אנקעטע: פארוועם גייט איר שטימען פאר דיסטריקט אטורני?
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 479
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:44 am
- האט שוין געלייקט: 12 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 149 מאל
-
- חבר ותיק
- הודעות: 2933
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
- האט שוין געלייקט: 513 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1430 מאל
דער אמת איז אז נישט קיין חילוק פארוועם מען וואט, אויב מען וואט בכלל טוט מען א טובה פאר די מנהיגי העדה, ווייל ווען קאנדידאטען את וואטס קומען אריין בכלל פין דער געגענט טוהן זיי טובות (עהעם) פאר דער געגענט.
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
-
- חבר ותיק
- הודעות: 3150
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:18 pm
- האט שוין געלייקט: 414 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1056 מאל
שעפטל האט געשריבן:נצבד האט געשריבן:דאס בעסטע איז, אז מ'שטימט בכלל נישט פאר דיסטריקט אטוירני, ווען מ'איז נישט גענוג קליג צו וויסען עתידות, לאזט מען די טשיפס פאלען אין פלאץ אליינס
וועיקאפ קאל:
וואס גייט דא פאר?
קען מען טאקע פארנארן מענטשן אזוי שנעל?
עטץ האטס פארגעסן וויאזוי אפאר חדשים צוריק האבן זיך מענטשן געשוואוירן אז מ'גייט דעם דיסטריקט אטורני טשארלס היינס ארויסווארפן ביים גענאק? נאכדעם וואס יעדע שני וחמישי האט ער ארעסטירט נאך א איד (פארשטייט זיך די ארעסט האט געדארפט פארקומען באישון לילה, ווען מ'איז נאך אנגעטוען מיט די נאכט העמד, להגדיל הטראסק והאדירה) מיט א פרעסע קאנפרענץ מיט דריי פערטל סטעף אויס'געשורה'ט אונטער אים, כדי די פרעסע קאנפרענצעס פון מעלדן אז מ'האט געבראכן נאך א רינג פון אידישע מאפיאנערן זאלן מער אפקלינגען אין די מידיא, און אויב האט דאס די מידיא נישט אפגעקויפט אזוי שטארק ווי ער האט געוואלט האט היינס בכבודו ובעצמו געשריבן א אפ עד אינעם דעילי ניוס און אונז בא'טיטול'ט מיטן שיינעם טיטול "מאפיא" נעעע מאפיא איז נישט גענוג... "ערגער ווי די מאפיא" אזוי ארום זאל דער "מעסעדזש" צו די אידישע קאמיוניטי בעסער אנקומען.
יא אמת די ארונים מיט די זאליס האבן בלית ברירה נאך סטראשערייען פון היינס זעלבסט אינדארסירט היינס, (פאר א סיבה האט ר' משה דוד נידערמאן געגעבן די אינדארסירונג הערשט היינט צופרי) אבער יעדע יחיד פאר זיך בשעת ער גיבט אפ זיין שטימע זאל געבן א טראכט "איין מינוט, וואס טוה איך דא?" גיי איך טאקע יעצט ווייזן אז יא מ'קען האקן שטיקער פון אונזער קאמיוניטי און אונז אנרופן מיט די ערגסטע לשונות צו די מידיא, און אפאר וואכן פאר די עלעקשאנס ווען מ'שטייט אויס צו פארלירען די פאזיציע קומט מען זיך איבערבעטן און לעקן צו אונז?
אויב פילט איר זיך נישט גענוג באקוועם צו וואויטען פאר זיין קעגנער (אגב, ס'איז נישטא קיין שום פראבלעם מיט זיין קעגנער, אבער אויב שפירט איר אז איר ווילט נישט ממש וואוטען אקעגן איינעם וועם אייער קהילה האט אינדארסירט) דאן לאזט ליידיג ביידע רינגלעך, גיט נישט אייער שטימע פאר טשארלס היינס, ווייזט נישט אז כלל ישראל איז א שטח הפקר, און אויף אונז קען מען טרעטן און פאר די עלעקשאנס זיך אנטוען א קאפעלע און ארום לויפן לעקן און מ'וועט דאס אפקויפן.
געדענקט! שב ואל תעשה עדיף!
ווי איך פארשטיי וויבאלד היינס קען טון אוםנארמאלע גיטע זאכן און אוםנארמאלע שלעכטע זאכן האט מען זייער מורא געהאט פאר אים טאמער ער ווערט אריין קומען אן אונזער אינדרסינג וואס דעמאלס קען ער זיך שרעקליך נוקם זיין אן קיין חשבונות אויף ווייטער וויבאלד ס'איז זיין לעצטע טוירם
און האפן האפט מען אז דורך דעם אינדארסינג וועט ער טון אוםנארמאלע גוטע זאכן והשי"ת יעזור איך גלייב אז די עסקנים האבן שוין לאנג נישט אזוי געשוויצט ביי אן החלטה אזוי ווי ביי די החלטה
- outspoken
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1227
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 21, 2012 10:43 am
- האט שוין געלייקט: 269 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 802 מאל
ער שעלט שוין די אמעריקא'נע דזשאסטיס סיסטעם אויף זיין האטליין, ער זאגט רוסלאנד איז געווען בעסער...
http://ia601000.us.archive.org/21/items ... Kippur.mp3
http://ia601000.us.archive.org/21/items ... Kippur.mp3
פאקט, אז מ'זאל נעמען אלע נסיונות פונם דור אריינגערעכענט אינטערנעט און ארונים אויף איין זייט און ציונות אויף די אנדערע וועט דאס לעצטע איבערוועגן SO LETS BE FOCUSED NOT STUPID
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 141
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 30, 2012 3:17 pm
- האט שוין געלייקט: 11 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 105 מאל
גאנצל:
מיין נישט וואוטען פאר היינס איז וועגען, וואס ער "האט געטאן",
ס'קען זיין אז טאמער וואלט איך ווען געווען איבערצייגט אדער געוויסט עתידות, אז פון היינט און ווייטער וועט ער זיך לאזען וואקסען א פאר, און האבען דעם רוקען ביין זיך אויסצולאכען פון די מכם ובכם,און פון די מידיע, וואלט איך זיכער זיך צוגעשטאפט די נאז און געוואוט פאר אים.
אבער וויבאלד איך ווייס נישט די סיבה פארוואס די עסקנים (ווי אויך ביידע סאטמארס) האבען אים אינדארסט, צו אלס מורא אדער אלס בוחר רע במיעוטו,ממילא איז מיין דיפאלט צו קוקען וואס ער האט שוין אפגעטאן.
אין דאס אז עטליעסט די עסקנים האבען אים ענדארסט אין נישט זיין קעגנער,וועט האפענטליך אים בארואיגען אין ער וועט פארשטיין אז ער קען נישט עקספעקטען אז דער "גאנצער" ציבור זאל עם אזוי שנעל האבען מוחל געווען

- רויטע וואנצעס
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4863
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
- געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
- האט שוין געלייקט: 8315 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 502
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 02, 2012 1:16 am
- האט שוין געלייקט: 501 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 460 מאל