יאיר האט געשריבן:און שלום עליכם תחכמוני, דער עולם בענקט זיך נאך דיר.
פון דיר האב איך געוואוסט. אבער ווער ביזטו צו רעפרעזענטירן די עולם?
תחכמוני האט געשריבן:דא נוצט די גמרא א דרש אז עס מיינט א פועל יוצא און נישט א פועל עומד.
יאיר האט געשריבן:אודאי איז פשוט פשט אז גאט וועט זיך אליינס פרייען, דאס איז דאך דער המשך אין פרשת וילך, כי ישוב ה' לשוש עליך לטובה.
געפילטע פיש האט געשריבן:תחכמוני האט געשריבן:דא נוצט די גמרא א דרש אז עס מיינט א פועל יוצא און נישט א פועל עומד.יאיר האט געשריבן:אודאי איז פשוט פשט אז גאט וועט זיך אליינס פרייען, דאס איז דאך דער המשך אין פרשת וילך, כי ישוב ה' לשוש עליך לטובה.
אהא, פון די המשך הגמרא וואס זאגט "ודיקא נמי דכתיב כן ישיש ולא כתיב ישוש שמע מינה" האט מיר אויסגעזעהן אז ס'איז מער ווי סתם א מדרש אגדה, נאר אז די גמרא לערענט אזוי פשוט פשט.
נחום כץ האט געשריבן:איינער ווייסט וואו ס'שטייט אז מ'טאר נישט האבן קיין פארקער מיט א מחלל שבת?
נישט רעדן מיט אים? און אפ' נישט פארקויפן קיינע פראדוקטן?
איך קום אריין אין מיין לאקעל סושי געשעפט אין טאון (סטמפורד הילל) און איך פרעג מיט א שמייכל, דער בעל הבית א געוועזענע נאנטע חבר מיינס, אויב רעדן, רעדט ער נאך מיט מיר?
אבער ער האט מיר תיכף אפגעשמוצט זאגענדיג "ביסט א מחלל שבת! מ'טאר נישט רעדן מיט דיר! גיי ארויס פון דא!
ס'געזיצן דארט א אנדערע איד, און האט זיך געבעטן ביי איהם, "כאטשיג קויפן לאז איהם" אבער ער האט פון גארנישט געוואלט הערן.
איך האב אביסל געפילט ווי בר קמצא. הגם נאר די ק' און די צ'.
אדער גאר קמצא אליינס. ווייל איך בין דאך יא נאנט געווען מיט יענעם.
נהורא נפישא האט געשריבן:כ'האב זיך אלטץ געוואונדערט וויאזוי די כת הצדוקים האבן כופר געווען אין תחיית המתים ווען ס'שטייט פשטות ארויס מפורש אין פסוק אין דניאל ביים חזון קץ הימין
ורבים מישני אדמת עפר יקיצו אלה לחיי עולם ואלה לחרפות לדראון עולם (דניאל יב ב)
קען מען דען אנדערש לערנען דעם פסוק אדער האבן זיי נישט אנגענומען דעם גאנצען ביבלישן קאנאן ווי מיר האבן די כ"ד כתבי הקדש ?
נהורא נפישא האט געשריבן:נהורא נפישא האט געשריבן:כ'האב זיך אלטץ געוואונדערט וויאזוי די כת הצדוקים האבן כופר געווען אין תחיית המתים ווען ס'שטייט פשטות ארויס מפורש אין פסוק אין דניאל ביים חזון קץ הימין
ורבים מישני אדמת עפר יקיצו אלה לחיי עולם ואלה לחרפות לדראון עולם (דניאל יב ב)
קען מען דען אנדערש לערנען דעם פסוק אדער האבן זיי נישט אנגענומען דעם גאנצען ביבלישן קאנאן ווי מיר האבן די כ"ד כתבי הקדש ?
איך האב געפרעגט דאס פריער קען זיין מ'האט עס נישט באמערקט כ'האב געזוכט און נישט געפינען אן ענטפער.
אפשר ר' שליח ברוב בקיאותך קענסטו טרעפן אן ענטפער אויף דעם.
שמעקעדיג האט געשריבן:הרהורי עבירה קשין מעבירה. איז דאס טאקע ממש אזוי?
כ'האב געהערט א פשט אמאל, אז וויבאלד אין הרהורים איז מען מער מקיל, מענטשן מיינען אז ס'איז גארנישט, ממילא איז מען מחמיר דערין.
א שיינער פשט, אבער ווילסטו מיר זאגן אז הרהורים - וואס כמעט יעדער האט טעגליך - איז ערגער ווי איינער וואס איז עובר אויף איינע פון די ג' חמורות?
שמעקעדיג האט געשריבן:זאג איך אזוי די תפלה נוראה פון רבי'ן ר' אלימלך, ובתוך התפלה בעטן מיר: ועתה תעורר נא רחמיך וחסדיך הגדולים והמרובים עלינו לגרש ולבער את יצרנו הרע מקרבינו, ותגער בו שיסור וילך מאתנו, ואל יסית אותנו להדיחנו מעבודתיך חלילה.
איז מיר שווער, איז דען דאס נישט א תפלת שוא? איז נישט די עיקר מטרה פארוואס מיר זענען אויף דער וועלט כדי זיך צו שלאגן מיטן יצר? פארוואס עפעס זאל השי"ת פארטרייבן דעם יצה"ר פון אונז? ווי אזוי קענען מיר אפילו בעטן דערויף?