פארוואס לאכט דער עולם? ווען איך האב ערהאלטן דער קליפ האב איך עס אנגעקוקט ווי א נארמאלע ערשיינונג וואס געשעהט טאג טעגליך אין א יעדע קהלה וחסידות. אין ספינקא זינגט מען וצדיקים ישמחו יעלצו לפני אלוקים, בשעת די צדיקים פארגלייזן זיך די אויגן. אין סאטמאר איז עס אור זרוע לצדיק, אין באבוב, קול רנה באהלי צדיקים, אין בעלזא ימים על ימי מלך, אין סקווירא זינגט מען על ידי דוד משיח צדקיך און אין ליובאביטש יחי אדונינו. איך זעה נישט פארוואס זינגען די ניגונים מאכט מער סענס ווי שא שא נישט רעדן לשון הרע!
[tag]ברסלבער[/tag], האסט דיך גארנישט וואס צו שעמען מיט רבי איטשע מאיר אדער מיט דער קליפ. סך הכל תפס אומנות אבותיו בידיו, ער פירט זיך ווי די פארצייטישע חסידים. קען זיין אז ער האט עס געטון צוליב די עבודה פון ביטול היש, אדער מלמד זכות צו זיין אידן, אדער מעורר צו זיין די הס קטיגור. ווי אזוי עס זאל נאר זיין איז דא מער זיך צו שעמען מיט רוב רובם פון די היינטיגע רביס.
איך האב שוין געשריבן דא אז מיר זענען אלע די זעלבע משוגעים, אבער for some reason זענען מיר אקעי מיט אונזערע משוגעת'ן און נישט מיט יענעמ'ס.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
ביזט גערעכט, זינגען ובכן צדיקים אויף א רבי איז טאקע מער מאדנע... איים סארי.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל