיי ווייס פון וואנען ער האט געלט.
תגובות פון אים ווי א טייך טוהט זיך גיסן,
דער עיקר מ'זאל האבן עפעס צו שמועסן,
בלויז צוויי ווערטער ער טוהט אויפן סקרין היסן,
ווי שלאנג געביסענער קאמענטארן טוהן שיסן,
און ער מיט זאפאסן סמייליס דעם בלאט טוהט פאר'מיאוס'ן.
וואטעווער ס'בליצט איהם נאר אויפן געדאנק ער פאוסט,
אינעם צימעס פאורם ממש א קאמאדי שאוי ער הויסט,
אז מ'גרילצט דארט מאכט ער שטייף זיין פאויסט,
ניקס מיט אגענדעס אן רחמנות ער גרילט און רויסט,
טייל גאפעלט ער באלד אפ, אנדערע פארברענט אזש ביז טויסט.
וואס ס'פאלט דעם קוריאזן זכר אלץ נישט ביי,
פאר קיינעם ער גיבט א ש*ט אדער שפיי,
ער זאגט אז ער ברויך נישט קיינעמס לייק סיי ווי סיי,
ער האט שוין מילא לייקס און תגובות הותר ודי,
דער עיקר ס'זאל קיינער א ספק האבן עוד זר חי.
אויף פרישע אשכולות בוקר וערב ער טוהט וואכן,
ווי ער קען נאר פון א צווייטן שפאט און חוזק מאכן,
צו שטערן און דערגיין יענעמס אנגעפלאגטע זאכן,
דאס איז ללא ספק פון זיינע בעסטע פאכן,
דער עיקר איז א יעדער זאל קאטשען און לאכן.
משוגע פארמאגט פשוט נישט קיין גבול,
אנדערע וואלטן איהם געראטן איינצונעמען א פיל,
באט הי איז הער על אפם וחמתם סטיל,
והייתם משוגע איז דאך זיין סקיל,
צוקירן ס'מענטשהייט, דאס איז וואס גיבט אים א טהריל.