וואס איז אינטערנט און וויאזוי זיך צו היטען דערפון

הילף, עצות און טיפס
קרעקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1108
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 9:54 am
האט שוין געלייקט: 110 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 470 מאל

וואס איז אינטערנט און וויאזוי זיך צו היטען דערפון

שליחה דורך קרעקער »

סאיז וויכטיג די וואס ווייסען זאלען אראפשרייבן בקיצור און קלאר וואס די אינטערנעט איז, וויזוי סארבייט, וואס איז איי פי אדרעס, אין וויזוי צו זיין זיכער און אפגעהיטען אויפען אינטערנעט, וואס ממעג יא טון און וואס נושט, און וויאזוי צו פארזיכערען אז אנדערע זאלען נושט אריינהעקען און ארויסבאקומען די פריוואטע אינפארמעישאן, אין אלעס ארים

ליידער האט מען אינדז ארויסגעשיקט אויפן ריזיגען נעט אן קיין שום לעקציעס, יונגעלייט טראסקענען אריין אין תהום און פארפלאנטערען זוך מיט ערענסטע פראבלעמען, מערערע ווייסען נושט אפילי קיין אלעף בית, א יונגערמאן איז לעצטענס ארעסטירט געווארען פארען טשעטען מיט קינדער אונטער 18 יאר, ער טענהט אז ער האט נושט געוויסט אז מטאר נישט על פי געזעץ, אין פין ווי זאל ער דאס וויסען? האט מען דאס אמאל געלערנענט אין ישיבה?. אנדערע ווערען פארוויקעלט מיט פיינענשעל פראבלעמען אויפן נעט
ביטע העלפט ארויס
"וואויל איז צו די אויגען וואס האבען געזעהן אויגן וואס האבען געזעהן קאווע שטיבל..." (רביה"ק פר' נשא ת"ש-כ"ח)
באניצער אוואטאר
smart
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 625
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 06, 2012 3:38 pm
האט שוין געלייקט: 325 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 154 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך smart »

א גוטע נושא געעפענט הרב קרעקער

און מבעט דער עולם טאקע זאל אביסעל אויסשמועסן דעם ענין

איש את רעהו יעזורו ואלחיו יאמר חזק!
א גוטן טאג אייך!
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

לאמיך צולייגן מיינע צוויי גראשען.
מען דארף זיין געווארענט פון דאונלאדען פייל׳ס וואס ענדיגען זיך מיט exe. דאס קען זיין א וויירעס.
אויב עס קומט ארויפ א מעסעזדש אז די קאמפיאטער דעטעקט א וויירעס זאל מען ערשט פארמאכען די בראוזער. אסאך מאל איז די מעסעדזש פון די וויירעס חברה אליין , און אויב מ׳פאלאוט זייערע אינסטראקשענס קען מען ״דעמאלטס״ באקומען א וויירעס.
לעמיל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2901
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 17, 2012 1:10 pm
האט שוין געלייקט: 913 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 692 מאל

שליחה דורך לעמיל »

די פראבלעמען ברוחניות אדער בגשמיות?
באניצער אוואטאר
יואליש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2681
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
האט שוין געלייקט: 1390 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4310 מאל

שליחה דורך יואליש »

גיט זיך אכטונג פון אריינלאגן ביי א פרעמדער מענטש'ס קאמפויטער, אפי' א חבר'ס, צו אייער אימעיל, באנק קאנטע, פעיסבוך קאנטע וכו' וכו' זייער אסך ביזנעסער זענען אויסשטאטירט מיט "קי לאגערס" וואס כאפט אראפ פעיסווארדס און אלע אנדערע אינטערענט אקטיוויטעיטן. לייבערי קאמפויטערס זענען פארזיכערט. די אלע היימישע אינטערנעט פלעצער זענען א גרויסע סכנה פאר פרייוועסי!

די זעלבע איז מיט איבערלאזן אייער סמארטפאן אן א שמורה אפי' פאר דריי מינוט. איימיצער קען ארופלייגן א קי לאגער וואס קען טוהן האר-אויפשטעלענדע זאכן, אריינגערעכענט רעמאטלי אונטערהערן טעלעפאן געשפרעכן, רעקארדירן געשפרעכן, רעקארדירן א מאפע דורך די פאן'ס זשי פי עס גענוי ווי די ביסט געווען איבערן טאג, וויסן ווי דו ביסט יעצט, אקטיוויזירן די טעלעפן אלס א אונטערהער אפאראט, ס'הייסט בשעת ס'הענגט אויף פאסיג קען יענער רימאטלי אונטערהערן דיינע געשפרעכן און אקטיוויטעטן (אפי נישט אויפן פאן), רעקארדירן אלע אימעילס, טעקסט מעסעדזשעס און טשעטס, רעקארדירן דיין פאן לאג וכו' וכו,

נאדיר א משל.

אייפאן איז די בעסטע פארזיכערט קעגן אזוינע פראגראמען, און מ'קען זעהן אויב איינער האט געבאברעט. ענדראוד און בעלקבערי זענען זייער שווואך אין דעם.
פריינדליך
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 624
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 24, 2012 9:57 pm
האט שוין געלייקט: 5 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 175 מאל

שליחה דורך פריינדליך »

קרעקער האט געשריבן:סאיז וויכטיג די וואס ווייסען זאלען אראפשרייבן בקיצור און קלאר וואס די אינטערנעט איז, וויזוי סארבייט, וואס איז איי פי אדרעס, אין וויזוי צו זיין זיכער און אפגעהיטען אויפען אינטערנעט, וואס ממעג יא טון און וואס נושט,

ליידער האט מען אינדז ארויסגעשיקט אויפן ריזיגען נעט אן קיין שום לעקציעס, יונגעלייט טראסקענען אריין אין תהום און פארפלאנטערען זוך מיט ערענסטע פראבלעמען, מערערע ווייסען נושט אפילי קיין אלעף בית, א יונגערמאן איז לעצטענס ארעסטירט געווארען פארען טשעטען מיט קינדער אונטער 18 יאר, ער טענהט אז ער האט נושט געוויסט אז מטאר נישט על פי געזעץ, אין פין ווי זאל ער דאס וויסען? האט מען דאס אמאל געלערנענט אין ישיבה?. אנדערע ווערען פארוויקעלט מיט פיינענשעל פראבלעמען אויפן נעט


די גרינגסטע בעסטע און מערסטע פארזיכערטע עצה איז, אז מען זאל פראבירען איינצוצהאלטען וואס עס שטייט און די תורה, מען רעדט נישט פון קיין חומרות נאר טריקען הלכות וכדומה {ווי למשל לא תנאף - עשרת הדיברות}, און אזוי אויך אז ער זאל האבען א פילטער, מקיים זיים ועשית ככל אשר יורוך, ויראת מאלוקיך אני השם, נישט עובר זיין אויף איכא דרכא אחרינא רשע, אזא איינער וועט נישט האבן קיין אינטערנערט פראבלעמען, בדוק ומנוסה
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

פריינטליך
עס איז טאקע זייער וויכטיג צו אייביג געדענקען אז אונז זענען אידן אין ס׳קען העלפען פאר פארשידענע פראבלעמען וואס קען געשעהן אויף די וועב -אבער די תורה זאגט גארנישט וועגען וויירעס׳עס!! מ׳דארף דאס וויסן זיך צו וואטשען.
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

ווי הייבט מען אן?
א) מאכט זיכער צו האבן א גוטע אנטי ווירוס און ס'זאל זיין אפדעיטעד אלעמאל. אן דעם איז אוממעגליך מ'זאל נישט ווערן אינפעקטירט.
ב) מאכט זיכער צו האבן א אפדעיטעד בראוזער, ביי אייער בראוזער גייט צו Help אדער Options און טשעקט פאר אפדעיטס, אסאך וויירוסעס נוצען אויס לעכער אין אלטע ווערסיעס פון בראוזערס וואס זענען פאראכטען געווארן אין די נעקסטע אפדעיט. די זעלבע איז שייך אויף אלע פלאג-אינס ווי אדאבי פלעש און רידער, וכדו'. אזוי אויך בכלל אלע ווייכ-ווארע (סאפטווער) און פראגרעמס איז א גיטע מנהג צו האלטען אפ טו דעיט, ווייל אסאך מאל-וועיר עקספלויט לעכער אין אלטע פראגראמס.
ג) פלעש דרייוו'ס, ביים היימישען עולם וואס האט נישט קיין אינטערנעט איז דאס די עיקר וועג ווי וויירוסעס פארן ארום פון איינעם צום צווייטען, בשום אופן זאלט איר קיינמאל נישט אריינלייגען א צווייטענס פלעש דרייוו אין אייער קאמפיוטער אדער אייערס אגודל דרייוו אין א צווייטענס קאמפיוטער, דאס איז א פירצה קוראה לגנב, און די זעלבע גייט אן אויף א קעמרע SD קארטל וכדו'. טאמער מוזט איר יא מאכט זיכער אז אייער אנטי וויירוס איז אפ טו דעיט.
ד) א גוטע עצה זיי פאר אידישקייט און סיי פאר גוישקייט איז צו אינסטולירן א עד בלאקער, די אנליין עקספיריענס איז נישט צום פארגלייכען, סייטס וואס קומען געווענליך אנגעשטאפט מיט בליטשקעדיגע עדווערטייזמענטס אז איר האט געוואנען א איי פעד אדער אז איר האט א מעסעדש פון עפעס א נקיבה וואס איז משום איזה טעם כמוס פאראינטרעסירט אין אייך, ווערן גענצליך אויסגעריינגט מכל נגע ומחלה, און מ'קען שפאצירן ווי ביים טאטן אין וויינגארטען.
ה)ווען איר באקומט אימעילס פון ביל געיטס, מאכט אייך נישט וויסענדיג, הרב געיטס האט נישט אפגעמאכט אויפן עלטער אוועק צו געבען זיין פארמעגן, און די נייגערישען פרינץ פארגינט אייך נישט זיין פארמעגן, פארקערט, ער וויל צונעמען אייער פארמעגן אויך. די אלע Fwd: Fw: FWD: מעסעדשעס וואס פארן ארום ביים היימישען עולם אז א געוויסע גראף פאטאצקי גייט אויסצאלן א סערדשערי פאר א יתום וואס האט נישט קיין פיס אויב איר פארווערד די אי-מייל פאר אייער גאנצע קאנטאקט ליסטע, איז אויך נישט מער ווי א ענדשוימענט פאר די יושבי קרנות ליידיגייער, טוט א טובה פאר אייערע פריינד און פארווערטירט נישט אזעלעכע מעסעדשעס.


המשך יבוא...
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום געפילטע פיש, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3833
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 3807 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל

שליחה דורך נולד מאוחר »

לעצטנס האב איך באקימען אפאר טשעט אינוויטס אין מיין יאהא אימעל אקאנט, פין מאדנע נעמען כהאב נישט קיין אנונג ווער סאיז. וואס קען עס זיין??
אויב עקסעפט איך עס, קען יענער העקן מיין אימעיל וכדו'?
דעינעש
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 377
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 12:16 pm
האט שוין געלייקט: 42 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 38 מאל

שליחה דורך דעינעש »

נולד מאוחר האט געשריבן:לעצטנס האב איך באקימען אפאר טשעט אינוויטס אין מיין יאהא אימעל אקאנט, פין מאדנע נעמען כהאב נישט קיין אנונג ווער סאיז. וואס קען עס זיין??
אויב עקסעפט איך עס, קען יענער העקן מיין אימעיל וכדו'?

וואס עקספעקט'סטע פון א גרינעם, וואס זיכט דיר אזוי וויכטיג,
[האסט שוין געטאן א קום ועשה ?, דאן טייל מיט דיין עקספיריענס, אז נישט מן הסתם טהוסט די ריכטיגער אזוי].

כלל גדול; האט א שיכור [לייען: שיקער, מיינט מען Sender], וה"ה יאהו קאנטאקט וכל שום וחניכא דאית להו בעולם (אנטשולדיגט; גערעכט, לשון הקודש באלאנגט אין ביהמ"ד), אזא מין אי-מעיל נאמען אדער אדרעסס ווי די נאמען אדער אדרעסס איז גאר פיקטיוו, ווי אויבן דערמאנט למשל ביל גיעטס וכו' וכו; און ווער רעדט נאך פון אזוינע נעמען וואס פארנעמען נומערן בין שיניהם, וויפיל אי-מעיל אקאונט'ס האט יענער אויפגעזעצט אלעס אייך צוהאלטען פארנימען ביז וויפיל נומ'ס זייער אימעיל נאמען קען פארנעמען,
ועוד, פון וואו, און וויפיל צייט האט ער אזוי נישט דיר נישט, מיר נישט, אפיר צו זיכען ספעציעל אייער אדרעסס, און נאר פאר א קליינע ספק, ווייל גאר זיכער וועסטו אים שיקן לופטערן ??!


והחכם עיניו בראשו.
באניצער אוואטאר
דבילה
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 798
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 10:17 pm
האט שוין געלייקט: 1091 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 542 מאל

שליחה דורך דבילה »

פאר אנדרויד באנוצער: דא האט איר אלע א דוגמא וואס דירנפעלד אדער י. וואלף 'עט עצה'ן דיין ווייב צו מאכן מיט דיין ליבן אנדרויד
http://www.mobistealth.com/android-spy-software

באווארענט אייך באצייטנס און כאפט דעם הינט. אינסטאלירט דעם פראגראם (די פולע ווערסיע)
http://tinyurl.com/7ogllp4

און מיט דעם קענט איר וויסן אויב די הינט זענען שוין אויף אייערע שפירן
http://tinyurl.com/cmuhkqn
באניצער אוואטאר
cookies
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 94
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 25, 2012 10:01 pm
האט שוין געלייקט: 12 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 45 מאל

Great knowledge!

שליחה דורך cookies »

:like Thanx for your help on this issue, דבילה. You sound like you know your stuff.
Btw, do you know how to use Windows Task Scheduler? Eech red mir aahn that if I use it to delay drivers & services while Windows starts, then my OS would start faster, EMES?
שימעלע
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 88
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 12, 2012 5:34 pm
האט שוין געלייקט: 18 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 63 מאל

שליחה דורך שימעלע »

פאר דעם ניץ Msconfig גיי צו start>search און שרייב msconfig און דרק ענטער.
אדער גיי צו right click Computer און דרוק manage און services דא קענסטו אנשטעלן יעדע service זאל זיך אנפאנגען manually אדער automatic אדער automatic delayed.
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

אדער אויב ווילט איר נישט שפילען מיט די קאמפיוטער קישקעס, ווייל איינער וואס קען זיך נישט אויס קען ארויס נעמען זאכן פון סטארט אפ וואס פעלט אויס, אדער דיסעיבלען סערוויסעס וואס ברויכן זיין ענעיבעלד, קען מען ניצן Soluto וואס איז א פראגרעם וואס איז דער מיעץ וואס יא ארויסצונעמען און וואס נישט, וואס מ'קען דילעיען וכו'.
פארשפארט