אהן אריינגיין אין די לעצטע מעשה, וואס איז שוין ווי פארשטייט זיך א גוזמא'דיגע שיטה, וויל איך רעדען בנוגע דער זאך אליין, חילול שבת מיט הצלה.
עס איז דא צוויי ענינים ווי דער הצלה איז מחלל שבת, פאר דער קאל קומט אריין און נאכדעם.
פאר דער קאל, גייען די הצלה מעמבערס מיט וואקי טאקיס און ראדיאס וואס זיי הערען דארט די קאלס וואס קומען אריין, לויט ווי עס איז אנגענומען אין די היינטיגע וועלט, זענען די כלים מוקצה. אויך פירען זיי זיך צו דרייען די וואליאם פין די וואקי טאקיס ארויף און אראפ כרצונם, למשל ווען עס איז שטיל ביהמ"ד מאכען זיי עס שטילער, און ווען די גערויש איז גרעסער דרייען זיי עס ארויף.
נאך דער קאל איז דא דער באקאנטער פראבלעם פין צוריקפארען אהיים.
כידוע האבען די היינטיגע פוסקים דורך געאקערט די שאלות, און זיי זענען דאס מתיר מיט היתרים, אמאהל בעסער און אמאהל שוואכער, איך דער שרייבער פין דער שורות קען נישט פארשטיין די היתר פין ר' משה פיינשטיין אז מען מעג צוריקפארען אין שבת אליין, מיט א היתר פין שמא וועלען די הצלות נישט וועלען גיין, עיין במשנה ברורה תקכ"ו וואס דרייט דארט ארום מיט דעם סארט היתר לגבי פארען קובר זיין א מת אין יו"ט שני, ווי מען קען זעהן ווי שוואך דער היתר איז.
האט אבער ר' מאטעלע געטענה'ט אז נאך אלע היתירים ברענגט עס אריין א שטארקע קלות ביי הצלה מענטשען לגבי שבת בכלל, און אויף דעם פרט קען איך זאגען, אז ער איז לכאורה גאנץ גערעכט.
אין די פורום בחדרי חרדים שטייט אז עס איז דא הצלה מעמבער וואס ברענגט זיין הצלה טראק יעדעס שבת און יו"ט אין ביהמ"ד, און נאכען דאווענען פארט ער אהיים, און די היתר דארף זיין פין איינער פין די גדולי ההוראה ר' שמואל אליעזר שטערען!
ראש השנה התפללתי בבית הכנסת ערלוי ברחוב מהרש"ל בבני ברק ,
ונדהמתי לראות כי כל יום מימי החג בשעה 08:30 בבוקר מגיע למקום אמבולנס של מד"א (כתוב עליו דן 51) וכונן של "הצלה גוש דן" מנחם א. נוהג בו, וחונה את האמבולנס בנחותא ללא עול שבת וחג,
ובסיום התפילה נכנס חזרה לאמבולנס של מד"א ונוסע חזרה לביתו.
וואס גייט דא פאר?