קרעדיט: 'מומחה עצום' אויף אייוועלטיעצט צו iOS 7
די גאנצע אויסזעהן ווערט געטוישט צו א מער פלאכערע סארט
![בילד](http://www.ivelt.com/forum/download/file.php?id=47241)
ווען איר סווייפט פון אונטן ארויף עפענט זיך Control Center וואס דארט קענט איר טוישן די ליכטיקייט פון די סקרין, אנצינדן די פלעשלייט (קעמערע פלעש), טוישן צו עראפלעין מאוד, אנשטעלן do not disturb און נאך...
![בילד](http://www.ivelt.com/forum/download/file.php?id=47242)
געהעריגע מולטי טעסקינג!
![בילד](http://www.ivelt.com/forum/download/file.php?id=47243)
סאפארי איז גענעצליך איבערגעפרישט,עס האט די iCloud Keychain, מען קען עפענען מער ווי אכט טעבס, די סוירטש באר איז נישט עקסטער נאר איז איינס מיטן אדרעס באר (אזוי ווי אין קראום), און ווען מ'מישט די טעבס זעהט עס אויס אזוי
![בילד](http://www.ivelt.com/forum/download/file.php?id=47244)
א נייע זאך איז AirDrop איר קענט שיקן פיילס פון איין עפל דעווייס (דארף זיין דערנעבן) צום צווייטן (peer-to-peer WiFi), סיי וועלכע עפפ קען עס נוצן
די קעמערע און פאטא עפפ איז אויך איבערגעפרישט געווארן
Siri האט באקומען א נייע מענערישע קול אין עטליכע שפראכן (גוט פאר אידן) און אויך וועט עס פארשטיין צו טוישן סעטינגס ווי "לעש אויס די ווייפיי" אדער "צינד אן די בלוטוט"
די וועטער עפפ האט באקומען א פנים חדשות און עס רוקט זיך אזוי לויטן וועטער -
ווידיאעפל האט געמאלדן אז ביז 2014 וועלן אסאך אויטא פאבריצירער סופארטן iOS in the Car, וואס דאס וועט קענען ווייזן מעפס, מעסעדזשעס און נאך אין די קאר, פאר הענדס פרי דרייווינג
די עפפ סטאר וועט אייך ווייזן אנדערע רעקאמענדירטע עפפס לויט וואו איר געפינט זיך, און אויך וועלן עפפס זיך אפדעיטן אויטאמאטיש אין די בעקגראונד
א נייע סערוויס איז iTunes Radio, וואס וועט זיין עד-סופארטעד פאר די וועעכע צאלן נישט פאר iTunes Match - דאס איז א סטרימינג ראדיא סטעישאן וואס איז אריינגעבויט אין די מוזיק עפפ
פאר גנבים איז דא א נייע Activation Lock, אויב ווערט אייער דעווייס געגנב'עט קענט איר אנשטעלן אז עס ווערט פארשפארט און מ'קען עס נישט אקטיוויזירן נאר מיט אייער אייטונס פעסווארד, און דאן איז עס נישט ווערד קיין פעני