מה יפער נבער מדעת ובין חסור

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
יואב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1677
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:55 am
געפינט זיך: בגאַטקעס דרבינו־תּם
האט שוין געלייקט: 5634 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6194 מאל

מה יפער נבער מדעת ובין חסור

שליחה דורך יואב »

מיט די אנגייענדע מיטל-מזרח פרילינג, האט קליינקעפיגקייט געפינען א פרישן שפאלט זיך ארויסצוגליטשן אויפן פריי, און לופטערן איר כאראקטער מיט אלע פארבן און קאלירן.

"סיריע", א פארצווייגטע, קאמפליצירטע, הויעך האקעלע נושא.

א קריפעלדיגער סיטואציע ס'ווארפט אריין יעדעס מענטש מיט אביסל שכל אין א דילאמע. הפנים, שווער זיך צו דערגרינטעווען צו א פאסיגער לעזונג וואס קען צופרידנשטעלן דעמאקראטיע, רעאליטעט, און שכל הישר, און דאס פאראייניגן אין א זאכליכע סטראטעגיע.

פון איין זייט פארוואס זאל בכלל אמעריקע אריין אין מלחמה. ס'איז א ברודער קריג צווישן סיריע בירגער זעלבס, א מלחמה מ'האט אליינס אונטערגענומען, אן אומסטאביל ראדיקאלע אפאזיציע, זעלבס-מארד מיט ארויסהעלפן די רעבעלן, דער צוקונפט קען בלויז ווערן מער פארנעפעלט, און בכלל אמעריקע קומט די חברה גארנישט. מ'ברויך שוין נישט זיין אן אנהענגער פון "ראן פאול". אינערהאלב די ראמען פון דעמאקראטן און רעפאבליקאנער צוגלייך הערשט אויך מער ווייניגער א געמיינזאמע קעגנערשאפט זיך אריינצומישן אין פרעמדע חזיריי. דער עולם איז מיט רעכט זאט פון פארפלאנטערטע מלחמות, און בכלל שוועבט אן אפאזיצישע גייסט העכער אמעריקאנער בירגער מיטן לאגישן טענה "צו וואס"?.

מאידך גיסה זיצט זיך א דיקטאטור אויפן בענקל, לא די ער האלט נישט ביים צוהערן צו די געשרייען פון מענטשן עס בעהטן זיך בלויזע דעמאקראטיע, האט דער אכזר באשלאסן אז קוילן וועט דינען אלס דער פאסיגער ענטפער צו די געשרייען. ער גייט האקן קעפ. קוקט אבער אויס אז פסיק רישיה בלבד לא ניחא ליה. ס'איז דאך א דבר פשוט. דער חיה איז דא צו פארטיידיגן זיין בענקל, און אז ס'האט זיך נאך אלץ נישט איינגעגבן אלס אן אפעקטיווער מיטל צו האלטן זיין בלוטיגן שטוהל—טראץ דעם וואס דאס האט שוין געפירט צו מאסן שחיטות פאר א שיין שטיקל צייט—האט ער באשלאסן צו פארגאזן די מענטשהייט. פשוט אין פראסט. וואלגערן זיך יונקי שדים שלא חטאו אויף די בלוט פארפלייצטע גאסן, וואו זייער קוים אנגעהויבן לעבן האבן זיך מיט צוואנג אונטערגעגעבן צום וואנזינגער מערדערישן שחיטה קאמפיין פון דער רוצח אסאד.

זיצט זיך אבאמא און ווישט די שווייס. ער ברויך פאסן א זעלטן האקעלע באשלוס, און וויאזוי ער זאל נאר טאהן, גייט ער אריינהייבן קריטיק, און ס'איז פארשטענדליך פארוואס. שטייט א פארנעפלטען בילד פארענט פון זיין נאז, און ער מוז פירן דעם באס ווייטער. מדינת ישראל, רוסלאנד, יו. ען, מאסלעם-בראדער-הוד, אפיציעלער קריג, האלבער קריג, לופטן קריג, שותפות קריג, די שטימונג אין אמעריקע, הומאנטערישע הילף, מאסן שחיטות, מענטשן רעכט פארלעצונגען, אהער, אהין, סכנות לכאן ולכאן, און וויאזוי ער זאל נאר טוהן, אדער נישט טוהן שטייט א מעגליכקייט צו ווערן סאלעדלי באקאקט. ס'ליגט אבער אין זיינע הענט דעם רעדל, און ער דארף זיגלן דעם גורל'דיגן צאפעל'דיגער באשלוס, וועלעכע הענגט אויף א פלאטערנדע תולעת שני. הקיצור, ס'וואלט זיך קיינעם יעצט געגלוסט צו זיין אין זיין פאזיציע.

האט ער פילע ראטגעבער און סטראטאגיסטן, וועלעכע ארבייטן איבערמידלעך צו גרייכן די מערסט פאזעטיווער באשלוס, און אויסקוועטשן א לעזונג וועלעכס וועט מערסט קענען מינומיזירן די סאמאטאכע.

אינערהאלב די מקוואות און אויף די מעסעדשינג גרופעס, הערשט אבער גענצליך א צווייטער שטימונג.
אבאמא ווערט באזינגן אין גרויסן מיטן טיטול 'שוטה', 'טיפוש', און דאס גליייכן'. דער עולם כסיל לפי ערכו האט פערטיגע פלענער וועלעכע וואלטן געשטעלט אין פלאץ זייער קעסטעלדיגע מיינונגען אינסטענטלי.

טייל זענען פאר'עקשן'ט איבער סיי וואספארא רעאקציע אמעריקע זאל מעגן אונטערנעמען, און וואלטן מארגן ערוועלט פוטין אלס פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן בלויז פאר זיין שטייפע אפאזיציע צו אטאקירן סיריע. איין קליפ פון דעם אידיאט גלען בעק איבער אן אויפשטענדלער וואס האט פארציגט איינעמס הארץ און לעבער, איז זיי שוין גענוג חותם צו זיין א באפעלקערונג פון קרוב צו 23 מיליאן מענטשן--וועמענס לעבן ליגט כחומר ביד היוצר אינעם האנט פון דעם רוצח--אלס וואנזינגע ראדיקאלע עלעמענטן. אנדערע קענען פשוט נישט פארשטיין וואו שכל אינעם ווייסן הויז איז פארשווינדן געווארן. ניטאמאל ווייסן זיי וואו סיריע ליגט אויפן מאפע, אבער האבן שוין גענויע בלאפרינטס וויאזוי אויסצורייניגן די כעמישע ארסענאלן, און זאגאר דורכפירן אן אטענטאט אויף אסאד.

און ווי ס'זאל ווען זיין אבאמא'ס שווארץ מזל אז ער האט פארזעהן צו נאמאנירן היימישע קארפן קעפ וועלעכע האבן פערטיגע מיינונגען איבער אלצדינג. וואס ווייסט ער דען? דער נארישער אויסלענדיש-געבוירענער אבאמא. אט די קלוגע האבן שוין "דעמאלט"—נאך בעפאר ס'וועט אויפגעוויזן ווערן די פאלשקייט--אפגעלאכט פון גלאבעל וואראמינג. וואס האט אבער דער שוטה טיפוש קלאץ-קאפ אנטיסעמיט אבאמא געטוהן?פאר די חברה האט ער געזאגט מיט ביטול: "אינגעלע, נעם דיר א טוץ פראגראמען, און גיי שאוועל הערינג. א פרייליכן פורים, און א שמחת תמיד". ער דארף דאך אבער פארט האבן עפעס ראטגעבערס, ער קען נישט בלייבן אליינס ווי פיש אן קאטשעניו, האט ער זיך געלאזט פארפירן פון די עצת הילדים. ויעזב אבאמא את עצת הזקנים, און נישט מער און נישט ווייניגער באשלאסן צו ערוועלן אזאנע שוטים מיט בלויזע הארווארד דעגריס, און קארגע צוויי-דריי דעקעידס אויסערן ערפארונג.

אין אלגעמיין האב איך שוין געהערט פילע נאכזאגן דעם סטעיטמענט כלפי עגיפטן למשל. "די מוסלאמענער קענען נישט האבן דעמאקראטיע, זיי ברויכן האבן א דיקטאטור, נאר אזוי קענען זיי זיין מענטשן". כ'הער, און אונז ברויך מיר יא האבן דעמאקראטיע, ניין?
זיצט זיך א כאסני מובאראק אויפן טראן נישט מער און נישט ווייניגער פאר דרייסיג יארע, און האלט מיט א שטייפע האנט א באפעלקערונג פון קרוב צו דריי און אכציג מיליאן מענטשן.
זאמלען זיך יוגענטליכע וועלעכע שטרעבן א סעקולערן צוקונפט, אויף סאציאלע נעטווארקס, און פרעגן למה נגרע. פארוואס איז אונזער גורל פארזיגלט אונטער טיראניע, בעת מענטשן געקנאטן פונעם זעלבן מאטריאל, געניסן פון דעמאקראטיע ארום פילע אנדערע לענדער.
אפגעזעהן צו אמעריקע ברויך זיך אריינמישן אדער נישט—וואס איז שטארק מעגליך אז זיי האבן טאקע נישט וואס זיך צו מישן-- קומט זיך לאלו הצאן די רעכט צו פארלאנגן אין זייער לאנד פרייהייט.
איז פון 83 מיליאן מענטשן, ארויסגעוואקסן א פאראייניגונג פון די ראדיקאלע מוסלאמענער ברודער, און זיי האבן פארכאפט די מאכט לדאבון לב פון מענטשן ס'לעכעצן נאך פרייהייט.
יעצט ס'בכלל נישט נוגע צו אמעריקע, יו.ען, ס'לוינט זיך פאר מדינת ישראל, ס'לוינט זיך פאר די וועלט אא"וו. דאס אייז פאליטישע איינגלעגנהייטן יעדער ברויך באזונדער דעבאטירן, און פאסן א באשלוס וואס לוינט זיך איהם.

אבער דו ראצער! ווער ביסטו אוועק צו נעמען דעם מצרי'ס פרייהייט? וואסי פשט פון אזאנע ווילדע טיפשות'דיגע סטעיטמענטס אפזיגלענדיג באלד הונדערט מיליאן נפשות? ביזט משוגע אינגאצן? דיר קומט זיך יא פרייהייט? דו קענסט יא לעבן אויפן פריי, און נאר יענער באלאנגט אין א טור גארטן?

בברכת תכלה שנה וקללותיה , תחל שנה וברכותיה. האטס מיר/ענק א כתיבה וחתימה טובה.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום יואב, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

געוואלדיגע רייד!
ממרום שלח אש
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 545
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 26, 2013 2:56 pm
האט שוין געלייקט: 447 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 521 מאל

שליחה דורך ממרום שלח אש »

ביזט גערעכט אין תוך, אבער איין נקודה פארזעסטו, קיינער "נעמט נישט אוועק" פון קיינעם קיין דעמאקראטיע, אבער "אהינגעבן" ברויך מען אויך נישט.

אמעריקע האט די אייגענע בלוט פארגאסן פאר איר דעמאקראטיע, קיינער האט איר נישט געהאלפן (חוץ פראנקרייך א משהו, פאר אייגענע אינטערעסן) איז במילא אמעריקע גארנישט שולדיג פאר קיינעם, כש"כ ווען די מצב איז אזוי ווי דו זאגסט, היבש קאמפליצירט, און דעמאקראטיע דארט איז אקעגן אמעריקאנער זיכערהייט אינטערעסע, אין אזא צייט, איז די קלוגסטע צו איגנארירן.
"ווי דער גוטער בוך זאגט, אז מען שפייט אין די לופט, לאנדעט עס אין פנים"
באניצער אוואטאר
הוגה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3112
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 6841 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל

שליחה דורך הוגה »

יואב האט געשריבן:ויעזב אבאמא את עצת הזקנים, און נישט מער און נישט ווייניגער באשלאסן צו ערוועלן אזאנע שוטים מיט בלויזע הארווארד דעגריס, און קארגע צוויי-דריי דעקעידס אויסערן ערפארונג.


העי יואב! דו ווייסט נישט אז וואס עס נעמט די נערישע גוי פון יעיל אדער הארוועד צו כאפן אין דרייסיג יאר, האט יעדע זעכצן יעריגע היימישע בחור ארויס ביי די זעכצן? די גמרא און די קצות שארפט אויס די איד'ס קאפ....
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
יואב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1677
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:55 am
געפינט זיך: בגאַטקעס דרבינו־תּם
האט שוין געלייקט: 5634 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6194 מאל

שליחה דורך יואב »

ממרום שלח אש האט געשריבן:ביזט גערעכט אין תוך, אבער איין נקודה פארזעסטו, קיינער "נעמט נישט אוועק" פון קיינעם קיין דעמאקראטיע, אבער "אהינגעבן" ברויך מען אויך נישט.

אמעריקע האט די אייגענע בלוט פארגאסן פאר איר דעמאקראטיע, קיינער האט איר נישט געהאלפן (חוץ פראנקרייך א משהו, פאר אייגענע אינטערעסן) איז במילא אמעריקע גארנישט שולדיג פאר קיינעם, כש"כ ווען די מצב איז אזוי ווי דו זאגסט, היבש קאמפליצירט, און דעמאקראטיע דארט איז אקעגן אמעריקאנער זיכערהייט אינטערעסע, אין אזא צייט, איז די קלוגסטע צו איגנארירן.

אט דאס שרייב איך דאך ארויס ברחל בתך הקטנה. צו מ'זאל זיך אריינמישן, העלפן דעמאקראטיע, חרוב מאכן דעמאקראטיע, דאס איז אלץ דיפלאמאטישע, טעכנישע, און פאליטישע חשבונות יעדעס לאנד ברויך, און מוז נעמען אין באטראכט בעפאר זיי גרייטן זיך צו פאסן א באשלוס צו זיי זאלן נעמען צדדים אדער נישט. די רעדע איז איבער דער עצם באגריף פון אנטיילן מי ישלו ומי יתייסר. ס'שרייען מיליאנען מענטשן 'מיר ווילן פרייהייט'. צו קען מען נאכקומען אייער פארלאנג, ס'וועט זיך ענק לוינען, דאס איז אלץ טעכנישע דעבאטעס. למעשה פארמאגט א יעדעס באשעפעניש אפגעזעהן ס'ראסע, פאלק, רעליגיע, דאס רעכט צו בעהטן פרייהייט. יעצט איך האב זיך באצויגן צו וואס כ'האב אין די פארגאנגנהייט געהערט. נעמליך 'די חברה ברויכן האבן א דיקטאטור, דעמאקראטיע קאן ביי זיי נישט ארבייטן'. זעהט זיך אויס איר האט מיר שלעכט פארשטאנען,
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

יואב: דו ביסט געוואלדיג. דו צונעמסט די סוגיא פון די אמעריקאנער אויסערן פאליטיק אזוי ווי מיין רבי אין חיידער האט צונומען א שווער שטיקל גמרא. מיט א פאר שיינע אגדתות אויכעט. אבער די מסקנא צו וועלכע דו פיהרסט אויס איז נישט ריכטיג. אין א יעדן פאל דארף אמעריקע קוקן וואס די אמעריקאנער נאצינאלע און מיליטערישע אינטערעסן זענען. לאמיר אריבערשווימען דעם ים הגדול און דעם אוקיינוס (אטלאנטיק און פאסיפיק). און גיין צו א קליין לענדל אין צענטראל אמעריקע וואס הייסט ניקאראגוא. דארט האט אמאל געהערשט א גענעראל א דיקטאטאר. האמיר דא אין אמעריקע געהאט א פרעזידענט וואס איז געווען א "צאדיק" ר'הייסט דזשימי קארטער. האט איהם זייער שטארק געבאדערט פארוואס ס'איז נישטא קיין דעמאקראטיע אין יענע לאנד. איז ער געגאנגען און מאניפולירט דעם מצב אז דער פרעזידענט דער דיקטאטאר זאל אראפפאלן. ווער איז געקומען נאך איהם?! די קאמוניסטן וועלכע האבן פארשטייצעך חרוב געמאכט די עקאנאמיע אין לאנד און געשעדיגט די אמעריקאנער אינטערעסן. די זעלבע איז געשעען אין איראן. ווען דער "צאדיק" דזשימי קארטער האט נישט געגעיבן מיליטערישע הילף פאר'ן שאך ווען ר'האט געקעמפט פאר זיין לעיבן. ווער איז געקומען נאך איהם?! אייאטאלא כומעיני. די זעלבע איז אין עגיפטן. אונז אנשים פשוטים ווייסן נאכנישט אלע טעמים פארוואס די מיליטער האט אראפגעווארפן דעם "דעמאקראטיש-ערוועלטן" פרעזידענט מורסי. :roll:
יואב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1677
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:55 am
געפינט זיך: בגאַטקעס דרבינו־תּם
האט שוין געלייקט: 5634 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6194 מאל

ענטפער/הסברה/ מודעה/הערה/חצי-שאלה צו ר' בערל בעל עגלה

שליחה דורך יואב »

berlbalaguleh האט געשריבן:יואב: דו ביסט געוואלדיג. דו צונעמסט די סוגיא פון די אמעריקאנער אויסערן פאליטיק אזוי ווי מיין רבי אין חיידער האט צונומען א שווער שטיקל גמרא. מיט א פאר שיינע אגדתות אויכעט. אבער די מסקנא צו וועלכע דו פיהרסט אויס איז נישט ריכטיג. אין א יעדן פאל דארף אמעריקע קוקן וואס די אמעריקאנער נאצינאלע און מיליטערישע אינטערעסן זענען. לאמיר אריבערשווימען דעם ים הגדול און דעם אוקיינוס (אטלאנטיק און פאסיפיק). און גיין צו א קליין לענדל אין צענטראל אמעריקע וואס הייסט ניקאראגוא. דארט האט אמאל געהערשט א גענעראל א דיקטאטאר. האמיר דא אין אמעריקע געהאט א פרעזידענט וואס איז געווען א "צאדיק" ר'הייסט דזשימי קארטער. האט איהם זייער שטארק געבאדערט פארוואס ס'איז נישטא קיין דעמאקראטיע אין יענע לאנד. איז ער געגאנגען און מאניפולירט דעם מצב אז דער פרעזידענט דער דיקטאטאר זאל אראפפאלן. ווער איז געקומען נאך איהם?! די קאמוניסטן וועלכע האבן פארשטייצעך חרוב געמאכט די עקאנאמיע אין לאנד און געשעדיגט די אמעריקאנער אינטערעסן. די זעלבע איז געשעען אין איראן. ווען דער "צאדיק" דזשימי קארטער האט נישט געגעיבן מיליטערישע הילף פאר'ן שאך ווען ר'האט געקעמפט פאר זיין לעיבן. ווער איז געקומען נאך איהם?! אייאטאלא כומעיני. די זעלבע איז אין עגיפטן. אונז אנשים פשוטים ווייסן נאכנישט אלע טעמים פארוואס די מיליטער האט אראפגעווארפן דעם "דעמאקראטיש-ערוועלטן" פרעזידענט מורסי. :roll:


ר' בערל, וויאזוי פלעגן דיינע מלמדים זאגן אין אזא פאל: "כ'זעה אז בערעלע וויל קריגן א באזונדערע איינלאדענונג, ער פארשטייט נישט ווען מ'רעדט צו א יעדעם אויפאמאל. נו, פאר אזא וואוילער אינגל וועל איך נאכאמאל איבערזאגן. אבער ר' בערל, (אוי, ער חלום'ט שוין ווייטער) דאסמאל לייגט צו קאפ".

איך ווייס נישט מיט וואספארא מסקנה איר זענט זיך מחולק מיט מיר, ווארים איך דענק מיר נישט פאסן א מסקנה בכלל. (אפשר תחל שנה וברכותיה).

אזוי ווי כ'האב שוין פריער געטוהן ווידערהוילן, טוה איך זיך לגמרי נישט באציהן צו א פאליטישע, סטראטעגישע, דיפלאמאטישע, עתיד'דיגער, באשלוס וויאזוי די יו.ען. בכלל, און אמעריקע בפרט זאל זיך אומגיין מיט דעם אראבישן פרילינג, כל שבט ונחלה לבית אבותם. אויך טוה איך זיך קאטאגארירן מיט די "אנשים פשוטים" וויאזוי דו רופסט זיי, וועמען מ'האט אויסגעשלאסן אריינצלאזן אינעם עתידות/קאנספיראטער/ חרטומים קליקע. כ'ווייס נישט וואס ס'איז גוט, אני כשלעצמי קען באשטיין בכללית אמעריקע זאל זיך נישט מישן אויף פרעמדע באדן. למעשה האב איך בלויז ארויפגעברענגט א זעלטן האקעלע נושא, וואס נישט קיין חילוק צו ער גייט למעשה 'ראקן', אדער ער גייט צום סוף 'סאקן'. אבאמא באטראכט זייער ערענסט און דעטאלירט א יעדעס מעגליכן שריט, און די רעדע הפנים אין דער אשכול איז נישט איבער די רעזולטאטן, אדער גערעכטיגקייט פון סיי וואספארא סטראטעגיע. כ'האב בלויז געוואלט א דערמאן טאהן ס'אנגעשטרענגטן גייסט ס'הערשט צווישן אחב"י. עטליכע אינגעלייטליך וועמענס מיינונגען ביי א דעבאטע איבער מעגליכע סוקסעס אן ארמארי מקח קען, צו קען נישט האבן, זאלן קאכן און זידן אויף האקעלע אלוועלטליכע ענינים מיט האס און אנטריסונג ווי מ'זאגט, "משוגעים דארטן, גיבט אונז נאר איבער די לייצעס, און מיר שטעלן אויפן פלאץ תבל ומלואה אזוי שנעל ס'נעמט אויפצושטעלן פארענטשעס פאר א כ"א כסלו טיש". אדער חותם צו זיין א באפעלקערונג מיט דריי און אכציג מיליאן מענטשן מיט אזאנע לייכטזיניגע סטעיטמענטס ווי "נאר א דיקטאטור קען די חברה האלטן אין די ראמען". יא, שטארק מסתבר צוליב פארשידענע סיבות קען, און טאר נישט אמעריקע העלפן בכלליות די רעבעלן. אבער דער ווילדע רעטאריק וואטסעפפ שישקעס ווארפן זיך אזוי איבער דאס לעבנס און פרייהייט פון מיליאנען, בלויז צוליב'ן זעהן די חורבן דארטן, איז היבש מאדנע.

בעצם האב איך בלויז געוואלט שטעלן א קליין תגובה איבער דעם אינעם 'קליינקעפיגקייט' אשכול כ'האב געלייגט א לינק אויבן, כ'האב נישט געהאט אין פלאן בכלל צו שרייבן אן ארטיקל ערב ראש השנה. נאר אז קלאפענדיג די אותיות האב איך באמערקט די תגובה פארלענגערט זיך, האב איך באשלאסן זאל שוין זיין אן אשכול.

אחוץ אויב איר האט געמיינט צו זאגן אז בכדי אבאמא זאל נישט אויסקוקן ווי קארטער, זאל ער זיינע וואנזיניגע ראטגעבער ווארפן צו די הינט, און זיך אראפלאזן מיטן מאטאראקאדע צום ערשט קיין ברוקלין. ווי פרעה מיט די פעזשאמעס זאל ער לויפן פונעם הארץ פון וויליאמסבורג ביזן פירשט פון בארא פארק, אויפאקערן 3 בתי חיים אין קרית יואל, און נאכגיין די פיס טריט פון די מאנסיער פאשקעווילן. אויסליידיגן די מקוואות פון ווייקער, און מיט א שנעלן גאלאפ זיך יאגן קיין וואשינגטאן.(יא, זאלן די גוים שפירן דער טעם פון דעם אנגעזעצטן טראפיק אזאנס זייעט אן). און איבריג צו זאגן אז ווען אבאמא וועט באזעצן דעם אוועל אפיס מיט אזאנע חשובע ברוקלינער אינגעלייט, לא די וועט אבאמא געדענקט ווערן אלס בעסטער פרעזידענט, נאר הענרי קיסענדזשער וועט צוריק ווערן א היימישער איד ביתר שאת וביתר עז, בלויז צו קענען אנטייל נעמען אינעם קומענדיגן חנוכה פארטי ס'וועט סערווירט ווערן בלויז היימישע לאטקעס, מיט דאנאטן ס'וועלן באגלייט ווערן מיט קול מבשר אינטערוויא'ס פונעם שניט דער טייגל וועט אריינהייבן נאך אינעם ברוקלינער בעקעריי, ביזן לעצטער טראפ קאסטערט עס וועט ווערן אויסגעלעקט על שולחן מלכים בעיר הבירה וואשינגטאן די. סי.

אגב, ר' בערל, צו וואס האט איר אויסגעקליבן אזא לאנגער וועג צו גרייכן Nicaragua? אויב זענט איר נישט וויליג צו שפענדן אזויפיל צייט קען איך אייך געבן שנעלערע דירעקשאנס. און אז איר ווילט דווקא א לאנגער וועג, דעקט שוין דעם אינדיען אוישען אויך.
ממרום שלח אש
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 545
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 26, 2013 2:56 pm
האט שוין געלייקט: 447 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 521 מאל

שליחה דורך ממרום שלח אש »

יואב טייערער,

עס איז א אויסגעדראשענע וויץ צו צולייגן וויזוי א פרעזידענט דארף זיך באראטן מיט מקוה זיצער.( הגם דו טוסט עס מיט א אייגענארטיגע טוויסט און טעם, כיד המליצה הטובה עליך )

אבער, עס איז אביסל אפענסיוו פאר אנשים כערכי, הייסט יעדער בירגער איז בארעכטיגט צו א מיינונג אין די תהליכי המדינה חוץ חסידים?
"ווי דער גוטער בוך זאגט, אז מען שפייט אין די לופט, לאנדעט עס אין פנים"
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

יואב האט געשריבן:ענטפער/הסברה/ מודעה/הערה/חצי-שאלה צו ר' בערל בעל עגלה


:D :) :lol: :P
וירח ה' את ריח הניחוח
יואב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1677
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:55 am
געפינט זיך: בגאַטקעס דרבינו־תּם
האט שוין געלייקט: 5634 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6194 מאל

שליחה דורך יואב »

ממרום שלח אש האט געשריבן:יואב טייערער,

עס איז א אויסגעדראשענע וויץ צו צולייגן וויזוי א פרעזידענט דארף זיך באראטן מיט מקוה זיצער.( הגם דו טוסט עס מיט א אייגענארטיגע טוויסט און טעם, כיד המליצה הטובה עליך )


כ'נעם אן די מוסר. קיינמאל געזעהן אינעם אויסגעדאשענע זאצן אשכול

ממרום שלח אש האט געשריבן: אבער, עס איז אביסל אפענסיוו פאר אנשים כערכי, הייסט יעדער בירגער איז בארעכטיגט צו א מיינונג אין די תהליכי המדינה חוץ חסידים?


עס טוהט מיר זייער באנק יעך קאן ניט צופרידנשטעלן אייער 'אפענסיווקייט'. ס'איז צום האפן אז אנדערע זענען נישט אפעקטירט געווארן. פון הימל געשיקט א פייער, ווארט איר טאקע אויף אן ענטפער? קוקט נישט אויס. דער ענטפער איז פילפאכיג א מער אויסגעדראשענעם.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

ר' יואב שליט"א. יישר כח פאר אהערשטעלן די לאנגע תגובה. איך האב שטארק הנאה געהאט פון א יעדן ווארט. א תגובה וועט קומען בעז"ה וואן מיר 'עללן האבן מער צייט. ועוד חזון למועד. :lol:
יואב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1677
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:55 am
געפינט זיך: בגאַטקעס דרבינו־תּם
האט שוין געלייקט: 5634 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6194 מאל

שליחה דורך יואב »

ר' בערל, אז מ'מאכט א חשבון האט איר שוין גענוצט דעם סמיילי מיטן טאנצעדיגן מויל דאס מערסטע. איר זענט Cute.
יואב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1677
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:55 am
געפינט זיך: בגאַטקעס דרבינו־תּם
האט שוין געלייקט: 5634 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6194 מאל

שליחה דורך יואב »

berlbalaguleh האט געשריבן:ר' יואב שליט"א. יישר כח פאר אהערשטעלן די לאנגע תגובה. איך האב שטארק הנאה געהאט פון א יעדן ווארט. א תגובה וועט קומען בעז"ה וואן מיר 'עללן האבן מער צייט. ועוד חזון למועד. :lol:

ר' בערל, מיר קוקן ארויס אויף אייער אנטווארט, נאך אלעם גלויבט זיך איר זענט א 'סיניאר עדווייזער'. דאס מערסטע בין איך באזארגט איבער אייער רייזע קיין Nicaragua.

אגב זאגט מיר ס'ווייב ס'איז דאס ערשטע מאל זי זעהט מ'זאל שרייבן 'שליט"א' אויף מיר. וויאזוי ענדיגט מען נאר? :lol:
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

יואב האט געשריבן:
berlbalaguleh האט געשריבן:ר' יואב שליט"א. יישר כח פאר אהערשטעלן די לאנגע תגובה. איך האב שטארק הנאה געהאט פון א יעדן ווארט. א תגובה וועט קומען בעז"ה וואן מיר 'עללן האבן מער צייט. ועוד חזון למועד. :lol:

ר' בערל, מיר קוקן ארויס אויף אייער אנטווארט, נאך אלעם גלויבט זיך איר זענט א 'סיניאר עדווייזער'. דאס מערסטע בין איך באזארגט איבער אייער רייזע קיין Nicaragua.

אגב זאגט מיר ס'ווייב ס'איז דאס ערשטע מאל זי זעהט מ'זאל שרייבן 'שליט"א' אויף מיר. וויאזוי ענדיגט מען נאר? :lol:

לאמיר ענטפערן על ראשון ראשון: איבער מיין רייזע קיין ניקאראגוא (אויב כ'עלל עס אמאל אונטערנעמען) בינעך ווייניג באזארגט. דער קאפיטאן און זיין אסיסט'נט, וועלכע פיהרן דעם פלעין קענען דעם וועג בעסער פון מיך. אלס וואס איך דארף טון איז קויפן א טיקעט און באשטעללן כשר'ע עסן ביי לאנדא. איבער די צווייטע פראגע וואס איהר פרעיגט נישט. איז דער ענטפער אזוי. ס'דא א פסוק (און אז נישט העמיר עס יעצט באשאפן.) "איין נביא בעירו". איך קען א גרויסן דאקטער , און אויך א תלמיד חכם, וואס מאכט א סאך געלט בלעיה"ר. און זיין ווייב איז זיין קלענסטע חסיד. זי האלט אז ר'איז אן ע"ה אין דאקטעריי און אין לערנען טעירעה. סאו איהר דארפט נישט זיין באזארגט. :like
יואב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1677
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:55 am
געפינט זיך: בגאַטקעס דרבינו־תּם
האט שוין געלייקט: 5634 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6194 מאל

שליחה דורך יואב »

צו די אלע פריוואטע הודעות איך ערהאלט אז איך בין א ליבעראלער. טייל במקום הנחה, אנדערע מתורת שאלה, און מעגליך קען נאך זיין א לשון בתמיה אויב מ'וועט ליינען וואס כ'האב געשריבן אינעם סאציאליזם אשכול פון שטערנבוך.

הריני מוסר מודעה לפניכם היום יום הפריימעריס: "יעך בין א אזא ליבעראלער ווי מאראנצןזאפט זאל זיין חידא ווייס, און אזא קאנסערוואטיווער ווי קופערניקוס א שיבער". כ'האב בכלל נישט אויסגעשמועסט מיין פאליטישע מיינונגען, (ממרום שלח אש, יא, מיר האבן מיינונגען, וואס? אויטש) און אויך נישט דיסקוסירט רעכטע צו לינקע אידילאגיעס. כ'ווייס נישט פארוואס ס'איז אזוי שווער צו פארשטיין.

האמיר זעך ערלויבט אביסעלע צו טרייבן שפאס פון עטליכע קעסטעלדיגע מכיכי רוחא וואנאביס, אדער חכמים ונבונים וועלעכע זענען געבענטש געווארן מיט חכמה ותשועה במקום אחד, און האבן גענומען צו ערענסט שטודיעס איבער קלוגשאפט צווישן יהדות אשכנז. (דאס איז געוועזן נאך בעפאר כ'האב זיך דערוויסט ס'איז אויסגעדראשן. שכח/אנטשולדיגט ממרום). וכמובן איז דאס געקומען פון ריין דזשעלאסי איך טראג זיך ארום אויף די חברה. און בכדי אנצוהייבן א פרישע קנאה בלעטל לשנת תשע"ד (ווי די מלמדים וואס פרעגן בכלל נישט די פאריעריגע מלמד איבערן קינד, נאר באטראכטן יעדעס קינד כתינוק שנולד. בבחינת כולם אהובים, כולם ברורים, כ'זאג עס גוט נאך?) האב איך צום לעצטן טאג פון יאר תשע"ג ארויפגעשטעלט א טיילוואזער קנאה אויספלאץ בעת נעילת שער כי פנה השנה.

אלזא, ביטע נעמט דאס נישט ערענסט, און האטס אסאך פאן. נעווערמיינד! (בערל וואו זענען די סמייליס).
באניצער אוואטאר
ידען
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3158
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 28, 2012 9:27 pm
האט שוין געלייקט: 2648 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 893 מאל

שליחה דורך ידען »

סאצאליזם אשכול פון שטערענבוך?
פאר גוגל טאק און פאר לייגען אשכולות ענאנימעסלי
yedios1 @ gmail.com
יואב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1677
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:55 am
געפינט זיך: בגאַטקעס דרבינו־תּם
האט שוין געלייקט: 5634 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6194 מאל

שליחה דורך יואב »

ידען האט געשריבן:סאצאליזם אשכול פון שטערענבוך?

viewtopic.php?p=147711#p147711
פארשפארט