האט היינס פארלוירן א דאנק די אידן?

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
לכבוד שבת קודש
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 278
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 17, 2013 12:08 am
האט שוין געלייקט: 17 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 270 מאל

האט היינס פארלוירן א דאנק די אידן?

שליחה דורך לכבוד שבת קודש »

אצינד איז שוין קלאר אז דער לאנג-יעריגער דיסטריקט אטורני, דזשאו היינס, האט פארלוירן די וואלן, און טראצדעם וואס ער איז עטליכע מאל ערוועלט געווארן פאר דעם אמט, האט ער דאס מאל פארלוירן די וואלן צו זיין קעגנער דזשאן טאמסאן.

יעצט איז די ריכטיגע צייט אפצולערנען דעם פארלוסט פון היינס און זען פארוואס ער האט פארלוירן, און צי די אידישע שטימען האבן אויסגעמאכט אויף זיין פארלוסט אדער זיין קלענערן פארלוסט פון וואס עס וואלט געקענט זיין. עס איז קלאר אז דער ציבור איז געווען אנגעווייטאגט אויף אים און טראצדעם וואס די עסקנים האבן זיך ארויסגעשטעלט פאר זיין קאנדידאטור, האבן מאנכע געצויגן מיט די אויגן און געגאנגען שטימען פאר אים ככפאו שד, אנדערע זענען אהין אנגעקומען און זיך נישט געקענט ברענגען דערצו צו שטימען פאר אים, ווידער די מער דרייסטערע האבן לכתחילה נישט געפלאנט צו שטימען פאר אים און האבן נישט געוואלט פארשטיין פארוואס די עסקנים קלערן בכלל אזוי. בכלל, פון די אינדארסירונג פון די עסקנים האט מען געקענט אפלערנען אז דאס איז א געצווינגענע אקט, אדער אן אקט פון הבוחר את הרע במיעוטו, עס איז געווען שווער אויף די געמיטער פונעם ציבור.

אצינד איז די שאלה: דאס וואס טאמסאן האט געווינען, איז דאס צו פארדאנקען דאס אומצופרידנהייט פונעם ציבור? - אין אנדערע ווערטער: אויב וואלט זיך היינס נישט באנארישט ביי די וועבערמאן פרשה, ער וואלט זיך נישט אויפגעפירט ווילד ביי די בערגער'ס און געהאנדלט מיט פארשטענדעניש מיטן היימישן ציבור, וואלט דאס אים געברענגט מער שטימען פון דער היימישן עולם? - איז פאראן א מעגליכקייט אז דאס וואלט געפירט צו זיין זיג?

די שאלה איז צווייפאכיג און לאמיר עס מסביר זיין:
דאס איז זיכער אז די קריטיק אין די מידיא האט אים שטארק געשאדט און דאס האט מסתמא געברענגט דעם זיג פאר טאמסאן, אבער אי משום הא אליין, וואלט דאך דער חסידי'שער עולם הערשט געדארפט וועלן פאר אים?! - נאר וואס דען, היינס האט זיך פארפאטשקעט ביי ביידע זייטן. צווישן די גוים איז ער באקאנט געווארן אלס איינער וואס פארקוקט אויף אידן און צווישן די אידן האט ער זיך ערווארבן א נאמען פון א רשע נאך די מעשה מיט וועבערמאן (און ביידע זייטן זענען גערעכט ואכמ"ל).

אצינד איז די שאלה:
א. אויב וואלט נישט געווען קיין קריטיק אויף אים אין די מידיא, וואלט ער עס געמאכט אין די עלטער?
ב. אויב וואלט יא געווען קריטיק אין די מידיע, אבער ער וואלט זיך נישט פארפאטשקעט ביים היימישן ציבור, וואלט ער עס געמאכט, טראץ די קריטיק אין די מידא?

בפשטות דארף זיין א תשובה אויף די שאלות, מען קען נאכגיין וויפיל שטימען עס איז אריינגעקומען פון אונזערע געגנטער און פאר וועמען די שטימעס זענען געגאנגען. מען קען דאס מעסטן לויט די שטימעס פון די פארגאנגענע וואלן, וויפיל עס האבן דעמאלס געוועלט און וויפיל האבן אצינד געוועלט.
נתן_עוזר23
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 13
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 23, 2013 6:57 am
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3 מאל

שליחה דורך נתן_עוזר23 »

לויט דעיוויד גרינפעלד האט הייינס געווינען די היימישע געגענטער אין ב"פ מיט א שטארקע איבערוויגענדע מערהייט. איך וואלט געזאט לכאורה די זעלבע אין וויליאמסבורג. אגב, ער קלערט ערנסט צו לויפן אויף די רעפובליקאנטע טיקעט אין די דשענעראל עלעקשאן.
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל

שליחה דורך שעפטל »

קליינע באמערקונג:
דער געווינער הייסט קען טאמפסאן
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
באניצער אוואטאר
outspoken
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1227
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 21, 2012 10:43 am
האט שוין געלייקט: 269 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 802 מאל

שליחה דורך outspoken »

נתן_עוזר23 האט געשריבן: אגב, ער קלערט ערנסט צו לויפן אויף די רעפובליקאנטע טיקעט אין די דשענעראל עלעקשאן.

דאס קען זיין א מורא'דיגע טובה פאר די אידישע עסקנים ווייל מ'וועט זאגען פאר Kenneth Thompson אז אויב וועט ער מיט ארבעטן מיט אונז באקומט ער אונזער וואט, אז נישט קומט מען ארויס מיט א BLOCK VOTE פון 20,000 אידן פאר היינס.
פאקט, אז מ'זאל נעמען אלע נסיונות פונם דור אריינגערעכענט אינטערנעט און ארונים אויף איין זייט און ציונות אויף די אנדערע וועט דאס לעצטע איבערוועגן SO LETS BE FOCUSED NOT STUPID
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל

שליחה דורך שעפטל »

איינס, ווי היינס ווארט זאגער האט נעכטן געזאגט, לויפט ער נישט אויפן ריפאבליקאנע טיקעט.

צווייטענס, קען טאמפסאן גייט נאכנישט האבן געהאט א טשאנס צו ארבייטן מיט די עסקנים פאר מ'וויל אים סטראשענען....
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
באניצער אוואטאר
גאלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2379
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 07, 2012 1:42 pm
האט שוין געלייקט: 625 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1419 מאל

שליחה דורך גאלד »

היינס האט קיין שאנס צו געווינען ביי די דשענערעל עלעקשן, אויב האט ער שכל געבט ער אויף מיט קלאס, און אינדארסירט טאמפסאן, ווען ער פאלגט ווען מיך וואלט ער לכתחלה רעטייערד מיט דיגניטי, ארויסגעגאנגען מיטן קאפ ארויף, פאלגט ער דאך מיר נישט, נו וואס קען איך טאן מיט עהמען,
באניצער אוואטאר
ישמעאל הכהן
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2111
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 16, 2012 11:54 am
האט שוין געלייקט: 1551 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2012 מאל

שליחה דורך ישמעאל הכהן »

גאלד האט געשריבן:היינס האט קיין שאנס צו געווינען ביי די דשענערעל עלעקשן, אויב האט ער שכל געבט ער אויף מיט קלאס, און אינדארסירט טאמפסאן, ווען ער פאלגט ווען מיך וואלט ער לכתחלה רעטייערד מיט דיגניטי, ארויסגעגאנגען מיטן קאפ ארויף, פאלגט ער דאך מיר נישט, נו וואס קען איך טאן מיט עהמען,

זאג די ליינסט עפעס חוץ קאווע שטיבעל?
In a matter-of-fact concession speech, Hynes promised to "fully brief" Thompson before he takes office next year.

"The Democratic voters of the county today decided that there should be a change in this office and its direction," said Hynes.


“I had a very, very good conversation with Ken Thompson, very respectful, and I’m looking forward to working with him,” Hynes said at his campaign’s party at the Heights Cafe in Brooklyn Heights.
ראדיא באריכטער פאר ק''ש
common sense
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 15
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 11, 2013 5:55 pm
האט שוין געלייקט: 82 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9 מאל

שליחה דורך common sense »

עס איז קלאר אז היינס האט פארלוירן צוליב די אידן, אבער נישט צוליב די אידישע שטימען. היינס האט געוואונען מיט גאר שטארקע מערהייטן אין אלע אידישע געגענטער, אבער מען קען קלאר זאגן אז ווען נישט זיין באהאנדלונג פון היימישע קעיסעס (גערעכט צו אומגערעכט) וואלט ער ווען קיינמאל נישט געווען די צילברעט פון אלע צייטונגען און טאבלאידס, וועלכע האבן נאכאנאנד געהאקט אויף אים.
דעריבער, יא ער האט פארלוירן אדאנק די אידן, אבער נישט צוליב אידישע שטימען.
באניצער אוואטאר
דער (פינטעל) איד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1192
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אקטאבער 10, 2013 6:02 pm
האט שוין געלייקט: 784 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 950 מאל

שליחה דורך דער (פינטעל) איד »

אזאלכע בעיביס. הייקינד און נאדלער מאכן פראטעסט קעגן א עד וואס היינס קאמפיין האט ארויסגעלייגט, זיי האלטן א קאפי פון איד און מאכן א שטורעם און א גלאז וואסער. הייקינד הייבט אן ביי בערך 7 מינוט און נעמט שטותים אזוי צום הארצן מ'קען מיינען ס'איז א פרישע קריסטעל נאכט
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=DnS7947-ZXQ[/youtube]
באניצער וועלכע וואלטן געלייקט דער (פינטעל) איד פאר די הודעה אויב ס'וואלט געשריבן געווארן דורך א צווייטן (93 בסך הכל):
אי • אפשר • לפורטם • כי • רבים • הם
ראנג: 99.9%
וויליאמסבורגער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 503
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 02, 2012 1:16 am
האט שוין געלייקט: 501 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 460 מאל

שליחה דורך וויליאמסבורגער »

יעדער מיט א טראפ שכל ווייסט אז שרייבן אזוי איז ווילד און פעילד מעסייע וועט זיך גלייך ארויפכאפן. איך פארשטיי נישט די טפשות פון די שרייבער פון די עד.
באניצער אוואטאר
גאלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2379
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 07, 2012 1:42 pm
האט שוין געלייקט: 625 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1419 מאל

שליחה דורך גאלד »

אין די עד שטייט אז טאמפסאן האט נאר געווינען נאר צוליב די שטימעס פון די מינאריטעיטן (לייען שחורים) וואס זוכן הפקרות, דאס איז א שרעקליכע ראסיסטישע זאך צו זאגן, ווען דאס ווערט פארשוויגן און אפאר וואכן ארום רינט עס ארויס דורך א דרויסנדיגער וואלט געווען זייער ביטער, איינער א משלנו האט עס געמוזט מגלה זיין און פארדאמען בכל חומר,
באניצער אוואטאר
גאלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2379
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 07, 2012 1:42 pm
האט שוין געלייקט: 625 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1419 מאל

שליחה דורך גאלד »

לענינינו דער היינס ענדיגט זיין - אזוי גאנץ רעספעקטעפול קאריער - ווי א סאור-לוזער און מאכט חרוב זיין לעגעסי,

נישט קשה, איך האלט בשיטה אז א תליין א הענקער פאר 24 יאר מעג אביסל שוויצן,
קרעקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1108
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 9:54 am
האט שוין געלייקט: 110 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 470 מאל

שליחה דורך קרעקער »

היינס האט א טשענס?
אויב נישט איז ער משוגא צו לויפען?
"וואויל איז צו די אויגען וואס האבען געזעהן אויגן וואס האבען געזעהן קאווע שטיבל..." (רביה"ק פר' נשא ת"ש-כ"ח)
פארשפארט