אלע פיי נומערן קען מען נישט זאגן, ווייל ס'ענדיגט זיך קיינמאל נישט. ער זאגט דארט די ערשטע 300 ציפערן, ישר והפוך.
די פראקטיק פון איינ'חזר'ן וואס מער פיי ציפערן האט אפילו א באזונדערע נאמען,
piphilology. די אפיציעלע guinness record
באלאנגט פאר Lu Chao, א 24 יעריגער כינעזער, וואס האט אין 24 שעה און 4 מינוט איבערגעזאגט די ערשטע 67,890 ציפערן אהן קיין טעות (ביים 67,891'סטן ציפער האט ער געמאכט א טעות). אבער לויט
געוויסע באריכטן האט א יאפאנעזער מיטן נאמען Akira Haraguchi איבערגעזאגט ריכטיג די ערשטע 100,000 ציפערן אין 16 שעה. א דריטער, א פראפעסאר פון אוקריינע
Andriy Slyusarchuk, א.ק.א. "דאקטאר פיי", טענה'ט אז ער געדענקט די ערשטע 30 מיליאן ציפערן. איבערזאגן איז אוממעגליך, ס'וואלט גענומען קרוב צו א יאר אויב זאגט מען א ציפער א סעקונדע אהן אפשטעל, אבער אויב פרעגט מען אים וואס איז דער נומער (אדער sequence) במקום פלוני ענטפערט ער גלייך, (ויש אומרים אז ער איז א fraud, בעיקר לגבי זיינע אנדערע טענות, עיי"ש).
געוויסע זענען אפילו אויפגעקומען מיט
pilish, אן אופן פון שרייבן וואו די ווערטער שטימען מיט פיי (דאס ערשטע ווארט אנטהאלט 3 אותיות, דערנאך 1, א.א.וו), א גאנצע בוך,
Not A Wake, איז געשריבן אויף דעם אופן, פארמאגנדיג 10,000 ווערטער וואס זענען כנגד די ערשטע 10,000 פיי ציפערן.
אויב איז איינער אינטערעסירט מער אינעם חלק החשבון, איז
Pi Unleashed שטארק רעקאמענדירט. ווי דער העכסטער reviewer דארט שרייבט: Have your pi and eat it too.