זאכן וועלכע רעגן מיר אויף!

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
פארשפארט
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

שליחה דורך זר זהב »

OK
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
בעל הבית
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 680
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 05, 2013 2:26 pm
האט שוין געלייקט: 214 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 193 מאל

שליחה דורך בעל הבית »

אז די עולם איז שון דא
דעת בעל הבית העפעח דעת תורה
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

זר זהב האט געשריבן:OK

איך האב דאס פאראויסגעזעהן קומען.
כ'האב הנאה אז איך נאר זיך נישט.
ליסטען, ווילאנג עס קלינגט נישט, גייט מיך נישט אן...
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
גאלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2379
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 07, 2012 1:42 pm
האט שוין געלייקט: 625 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1419 מאל

שליחה דורך גאלד »

דער ווארט "האלא!" ווען איינער בעט מיט איך זאל זיך רוקן אדער ענליכס, פאסט דיר נישט צו זאגן "אנטשולדיגט"? אפשר געהער עס דא?
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3795
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 6591 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8112 מאל

שליחה דורך ונבנתה העיר »

שמעקעדיג האט געשריבן:חז"ל לערנען אונז, 'שתיקה כהודאה', אז איינער איז שטיל, נעמט מען אן אז ער איז מסכים.

שתיקה כהודעה...
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
באניצער אוואטאר
סאשי פיש
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2776
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 30, 2013 8:24 pm
געפינט זיך: אינמיטען עסן
האט שוין געלייקט: 3022 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2287 מאל

שליחה דורך סאשי פיש »

אז עס איז דא ניקים וואס דרייען זיך דורעך יעדען טאג און האבען הנאה פון די מייסטערווערק וואס מען שטעלט אהער אבער אין וויסטען חלום פאלט עם נישט ביי צו לייקען, און נאכדעם האט ער נאך די חוצפה צו האבען טענות אז מען לייקט עם נישט,

איך וויל דאך זיי דן זיין לכף זכות בין איך געקומען צום מסקנה אז זיי פארשטייען נישט די גאנצע מהות פון א לייק ווי אזוי מען פילט זיך אז איינער האט הנאה וואס איך שרייב/ברענגט וכו׳

סא פארוואס דארף איך זיי לייקען אז עס גייט זיי עניוועי נישט אן די לייקס
און איך האב זיי אויפגעהערט צו לייקען
יואב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1677
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:55 am
געפינט זיך: בגאַטקעס דרבינו־תּם
האט שוין געלייקט: 5634 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6194 מאל

שליחה דורך יואב »

רעגט אייך שוין נישט אזוי. פאר מידה טובה מרובה קענט איר א בליק טאהן דא.
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

שליחה דורך זר זהב »

דאס רעגט מיר אויף יעדעס מאל באזונדער!! געוויסע מחברי ספרים אינעם שער בלעטל קענען נישט ארויסשרייבן גלאטיג דאס יאר וואס דער ספר ערשיינט, זיי טרעפן אייביג א שיינע פסוק גימטריה און גיי פלאג דיר.

פה ברוקלין שנת אשר יצר את האדם וברא בו נקבים לפ"ג

העי טוה כאטש ווי געוויסע וואס רינגלען כאטש אריין דעם טאטעל, אדער לייגן צו א דעמנ קאלקולעטער אינעם ספר!
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4863
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 8315 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל

שליחה דורך רויטע וואנצעס »

ס'רעגט מיר אויף, אז די וואסער אין שויער ווערט פלוצלונג קאלט, אדער רשעות'דיג הייס. איינער האט אפשר א הסבר, אז איך איך זאל לפחות וויסן אויף וועם איך רעג מיך.
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
באניצער אוואטאר
טעפל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 17, 2012 5:25 am
האט שוין געלייקט: 4610 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 821 מאל

שליחה דורך טעפל »

רויטע וואנצעס האט געשריבן:ס'רעגט מיר אויף, אז די וואסער אין שויער ווערט פלוצלונג קאלט, אדער רשעות'דיג הייס. איינער האט אפשר א הסבר, אז איך איך זאל לפחות וויסן אויף וועם איך רעג מיך.

וואס הייסט אויף וועם?? דער שמש איז זיכער שולדיג..
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

ס'געשעהט עפ"ר ווען איינער אויף די זעלבע ליין פלאשט די טוילעט.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

געפילטע פיש האט געשריבן:ס'געשעהט עפ"ר ווען איינער אויף די זעלבע ליין פלאשט די טוילעט.

ס'געשעעט געוויינליך אין לי גארדנס, וואו מ'האט געמאכט פון איין רחבות'דיגע דירה דרייא. און דער עלעוועיטאר און די סטארידזש רומס גייען אויכעט אויף איין טענענט'ס עלעקטריק זייגער. נאך עפעס. ווען דער שכן פלאשט זיין טוילעט קומט די שיריים ארויף צו דיר. ס'איז דא נאך. אבער ס'איז אלול. לאמיר עס לאזן פאר אן אנדערע געלעיגנהייט. :lol:
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

ר"ח טבת.

איך קום אריין אין ביהמ"ד צו שחרית אינדערפרי, באגעגן איך ריזיגע שרעקעדיגע פלאקאטן, מיט א בילד פון א איינגעפאלענעם בריק העכער דעם שטורעמישן טייך, און אויטאס מיט פעקלעך זענען אויפן וועג אראפ פליענדיג צום וואסער. "וואס האט פאסירט" שרייעט דער פלאקאט מיט ריזיגע ווערטער. אבער עס איז ליידיג. אונטן שטייט מיט קלענערע ווערטער: "פרטים יבואו"!

איך שפיר ווי איך האב אראפגעשלינגען א פראש, 'שיגענער וואס ער איז, וואס רייטסטו אויף מיין פרישן פרימארגן געמיט? אבער עולם כמנהגו נוהג, מען גייט ווייטער, און וויכטיגערע דאגות נעמען איבער דעם סדר היום, ביז מען פארגעסט פון דעם מאדנעם צעטל.

ח' טבת, א וואך שפעטער, זעה איך ווידעראמאל דעם זעלבן בילד, עס דערמאנט מיר תיכף אומאיינגענעמע זכרונות, אבער פאר נייגעריגקייט באטראכט איך דעם בילד, בשעת איך וויש אריין מיינע הענט אין דעם נאסן האנטוך וועלכע איז טופח ע"מ להטפיח, און איז "שמעקעדיג" אויך. אט שרייבן זיי: "דער בריק פאלט איין, העלפט, ראטעוועט!" "לאזט נישט אלעס אריינפאלן אינעם שטורעמישן וואסער"! און ווידעראמאל די טרויעריג-באקאנטע חתימה: "פרטים יבואו". איך היס ארויס די שליים און גיי ווייטער, פרוביר מסיח דעת זיין פון די מענטשן מיט אזויפיל איבריג צייט וועלכע זענען ספעציעל "געלערנט" ווי אזוי צו מאכן "פראפעגאנדע".

א וואך שפעטער, זעה איך א פרישן פלאקאט, מיט הימל-שרייענדיגע בקשות וועלכע לעכערט די אויגן: "דער איד האלט עס שוין נישט אויס! ער ברעכט אונטער! מיר קענען אים נישט לאזן פאלן"! כולנו למערכה! אה עפעס זעה איך שוין, מען רעדט פון א מערכה. אה, אקעי. איך זוך די חתימה פון 'פרטים יבואו', אבער דאס מאל זעה איך בלויז אין קליינע אותיות: "גראפיקס געמאכט ביי הדר טייפרייטער". נא גוט, אבי א איד האט פרנסה איבערן טאג.

מען האלט שוין חודש שבט, און שפאגל נייע פלאקאטן הענגען. נישט איינס, נאר 3 ביינאזאם, אלע אביסל ענליך איינס צום צווייטן, די זעלבע THEME, אבער ביי איטליכע איז אן אנדער פאראגראף גרויס. דער ערשטער קוויטשעט: "טייערע ברודער! ווי קענען מיר לאזן א היימישן איד פאלן? מיר מוזן אים העלפן יותר מכפי היכולת"! דער צווייטער שרייבט מיט יללות: "מיר אלע וועלן זיך משתתף זיין בגוף ובממון בסכומים אדירים, אן קיין אויסנאם"! דער דריטער שרייבט שוין מער פרטים, וועלכע איז פארשפראכן געווארן א חודש צוריק אויפן "פרטים יבואו" צעטל: א איד א תלמיד חכם מיט א שטוב פון 17 קינדער (?), אלע יארן זיך געפלאגט על התורה אין כולל (??) און די אויסגעמוטשעטע אויסגעהארעוועטע מאמע האט אין די זייט פרובירט אריינברענגען און צוהעלפן מיט ברויט אין שטוב (???) און יעצט האט מען ליידער אפגעזאגט די מאמע פון איר פאסטן, און מען קען אפזינגען דעם ערשטן חלק איש חסיד היה בלי מזון ומחי', ליידער זינקט ער אין טיפע חובות (????) און עס שטייען שוין 3 קינדער אין די רייע פאר א שידוך (?????). אלזא האט רחמנות, לייגט צו א פלייצע, און יעדער איינער בלי שום יוצא מן הכלל אין שטאט זאל זיך פארזאמלען צו די מסיבת "ראטעוועט דעם בריק" אין שטוב פון 'מר. שטופעניש' (*) אין 2 וואכן ארום, וועלכע וועט פארקומען לרגל זיין חנוכת הבית. הייסע קאטשעניו אן פיש וועט סערווירט ווערן צו יעדנ'ס געשמאק.

נאך א וואך שפעטער, זעה איך קלעבן "בלויז איין וואך פארבליבן! רעזעווירט דעם אווענט! קיינער אין שטאט טאר נישט פעלן"!!! און פון טאג צו טאג ווערן די געמיטער מער אנגעהיצט, לוח המודעות און די לאקאלע בולעטינ'ס זענען פול, אלע גאסן לעמפ האבן זיך אנגעטון דעם פלאקאטן בגד, בבחינת לבשי בגדי תפארתך עמי, אלע הייוועי מחיצות זענען באהאנגען מיט 36 פלאקאטן כנגד עפעס א שם קדוש, טאוולען זענען אריינגעשטעקט אין דער ערד, אויף די ווענט פון עטליכע בנינים, מען קען נישט האבן שמירת עינים, מען איז געצווינגען צו ליינען די אלע מעכטיגע טאוולען. אפילו אויף דער ערד האבן עטליכע ארויפגעספרעיט "ברבבותינו"!

והנה, דער טאג דערנענטערט זיך, יעצט שרייען די פלאקאטן "מחר יהיה האות הזה"! מיר וועלן ראטעווען דעם בריק און נישט איר לאזן הונטערברעכן! עס ווירבעלט אין די מאסן, אלע צייטונגען פארשפרעכן אז דאס איז דער געשפרעך ביי יעדן אין שטאט, און אז יעדער דרייעט זיך ארום מיט א דערהויבענעם געפיל צו העלפן אונזער טייערע חבר, א איד א ת"ח, פון אונטערברעכן ח"ו.

און ענדליך, אט שטייען מיר דא! דער לאנג-ערווארטעטער טאג איז אנגעקומען! זה היום עשה ה'! היינט גייט פארקומען ביים חנוכת הבית דער מסיבה הגדולה והקדושה "ראטעוועט דעם בריק". יעדנס בלוט פרעשור איז געהעכערט, אין מקוה טענה'ט מען זיך ארום, איינער פון די עסקנים פארענטפערן אלעמענ'ס קשיות. א שטייגער ווי: "אנה יכנס כל הפשתן הזה? ווי וועט אריינפיטן די גאנצע שטאט אין מר. שטופעניש'נס "גרויסע" דיינינג רום?" דער תירוץ: "אז עס איז פאראן פלאץ אין הארץ איז דא פלאץ אפילו אויף א שפיץ פון א נאדל!" נו אודאי. אויף דעם האט קיינער נישט וואס צו ענטפערן. גערעכט איז גערעכט. ווי תורה דארט חכמה...

די פלאקאטן ארום דעם סינק איז גענצליך אקופירט מיט די מסיבה, מיט ריזיגע שרעקעוודיגע קידוש-החמה אותיות: "היום"! אויף איין צעטל שטייט אויסגערעכנט איבער 20 נעמען, א דריטל פון די מתפללי ביהמ"ד זענען אונטערגעשריבן, להגדיל הטראסק און ארויסברענגען ווי וויכטיג עס איז באמת, אין קעיס איך גלייב נישט די אלע פלאקאטן. אינטרעסאנט, נעכטן האב איך געזעהן אינעם ביהמ"ד אויפן אנדערע גאס אונטערגעשריבן האלב פון זייערע מתפללים. אזויפיל אונטערשריפטן, באלד מער ווי אלע פעטיציעס אין די לעצטערע יארן.

איך קום ארויף אין ביהמ"ד הגדול, שטייען 17 עסקנים און טיילן קארטלעך פאר יעדן איינעם, אין אלע סארט קאלירן. "צו וואס דארף איך א קארטל?" פרעג איך אים, "עס ליגט מיר שוין איינגעקריצט אין הארצן, און אפילו אויב איך וויל קען איך נישט פארגעסן פון די מסיבה!" אבער דאך, פשוט אלס "עזוב תעזוב" אים גרינגער צו מאכן פון זיין שווערן פעקל, נעם איך איבער א קארטל. הכל ריוח (ויש גורסין הכל רעטעך). "שמעקעדיג, איך האף דיר פערזענליך צו באגריסן" זאגט מיר איינער - א פריש געווארענער טעמפארערי עסקן - וואס מיינט איך בין זיין פרענד, און ער גיט מיר אזא קלאפ אויפן פלייצע, "עס וועט מיר פערזענליך זיין א כבוד דיר צו זעהן דארט"!

איך גיי אריין אינעם היכל הביהמ"ד, עפעס איז אנדערש ווי יעדן טאג, אה, אויף אלע טישן ליגן אויסגעלייגט קאלירפולע בראשורן, מיט בילדער פון בריקן מיט פעקלעך און וואסער, שוין דא וואס צו קוקן היינט ביי די הויכע שמו"ע. איך האף אז דער גראפיקער וועט געבן דעם שענסטן נדבה, יענער האט דאך זיכער געמאכט אן אפותיקי און איז ארויס כולו ריוח.

בעפאר דעם שיר של יום, דערהערט זיך אפאר געזונטע זעצעס אינעם בימה, און איינער מיט לאנגע פיאות און מיט א אויסגעדארטן האלב-באסאווע-האלב-הייזעריגע שטימע נעמט זיך וויינען אויפן מצב, און פאדערט אויף (ברשות הגבאים שטייצעך) "איש בל יחסר"! מיר קענען עס נישט צולאזן! ממש א קאטאסטראפע וואס שטייגט איבער אלע אנדערע מסיבות! יעדער זאל זיך משתתף זיין אן קיין תירוצים מיט לכה"פ 200 דאלער! וכל המוסיף מוסיפין וכו', א.א.וו.

* * * * *

וואס טראכט איר, רבותי, איז געווען דער סוף? איר מיינט איך בין געגאנגען זיך צאמשטופן אין יענעם דיינינג רום עסן פעטעיטע קוגל פון די שכנ'טע? באמת האב איך לכתחילה, אום ר"ח טבת, געטראכט צו געבן 500 טאלער פאר אזא וויכטיגער צוועק, אבער מיט יעדע וואך וואס מען האט מיר דעם קאפ פארדרייעט זענען מיינע הבטחות אין הארץ פארקלענערט געווארן, ביז כ'האב ממש גענידערט צו זערא! סאו מאטש סאו פאר די 'געניטע עסקנים' וועלכע ווייסן ווי אזוי צו "באארבעטן דעם ציבור"....

כדי איר זאלט אבער נישט מיינען אז כ'האב ממש גארנישט געגעבן, וועל איך צוענדיגן די מעשה (שלא היה). א טאג נאכדעם זענעם ארומגעגאנגען אינגעלייט מיט אזעלכע פענסי ראפעל בוכער מיט סאפיסטיקירטע ווייערלעס קרעדיט קארד מאשינקעס, כדי איינצומאנען פון די וועלכע האבן זיך 'משום איזה סיבה' נישט געקענט באטייליגן נעכטן, און אנטייל נעמען אין די מסיבה של מיצווע. איך האב געגעבן א גאנצן דאלער (!) און געוואונטשן הצלחה. ווען זיי האבן געבעטן "אפשר האב איך א קרעדיט קארטל" האב איך אויפגעמאכט א מויל אויף זיי, און זיי ארויסגעפרינט א קאפיע פון פרישער'ס ארטיקל, און זיי האבן אפגעיאגט פון דארט באצייטנס.

די העפי ענדינג? יא, די פעקלעך און די אויטאס אונטערן צובראכענעם בריק האבן קיינמאל נישט אויסגעספיעט אריינצופאלן אין וואסער און דערטראנקען ווערן! ניטאמאל זענען זיי נאס געווארן! זיי זענען געבליבן שטיין אין דער לופטן אויפן פלאקאט גענוי ווי אום ר"ח טבת, אפילו נאכן שיסן די טאוולען אין מיסטקאסטן. מיר האבן זיי געראטעוועט!! עס איז געווען א סוקסעס! און ווי די צייטונגען האבן באריכטעט 2 וואכן דערנאך, איז עס נאך אלץ געווען דער געשפרעך פון טאג!!

THE END

(*) נעמען פיקטיוו צוליב גילוי.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

שליחה דורך איך אויך »

זיי דרייען זיך ארום מיט סאפיסטיקירטע ווייערלעס קרעדיט קארד מאשינקעס און דו זעהט אויס דרייסטעך ארום מיט א ווייערלעס פרינטער!
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
גאנצל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3150
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:18 pm
האט שוין געלייקט: 414 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1056 מאל

שליחה דורך גאנצל »

איך ווייס נישט צו ס'קומט דא אריין אבער ס'איז אבער א זאך וואס רעגט מיר אויף

שוין עטליכע מאל אין די לעצטע שטיק צייט וואס איך בין געלאדענט געווארן צו א come & go תנאים איך זאג אייך דעס איז א רעדיקעלעס מעשה מ'זיצט צוויי שעה און מ'ווערט משיגע פאר די צייט
פאר איינער וואס קומט סתם וואונטשן מזל טוב און ער גייט זיך, א טובל און ארויס איז עס א גאלדענע זאך

אבער פאר די קרובים איז עס א totel דיזעסטער ס'איז נישטא וואס צו טון ס'איז אין כאן לא קאם ולא גאו מ'ווייסט נישט ווען ס'הייבט זיך אן און ווען ס'ענדיגט זיך ס'איז נישטא קיין וואשן קיין בענטשן מ'דרייט זיך פון איין טיש צום צווייטן מ'כאפט דא א ניסל דארט א פאפקארן און מ'ווערט צופיקעוועט די לאנגווייליקייט איז אויפ'ן העכסטן גראט מ'זיכט ארויפצוברענגען א טעמע אבער ס'איז אומערפאלגרייך

די hot food איז קיינמאל גענוג ווייל מ'ווייסט נישט וויפיל מענטשן ס'גייען קומען, רופן רופט מען יעדעם ווייל ס'איז דאך א קאם & גאו
איך הער ס'איז נישטאמאל אזויפיל ביליגער איך קום אהיים איך טראכט צו מיר ווען איך קען ווען זאג איך פאר'ן מחותן נעקסט טיים מאך נישט קיין תנאים טוסט נישט פאר קיינעם קיין טובה עכ"פ נישט פאר מיר
petergrifin
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1344
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אקטאבער 22, 2012 1:44 am
געפינט זיך: אין גלות
האט שוין געלייקט: 929 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 876 מאל

שליחה דורך petergrifin »

רעג מיך נישט אויף!! איך פאסט הײנט :twisted:
.And they lived happily ever after

באבע מעשיות
באניצער אוואטאר
zurich
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 813
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 16, 2012 12:34 am
האט שוין געלייקט: 532 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 290 מאל

שליחה דורך zurich »

לעצטענס לייגט מען אין די בתי מדרשים קאפי ס'הייסט y nes coffee דאס רעיגט מיר אויף,ווייל ס' זעיט אויס ווי טעיסטער טשויס קאפפי.און זיי ווילן דיר איינרעדן אז דו טרינקס יעצט טעיסטער טשויס!!
סאו וואט
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 397
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 07, 2013 10:08 pm
האט שוין געלייקט: 229 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 354 מאל

שליחה דורך סאו וואט »

חצר קלויזענבורג בב"פ אויף פופציג לייגן זייערע טשיקענס-כפרות אויפן סיידוואלק, קעגן איבער זייער ביהמ"ד, חזירים וואס זיי זענען, חסידים וואס רעכענען זיך נישט מיט דו שכנים און אנדערע מענטשען און בכלל פיסגייער, אויב האסטו נישט א הויף ווי צו שטעלן דיינע קאטשקעס, פארקויף נישט, מיאוס און עקעלדיג, און געס וואט, איך בין נאך א מסור און א שגץ אויב רוף איך 311 וכדומה.
פאר אזא כפרה דארף נישט דער אייבערשטער זייערע כפרה
I AM SICK AND TIRED ALREADY
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4863
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 8315 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל

שליחה דורך רויטע וואנצעס »

ס'האט מיך אויך זייער געשטערט. העי חברה דא איז נישט ו"וילי" טאון וואס יעדער טוט ווי ער "וויל". זאלן זיי עס טוען אויפן דאך ביי די סוכה. אז מ'קען קריכן צום רבין און די סוכה קען מען אויך קריכן צו די כפרות.

איך מיין מ'דארף אין בארא פארק אויך האבן א פריזערו בארא פארק אלייענס גרופ.
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
בעל הבית
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 680
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 05, 2013 2:26 pm
האט שוין געלייקט: 214 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 193 מאל

שליחה דורך בעל הבית »

דא אין לונדאן קען מען נאר שלאגן טשיקונום געציילטע טעג פון 7-9 צופרי.

עטס וואלט דאס אויך געמעגט איינפירן אין ניו יארק
דעת בעל הבית העפעח דעת תורה
בעל הבית
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 680
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 05, 2013 2:26 pm
האט שוין געלייקט: 214 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 193 מאל

שליחה דורך בעל הבית »

יעצט איז יעדער חסידים פון ר' לייביש
דעת בעל הבית העפעח דעת תורה
שכלמאכער
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 3
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 15, 2013 8:12 pm
האט שוין באקומען לייקס: 3 מאל

שליחה דורך שכלמאכער »

איך קען בשום אופן נישט פארשטיין פארוואס עס זענען דא געוויסע דרייווערס (ליידער אסך דערפון אנ"ש) וואס אויב איינער דערוואגט זיך ארויסציפארען פון א פארקינג ספאט וועלן זיי חס ושלום נישט לאזן יענעם ארויספארן! ממש זיי ציטערן וואס לא עלינו קען געשען אויב יענער וועט זיין א רגע פאר דיך. און אויב ליידער געלונגט יא פאר יענעם זיך אריינצוכאפן! פילען זיי זיך ממש 2 סענט! און מורמלט נאך אזוי' א חוצפה!פאר אביסל כבוד איז ער גרייט איינצושטעלן זיין לעבן! '
און די מערסטע רעגט אויף ווען איינער שטעלט זיך דאבעל פארקט ווייל ער מיז יענעם פרעגן' וואטס אפ?' זאל זיך יענער איבערקערן! איך מעג איך ווער נעקסטע וואך א שאמראם! און השם ישמור טוען איינער טוט דאס פאר זיי! מה דילך שנא לחברך לא תעשה
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

הא הא, העלא שכל מאכער... שלום עליכם א גאסט! קענסט מיר אפשר מאכן אביסל שכל? כעל דיר גוט באצאלן!.

לענינינו, איך מיין אז רוב זאכן וואס רעגט אונז אויף האט עפעס צו טון מיט דרייוון.

איך האב א פארקערטע טענה (אפשר האב איך עס שוין אפילו געשריבן ערגעץ). א קאר "כאפט זיך אריין". איך האלט אינמיטן פליען, יענער זעהט אז איך קום צו רייסן (הא!) אדער עשה עצמו כאילו לא ידע, ער קוקט און קוקט אויף אלע זייטן, און די לעצטע מינוט גיט ער זיך א פליק אריין אין פארנט ווי מיר און נאך א מזל כ'האב גוטע ברעיקס, ווייל ווען נישט.... איך פרוביר מלמד זכות צו זיין, מסתמא דער יעניגער יאגט זיך, ער דארף אפשר לויפן כאפן דעם דענטיסט בעפאר ער פארשפארט ווייל די צאן רייסט שטיקער פונעם; דערווייל ווי וואס ווען, ער פארט זיך רואיג אויף 15 אין א 40 MPH זאון, און ווען איך פלאץ שוין און איך גיב אים א שטיקל פייף (נישט קיין לאנגע פייף ח"ו, נאר אזא דערמאנונג), קומט ארויף זיין חרון אף על כל גדותיו, און ער ברעיקט מיר גאר! כלומר, דו מחוצפ'ל, דו האסט די העזה צו פייפן אויף מיר? איכעל דיר ווייזן! אמער, איך ווער דאך נעקסטע וואך א שאמראם! (כ'האב ליב געהאט דעם ווערטל פון דיר, שקויעך). בקיצור, א באנדע פערדן. אז דו האסט אזויפיל צייט, צו וואס קאטסטו מיר אריין? אונטער מיר איז געווען ליידיג פון קארס, וואס האסטו מיר נישט געקענט אדורכלאזן און דערנאך ארויספארן פון דיין פארקינג?
וירח ה' את ריח הניחוח
פארשפארט