פירושים פליאים
- הערשי
- ידיד השטיבל
- הודעות: 347
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 07, 2013 3:27 pm
- האט שוין געלייקט: 203 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 948 מאל
פירושים פליאים
די תרעי דעה האבן זיך געעפענט בשנות ת"ר, כידוע. ביז צו יענער תקופה האט זיך חכמה געקייקעלט דורך די שושלת הקבלה פון די חרטומי מצרים, סבי אתונה ותלמי, ורוזי קדר, וכל העם עונים אחריהם אם קבלה היא נקבל. ס'איז דערפאר נאטורליך צו ליינען אין די מפרשי המקרא והש"ס איבער פענאמענע וועלכע זענען שוין היינט אפגעפרעגט אבער זענען פארט עפ"י שכל אין איינקלאג מיטן רוח הזמן. צומאל אבער טרעפט מען עפעס מאדנע. אזאנס וואס אפילו בזמנו וואלט עס געדארפט צו הייבן ברעמען, ועל כגון דא פתיחנא אתכלתא דין.
דער רד"ק שרייבט אין מיכה א:טז, "הנשר יעוף למעלה מכל העופות, ואחת לעשר שנים יעוף מאד למעלה עד האויר העליון הסמוך לגלגל האש, ומרוב חומו ימרטו כנפיו ותפול נוצתו".
נישט צו בארירן דעם גלגל האש אדער דאס אפברענען די פעדערן ווי כאניאקישע פיאות שריפת הנוצה והגוף קיים, נאר פשוט מניין לך? איינער א מגדל נשרים האט דען געלאזט זיינע אדלער פליען יעדן טאג הין און צוריק און אבערזערווירט אז צום צענטן יארטאג קומען זיי אלע אהיים אפגעפליקטע און אויסגעברענטע?

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום הערשי, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
היט זיך פון א סבלן'ס כעס.
- שליח
- ידיד השטיבל
- הודעות: 167
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 11, 2013 11:43 am
- געפינט זיך: th dimension'∞
- האט שוין געלייקט: 459 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 767 מאל
אדרעסירט אייער טענה אויך צו Edmund Spenser, וואס שרייבט אין The Faerie Queene בזה"ל:
[left]As eagle fresh out of the ocean wave,
Where he hath lefte his plumes all hory gray,
And decks himself with fethers youthly gay.[/left]
ווי אויך צו אלע אנדערע אריענטלס, קריסטליכע, און אפילו סעקולארע מחברים וואס האבן דאס געשריבן.
אין אנדערע ווערטער, ס'איז אן אור-אלטע לעגענדע וואס איז געווען אנגענומען אלס פאקט, נישט דער רד"ק איז דער מחדש, ער האט עס נישט געשריבן די ערשטע און נישט די לעצטע. שטעלט אייך פאר חזקיהו וסיעתו וועלן זיך ארויסשטעלן אלס די גערעכטע, די טווין-טאוערס קאטאסטראפע וועט אנדעקט ווערן אלס קאנספיראציע. וועט איינער קענען טענה'ן אין פופציג יאר ארום קעגן די וואס האבן היינט געשריבן איבער די טעראר אטאקע? זינלאז, דאס איז די אנגענומענע פאקט, און קיינער איז נישט מחויב צו ווערן א פריוואטע דעדעקטיוו בעפארן נאכשרייבן ברייט באוויסטע פאקטן.
בכלל וואלט איך געוואלט פארשטיין וואס איז דער ענין זיך צו נעמען פונקט אויף די חכמי ישראל? איר ווייסט געוויס אז אריסטו וחביריו זענען געווען פיל מער געשלאגן אין דעם, (ס'איז אים בכלל נישט איינגעפאלן צו בעטן זיין פלונית'טע צו עפענען איר מויל ער זאל קענען אפציילן וויפיל ציין זי האט!). אדרבא, אויף וויפיל איך ווייס זענען נישט פארהאן צופיל אזעלכע חידושים פון חכמי ישראל (וואס מוזן מיינען כפשוטו, אגדתות זענען דא אסאך), בעת וואס די יוונישע און אראבישע ביכער זענען פיל דערמיט. אויף וויפיל איך ווייס האבן די חכמי ישראל פיל מער געשעצט אן "עסקן בדברים" ווי די חכמי אוה"ע (בימים ההם).
ס'איז א בושה פאר א קולטור וואס זוכט פראבלעמען אויף אירע גרויסע פון אונטער דער ערד, sorry to tell you that. (כ'מיין נישט אייך פערזענליך, אדרבה כ'שעץ אייך זייער, אבער די לופט דא איז אסאך מאל אומראציאנאל אונטערן מאנטל פון ראציאנאליזם, אזש ס'דערמאנט די משכילים).

ראית איש חכם בעיניו תקוה לכסיל ממנו (משלי כו יב).
Skepticism is not necessarily a badge of tough-mindedness; it may equally be a sign of intellectual cowardice ~ John Beloff
- יאיר
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4765
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
- האט שוין געלייקט: 6187 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל
סליפקין אין זיין בוך sacred monsters רעדט וועגן א לעגענדע איבער א ענליכער פייגל וואס ווערט פארברענט און צוריק געבוירן פון די אש. מסתם איז דאס נאך א ווערסיע דערפון. איידער מען איז דן אזוי שנעל די קדמונים פאר'ן שרייבן צומאל 'מאדנע' זאכן, דארף מען קודם געדענקען זייערע הגדרות פון 'מאדנע' און זייערע הגדרות פון הוכחות פאר א הנחה. אויב פלוני האט זיך אמאל געדאכטן אז ער האט געזען א פייגל מיט אפגרענטע פליגלעך און ער האט עס אריינגעשריבן אין א בוך, ווער רעדט נאך אויב פלוני איז געווען א גרויסער נאטורליכער פילאזאף איז דאס געווארן באטראכט אלס חי וקים. און הערשי, יאיר און לעיקוואוד, און אלע שטרענגע ראציאנאליסטן וואלט עס מסתמא געגלייבט ווען זיי לעבן דעמאלט.
----
שליח האקט. אקוראט די זעלבע ווערטער, ברוך שכונתי לדעתו הגדולה!

האדם לא נברא אלא להתענג
- outspoken
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1227
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 21, 2012 10:43 am
- האט שוין געלייקט: 269 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 802 מאל
כ' בתהלים (פכ"ה פי"ד) דסוד ה' ליראיו ובריתו להודיעם ומזה יודעים חז"ל לכל "סודות הבריאה" וכבפ"ק דסוטה (ד:) דכ' דהא דבן עזאי ידע לשיעור ביאה אע"פ שלא בא על אשה מעולם משום דסוד ה' ליראיו ע"ש. וכן יעו"ש לקמן (י.) ובסנהדרין (מח:) דכ' היכי דמי פדגרא [שם חולי שאוחז ברגלים, רש"י], כמחט בבשר החי, מנא ידע וכו' איכא דאמרי מיחש חש ביה וכו' ואיכא דאמרי סוד ה' ליראיו ובריתו להודיעם יעו"ש. וכן יעוי' במשנה בידים (פ"ד מ"ג), והובא בגמ' ברפ"ק דחגיגה (ג:) דבכה ר' אלעזר ואמר סוד ה' ליראיו ובריתו להודיעם וכו' ע"ש. וכן יעוי' בספ"ב דנדה (כ:) דההיא איתתא דאייתא דמא לקמיה דר"א הוה יתיב ר' אמי קמיה, ארחיה, א"ל האי דם חימוד הוא כו' קרי עליה ר' אמי סוד ה' ליראיו ע"ש.
פאקט, אז מ'זאל נעמען אלע נסיונות פונם דור אריינגערעכענט אינטערנעט און ארונים אויף איין זייט און ציונות אויף די אנדערע וועט דאס לעצטע איבערוועגן SO LETS BE FOCUSED NOT STUPID
- הערשי
- ידיד השטיבל
- הודעות: 347
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 07, 2013 3:27 pm
- האט שוין געלייקט: 203 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 948 מאל
אל מעכ"ת דשלוחא דרבנן, אגב חורפיך האסטו מסתמא פארזען מיין אריינפיר. איך האב קאטעגאריזירט דאס אשכול אויף אומ'שכל'דיגע, נישט גרייזיגע, פירושים. איבערדעם אויבנדערמאנטן רד"ק האב איך אנגעגעבן פארוואס אפילו א בן דורו וואלט געדארפט צו קרומען מיט די נאז. איך און דו ווייסן נישט צו אריסטו האט יא אדער נישט בודק געווען זיינע ווייבער'ס ציינער ונמצאים חסירים. עכ"פ ווילאנג איך זעלבסט בין נישט בודק מיין ווייב'ס, האב איך נישט וואס צו לאכן, ווייל אויסער דאס פאקט אז ס'איז א גרייז איז גארנישט אומ'שכל'דיג דערביי, ווייל לא מעבר לים היא יא צו אבזערווירן.
משל למה הדבר דומה, אויב אין א יובל וועט מען פסק'ן ווי חזקיה וסיעתו אז די אטאקעס זענען דורכגעפירט געווארן דורך די בוש-קענעדי-ראבין קליקע, וועט מען טאקע קיין טענות נישט קענען האבן אויף אונער דור פארן פירן א מלמחה קעגן טעראר, ווייל אין לדיין אלא מה שעיניו רואות. מ'וועט אבער יא קענען אויפפאדערן פארן טאן אנדערע ווילדע זאכן, ווי למשל, כ'ווייס, אינוואדירן א לאנד וואס האט אפילו לשיטתנו נישט געהאט קיין פארבינדונג מיט די אטאקעס.
איך זוך נישט צו מאכן א חוכא וטלילא פון קיינעם, נישט פון חכמי ישראל און נישט פון חכמי אוה"ע, ווי איר באשולדיגט מיר. איך וויל פשוט מאכן א ליקוט פון די אלע מדרשי פליאה. היות מיר לעזן נישט ספרי יון, הן מחמת שמתא והן מחמת יפיפיתו של יפת איז לשון עלגים באהלי שם, טרעף איך די פירושים נאר אין ספרי המפרשים לדורותיהם, והפך ביה דכולי ביה.

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום הערשי, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
היט זיך פון א סבלן'ס כעס.
- מאטי
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3090
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
- האט שוין געלייקט: 3382 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל
שליח האט געשריבן:ווי אויך צו אלע אנדערע אריענטלס, קריסטליכע, און אפילו סעקולארע מחברים וואס האבן דאס געשריבן.
נו די אידשער גלויבן איז דאך דער אמת, ניין?
שליח האט געשריבן:די טווין-טאוערס קאטאסטראפע וועט אנדעקט ווערן אלס קאנספיראציע. וועט איינער קענען טענה'ן אין פופציג יאר ארום קעגן די וואס האבן היינט געשריבן איבער די טעראר אטאקע? זינלאז
אויב וואלט א מקובל היינט זאגט רמזים אז טאליבאן מיט טווין טואערס זענען דברים הפכיים און געמאכט תורת שלימות דערפון און דערנאך שטעלט זיך ארויס אז חזקיהו איז גערעכט. וואס וואלסטו געזאגט ? קענסט די מעשה פון יעקל מיללער מיט באבוב'ער רב אויפן דברי חיים'ס טאביק פושקע?
שליח האט געשריבן:בכלל וואלט איך געוואלט פארשטיין וואס איז דער ענין זיך צו נעמען פונקט אויף די חכמי ישראל?
שליח האט געשריבן:בעת וואס די יוונישע און אראבישע ביכער זענען פיל דערמיט. אויף וויפיל איך ווייס האבן די חכמי ישראל פיל מער געשעצט אן "עסקן בדברים" ווי די חכמי אוה"ע (בימים ההם).
טאקע דאס איז דער פוינט אז מ'לערנט אונז א יעדעס איינציג ווארט וואס שטייט אין יעדעס געדרוקטע גליון מוז זיין אמת ויציב און וער ס'גלייבט נישט איז ח"ו אן אפיקורס .
דאס איז היינט קאונטער פראדוקטיוו און מ'דארף קענען אננעמן מיט א פשטת אז ס'איז נישט אזוי. אזוי ווי הרב שליח טאקע נעמט דאס אן.
איך גלייב אז % 90 אידן וואס איר קענט נעמען אן די ערשטע וועג .
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 545
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 26, 2013 2:56 pm
- האט שוין געלייקט: 447 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 521 מאל
[tag]הערשי[/tag]האסט בארירט א נקודה וואס איך האב שוין אסאך מאל אריינגעקלערט, און געקומען צו די פשוטע מסקנה וואס [tag]שליח[/tag] האט געשריבן, די אלע פאנטאסטישע זאכן זענען געווען מקובל בפי העולם, אנגעהויבן פון א נדה מאכט א פלעק אויף א נייע שפיגל, ביז ציורים פון הונטעלעך במי רגלים בנישך מכלב שוטה און אז א איי פליט ארויף ווען מען לייגט אריין דערין טל. דאס אלעס איז דעמאלס געווען אנגענומענע זאכן, פונקט ווי מיר זענען זיך היינט טועה בלי ספק אין פארשידענע ענינים וואס וועלן במשך הזמן אנדעקט ווערן, ווי אזוי עס האבן זיך אנגעהויבן די לעגענדעס איז א צווייטע שמועס.
דאס איז מיין טענה צום ר' אברהם מייזעלס פון מאנטריאל מחבר פון מטבע שטבעו בו חכמים און נשמת כל חי, וואס אנשטאט ממעט צו זיין און רעדן בדברים שטעו בהם אותו חכמים, אפילו עס איז נישט מגרע פון זייער חכמה קיין נימא, איז עס דאך נישט געשמאק און כש"כ נישט רעלעוואנט, נעמט ער עס צוזאם און דער עולם גולם גאפט אויך די פאנטאסטישע ענינים, עס איז זיכער מער שאדן ווי רווח.
און ממילא האב איך די זעלבע טענה צו דיר אויך, "ווילדע פירושים מפי ספרים וסופרים" איז נישט קיין פאסיגע קעפל, אפשר "פאנטאסטישע פאקטן" און איך זע נישט קיין געהעריגע ווערד אין עס זאמלען, ווי געזאגט, איז עס נישט יצא מבטן "ספרים וסופרים".

"ווי דער גוטער בוך זאגט, אז מען שפייט אין די לופט, לאנדעט עס אין פנים"
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 278
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 17, 2013 12:08 am
- האט שוין געלייקט: 17 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 270 מאל
- הערשי
- ידיד השטיבל
- הודעות: 347
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 07, 2013 3:27 pm
- האט שוין געלייקט: 203 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 948 מאל
ממרום שלח אש האט געשריבן:דאס איז מיין טענה צום ר' אברהם מייזעלס פון מאנטריאל מחבר פון מטבע שטבעו בו חכמים און נשמת כל חי, וואס אנשטאט ממעט צו זיין און רעדן בדברים שטעו בהם אותו חכמים, אפילו עס איז נישט מגרע פון זייער חכמה קיין נימא, איז עס דאך נישט געשמאק און כש"כ נישט רעלעוואנט, נעמט ער עס צוזאם און דער עולם גולם גאפט אויך די פאנטאסטישע ענינים, עס איז זיכער מער שאדן ווי רווח.
און ממילא האב איך די זעלבע טענה צו דיר אויך, "ווילדע פירושים מפי ספרים וסופרים" איז נישט קיין פאסיגע קעפל, אפשר "פאנטאסטישע פאקטן" און איך זע נישט קיין געהעריגע ווערד אין עס זאמלען, ווי געזאגט, איז עס נישט יצא מבטן "ספרים וסופרים".
כ'פארשטיי נישט דיין טענה. מלקטים קענען קלויבן וואס ס'שמעקט זיי, און אז דו האלטס ס'דא דברים שהשתיקה יפה להן האסטו פארלוירן דעם קאמף צום אויסטרעף פון די ניי מאדערענע טעכניק: פאפיר.
אז דו האסט א פארשלאג פאר א בעסערן קעפל לאמיר הערן. אדער קען מען אנפרעגען. ער האט א קעפל מיט קעפלעך.
היט זיך פון א סבלן'ס כעס.
- יידל
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4922
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
- האט שוין געלייקט: 2328 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל
הערשי, ייש"כ פארן עפענען דעם אשכול. אויף דעם עצם געדאנק אז דאס וואלט שוין בימיהם געדארפט הייבן אויגנברעמען בין איך נישט מסכים, פשוט ווייל עס איז אוממעגליך זיך אריינצולייגן אין זייער שיך. פארגעס נישט אז עס איז נאכנישט געווען דאן א געדאנק פון א סייענטיפישע מעטאדע וויאזוי צו דערגיין זאכן און עס איז דערפאר נישט מער ווי נארמאל אנצונעמען אז זאכן וואס "יעדער" איינער "ווייסט" איז זיכער אמת.
לגבי עם עצם נושא, איז כדאי צו דערמאנען דעם פשט פון רבינו אפרים אז בנימין זאב יטרף מיינט אז ער איז געווען א ווערוואלף werewolf און אז רחל איז געשטארבן וויבאלד בנימין איז גלייך נאכן געבורט פארוואנדלט געווארן אין א וואלף און איר פארציקט, און אזוי אויך דערפאר האט יעקב אבינו מורא געהאט אראפצושיקן בנימין אליינס אן זיין שמירה, וויבאלד די ברודער וואלטן נישט געקענט אים צוריקהאלטן פון זיך פארוואנדלן אין א וואלף.
עס איז דא א ספר אוצר פלאות התורה (וואס איך האב באשריבן אין ספרים חדשים) וואס האט א גאנצע פאק מיט די סארט פירושים.

לא רעב ללחם. לא צמא למים.
- יידל
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4922
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
- האט שוין געלייקט: 2328 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל
ממרום שלח אש האט געשריבן:דאס איז מיין טענה צום ר' אברהם מייזעלס פון מאנטריאל מחבר פון מטבע שטבעו בו חכמים און נשמת כל חי, וואס אנשטאט ממעט צו זיין און רעדן בדברים שטעו בהם אותו חכמים, אפילו עס איז נישט מגרע פון זייער חכמה קיין נימא, איז עס דאך נישט געשמאק און כש"כ נישט רעלעוואנט, נעמט ער עס צוזאם און דער עולם גולם גאפט אויך די פאנטאסטישע ענינים, עס איז זיכער מער שאדן ווי רווח.
ר' אברהם מייזעלס אליינס קומט זיך מנה אחת אפיים וויבאלד ער שרייבט אין די הקדמה אז די תכלית פון זיין ליקוט איז צו ווייזן כוחם ועוצם ידיהם פון אונזערע קדמונים בחכמת העולם, און אנשטאט דעם מאכט ער פון זיי א חוכא וטלולא. אבער לגבי דאס עצם ענין פון מלקט זיין די זאכן איז דאך פונקט פארקערט, אדרבה, עס איז א גרויסער ענין פון למען ידעו דורותיכם. ווי האט נאר שאול ליבערמאן ז"ל געזאגט אויף גרשום שלום? שטותים זענען שטותים אבער דאס לערנען פון שטותים איז חכמה. (nonsense is nonsense but the study of nonsense is scholarship) ודפח"ח.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
- שליח
- ידיד השטיבל
- הודעות: 167
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 11, 2013 11:43 am
- געפינט זיך: th dimension'∞
- האט שוין געלייקט: 459 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 767 מאל
ר' הערשל, כ'בין זיכער אז איר גלייבט אז צייט איז רעלאטיוו, און אז space איז curved. מסתמא גלייבט איר אויך אז ס'איז דא מער ווי איין אין-סוף, איר קענט מסתמא אויך הערן אז די יקום באשטייט פון מער ווי 3 דימענציעס, ועוד. זאכן וואס זענען נישט נאר נישט מסתבר, נאר זיי זענען ממש קעגן די מושכלות ראשונות, מ'דארף זיך ראנגלען מיט די אייגענע שכל זיי צו אקצעפטירן. כ'גלייב אויך אז איר האט נישט עקספערימענטירט די אלע זאכן, איר גלייבט זיי נאר ווייל אזוי איז אנגענומען אין די היינטיגע סייענטיפישע וועלט. ווער ס'זאגט אז ער גלייבט נישט קיין אומ'שכל'דיגע זאך אהן צו זעהן מיט די אויגן איז אדער א בלאפער, אדער גלייבט ער טאקע נישט דריי-פערטל פון modern science, אדער מאכט ער פשוט א טעות און ער כאפט נישט וויפיל ער גלייבט יא. (אגב, איר האט געזעהן מיט די אויגן אז וואס איר זעהט מיט די אויגן איז אמת? ס'איז אויך נישט מער ווי מסתבר).
קעגן די אויסגערעכנטע זאכן איז א טעאריע אז אן אדלער ברענט זיך אפ די פעדערן אונטערן זון און קומט אראפ אויפגעפרישט יעדע צענטע יאר ממש שכל'דיג, ס'איז זיכער פיל מער שכל'דיג ווי צו זאגן אז פיצעלע חיה'לעך וואס מ'קען נישט זעהן מיט די אויגן זענען גורם רוב מחלות. מעגליך אז איר האט שוין געזעהן אמאל באצילן אונטערן מייקראסקאפ, אבער רוב עולם נישט, און די גרעסטע ראציאנאליסטן גלייבן עס.
(לולי דמסתפינא אז מ'וועט מיר דא צורייסן וואלט איך אייך געפרעגט, פון וואו ווייסט איר טאקע אז ס'איז נישט אמת? יא, ס'איז זייער נישט מסתבר, אבער אוממעגליך? מ'דארף קודם וויסן וואס נשר מיינט - ס'איז נישט זיכער אז eagle, עי' תוס' וראשונים בחולין בסוגיא דנשר -, איר נאכגיין וויאזוי זי לעבט אין jungle - ווייל אפשר אין געפענגעניש משתנים הטבעים - פאר צען יאר, און אויב וועט זיך ארויסשטעלן אז ס'פאסירט נישט ווייסן מיר אויף זיכער אז היינט געשעהט עס נישט, נישט מער. שוין, כ'האב גארנישט געזאגט ).
כ'האב שוין אביסל מרמז געווען אין רנה"ו אשכול, און מ'קען נאך זייער אסאך מאריך זיין, אז אויב וויל מען באקעמפן איגנאראנץ, אשתגע-דרא, "סיסטעם", און פארטרייבן אמונות טפלות, איז די וועג נישט צו גיין בסופה ובסערה, פרובירן אפירצוזוכן יעדע קוריאזע זאך און לאכן, דאס ברענגט בלויז א פיל שארפערע קאונטער-רעאקציע. שכל זאגט אזוי, און היסטאריע זאגט עס נאך שטערקער.
לאמיר זיך פארשטעלן אזא מעשה: א קלוגער יוד וואס האט ליב צו טראכטן פאר זיך, אבער איז אויפגעוואקסן אין א היינטיגע סארט חרדישע שטוב, דרייט זיך אויף אייוועלט, און הערט זיך דארט אהן כל דבר אסור אויף קאווע-שטיבל ויושבי'. נו, ער האט דאך ליב אליינס אפצומאכן, קלאפט ער אריין, מיט ציטערדיגע פינגער, http://www.kaveshtiebel.com/ אינעם אדרעס-באר. וואס טראכט איר פאסירט אויב טרעפט איר זיך אהן מיט אזעלכע אשכולות וואו מ'איז פארנומען צו מאכן א בראטל פון יעדע קלייניגקייט, ליצנות מאכן און אפשפעטן פון יעדע זאך וואס קלאפט נישט 101 פראצענט מיט אריסטו'ס פילאזאפיע, און אזוי ווייטער? כ'וועל אייך פארציילן, ער מאכט צו שאקירט דעם בראוזער, טראכטנדיג ביי זיך "ריכטיגע משכילים, אמתע ליצים און אפיקורסים", און ער טוט תשובה כל ימיו פארוואס ס'איז אים בכלל איינגעפאלן א מחשבה זרה אנדערש ווי "אנגענומען", ווערנדיג מער איגנאראנט ווי געווען.
אזא מעשה האט ווירקליך פאסירט, לפחות איין מאל, אבער מסתמא הונדערטער.
וואס איז ערגער, אזא מעשה אדער אז איינער זאל לפי תומו טראכטן אז אן אדלער ברוינט זיך אפ יעדע צען יאר? איז דאס ממש וואס כלל ישראל דארף יעצט?
אויב שטערט אייך אזוי שטארק אז געוויסע קענען אזוי מיינען, איז די עצה מרבה צו זיין מיט פרידליכע חכמה מאמרים. אויב וויל מען זיין פון די בונייך און נישט פון די מהרסייך איז די וועג לבנות ולא להרוס, און ווען איינער הייבט אן צו טראכטן הייבט ער שוין אליינס אהן צו פארשטיין וואו איין און וואו אויס. און אויב נישט איז אויך נישט עק וועלט, ווילאנג יענער ווייסט אז אידישקייט שטייט נישט אויף דעם באגרייף איך נאכאלץ נישט וואס איז אזוי געפערליך.
לאמיר זיך אלע פארנעמען ווי הרב [tag]שמעקעדיג[/tag] מרבה צו זיין מיט פאזיטיווע מאמרים. ס'איז קיין שום ספק אז שמעקעדיג'ס ארטיקל האט פיל מער שאנסן צו מאכן מענטשן טראכטן ווי למשל אפלאכן פון א קבלה נישט צו שטיין ביי די מחיצות.
אוודאי איז נאכנישט קיין עולם התיקון, און אז ס'טוט וויי שרייט מען. מ'קען נישט האבן קיין טענות אויף איינעם וואס שרייבט קעגן זאכן וואס שטעלן ממש אין געפאר (לדעתו) דאס נארמאלקייט פון אונזער סאוסייעטי, א שטייגער ווי אשתגע דרא, און מ'מעג אביסל פארזיסן דאס ביטערקייט מיט הומאר. אבער אפילו ביי אזעלכע זאכן לוינט זיך צו מעסטן יעדעס ווארט, אפוועגן במשקולת של זהב, נישט אריינצומישן צופיל שטעכערייען און ליצנות, שלא יהא קלקלתו מרובה מתקנתו.
אבער דאס איז זיכער, אז אויב א באדייטענדע צאל אשכולות זענען איבער אזעלכע זאכן וואס אם לא יועילו לא יזיקו, מיט א שארפע קנאבל גערוך וואס איז נאר מגרע און גארנישט מוסיף, ברענגט דאס אן אומגעהויערען שאדן אן קיין ריוח בכלל.
איך בעהט אייך באמת איבער פאר מיין אויסברוך, לויט ווי איך פארשטיי אייערע ווערטער יעצט איז דאס אייך באמת נישט געקומען, כ'האב נאר געהאלטן נאכן ליינען עטליכע תגובות וואס האבן מיר געמאכט וואונדערן צו כ'האב נישט פארבלאנדזשעט צו עפעס א פארום ליוצאים בשאלה, די לעצטע שטרוי וואס האט צובראכן דאס קעמל'ס רוקן. אבער למעשה האב איך פארדינט אז כ'בין געוואויר געווארן אז כ'בין נישט דער איינציגסטער וואס פילט אזוי, איינער פון די מערסט טאלאנטפולע שרייבערס דא האט מיר געשריבן אין אישי בזה"ל:
אבער אפילו נאך אייער הסבר פארשטיי איך נאכנישט וואס די אשכול גייט אויפטון, און וואס ס'גייט שאדן מאכן איז זייער קלאר. שוין, כ'קען אייך נישט איינטיילן וואס צו טון, ואחזיק בפלך השתיקה. איך האף איר זענט מיר מוחל על העבר, כי מרוב שיחי וכעסי דיברתי עד הנה.

הנ''ל האט געשריבן:דאס פלאץ האט זיך שטארק ראדיקאליזירט לעצטנס און איך האב מיך שוין אפילו מתנזר געווען פון שטיבל פאר לאנגע וואכן.
אבער אפילו נאך אייער הסבר פארשטיי איך נאכנישט וואס די אשכול גייט אויפטון, און וואס ס'גייט שאדן מאכן איז זייער קלאר. שוין, כ'קען אייך נישט איינטיילן וואס צו טון, ואחזיק בפלך השתיקה. איך האף איר זענט מיר מוחל על העבר, כי מרוב שיחי וכעסי דיברתי עד הנה.
ראית איש חכם בעיניו תקוה לכסיל ממנו (משלי כו יב).
Skepticism is not necessarily a badge of tough-mindedness; it may equally be a sign of intellectual cowardice ~ John Beloff
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 835
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 20, 2013 10:36 am
- האט שוין געלייקט: 388 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 381 מאל
פארוואס לויפט דער הנ״ל אוועק פון דא? זאל ער אנפאנגען צו שרייבען פאזיטיווע אשכולות, אדער זאל ער מרבה זיין מיט פרידליכע חכמה מאמרים
דברי מוסר מבדחן לשמעקעדיג:
לערין דיר אויס צו הערן א צווייטענס מיינוג, אז נישט וועסט מין הסתם אויסזען ווי קינות גירושין און א צייט פון יעצט, די יסוד פון שלום בית איז צו קענענן אויסהערן וואס א צווייטער זאגט, מען מוז נישט אלץ אגריען מיט יענעם אבער אויסהערן דארף מען.

- הודעות: 6959
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
- האט שוין געלייקט: 4586 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל
גוטע פוינטס הרב שליח, אבער וואס מאכט אייך טראכטן אז איינער איז דא אויף א מיסיע אויפצוקלערן? סך הכל קומען דא אידן זיך אויסצוליפטערן און שמועסן, מי ברצינות ומי בבדיחות. אין די פיזיקאלע קאווע שטיבל ווען דו שטויסט דיך אן אין מענטשען וואס מאכן חוזק פון דא והא פרעגסטו זיי אויך וואס זיי ווילן אויפטוהן? בונה זיין צו מהרס זיין? אבער בנוגע אפלאכן, וואס דען זאל מען טוהן ווען מ'זעט בילדער פון מענטשען וואס טוען זיך אן שמאטעס אויפן קאפ אין נתב"ג? זאך מען זיך רעגן? איז דאך נישט געזונט, פטור בלא כלום אי אפשר, לאכט מען אפ. אזויווי אידן מדור דורות האבן זיך אלעמאל געספראוועט מיט פראבלעמען, מיט אביסל ליצנות.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2147
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
- האט שוין געלייקט: 5895 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1719 מאל
כגעפילטע ועוד. דער פארום איז נישט געגרינדעט געווארן בכוונה איינעם אויף צו קלערן, על כל פנים אויף וויפיל איך געדענק איר היסטאריע. די מייסדים זענען פשוט זייער ליבעראלע מענטשן אין פרינציפ, מסתמא פיל מער ווי רוב ליינער און שרייבער, ווי עס האט זיך קלאר ארויסגעוויזן ביי די @שלום דין סומאטאכע. זיי זאגן קלאר אז ווי לאנג א דעה איז נאכנישט קאנפירמד אפיקורסות אין ישיבה חובבי תורה, האט עס נאך פלאץ דא.
אבער נישט דאס איז דער עיקר צוציאונגס קראפט פון דעם פארום, רוב עולם קומט נישט אהער זוכן די סארט שטאף, ווייל איים שור עז הערשי קען ליינען און מסתמא אויך שרייבן אויף ענגליש און עברית וואו שוין דא אזאלכע פארום'ס לרחצה. ווען דער שטיבל זאל ווען זיין בלויז א אידישע עצכ"ח, וואלט עס אנגעהאלטן אזוי לאנג ווי איר פארגייער אויף היידפארק ווער עס געדענקט.
דער עולם קומט דא פשוט זיך אויסלופטערן, דער עיקר וואס באדערט דא פארן ציבור איז געזעלשאפט פראבלעמען, און אפילו ווער עס וויל יא אביסל מער אידישקייט ענינים וויל עס מסתמא אויך על הרוב אויפן חרדי'שן שטייגער. פון די אנדערע זייט, דוקא די געלונגענע שרייבער און בעלי כשרון, זענען דאך יא אינטערעסירט צו רעדן טיפערס, ווערט דערמיט געשאפן אזא אומבאלאנס. די בעסטע עצה וואלט געווען א עקסטערע פארום פאר ווער עס וויל דיסקוסירן ענינים וואס רוב עולם פעלט עס נישט אויס, זאגאר לעיקוואוד האט אויך בשעתו עס געפאדערט, אבער עפעס האבן טייל עולם מורא געפערליך פאר דעם, דערפאר קומט עס נישט מכח אל הפועל.
אדרבה, הרב שליח, איר האט שוין גע'פועל'ט ביי די באהערדע אויף א נודניק קנעפל, לך בכחך זה אפשר וועט איר קענען דאס אויך ערלעדיגן.

האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
- יאיר
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4765
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
- האט שוין געלייקט: 6187 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל
איך האף אז כעסו פון מאור עינינו @שליח האט זיך שוין אביסל בארואיגט מרוב שיחו, און איך וועל פרובירן אביסל ממתיק זיין די דינים. כ'בין זיכער אז פאר כלל ישראל טויג נישט אויב שליחנו ושליח בית דין וועט אנקומען צום יום כיפור מיט אנגעצויגענע נערוון, ער קען נאך חלילה אריינברענגען די קטורת ווי א צדוקי אין זיין בהלה.
לעצם הענין, דארף כבודו הרמה פארשטיין אז דאס איז א כלליות'דיגער פראבלעם פון די מענטשהייט (ועי' בחתימתי). פארפאלן, רוב מענטשן האבן מער הנאה צו זיין נעגאטיוו ווי פאזיטיוו. און דאס איז נישט בלויז חרדים, דאס איז איבעראל (אפשר זענען חרדים מער געשלאגן דערין). ממילא איז פשוט אז ווען א חרדי עפנט זיך די אויגן, לויפן אים באלד פאר די אויגן אלעס וואס ער זעט פאר נאריש און פאלש ביי אונז. דאס איז דאך אסאך גרינגער ווי צו טראכטן ווי אזוי מען קען בעסער מאכן אונזער סאסייעטי. מ'האלט זיך דא אין איין אפרעדן אז מ'לערנט נישט אויס דאס ריכטיגע אידישקייט, אבער גאר ווייניג האלטן זיך ביים פארקאטשען די ארבל און אריינטראכטן ווי אזוי מען קען מאכן זיס אידישקייט. דאס איז א פראבלעם מיט וואס רוב מענטשן זענען געשלאגן, אריינגערעכנט אני השפל. און אויב איך מעג זיך ערלויבן, וועל איך אויך האבן די חוצפה פארצושלאגן אז כבודו הרמה האט אויך א שמינית שבשמינית דערפון. ווייל אויב נישט, וואלט דאך קודם געדארפט קומען א גאנצע הקדמה ווי גוט ס'איז אז מ'האט א פלאץ וואו מ'קען פארברענגען געשמאק, און דערנאך דארף קומען דער חסרון אז מ'לייגט צו א גרויסע דגוש אויף די נעגאטיווע חלקים.
איז וואס איז די עצה? קודם, מיט נעגאטיוויטעט וועט מען נישט פארטרייבן קיין נעגאטיוויטעט. טאקע ווי כבודו ברענגט אזוי גוט ארויס. לאמיר אלע זיך מתבונן זיין לכבוד דעם נייעם יאר אז מיר וועלן פרובירן זען גוטס אין אלס און אין אלעמען, אריינגערעכנט דער סיסטעם, נטורי קרתא, צימערמאן, וכל שם וחניכא דאית להו, און ווען מיר האלטן אז עס פעלט אויס קריטיק וועלן מיר עס זאגן אויף אן איידעלער און רואיגער אופן, אן קיין היץ.
והשנית, וואלט איך אויך מיטגעשטאנען מיט דעת תורה אז מען זאל עפענען אן עקסטערע פארום פאר עניני חקירה וואו מען וועט קענען דן זיין בכובד ראש איבער ווען דער אדלער ווארפט אראפ די פליגלען, און ווער עס האט געשריבן די מאדנע אראמישע ווערטער אין זוהר. פאר רוב המון עם פעלט דאס נישט אויס, און עס וועט זיי נאר צומישן. אדרבה, זאלן די פאר אידן וואס זענען אינטערעסירט דערין קענען אליין פירן די לייצעס.
ואסתגר בזה לעת עתה, בבוא היום הגדול והנורא, און לאמיר האפן אז די אדלערס ברענען נישט אפ, ס'איז דאך א צער בעלי חיים. טאמער יא, זאל דאס זיין די כפרה צום נייעם יאר, תכלה שנה וברכותיה.
(מ'האט דאך אפגעשמועסט אז דו וועסט נישט ווייזן מיין אישי ברבים? הנ"ל )

קינות גירושין האט געשריבן:פארוואס לויפט דער הנ״ל אוועק פון דא? זאל ער אנפאנגען צו שרייבען פאזיטיווע אשכולות, אדער זאל ער מרבה זיין מיט פרידליכע חכמה מאמרים
איר זענט כשר גערעכט, האפענטליך וועט ער יעצט ליינען דא און אננעמען די עצה.
געפילטע פיש האט געשריבן:גוטע פוינטס הרב שליח, אבער וואס מאכט אייך טראכטן אז איינער איז דא אויף א מיסיע אויפצוקלערן?
פארוואס דען רבוש"ע איז מען פארנומען כל היום אראפצורייסן, שפעטן, קריטיקירן, אנאליזירן? פארוואס דרייט זיך אזויפיל נאר ארום די סארט טעמעס? זענען טאקע דא מענטשן וואס זייער לעבן איז פשוט נישט קאלירפול?
ערנסט גערעדט, כ'פארשטיי אז מ'איז בעיקר דא זיך אויסצושמועסן און אויסלופטערן, אבער ווען ס'קומט צו די זאכן זענען מענטשן ארומגענומען מיט אזא אייפער, זייער אסאך פון די תגובות בענין זה ליינען זיך בנוסח "ווילאנג וועט דער סיסטעם זיין אזוי קארופטירט? מ'דארף עפעס טון!".
און סתם אזוי, בעהט איך פשוט א טובה פון יעדן וואס פארמאגט אביסל מוח ולב, מ'זאל אביסל נאכלאזן, אביסעלע ווייניגער איבערקייען די אויסגעדראשענע נושאים, טראכטן אביסל פאר מ'דריקט 'שיק' צו ס'וועט עפעס קאליע מאכן, און אביסעלע מער לייגן א דגוש אויף קאנסטראקטיווע ענינים. און פארשטייט זיך אז אין א פיזיקאלע קאווע שטיבל וואלט איך די זעלבע זאך געבעטן, ווען די שמועסן דארט קענען ווען עפעס קאליע מאכן. (און ווי כ'האב זיך איבערגעצייגט בין איך בכלל נישט דער איינציגסטער מיט די באשיידענע בקשה, כ'האב באקומען א שיינע פאר צושטימונגס-בריוולעך).
געפילטע פיש האט געשריבן:אבער בנוגע אפלאכן, וואס דען זאל מען טוהן ווען מ'זעט בילדער פון מענטשען וואס טוען זיך אן שמאטעס אויפן קאפ אין נתב"ג? זאך מען זיך רעגן? איז דאך נישט געזונט, פטור בלא כלום אי אפשר, לאכט מען אפ. אזויווי אידן מדור דורות האבן זיך אלעמאל געספראוועט מיט פראבלעמען, מיט אביסל ליצנות.
זייער ריכטיג, ווי געשריבן אויבן:
שליח האט געשריבן:אוודאי איז נאכנישט קיין עולם התיקון, און אז ס'טוט וויי שרייט מען. מ'קען נישט האבן קיין טענות אויף איינעם וואס שרייבט קעגן זאכן וואס שטעלן ממש אין געפאר (לדעתו) דאס נארמאלקייט פון אונזער סאוסייעטי, א שטייגער ווי אשתגע דרא, און מ'מעג אביסל פארזיסן דאס ביטערקייט מיט הומאר. אבער אפילו ביי אזעלכע זאכן לוינט זיך צו מעסטן יעדעס ווארט, אפוועגן במשקולת של זהב, נישט אריינצומישן צופיל שטעכערייען און ליצנות, שלא יהא קלקלתו מרובה מתקנתו.
הרב דעת תורה והרב יאיר, זייער א ריכטיגע עצה, און ווי ס'שטייט קלאר ארויס ר"פ אין דורשין. אבער אז לעיקוואד האט נישט אויסגעפירט, מה יעצור כח יתוש כמוני? פרוביר איך כאטש צו אפעלירן צום עולם, דאס קען איך יא. אבער אוודאי טאר מען נישט אויפגעבן האפענונג, אפשר פארט וועט זיך עס איינגעבן.
ברוך השם דער מצב גייט צו בעסערונג, ובפרט ווען איר לייגט נאך צו א פרצופא דצחוקא (כזה: ), קלאפט דאס אראפ דער היץ מיט א שיינע פאר גראד קעלווין.
ראית איש חכם בעיניו תקוה לכסיל ממנו (משלי כו יב).
Skepticism is not necessarily a badge of tough-mindedness; it may equally be a sign of intellectual cowardice ~ John Beloff
- הערשי
- ידיד השטיבל
- הודעות: 347
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 07, 2013 3:27 pm
- האט שוין געלייקט: 203 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 948 מאל
גוט, איך הער. כ'האב געשריבן פאזיטיוו אויך, נאר פאזיטיוו מוז באלאנסירט ווערן מיט נעגאטיוו כדי נישט צו שאפן אן עלעקטרישע אומבאלאנץ. כ'האלט נישט אז ס'טויג עפעס נישט מיטן אשכול דנן, און ס'אינטערסירט מיר קנאפ וואס דער הייפאטעטישער אייוועלטניק וועט נאך מיינען. ברם גם אני מצטרף צו דער רוח טהרה אין וואס דער שטיבל הילט זיך איין, וילמדו תועים בינה ומלאה הארץ דעה. אמן.
אגב, מ'זאגט נישט גראד קעלווין, כ"א להראות חכמתו לאודועי נפשיה באתרא דלא ידעי ליה.
אגב, מ'זאגט נישט גראד קעלווין, כ"א להראות חכמתו לאודועי נפשיה באתרא דלא ידעי ליה.
היט זיך פון א סבלן'ס כעס.
- טאמבל סאס
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4290
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
- געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
- האט שוין געלייקט: 6640 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל
סתם שלא מן הענין, איך קען מיך אבער נישט איינהאלטן, דערפאר מוז איך עס הויעך פראקלאמירן.
"הערשי, איז אייזן"
יעדע ווארט איז א נחת צו לייענען און ארויסהאבן די רזין ורמזים.
מיט זיין הומאר דראעהט ער נאך באלד איבערצושטייגן אונזער ליכט טורעם קופי ניקי.
נו ששש. ווער זענען מיר צושאצן.

דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
- טאמבל סאס
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4290
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
- געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
- האט שוין געלייקט: 6640 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל
שליח האט געשריבן:ובת"ד: און היסטאריע זאגט עס נאך שטארקער.....
.....אויב שטערט אייך אזוי שטארק אז געוויסע קענען אזוי מיינען, איז די עצה מרבה צו זיין מיט פרידליכע חכמה מאמרים. אויב וויל מען זיין פון די בונייך און נישט פון די מהרסייך איז די וועג לבנות ולא להרוס, און ווען איינער הייבט אן צו טראכטן הייבט ער שוין אליינס אהן צו פארשטיין וואו איין און וואו אויס. און אויב נישט איז אויך נישט עק וועלט, ווילאנג יענער ווייסט אז אידישקייט שטייט נישט אויף דעם באגרייף איך נאכאלץ נישט וואס איז אזוי געפערליך.
פאני, איך קום יעצט פון א מאדערן ארטאדאקסישן שוהל. הער איך דעם ראביי זיך אפרעדן, אז אזויפיהל ליידער פאלן אוועק פון די אינגע דור. דער עולם, אנשטאט פארקן זייערע קארן א גאס אוועק שבת, פארקירן זיי ממש נעבן ביהמ"ד, און גאר אסאך טרעטן קוים אריין אין שוהל. (ער וויינט אז די גאר פרומע ווערן מער און מער עקסטרימער, און די מאדערנע, פאלן אוועק אין א רעפיד שנעלקייט. וואס קען מען טוהן צו בויען מאדערן ארטאדאקסיע שרייט ער. ער וויל מאכן דעם שוהל פאר א קאווע שטיבל, מ'זאל נישט קומען בלויז דאווענען, נאר פארברענגען אויך צוזאמען.)