באקומען פון א חבר אויף וואטסעפפ
לכבוד מיין וואטסעפפ חבר
]שטייענדיג פאר יום כיפור וויל איך מיר איבערבעטן און אביסעל אויסשמועסן מיט דיר אונזער וואטסעפפ חברותה.
ווען די האסט שפאנירט אויף מיר און געזעהן אז איך בין "אנליין" האסטו מיר געשיקט וואטס אפ? איך האב דיר הערשט געענפערט נאך צוואנציג מינוט מן הסתם ביסטו געווען ברוגז ווייל איך בין דאך אנליין און איך ענפער נישט, אבער לאמיר דיר זאגן איך האב געהאלטען אינמיטען א העווי טשעט אויף א גרופ (מען האט דיסקאסט זייער וויכטיג עפעס וועמענס ווייב ספענט מער געלט..) איך האב נישט געפילט פאר וויכטיג אנצוהייבן א פרישע בארינג שמועס ( בערך אזוי: וואטס אפ?
ב"ה
האוו אר יא?
גוד
עני ניוס?
נאטינג ספעשאלס
און אזוי ווייטער די באטאמטע שמועסן...)
אביסעל שפעטער ווען איך בין ווייטער געווען אנליין האב איך געהאלטען און מיטען קוקען א וואטסעפפ קליפ אדער האב איך סתם אזוי נישט געהאלטען ביים ענפערן, איך בין עפעס מחויב דיר גראד צו ריספאנדען? אבער איך טריי געווענדליך צו קוקען ביי די נאטעפיקעישאן'ס וואס בערך די טעקסט איז אויב איך וויל דיר יעצט נישט ענפערן טריי איך עס נישט צו עפענען אז די זאלסט מיינען אז איך בין ביזי...
אויך דארף איך דיר איבערבעטן אזוי ווי אונז זעמיר צוזאמען אויף צוויי גרופס און איך פאווערד צומאל א גוטס פון איין גרופ צו די אנדערע און עס מאכט דיר נערוועיז, אדער שיק איך ביי מיסטיעק איבער די זעלבע לאנגע מעסעדש אויף די זעלבע גרופ, ווער רעדט נאך אויב איך שיק די זעלבע קליפ און סנוצט דיר אויס צוועלעף מעגע בייטס דעטע.. אבער אפילו איך שיק נאר איינמאל א גוטס אויף איין גרופ שרייבסטו שוין "אלד דזאוק" ווייל די האסט עס שוין געזעהן צוויי שעה צוריק אויף דיין פעמעלי גרופ און די האסט עס נישט געפאווערד...
אבער לאמיר זיך טרייסטען בלעקבעררי קומט דאך שוין ארויס זוממער (ס'פריזט נאך סאוי סאיז נאך נישט זוממער..) מיט זייער עפפ פאר ענדרויד/אייפאון אפשר וועט מען צוריק אנהייבן טשעטן אויף ביבי וועלעך קענען ליינען יעדעמס טשעט און דיר לכתחילה איגנארען.. זאל די באשעפער העלפען איך זאל טאקע ווערן ביזי..!