"א סוכה ברענט", די טראנספארמאציע פון וויליאמסבורג (רעצענזיע)

עולם הספרים און די וועלט פון ליטעראטור
נייעס, איבערזיכטן, קריטיק
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

"א סוכה ברענט", די טראנספארמאציע פון וויליאמסבורג (רעצענזיע)

שליחה דורך יידל »

דעם ראש השנה איז מיר בין גברא לגברא אויסגעקומען צו לייענען דעם העכסט-אינטערעסאנטן בוך "א סוכה ברענט" (A Sukkah is Burning - Remembering Williamsburg's Hasidic Transformation) דער בוך איז ארויסגעקומען שוין איבער א יאר צוריק אבער משום איזה סיבה האב איך נישט געוואוסט דערפון ביז לעצטנס, און איך בין הערשט יעצט אנגעקומען דאס צו לייענען. דער שרייבער פונעם בוך, פיליפ פישמאן איז אויפגעוואקסן אין וויליאמסבורג אין די תש"י יארן, ווען די אונגארישע אידן מוצלים מאש האבן זיך אנגעהויבן באזעצן אין וויליאמסבורג נאך די מלחמה. אלץ א קינד פון רוסישע אימיגראנטן נאך פון פאר די מלחמה האט ער בייגעוואוינט דעם טראנספארמאציע פון וויליאמסבורג, פון א שטאט מיט כל מיני סארטן אידן, מזרחיסטן, ציונים און אגודיסטן, חסידישע און ליטווישע, פרומע און פרייע, משכילים און קנאים צו א געטא וועלכע ערלויבט נאר איין סארט איינוואוינער.

דורכאויס דעם בוך גיבט פישמאן א בליק אויף וויליאמסבורג אין די 1950'ס און די פריע 1960'ס וואס ווארפט א פרישן ליכט אויף די היסטאריע פון וויליאמסבורג און וויאזוי עס איז טראנספארמירט געווארן אזוי דראסטיש און געציילטע צענדליג-יאר. אינעם ערשטן קאפיטעל פארציילט פישמאן ווי זיין משפחה האט זיך אריבערגעצויגן פון פלעטבוש אויף וויליאמסבורג צו די הארדינג בילדינג אויף 163 היוז סטריט. אויף די זעלבע גאס ווי פישמאן, היוז סטריט צווישן לי און בעדפארד האבן אויך געוואוינט דער ליטווישער גדול הג"ר יעקב קאמינצעקי וועלכער האט געדינט אלס ראש ישיבה פון מתיבתא תורה ודעת, און דער דאן-סיגוט'ער רב רבי משה טייטעלבוים (שפעטער דער צווייטער סאטמארער רבי, בעמ"ח ברך משה). פישמאן פארציילט ווי ער האט געשפילט האפ-סקאטש אויפן גאס מיט חי'טשו, סיגוט'ער רב'ס טאכטער, און ווען ביי די אכט יאר איז זי פארשוואונדען געווארן און מער נישט געקומען שפילן מיט אים האט ער אויסגעדרוקט וואונדער צו זיינע עלטערן וועלכע האבן געלאכט פון זיין נאאיוויטעט.

זיין טאטע, שרייבט ער, פלעגט דאווענען אין סיגוט. אנדערש ווי סאטמאר, וועלכע האט זיך דאן געפינען אויף 550 בעדפארד עוועניו קארנער קליימער, ווי עס האט געהערשט שוין דעמאלטס א קנאי'שער לופט און א נישט-סאטמארער האט זיך נישט געשפירט באקוועם אריינצוגיין דארטן, האט אין סיגוט געהערשט אן אנגענעמער אטמאספערע און עס פלעגן דארט פארקומען מנינים בייטאג און ביינאכט ווי מען האט געקענט טרעפן דאווענען מזרחיסטן און קאלעדזש-סטודענטן לצדם פון שבח אידן. אלץ ביישפיל פון די קנאות וואס האט געהערשט אין 550 בעדפארד עוועניו פארציילט ער אז קורץ נאך זיין חתונה, ווען ער איז געגאנגען שפאצירן אויף בעדפאר עוועניו מיט זיין ווייב (וועלכע איז לכאורה געגאנגען מיט אייגענע האר, אדער האט זי געהאט קורצע ערמעל) האט מען ארויסגעגאסן א שמוציגער פליסיגקייט פון א פענסטער אין די העכערע שטאקן פון סאטמאר. פישמאן איז מעלה השערות כרסיות אז די מעסיגקייט פון די סיגוט'ע אידן איז זיי מיטגעקומען פון דער היים, וויבאלד דוד ווייס-הלבני און אלי וויזל זענען אויך געוועזענע תושבי סיגוט, איז דאך משמע אז אין סיגוט אינדערהיים איז מען שוין געווען מעסיג.

כאטש זיין טאטע פלעגט דאווענען אין סיגוט ווייל ער האט געגליכן דעם חסידישן דאווענען, האט פישמאן'ס מאמע געדאווענט אין דעם יאנג-איזראעל שול (היינט וויען מיידל שולע/סקווירא שול) אויף בעדפארד קארנער ראדני, וויבאלד דארט זענען די דרשות געווען אין ענגליש, און בכלל איז געווען מער צוגעשטעלט פאר פרויען אינעם יאנג איזראעל שול. ער אליינס - צוזאמען מיט זיין ברודער - האבן געדאווענט אינעם אגודת ישראל שול אויף בעדפארד (ווי עס געפונט זיך היינט ביקסאד). אין איינער פון די קאפיטלעך פארציילט פישמאן ווי אלץ קינד איז ער מאלעסטירט געווארן דורך א גאר-אנגעזעהענער כאריזמאטישער אגודה פירער וואס האט געדאווענט אין די אגודה שול. פישמאן רופט אים מיטן פסוועדאנאם "גלאט" וויבאלד ער וויל אפהיטן די כבוד המשפחה פון דעם מאלעסטער, אבער לויט פעילד מעסייעה, נחום ראזענבערגער און אנדערע איז דער מדובר פון נישט קיין אנדערער נאר מייק טרעסס בכבודו ובעצמו, פון די גרינדער פון אגודת ישראל דאמעריקא.

נעקסט צו די אגודה שול, איז געווען דער הויפט שול פון וויליאמסבורג, וואס מען האט גערופן "די היוז סטריט שול" (היינט קלויזענבורגע חדר). דער רב דארט איז געווען א משכיל הרב שמואל באסקין, וועלכער האט בין השאר מתיר געווען דזשעלאטין. פישמאן פארציילט ווי אין הרב באסקין'ס שול האבן געדאווענט אפילו מחללי שבתות און מענטשן וואס זענען געקומען אין שול בלויז אין די ימים נוראים. דאס איז געקומען צו אן אפשטעל ווען א סאטמארער אידל, חיים געלב וואס איז לויט פישמאן געווען האלב-משוגע-האלב-צדיק האט אנגעהויבן ארגעניזירן פראטעסטן און דעמאנסטראציעס וועלכע זענען אפט געקומען עד לכדי הכאה. דער געלב, לויט וויאזוי פישמאן לייגט אים אראפ, איז געווען דער זיידע פון די צימערמאן/לאוב/קלאר קליקע, און ווי עס שיינט איז ער דער וואס האט קאליע געמאכט וויליאמסבורג, נישט דער רבי זי"ע...

צווישן אנדערע וואס האבן זיך דעמאלטס געדרייט אין וויליאמסבורג איז געווען דער יונגער ישראל בעלסקי וועלכער האט געפירט די פרחי אגודת ישראל פון וומסב"ג. בוצין בוצין מקטפיה ידיעה, שוין אלץ יונגער בחור האט ער ארויסגעטראסקעט א ליובאוויטשן אינגערמאן פונעם אגודה שול וויבאלד דער לעצטער האט זיך דערוואגט נאכצוזאגן א לשנה טובה וואונטש פונעם רבי'ן מהריי"ץ, און לויט בעלסקי איז ליובאוויטש געווען פארפעסטעט מיט משיח-שקר'דיגע השקפות. עס איז צום באמערקן אז דאס איז געווען נאך אין די צייט ווען סאטמאר האט זיך געהאלטן נאענט מיט ליובאוויטש. אין אן אנדערן עפיזאד האט בעלסקי באשולדיגט פישמאן מיטן רעדן אפיקורסות וויבאלד פישמאן האט ביי א דרשה נאכגעזאגט א ווארט פון פראנסיס בעקאן איבער קריטיקעל טינקינג.

מיט נאסטאלגיע פארציילט פישמאן וויאזוי אויף לי עוועניו, ארום די קארנער פון זיין הויז, האט זיך געפונען א טיאטער וואס איז אונטערגעגאנגען אונטערן חסידישן אינפלוענץ, אין איז פארקויפט געווארן פארן קלויזענבורגן רבי'ן און דינט אלץ קלויזענבורגע שול ביזן היינטיגן טאג. ער פארציילט ווי אלץ קינד האט ער געהאט א שווער הארץ אויפן קלויזנבורגן רב פארן אוועקנעמען זיין באליבטן טעאטער, אבער לבו נהפך לטובה ווען ער איז איין פורים ארומגעגאנגען צו אלע רבי'ס מיט שלח מנות'ער און איבעראל האבן אים די גבאים אויפגענומען. אבער קומענדיג צום קלויזענבורג'ן רבי'ן האט אים דער רבי אליינס געעפנט די טיר און מיט א ליבליכקייט אויסגעפרעגט איבער חדר און זיינע לימודים.

דער בליק וואס מ'באקומט נאכן ליינען דעם בוך איז נישט צופיל מחדש מער ווי די אנטראפאלאגישע און סאציאלאגישע ביכער ווייסן צו דערציילן איבער וויליאמסבורג'ס טראנספארמאציע. פישמאן'ס בוך גיבט אבער צו א פערזענליכן עד-ראיה'דיגן טעם צו די טרוקענע היסטארישע פאקטן וואס די אקאדעמיקער שרייבן. א ביישפיל איז וויאזוי פישמאן לייגט אראפ אז פארן קריג און הארט דערנאך פלעגט מען פרייטאג צו נאכטס נאכן סעודה גיין שפאצירן לרחבת בעדפארד עוועניו פון העיווארד ביז בראדוועי און זיך אנטרעפן יונגן און מוידן און פארברענגן אינאיינעם. ווי ער גיבט איבער זענען פילע שידוכים צושטאנד געקומען אזוי. נאכן שמועסן פלעגן זיי גיין הערן שיעורים אין יאנג איזרעאל צו אינעם היוז סטריט שול. שפעטער, ווען די חסידישע אידן האבן אנגעהויבן איבערנעמען די שטאט, האבן די פרייטאג-צו-נאכטס-שפאצירנדע אויפגעהערט זיך צו דרייען ווייטער ווי קליימער וויבאלד פון דארט און ווייטער איז געווארן צו ענג. אזוי אויך געדענקט פישמאן ווי איין סוכות, ווען א פייער האט אויסגעבראכן אין זיין געביידע ביי א שכן, מר. ליפשיץ, האט א חסידישער איד וואס איז דורכגעגאנגען נאר געוואלט וויסן צו דער פייער איז ביי "אן אונזערער". דער עלטערער אמעריקאנער מר. ליפשיץ האט מיט ווייטאג זיך אנגערופן "און איך בין ניט אן אונזערער?" דער חסידישער איד וואס האט געפרעגט דעם קושיא האט, נאכן זען אז דער ליפשיץ קען אידיש, געמאכט פליטה.

עס איז דא נאך אסאך וואס איבערצופארציילן אין דעם בוך, ויותר ממה שקריתי לפניכם כתוב בו. אבער איבערצוזעצן דעם גאנצן בוך איז נישט שייך, וועל איך זיך באגנוגן מיט די פאר קורצע עפיזאדן. דער בוך אליינס איז איז אראפגעשריבן אין א נישקשה'דיגער שפראך, אבער די מעשיות וואס ער פארציילט און די זכרונות וואס ער לייגט אראפ זענען אינוועליובעל, און דערפאר איז דער בוך א must read פאר יעדן וואס וויל נאר עומד זיין אויפן השתלשלות היהדות החרדית והחסידית בארה"ב בכלל ובוויליאמסבורג בפרט.

אויסצוגן פון דעם בוך קען מען זען אויף גוגל בוקס, זיך איינהאנדלן דעם בוך קען מען אויף אמאזאן.

בילד
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

שליחה דורך זר זהב »

550 בעדפארד איז נישט קארנער קליימער. ס'איז וואו די סאטמארע הויז שטייט היינט, בעדפארד קארנער ראס
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
משה געציל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1676
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 27, 2012 2:12 pm
האט שוין געלייקט: 2456 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2705 מאל

שליחה דורך משה געציל »

א דאנק יידל פאר אייער הערליכן ארבעט!
אינטערעסאנט צו זעהן וויאזוי א גאנצער שטאט ווערט טרענספארמירט, איך גלויב אז אין א פופציג יאר ארום וועט מען קענען שרייבן אזא ביכל אויף בארא פארק.
ומי קרי לחינוך השלמה, והא תניא אי זה חינוך היה רגיל לאכול בשתי שעות מאכילין אותו לשלש בשלש מאכילין אותו בארבע? אמר רבא בר עולא תרי חנוכי הוו: (יומא פ"ב ע"א)
באניצער אוואטאר
ידען
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3158
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 28, 2012 9:27 pm
האט שוין געלייקט: 2648 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 893 מאל

שליחה דורך ידען »

הערלעך.

וואס מיינט שבח איד?

פעילד מעסייע און נחום רעדען פון די ביך אדער זיי האבען ערגעץ אנדערש געשריבען וועגען מייק טרעס?

ווער איז טאקע געוועהן די מייק טרעס?
פאר גוגל טאק און פאר לייגען אשכולות ענאנימעסלי
yedios1 @ gmail.com
באניצער אוואטאר
משה געציל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1676
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 27, 2012 2:12 pm
האט שוין געלייקט: 2456 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2705 מאל

שליחה דורך משה געציל »

ידען האט געשריבן:הערלעך.

וואס מיינט שבח איד?

פעילד מעסייע און נחום רעדען פון די ביך אדער זיי האבען ערגעץ אנדערש געשריבען וועגען מייק טרעס?

ווער איז טאקע געוועהן די מייק טרעס?

מייק טרעס איז געווען דער פירער פון אגודת ישראל דאמעריקא און האט אסאך געטוהן פאר אידנס וועגן דורך אויס די שנות הזעם און נאכדעם, דאכט זיך ער איז געווען א שוואגער מיט ר' משה שערער.

מען פארציילט אז סאטמאר רב האט געזאגט אויף מייק טרעס אז ווען ער וועט ארויפקומען לאחר מאה ועשרים וועט מען אים פרעגן "איד איד! אוואו איז אייער בארד"! משא"כ אנדערע וועלן ארויפקומען וועט מען זיי פרעגן "בארד בארד! אואוו איז אייער איד"!
פארשטייט זיך אז אזא סיפור קען נישט פארטיישט ווערן גלאטיג. ושמעתי כבר דיוק נפלא מהסיפור הנ"ל; "דער רבי האט צוגעשטעלט ביידע שוה בשוה, קומט אויס אז דער איד אנעם בארד איז פונקט אויף אזא מדריגה וואו דער בארד אנעם איד"... ודברי פי טופשים סרוחים. איך האב עס נאכגעזאגט פאר מיין שכן אין ארבעט א היבסטער מיט א לאנגער בארד, ושמח מאוד.
ומי קרי לחינוך השלמה, והא תניא אי זה חינוך היה רגיל לאכול בשתי שעות מאכילין אותו לשלש בשלש מאכילין אותו בארבע? אמר רבא בר עולא תרי חנוכי הוו: (יומא פ"ב ע"א)
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

שליחה דורך זר זהב »

דארף מען זיך מיטנעמען א ''דער איד'' אין קבר, און אלע פראבלעמס געסאלווד. א בארד מיט א איד
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
איחוד פעלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2933
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 513 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1430 מאל

שליחה דורך איחוד פעלד »

עס איז דא בוך פין מייק טרעסס, they called me mike

גאר א שיינע בוך, ווי ער פארציילט אלע זיינע געשעהנישען.

איך האב נישט געדענקט אז מייק טרעסס ווערט באשולדיגט אלץ א מאלעסטירער,

זוכענדיג אויף פעילד מעסייע איז נאר אויף געקומען איין לינק מיט זיין נאמען, ווי איינער שרייבט דאס אין די קאמענטס.

http://failedmessiah.typepad.com/failed ... s-234.html

איז דא נאך מקורות אויף דעם?
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
איחוד פעלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2933
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 513 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1430 מאל

שליחה דורך איחוד פעלד »

אנטשולדיגט
דא זעה איך דער גאנצער ארטיקעל.

http://failedmessiah.typepad.com/failed ... r-234.html
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

שליחה דורך יידל »

איחוד, דער בוך אויף מייק טרעס הייסט They Called Him Mike.

דא האסטו די לינק צו נחום'ס בלאג http://nochemrosenberg.blogspot.com/201 ... glatt.html ער ברענגט שוין די לינקס צו פעילד מעסייעה און אנארטאדאקס דזשו.

זר, ביזט גערעכט, כ'האב זיך טועה געווען. עס איז קארנער ראס, נישט קארנער קליימער. קארנער קליימער איז דעם רבי'ןס הויז.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

א שיינעם דאנק יידל פאר'ן אזוי שיין אראפלייגן די תוכן פון דעם בוך, עס הערט זיך גאר אינטערעסאנט און אינפאראמטיוו.
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
ידען
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3158
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 28, 2012 9:27 pm
האט שוין געלייקט: 2648 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 893 מאל

שליחה דורך ידען »

יאיר האט געשריבן:א שיינעם דאנק יידל פאר'ן אזוי שיין אראפלייגן די תוכן פון דעם בוך, עס הערט זיך גאר אינטערעסאנט און אינפאראמטיוו.
פאר גוגל טאק און פאר לייגען אשכולות ענאנימעסלי
yedios1 @ gmail.com
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3833
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 3807 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל

שליחה דורך נולד מאוחר »

דזשעלאטין? פרענסיס בעקאן?
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

דורכלערנען א גאנצע בוך בין גברא לגברא?!
איר זענט א ילוד אשה?
Under influence
באניצער אוואטאר
אברעמעל
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 496
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 5:40 pm
האט שוין געלייקט: 26 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 100 מאל

שליחה דורך אברעמעל »

יידל זייער שיין באשריבן, ס'וועקט אויף נאסטאלגיע, כמעט ווי צו די אמאליגע קרעטשמערס מיט די ארענדאר.

****
קאווע, פארשטיי א מליצה.
באניצער אוואטאר
גנדי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1181
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 05, 2013 11:21 pm
האט שוין געלייקט: 2151 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1341 מאל

שליחה דורך גנדי »

יידל. הערליך. איך האב געשלינגען מיט דארשט דיינע ווערטער. איך גיי באשטעלן דעם ביכל.

מען וואלט געדארפט עפענען א מכון וואס זאל איבערטייטשן אזוינע ביכער אויף חסידיש אידיש. למען ידעו דור אחרון. אז עס איז געווען אמאל אן אנדערע וויליאמסבורג און אן אנדערע קוק ווינקל פון סענדער דייטש׳ס וויליאמסבורג.

גראדע מיר אלע דא זענען אויך עדות צו טראנספערמאציעס פון וויליאמסבורג.

די טויש פון אגודה שול צו ביקסאד.
די רעפארעם שול (אזוי האבן קינדער אין חדר געזאגט) ביי בעדפארד קארנער קליימער.
וויענע שול פון א שיפע טיאטער שול. וואס די זיצען הייבן זיך אליינס אויף. צו א חסידישע שול.
ראטלידש קארנער מארסי פון א באר. צו יאוואשנע שול.
פון אן עירוב ביי ראדני צו דלתות צו רשות הרבים דאורייתא.
פון קינגס טערעס צו א. די. עי. צו ישיבת סאטמאר.
פון לאנדא׳ס רעסטעראונט צו משביע צו ...
פון גל פז צו קלינערס...
פון צעלימער בוטשער צו...
פון צעלימער מקוה צו...
פון ראוז קעסטל די רייכסטע חתונות צו תקנות חתונות....
פון מירער מנין צו...
פון קארלינער שטובעל צו נייטרא שול...
פון פאפא ישיבה קטנה צו סאטמאר ישיבה...
פון יאנג איזראעיל צו סקווירא...
You must be the change you want to see in the world
דעת תורה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2147
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
האט שוין געלייקט: 5895 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1719 מאל

שליחה דורך דעת תורה »

וואס איז אזוי געוואלדיג מיט דעם אז ווילי האט אמאל אויסגעזען אנדערש? מילא מען ווייזט אויף אז מיר אליין האבן אמאל אויסגעקוקט אנדערש, איז נאך דא עפעס א נקודה דערין. אבער אז די געגנט האט אויסגעקוקט אנדערש? מה כל הרעש? איסט סייד האט אויך אמאל אויסגעקוקט אינגאנצן אנדערש ווי היינט, עס איז געווען טאטאל אידיש. אונז כשלעצמינו, אונזער קאמיוניטי, אונזערע משפחות, באבעס און זיידעס האבן גארנישט וואס צו רילעיטן מיט וויאזוי וויליאמסבורג האט אויסגעקוקט אמאל, בעפאר מיר זענען אהערגעקומען. אונז האמיר א שייכות מיט מארמאראש, פישפיק לאדיין און הוידא נאנאש און פערטיג. וויאזוי ווילי האט אמאל אויסגעזען זאגט גארנישט פאר אונז. חוץ פארשטייט זיך איינער וואס גלייכט היסטאריע איז דאס אינטערעסאנט פונקט ווי די היסטאריע פון פיטסבורג און די אשכול פון פרעמענוראנטן.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום דעת תורה, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

שליחה דורך זר זהב »

און איך וואונדער זיך דאס זעלבע.
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

@דעת תורה, קודם איז אינטערעסאנט פאר א איינוואוינער פון א געגענט צו וויסן די היסטאריע דערפון, צווייטענס איז עס יא אונז נוגע, צו וויסן אז אמאל האט אונזער סאסייעטי יא געקענט דולדן אנדערע סארט אידן, משא"כ היינט. דריטענס, נעקסטע מאל ס'מאכט זיך א מערכה קעגן די וואס ווילן "פארוואנדלען" וויליאמסבורג צו... וואטעווער, זאל מען וויסן ווער האט פארוואנדעלט וואס צו וואס.
באניצער אוואטאר
ידען
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3158
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 28, 2012 9:27 pm
האט שוין געלייקט: 2648 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 893 מאל

שליחה דורך ידען »

אשכול פרענומעראנטען?
פאר גוגל טאק און פאר לייגען אשכולות ענאנימעסלי
yedios1 @ gmail.com
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

שליחה דורך זר זהב »

געפילטע פיש האט געשריבן:@דעת תורה, קודם איז אינטערעסאנט פאר א איינוואוינער פון א געגענט צו וויסן די היסטאריע דערפון, צווייטענס איז עס יא אונז נוגע, צו וויסן אז אמאל האט אונזער סאסייעטי יא געקענט דולדן אנדערע סארט אידן

ניין. סארי, יענער סאסייעטי וואס האט דאס געדולדעט איז נישט 'אונזער' סאסייעטי.
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

Under influence
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

זר זהב האט געשריבן:550 בעדפארד איז נישט קארנער קליימער. ס'איז וואו די סאטמארע הויז שטייט היינט, בעדפארד קארנער ראס

אלס געוועזענער וויליאמסבורגער תושב, האביך גלייך, ליינענדיג דעם פאראגראף געכאפט אד דא איז דא א טעות. מיין שאלה איז נאר , ווער ס'האט געמאכט דעם טעות. דער מחבר, פישמאן. אדער דער רי-וויו-ער, יידל.
דער ביכל איז העכסט אינטרעסאנט. ווייל איך געדענק נאך וויאזוי סיגוט האט אמאל אויסגעזעהן, (די פארשידנארטיגקייט פון די מתפללים.). איך געדענק נאך איין זונטיג אינדערפריה נאכ'ן דאווענען, האט מיין פעטער שי' באגעגנט זיינס א באקאנטן איד פון די געיגנט. א "מאדערנער" איד וועלכער האט זיך געשעיווט און איז געגאנגען מיט א סוט-און-נעקטיי און ער האט געהאלטן א "סאנדעי-ניוס" אין די הענט און זיי האבן רואיג שפאצירט אויפ'ן גאס שמועסנדיג. איך מיין אז היינטיגע צייטן, ווען מ'זעהט אזא סצענע וואלט נישט גענימען קיין 5 מינוט, און דער מאדערנער איד וואלט געווארן צופליקט, צוזאמען מיט זיין גוי'אישן צייטונג. אדער וואלט מען גערופן הצלה צו איהם. אז ער איז חסר דעה, ל"ע.
נאך א נקודה. בעדפארד קארנער קליימער, איז 500 בעדפארד עוו. און 550 בעדפארד איז די אלטע סאטמר ביהמ"ד (פאר ראדני.). געוועזענע "נעפ מענשאן" דאס איז ביי קארנער ראסס סטר...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

קאווע טרינקער האט געשריבן:דורכלערנען א גאנצע בוך בין גברא לגברא?!
איר זענט א ילוד אשה?

ער (יידל) מיינט זיכער ביי "פאוזע" צווישן שחרית און תקיעת שופר. ביידע טעג ראש השנה. האט ער (מסתמא) אנגעהויבן צו ליינען דעם ביכל. און די איבעריגע האט ער צוגעענדיגט זיצנדיג אין ביה"כ אין די לאנגע נעכט פון יו"ט און חוה"מ, ביז אינדערפריה.
איך האב מער ווי איין ביכל אויסגעליינט דארט...!
פארשפארט