די עבודה צו אפרישיעטן גאט
- שמעקעדיג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 16680
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
- האט שוין געלייקט: 18071 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל
די עבודה צו אפרישיעטן גאט
אויב האט איינער באמערקט, זענען רוב ארטיקלען און תגובות דא אין שטיבל געשריבן היבש אויף א נעגאטיוון פארנעם. נישט אז ס'איז נישט אמת די אלע קלאגענישן, אבער למעשה ברענגט מען אממערסטנס ארויס דעם שרעקליכן מצב ביי אונז בגשם וברוח, צי מיט א פארביטערניש צי מיט הומאר, אבער דער רוח דא איז אין אלגעמיין נישט פאזיטיוו, כאטש עס זענען פאראן יוצאים מן הכלל. איך באקלאג זיך נישט און מיין נישט קיינעם, אבער כ'מיין יעדן און אויך מיר אליינס. עס איז פשוט א פאקט.
איך פלאן צו עפענען אפאר אשכולות במשך תשע"ד מיט א פאזעטיוון רוח, און איך האף אז דער עולם וועט הנאה האבן, נאך אלעם דארף מען אויך קוקן די גוטע זייט, און ווי מען זאגט אין ענגליש: "קאונט יואר בלעסינגס". וזה יצא ראשונה בעזר ה'.
אין ליכט פון הוגה'ס אשכול "די עבודה פון מוחל זיין גאט", האב איך געטראכט צו באשרייבן די אנדערע זייט אביסל, "די עבודה צו אפרישיעטן גאט". ווען מען עפנט א חובת הלבבות און אנדערע ספרים, בעיקר ספרי ר' אביגדור מיללער ז"ל, באגעגנט מען זיך כסדר מיט דעם איידיע אז מיר זענען ארומגענומען מיט אזויפיל חסדים אז מען נעמט עס שוין פשוט פאר "גרענטעד", מען אנערקענט עס שוין נישט ניטאמאל, און מען כאפט נישט אז מען דארף אפגעבן א שבח והודאה פאר השי"ת על כל נשימה ונשימה.
כדרכי, האב איך אסאך אין בויך, און מיינע מחשבות זענען נישט מסודר. איך שרייב און כיד ה' הטובה וועט דער עולם פארשטיין און מוסיף זיין אייגענע צוקער און האניג (אנשטאט זאלץ און פעפער, ווי געווענליך). אסאך רעיונות קען מען אפווענדן, און איך ווייס עס, און איך קען עס טאקע באשטיין אויסצושמועסן.
איז אזוי. דאנקען השי"ת אויף די גוטע זאכן וואס מען האט איז וויכטיגער ווי מתפלל זיין אויף וואס מען האט נישט. עס איז הכרת הטוב, און עס ברענגט א מער פאזיטיוון קשר צווישן דעם מענטש און באשעפער. עס מאכט א מענטש בשמחה און AWARE אויף זיינע פילע גוטע זאכן וואס ער פארמאגט. א דוגמא דערויף פון ר' אביגדור: ווען א מענטש שפירט א ווייטאג אין א פינגער, טראכט ער אמאל אז שוין חדשים און יארן וואס די פינגער ארבעטן אים בסדר גמור אן קיין פראבלעמען? וויפיל ברויט האט ער שוין אנגעכאפט צו עסן במשך זיין לעבן? וויפיל מאל האט ער גענוצט דעם פינגער זיך צו קראצן, אנצוגרייטן זאכן, אפטייפן תגובות? וויפיל מאל האסטו סוקסעספול געקוועטשט די קנעפלעך פונעם קיבאורד אויף דיין קאמפיוטער? און נאך הונדערטער זאכן וואס מען כאפט ניטאמאל? אז דו האסט ציין ווייטאג, ביז נעכטן האבן אלע ציינער פונקציאנירט בשלימות, קענסט משיג זיין וויפיל עסן דו האסט שוין צעקייעט דערמיט?
די וועלט זאגט (יואב, פליז, באוואש מיר נישט) אז ווען מען גייט אין שפיטאל, הייבט מען אן צו דאנקען גאט פאר די געזונט וואס מען האט, אז אלע קאמפליצירטע רמ"ח אברים און שס"ה גידים פונקציאנירן כראוי וכדבעי, the way they are designed to run and function, טא פארוואס ווארטן ביז מען זעהט די אנדערע ליידן?
מען שטייט אויף צופרי הייבט מען גלייך אן דאנקען השי"ת פאר זיינע חסדים. מודה אני לפניך. און במשך דעם דאווענען לויבט מען ה' פיל מער ווי תפלות און בקשות אויף להבא. גאנץ פסוקי דזמרה איז לויב צו ה'. און שפעטער ביי שמו"ע, מודים אנחנו לך... ועל נסיך שבכל יום עמנו, ועל נפלאותיך וטובותיך שבכל עת (אגב, די ווערטער 'ערב ובוקר וצהרים' גייט ארויף אויף פריער, א המשך אויף "ונספר תהלתך", נישט אויף "שבכל עת"). צי טראכטן מיר אמאל אריין די אפטייטש פון די ווערטער? שב"ק, די מודה אני לפניך על כל החסד אשר עשית עמדי וכו' ועם כל בני ביתי... עס צעגייעט דאך אין די ביינער!
מען וואלט געקענט מאכן א ליסטע ריזיג לאנג פון אלע חסדי ה'. אסאך דערויף האבן חז"ל און די אכה"ג מתקן געווען ברכות, למשל פוקח עורים אז מיר קענען ב"ה זעהן, מלביש ערומים אז מיר האבן קליידער, מתיר אסורים וזוקף כפופים אז אלע אונזערע אברים און ביינער ארבעטן גוט און מען קען זיך אראפזעצן און אויפשטעלן נארמאל... האט איר שוין געטראפן איינעם מיט א סטראוק ל"ע? זענען מיר נישט גליקליך?
וויפיל מאל האבן מיר געשפירט באליבט ביי אנדערע מענטשן, פון די אייגענע ווייב און קינדער ביז חברים וקרובים? וויפיל לייקס האסטו באקומען? (קוק ווער עס רעדט), וויפיל נחת האסטו געשעפט פון דיינע קינדער? פון דיינע זיסע בעביס מיט די לעכטיגע אייגעלעך וועלכע מיט די שמייכל שרייעט זי "טאטא"? וויפיל גוטע פעטע סאפערס האסטו אריינגעריקט און ביי בורא נפשות פארגעסן אמת'דיג צו דאנקען וועמען מען דארף? וויפיל געשמאקע סעודות אריינגערוקט, שבתות וימים טובים און שמחות? וויפיל מאל ביסטו גוט געשלאפן און אויפגעשטאנען געזונט און פריש ווי א נייער מענטש, בערב ילין בכי ולבוקר רנה? וויפיל שיינע הערליכע איינגענעמע וועטערס איז געווען? פארוואס געדענקסטו נאר די איינצעלנע געציילטע הייסע נאסע טעג אדער הוריקעין און שטורעמס און ביטערע קעלט?
ידידינו החשוב כמר [tag]ידען[/tag] האט געעפנט א אשכול "איך לויב דעם אייבערשטן". דער אשכול איז כמעט ליידיג. פארוואס, רבותי, פארוואס? מיר האבן נישט געטראפן אויף וואס צו דאנקען? עס פעלט אונז גוטע זאכן אין לעבן? איר האט א אייגענע הויז? איר האט קינדער? איר באקומט אמאל גוטע גריסן אויף אייערע קינדער? שעפט איר נחת ווען איר פארהערט זיי? ביסטו געווען אויף א געשמאקע וואקאציע? האסט א קאר? עס איז דיר ווארעם ווינטער און קאלט זומער? האסט א לעבן הונדערט מאל באקוועמער ווי דיינע זיידעס, אלעס צוגעשטעלט "אינסטענט"?
ר' אביגדור איז מסביר נאך טיפער. אפילו די ווייטאגן זענען דאך אויך לטובה. אפגערעדט פון דעם אז מיר גלייבן דאך אז אלעס איז העכערע זאכן להטיבך באחריתך, אבער אפילו אויף אונזער מדריגה, ווען דער צאן טוט דיר וויי איז עס א סימן אז עפעס איז נישט אין ארדענונג און דו דארפסט גיין צום דאקטאר, אדער בעסער קעהר נעמען פון דיינע ציין! ווען מיר זאלן נישט שפירן קיין ווייטאג, וואלטן אסאך שרעקליכע זאכן געקענט פאסירן אומערווארטעט ח"ו. קומט דאך אויס אז דער ווייטאג איז נאר א חסד פון באשעפער.
ווען מען נעמט צוזאמען די אלע חסדים, און מען לייגט עס אויפן רעכטן זייט וואגשאהל, און דערנאך די שוועריגקייטן פונעם יאר אויפן לינקן זייט, וואס טראכט איר, וועלכע וואלט אריבערגעוואויגן?

וירח ה' את ריח הניחוח
- יאיר
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4765
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
- האט שוין געלייקט: 6187 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל
געוואלדיגע ווערטער, שמעקעדיג. לאמיר נישט פארגעסן יעדן צופרי בשעת'ן טרינקען די קאווע די אלטע חתימה דיינע: ריחא מילתא היא, לריח ניחוח אשה לה'.
און יא, פארוואס פארגעסן מיר די פילע טובות וואס מיר האבן? ווייל ס'איז נישט אינטערעסאנט. מע, נאכאמאל געגעסן, נאכאמאל געשלאפן, נאכאמאל פארברענגט מיט די ווייב און קינדער און חברים. דאס איז דאך רעגורעל. מענטשן האבן ליב נייעס. אז א ציין טוט וויי איז אינטערעסאנט, סתם ס'ארבעט ווי געווענליך, דאס איז לאגנווייליג.

האדם לא נברא אלא להתענג
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 7167
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
- האט שוין געלייקט: 4109 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל
- ביבער
- ידיד ותיק
- הודעות: 846
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 3:12 pm
- האט שוין געלייקט: 839 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1026 מאל
שוין פון אלס קינד באדערט מיר די קשיא סמסתמא אמעראציש אבער לא הביישן למד אפשר קען עס מיר דא איינער אויסקלארן, פארוואס מוז איך אפרישיעטן גאט ווען ער געט מיר לופט צום אטעמען אדער עסן צום לעבן, אז ער האט מיר באשאפן איז דאך נישט מער ווי יושר אז ער זאל מיר צושטעלן אלעס איך זאל קענען לעבן, נישט אזוי? אז מיין בעלעבאס געט מיר א קאמפיוטער צו ארבעטן מוז איך אים זאגן שקויעך?
אפשר פארקערט אפשר זאל גאט מכיר טובה זיין די מענטשן ווייל אן אונז ווער וואלט געוואוסט פון אים? סשטייט דאך אז כביכול צווינגט די נשמה אראפצוגיין, נו אלס הכרת הטוב זאל מען אונז כאטש צושטעלן דאס לעבן ווי א פייוו סטאר האטעל?

I may not agree with what you say, but I will defend to the death your right to say it. - Voltaire
- מאטי
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3090
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
- האט שוין געלייקט: 3382 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל
שמעקעדיג !!! יישר כוח !! גראדע האסטו אפגעשריבן גאנץ א נעגעטיווער שמאעזיע פאר ראש השנה, אבער מאכט נישט אויס, ״עת לבכות ועת לשחוק״.
אין מיין דרעפט ליגט גראדע אן אומגעענדיגטער ארטיקל טאקע איבער די נושא פון הכרת הטוב ווי אן ענטפער אויף דיין דערמאנטען אשכול. כ׳האף צו פאוסטן ווי שנעלער.

My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
- הוגה
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3112
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
- געפינט זיך: מאנסי
- האט שוין געלייקט: 6841 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל
זייער א שיינע ארטיקל, א יעדעס ווארט איז אמת און נאטירליך, יוצאים מן הלב. איינע פון די סיבות מן הסתם פארוואס רוב ארטיקלן זענען נעגאטיוו בכלליות איז ווייל נעגאטיוויטי רופט ארויס שטארקע אינטערעסע און ריספאנס. דאס איז אויך די סיבה פארוואס די מידיע איז אויך נעגאטיוו געשטימט ווייל דאס פארקויפט זיך בעסער. ווען איך ליין א פאזיטיווע ארטיקל, פילט זיך זייער גוט, אבער ס'נישט דא וואס צו צולייגן, גיבט מען א לייק און מ'גייט ווייטער. אבער די שרייבער בלייבט מיט א האלב ליידיגע אשכל (אזוי ווי ידענ'ס אשכל). אויב וויל מען א 5 בלעטער תגובות מוז געווענטליך זיין עפעס נעגאטיוויטי.
[tag]ביבער[/tag], דיין סברא ווערט שוין דערמאנט. פאר דעם זאגט מען ברוך "אלוקינו" שאכלנו משלו, ווייל די אייבירשטער איז מחויב אונז צו שפייזן מן הדין. אבער עס קומט צו דאנקן אפילו ווען איינער טוט דיר עפעס וואס קומט דיר. איך האב שוין מאריך געווען דערוועגן אין עפעס א אשכל פון ברסלב'ער.

"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
- ונבנתה העיר
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3795
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
- האט שוין געלייקט: 6591 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8112 מאל
נישט אפצוקיהלן די התלהבות, אבער כביבער ועוד האט זיך ביי מיר קיינמאהל נישט אפגעלייגט די סארט חשבונות.
אר יו קידדינג מי? די דריי פארכאפטע פרויען האבן אויך געדארפט מכיר טובה זיין זייער קידנעפער (קיד?) אז ער האט זיי געגעבן עסן און לופט? אפשר זאלן זיי איהם קושן די פיס אז ער האט - ברוב טובו - זיי נישט צובראכן אלע פינגער? ער האט זיי גערעיפד? נו, די לעצטע שעה האט ער נישט...
ובפרט אז עס קאסט איהם גארנישט, וואס גייט איהם דען אהן אז נאך א איד זאל האבן א חיים טובים.
עס קומט איהם בערך די זעלבע קרעדיט וואס קומט מיר פאר'ן נישט אויסציפן מיין שכן עד שיצא נשמתו.

מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן
אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
- יאיר
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4765
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
- האט שוין געלייקט: 6187 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל
ביבער האט געשריבן:שוין פון אלס קינד באדערט מיר די קשיא סמסתמא אמעראציש אבער לא הביישן למד אפשר קען עס מיר דא איינער אויסקלארן, פארוואס מוז איך אפרישיעטן גאט ווען ער געט מיר לופט צום אטעמען אדער עסן צום לעבן, אז ער האט מיר באשאפן איז דאך נישט מער ווי יושר אז ער זאל מיר צושטעלן אלעס איך זאל קענען לעבן, נישט אזוי? אז מיין בעלעבאס געט מיר א קאמפיוטער צו ארבעטן מוז איך אים זאגן שקויעך?
אפשר פארקערט אפשר זאל גאט מכיר טובה זיין די מענטשן ווייל אן אונז ווער וואלט געוואוסט פון אים? סשטייט דאך אז כביכול צווינגט די נשמה אראפצוגיין, נו אלס הכרת הטוב זאל מען אונז כאטש צושטעלן דאס לעבן ווי א פייוו סטאר האטעל?
דאס איז דאך ממש פונקט ווי די אפיקורס'ישע קשיא פארוואס מיר דארפן דאנקען דעם באשעפער פאר'ן אונז ארויסנעמען פון מצרים, אמער, ער אליין האט אונז דאך אריינגעשטעלט דארט??
האדם לא נברא אלא להתענג
- ביבער
- ידיד ותיק
- הודעות: 846
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 3:12 pm
- האט שוין געלייקט: 839 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1026 מאל
[tag]יאיר[/tag] איך וואלט עס נישט פארגליכן ווייל גלות ויציאת מצרים איז א מאורע ארויס פון נארמאלן דרך העולם און מעגליך אז אנדערע סיבות למשל מענטשןס מעשים האבן געהאט חלק דארט, אבער אטעמען, עסן, טרונקען, זון, רעגן, ווינט, דאס אלעס מוז דאך זיין לקיום העולם איז פארוואס זאל דער מענטש דארפן דאנקען פאר דעם?
I may not agree with what you say, but I will defend to the death your right to say it. - Voltaire
-
- חבר ותיק
- הודעות: 3833
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
- האט שוין געלייקט: 3807 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל
ביבער האט געשריבן:שוין פון אלס קינד באדערט מיר די קשיא סמסתמא אמעראציש אבער לא הביישן למד אפשר קען עס מיר דא איינער אויסקלארן, פארוואס מוז איך אפרישיעטן גאט ווען ער געט מיר לופט צום אטעמען אדער עסן צום לעבן, אז ער האט מיר באשאפן איז דאך נישט מער ווי יושר אז ער זאל מיר צושטעלן אלעס איך זאל קענען לעבן, נישט אזוי? אז מיין בעלעבאס געט מיר א קאמפיוטער צו ארבעטן מוז איך אים זאגן שקויעך?
אפשר פארקערט אפשר זאל גאט מכיר טובה זיין די מענטשן ווייל אן אונז ווער וואלט געוואוסט פון אים? סשטייט דאך אז כביכול צווינגט די נשמה אראפצוגיין, נו אלס הכרת הטוב זאל מען אונז כאטש צושטעלן דאס לעבן ווי א פייוו סטאר האטעל?
אז די געבסט דיינע קונדערלעך עסן קליידער און שעלטער דארפן זיי דיר נישט מכיר טוב זיין, ווייל די האסט זיי געבוירן?
- מאטי
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3090
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
- האט שוין געלייקט: 3382 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל
הכרות הטוב איז לאו דוקא אויף א טובה לפמש״ה. לא תתעב מצרי כי גר היית בארצו. עיין כאן
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
- ברסלבער
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2048
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 11:07 am
- האט שוין געלייקט: 3570 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3510 מאל
[tag]שמעקעדיג[/tag], א מחי' צו ליינען דיינע ווערטער, עס צוגייט די געשמאק אין אלע ביינער.
איך ווייס נישט פונקליך די סיבות פארוואס דער אייבערשטער האט מיר דא אראפ געשיקט, אבער למעשה זעה איך אז ער האט אראפ געשיקט נאך אסאך מענטשן וואס זענען געקנאטן פונעם זעלבן טייג ווי מיר, און משום איזה סיבה וואלט איך זיך קיינמאל נישט געוואלט טוישן מיט זייער ביטער לעבן (אדער ווי מאטי רופט עס זייער זארגלאזע לעבן), און אויף דעם וועל איך דאנקן און לויבן דעם אייבערשטן.
רבי נחמן ברסלבער זאגט: ווען א איד דאנקט דעם אייבערשטן אויף זיין גוטע און פיינע לעבן, זאגט אים דער אייבערשטער "דאס מיינט א גוט לעבן? איך וועל דיר ווייזן וואס מיינט גוט!" און ער באקומט נאך אסאך מער גוטס, און פארקערט ווען איינער רעדט זיך שטענדיג אפ ווי שווער עס גייט אים, באקומט ער א פארקערטן ענטפער.
מלכותא דרקיע כעין מלכותא דארעא, טראכט אריין, פאר וועם וואלסטו ענדערש געטוהן א טובה? פאר איינעם וואס זאגט שטענדיג ש'כח און באדאנקט זיך, אדער פאר איינעם וואס טרעפט אייביג פון אונטער דער ערד פארוואס זיך אפצורעדן?

די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
- הוגה
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3112
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
- געפינט זיך: מאנסי
- האט שוין געלייקט: 6841 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל
ברסלבער האט געשריבן:רבי נחמן ברסלבער זאגט: ווען א איד דאנקט דעם אייבערשטן אויף זיין גוטע און פיינע לעבן, זאגט אים דער אייבערשטער "דאס מיינט א גוט לעבן? איך וועל דיר ווייזן וואס מיינט גוט!" און ער באקומט נאך אסאך מער גוטס.
עס הערט זיך זייער געשמאק און ווי געשמאק און זיס וואלט געווען ווען עס וואלט געווען אמת. אבער במציאות איז דאס נישט אמת. פארוואס זאג איך דאס? איינס, ווייל דיין (ר' נחמנ'ס) סטעיטמענט איז א פאטש אין פנים פאר אלע וואס דער טריק ארבייט נישט פאר זיי. צוויי, כדי מען זאל וויסן די רעאליטעט ואל ישעו בדברי שקר און דערנאך זיין דיסעפוינטעד.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
- טעפל
- חבר ותיק
- הודעות: 2048
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 17, 2012 5:25 am
- האט שוין געלייקט: 4610 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 821 מאל
ונבנתה העיר האט געשריבן:נישט אפצוקיהלן די התלהבות, אבער כביבער ועוד האט זיך ביי מיר קיינמאהל נישט אפגעלייגט די סארט חשבונות.
אר יו קידדינג מי? די דריי פארכאפטע פרויען האבן אויך געדארפט מכיר טובה זיין זייער קידנעפער (קיד?) אז ער האט זיי געגעבן עסן און לופט? אפשר זאלן זיי איהם קושן די פיס אז ער האט - ברוב טובו - זיי נישט צובראכן אלע פינגער? ער האט זיי גערעיפד? נו, די לעצטע שעה האט ער נישט...
ובפרט אז עס קאסט איהם גארנישט, וואס גייט איהם דען אהן אז נאך א איד זאל האבן א חיים טובים.
עס קומט איהם בערך די זעלבע קרעדיט וואס קומט מיר פאר'ן נישט אויסציפן מיין שכן עד שיצא נשמתו.
דאס קען פאסירן און דאס האט אפילו א נאמען שטוקלהום סינדרום.
- ברסלבער
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2048
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 11:07 am
- האט שוין געלייקט: 3570 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3510 מאל
הוגה האט געשריבן:ברסלבער האט געשריבן:רבי נחמן ברסלבער זאגט: ווען א איד דאנקט דעם אייבערשטן אויף זיין גוטע און פיינע לעבן, זאגט אים דער אייבערשטער "דאס מיינט א גוט לעבן? איך וועל דיר ווייזן וואס מיינט גוט!" און ער באקומט נאך אסאך מער גוטס.
עס הערט זיך זייער געשמאק און ווי געשמאק און זיס וואלט געווען ווען עס וואלט געווען אמת. אבער במציאות איז דאס נישט אמת. פארוואס זאג איך דאס? איינס, ווייל דיין (ר' נחמנ'ס) סטעיטמענט איז א פאטש אין פנים פאר אלע וואס דער טריק ארבייט נישט פאר זיי. צוויי, כדי מען זאל וויסן די רעאליטעט ואל ישעו בדברי שקר און דערנאך זיין דיסעפוינטעד.
איך הער פארוואס דו זאגסט עס. אבער פון וואו נעמסטו צו זאגן אז עס איז נישט אמת? האסט עס פרובירט?
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
- הוגה
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3112
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
- געפינט זיך: מאנסי
- האט שוין געלייקט: 6841 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל
איך זאג עס ווייל איך קען אסאך מענטשן וואס דאנקן גאט פאר זייערע גוטע לעבן און פאר אלעם גוטס וואס די אייבירשטער גיבט זיי, און עס ווערט זיי גארנישט בעסער און אסאך מאל ווערט עס ערגער.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
- הוגה
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3112
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
- געפינט זיך: מאנסי
- האט שוין געלייקט: 6841 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל
ברסלבער האט געשריבן:איך הער. איך האב נישט געמאכט קיין סורוועי, אבער ביי מיר ארבעט עס יא כמה פעמים, מבשרי אחזה אלוה.
אה, אז ס'האט געארבייט ביי דיר בין איך גאר פרייליך (און פארגעס נישט צו דאנקן גאט ). אבער צו קענען זאגן א blanket סטעיטמענט אז דאס ארבייט אלעמאל דארף מען קוקן די סטאטיסטיקס און זעהן וויפיל מענטשן האבן געדאנקט גאט און וואס זענען געווען די תוצאות, און וויפיל מענטשן האבן נישט געדאנקט גאט און וואס זענען געווען די תוצאות. און דערנאך דארף מען מאכן זיכער אז ס'דא א דיירעקט קארילעישאן. איך האב אויך נישט געמאכט קיין סערוועי אבער פון די ריאליטעט פון די טאג טעגליכע לעבן זעהט עס נישט אויס ווי דו זאגסט. איך מיין אז אזעלכע סטעיטמענטס טוען נאר אפשוואכן די אלגעמיינע אמונה פון די וואס גלייבן דערין.