געווינערס-פארלירערס פון די נעכטיגע פריימעריס (לויט קארנבלי)

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
פארשפארט
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל

געווינערס-פארלירערס פון די נעכטיגע פריימעריס (לויט קארנבלי)

שליחה דורך שעפטל »

די ארטיקל (צוליב די בילדער...) ווערט צוטיילט אין דריי... ואתכם הסליחה

ישיבה ווארלד האט אן אלטן טראדישאן (פון...?) ווי נאך יעדע לאקאלע וואלן אז זייער שרייבער יעקב קארנבלי שרייבט נאכדעם ווער די געווינער זענען און ווער זענען די פארלירער (מ'רעדט דא על פי רוב, חוץ די קאנדידאטן אליינס.)

(אגב: קארנבלי איז א חסידישער בעלזער יונגערמאן, וואס האט זיך לעצטענס זייער ארויפגעארבייט מיט פראדוצירן און ריפארטן נייעס און ווידיאס פון די וואלן, א שטייגער וואס האט אים זייער פאפולער געמאכט איז געווען די ענטאני ווינער אויסבראך אין בארא פארק וואס זיין יו-טוב קליפ האט אריבער א מיליאן און זיבן הונדערט טויזענט קיקערס)
Jacob Kornbluh.jpeg


און דאס איז זיינע רעזאלטאטן:

[center]געווינערס:[/center]

סאטמאר - מהר"א:
די אהרונים (ווי מ'רופט זיי) האבן נעכטן ס'ערשטע מאל ארויסגעשלעפט א געוואלדיגער עולם פון זייער זייט, און זיי האבן אנגעצויגן מיט בערך 42-43% פון די וויליאמסבורג'ע שטימען.
(הערת שעפטל: באמת בין איך נישט דא צו דעבאטירן דעם נומער, איך וועל אויסווארטן ווען איך וועל האבן מיינע פיינעל נאמבערס פון א יעדע ED)
דעס אז זיי האבן באוויזן גאנץ א מעכטיגע בלאק-וואוט אין וויליאמסבורג וועט זיי מסתמה היבש העלפן אויף ווייטער, ספעציעל אויב זייער מעיאר קאנדידאט ביל דיבלאזיא וועט טאקע זיין מעיאר.

אגודת ישראל ד'אמעריקא:
Aguda.jpg

נאך יארן וואס די אגודה האט געהאט א כמעט פארמאכטע טיר ביים איצטיגן מעיאר בלומבערג, וועלן זיי פארלייפיג האבן אן אפענע טיר ביים כמעט זיכערן קומענדיגן מעיאר ביל דיבלאזיא, נאכדעם וואס אלע דארט איינס ביי איינס זענען לאנג יעריגע דיבלאזיא פריינט און שטיצער.

חיים דייטש:
Chaim Deutch.jpg

קודם א מינוט איבער חיים'ן, חיים איז דער גרינדער פון די חברת שומרים אין פלעטבוש, בעיקר איז חיים מיט זיין פירערשאפט אין שומרים זייער באקאנט געווען/געווארן ביי די סענדי האריקעין, ווי ער האט אראפגעלייגט א מייסטערהאפטיגע ארבייט, ער איז געווען דער לעגעסלעטיווער געהילף פונעם ארויסגייענדיגן קאונסול מעמבער מייק נעלסאן.
יעצט, חיים האט קודם באמת נישט געגלייבט אז ער וועט געווינען קעגן זיין קעגנער ארי קעגאן
Ari Kagan.jpg

(ארי, האט געארבייט פאר קאנגרעסמאן מייקעל מעקמאהען, און קאמפטראלער דזשאן לוא, אזוי אויך איז ער ערוועלט געווארן פאריאר אלס א דיסטריקט לידער אין די 45'סטע אסעמבלי דיסטריקט).
מיטן די געווינס פון האט חיים גאר גאר שטארקע שאנסן צו געווינען די וואלן אין נאוועמבער.
אין לך את ההרשאות המתאימות על מנת לצפות בקבצים המצורפים להודעה זאת.
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל

געווינערס-פארלירערס פון די נעכטיגע פריימעריס (לויט קארנבלי)

שליחה דורך שעפטל »

[center]המשך געווינערס:[/center]

דוד גרינפעלד:
David Greenfeld.jpg

ווער דוד איז ווערט שוין דא אין קאווע שטיבל אויסגעשמיעסט אין עטליכע אשכולות, צום פוינט, (ווי איך האב שוין דא ארויסגעברענגט) אפילו היינס האט פארלוירן די פריימעריס, אבער (לויט גרינפעלד... האט) היינס אנגעצויגן באלד 75% פון די אידישע וואוטס אין בארא פארק און פלעטבוש, וואס (אויב ס'איז אמת...) שטעלט א טאן אז אויב דארפט איר די אידישע וויילער אין ב"פ און פלעטבוש דארף מען האבן די שטיצע פון גרינפעלד.
(פון די אנדערע זייט, די שמיציגע קאמפיין פון גרינפעלד קעגן קען טאמפסאן, וועט אים מסתמה (האפענטליך נישט) קאסטן היפש אביסל פאוער ביים די עי'ס אפיס)

קראונהייטס אידישע קאמיוניטי קאונסול:
Crown Heights.png

די אינדארסירונג פון די חב"ד פאליטישע חברה ווי חנינה ספערלין, זאקי תמר, און אלי כהן פאר לאורע קאמבאו פאר סיטי קאונסול איז געווען רעזעקאליש, אבער האט זיך אויסגעצאלט ווען זייער בערך 1500 שטימעס האט איר געמאכט געווינען!
אגב, זיי האבן אויך אינדארסירט ביל טאמפסאן פאר מעיאר, און בפשטות האט ער פארלוירן, אבער אין פאקט האט טאמפסאן זייער שטארק אנגעצויגן דארטן אין זייער געגענט.

סקאט סטרינגער:
Scott Stringer.jpg

דער איצטיגער מאנהעטאן בארא פרעזידענט און צוקונפטיגער קאמפטראלער האט געווינען ממש איינע פון די שווערסטע מערכות, און האט למעשה אנגעצויגן ממש אלע אידישע וואוטס!
אין לך את ההרשאות המתאימות על מנת לצפות בקבצים המצורפים להודעה זאת.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום שעפטל, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל

געווינערס-פארלירערס פון די נעכטיגע פריימעריס (לויט קארנבלי)

שליחה דורך שעפטל »

[center]פארלירערס:[/center]

ראקלענד קאונטי אידישע געמיינדע:
חוץ וואס ממש אלע איינס ביי איינס פון די אידישע קאנדידאטן צו זייערע פריינט האבן פארלוירן נעכטן, ציפט נאך די מערסטע ווען דעיוויד פריעד וואס האט זיך צוגעשטעלט צו די אנטיי-פרומע 'פרעזערוו רעמפאו - היט רעמעפאו' (דאס איז דער געגענט נאמען) האט למעשה יא געווינען טראץ די פאראייניגטע אידישע מיינונג אז ער איז א פראבלעם.

דוב הייקינד:
Dov Hikind.jpg

אפילו דוב האט קאנדידאטן וואס האבן למעשה געווינען די פריימערי'ס, אבער צווישן די אידישע וויילער האט דוב גאר ווייניג און שוואך אנגעצויגן. אפגערעדט אז ביל טאמפסאן האט פארלוירן, וועט ביל דיבלאזיא מסתמה פיין געדענקן די שרעקליכע העץ קעגן אים.
צוצולייגן, ווי איך האב שוין דא געשריבן, האט זיין ארכי שונא דוד גרינפעלד געווינען מיט א לענדסלייד (אויב דאס איז אפילו די אויסדריק דא...) פון 91%.

סאטמאר-הגז"ל:
די זאלי'ס (ווי מ'רופט זיי) האבן אויך נעכטן געכאפט היפשע קלעפ, אפגערעדט פונעם סתימת הגולל פון זייער שטעקסטער העלפער וויטא לאפעז, האט זייער מעיאר קאנדידאט בפשטות פארלוירן, און אפילו מיט א ראן-אף זאגן די פאולס וועט ער דעמאלטס פארלירן, וואס וועט זיי שווערער מאכן זייערע קאנעקשאן'ס.
(איינס א האלב יאר האט ער אינוועסטירט כוחות אוועק צו כאפן טאמפסאן פון די ארונים, ער האט אים ארלעדיגט אסאך אויפנאמע'ס מיט פאנד רעיזערס, זיי האבן געטוהן אלעס אין די וועלט כדי צו פארזיכערען אז זיי וועלן זיין די יושבי ראשונה ביים נייעם מעיאר פון ניו יארק, מ'איז אזוי זיכער געווען מיטן געווינס אז מ'האט אפילו געלייגט פיקטשערס פון די ראסס שוהל אין 'דער איד' וואס דער קליגע זאלי האט געדארפט ליינען ציווישען די שורות, אז טאמפסאן האט אינז דאס צוגעזאגט אויב אונז גיימער וואוטען פאר אים, למעשה פון די מינוט וואס ער האט אים אינדארסירט האט דער טאמפסאן אנגעהויבן צו גיין מטה מטה, כ'רעד שוין נישט אז מ'האט זיך אויפגעשטעלט ביי די ראלי מיט א זיכערקייט אין זאגט צו פאר דעם טאמפסאן 'א מתנה' א בלאק וואוט פון 11,000 וואוטס, ווען ער האט האט אריינגעברענגט פונקט העלפט! בערך 5,500).
אפגערעדט אז זייער צד שכנגד האט זיך גאר שטארק ארויפגעבויט מיט זייער בלאק וואוט.

עזרא פריעדלענדער:
Ezra Friedlander.jpg

באמת, האט עזרא איין זאך גאר שטארק געווינען, דאס אריינברעגן סטרינגער צווישן די אידן, א זאך וואס עזרא ארבייט שוין יארן דערויף. אבער דאס גיין אזוי שטארק פאר קריסטי קווין און אזוי שוואך אנציען ביי די אידישע וויילער שטעלט ארויס עזרא'ן אלס שטיקל פארלירער, און ווייזט אז ער זייענדיג קווין'ס אידישער ראטגעבער האט ממש גארנישט איר געברענגט.

ענטאני ווינער:
Anthony Weiner.jpg

ווען ווינער איז אריינגעטאנצן אין פארמעסט איז ער ממש געווען א זיכערער געווינער, אנציענדיג למעשה בערך 5% שטימעס האט אים פאראורטיילט אלס א שרעקליכער פארלירער.
אין לך את ההרשאות המתאימות על מנת לצפות בקבצים המצורפים להודעה זאת.
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4863
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 8315 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל

שליחה דורך רויטע וואנצעס »

jacob האט אויך א שיינע בלאג אלעס ארום די עלעקשינס http://nycelects.com/ .
ער איז פון די גרויסע אויף צד גרינפעלד, סא ווען ס'קומט צו די צוויי גרינפעלד/הייקינד קען איך פון אים גארנישט מקבל זיין.
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

איך זעה נישט מיט וואס די אהרונים האבן געווינען. ווילימסבורג איז כמעט די איינציגסטע פלאץ אין די גאנצע געגענט ווי טאמפסאהן האט שטארק אנגעצויגען. דאס ווייזט אז די זאליס אינדארסמענט איז א גרויסע שטארקע כח. די אהרונים האבען געהאט געווינסען מיט זאכן וואס האבן נישט צוטוהן מיט זייער כח, ווי וויטא לאפעז'ס פארליסט.
אויך בלייבט צו זעהן אויב דעבלאזיא וועט זיך קענען ארויסדרייען פון א ראנאףף, אויב ער וועט עס באווייזען וועט מען קיקן מיט וויפיל וואוט'ס העכער 40% ער איז אריינגעקימען, און אויב די נאמבער איז ווייניגער ווי די נאמבער פון אהרונישע וואוט'ס וועט עס מיינען אז די אהרונים האבן אים פארשפארט א ראנאףף. דאס וועט זיין גאנץ א גוטע זאך פאר די אהרונים. אבער למעשה האבן די זאליס (נידערמאן) נאך אמאל געוויזן אז זיי זענען א שטערקערע כח אין ווילי.
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל

שליחה דורך שעפטל »

טראץ דעם איך האב געוויסט אז די שטיקלעך איבער די אהרונים און זאלי'ס קען אריינטראסקענען דעם גאנצן ארטיקל אין צימעס, האב איך עס נאך אלס געשריבן...

[tag]ראשעקאל[/tag] קוק טאקע וואס איך האב געשריבן,
שעפטל האט געשריבן:סאטמאר - מהר"א:
די אהרונים (ווי מ'רופט זיי) האבן נעכטן ס'ערשטע מאל ארויסגעשלעפט א געוואלדיגער עולם פון זייער זייט, און זיי האבן אנגעצויגן מיט בערך 42-43% פון די וויליאמסבורג'ע שטימען.
(הערת שעפטל: באמת בין איך נישט דא צו דעבאטירן דעם נומער, איך וועל אויסווארטן ווען איך וועל האבן מיינע פיינעל נאמבערס פון א יעדע ED)
דעס אז זיי האבן באוויזן גאנץ א מעכטיגע בלאק-וואוט אין וויליאמסבורג וועט זיי מסתמה היבש העלפן אויף ווייטער, ספעציעל אויב זייער מעיאר קאנדידאט ביל דיבלאזיא וועט טאקע זיין מעיאר.

יעצט ריגארדינג די זאלי'ס, חוץ וואס זיי האבן פארלוירן אביסל פאוער ווייל זייערע מענטשן (לאפעז און טאמפסאן), איז די פאקט אז די אהרונים ריקן זיך ארויף נישט קיין גוטע נייעס.
שעפטל האט געשריבן: סאטמאר-הגז"ל:
די זאלי'ס (ווי מ'רופט זיי) האבן אויך נעכטן געכאפט היפשע קלעפ, אפגערעדט פונעם סתימת הגולל פון זייער שטעקסטער העלפער וויטא לאפעז, האט זייער מעיאר קאנדידאט בפשטות פארלוירן, און אפילו מיט א ראן-אף זאגן די פאולס וועט ער דעמאלטס פארלירן, וואס וועט זיי שווערער מאכן זייערע קאנעקשאן'ס.
אפגערעדט אז זייער צד שכנגד האט זיך גאר שטארק ארויפגעבויט מיט זייער בלאק וואוט.


יעצט איינער האט עפעס צוצולייגן חוץ ארוני זאלי...?
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
באניצער אוואטאר
ישמעאל הכהן
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2111
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 16, 2012 11:54 am
האט שוין געלייקט: 1551 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2012 מאל

שליחה דורך ישמעאל הכהן »

In Borough Park, Bill Thompson, who was considered to be the favorite among orthodox Jews, won only 5 precincts, ultimately losing in all the remaining
precincts 2-1 to Bill de Blasio. On the other hand, Bill Thompson carried almost every precinct in the Jewish neighborhoods in Williamsburg.
ראדיא באריכטער פאר ק''ש
דעת תורה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2147
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
האט שוין געלייקט: 5895 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1719 מאל

שליחה דורך דעת תורה »

מיט וואס פונקטליך האבן זיך די אהרונים ארויפגערוקט?

"אומשולדיג אלערט".

ווי עס גוי'אישט זיך אזוי אידיש'ט זיך, (די אריגינעלע ווארט איז "וויאזוי עס קריסטלט זיך אזוי יידלט זיך", אבער אזוי ווי אויף חסיד'יש זאגט זיך עס עפעס נישט, האט מען עס פאר'אנדערשט אביסל), ווי דער שטייגער ביי די גוי'אישע רעפארטער אז מכלומר'שט דארף מען צו הייסן אנבייעסד און נייטראל, אבער למעשה פירט מען זיך אזוי "אומשולדיגערהייט" אריין צו רוקן בתוך הדברים אלעס וואס מען וויל איינרעדן די ליינער זאלן האלטן פאר א פאקט אזוי ווי דער רעפארטער, אזוי איז דער שטייגער אויך ביי אונזערע היימישע רעפארטער, סיי קארנבלי, און סיי שעפטל במחכ"ת, צו געבן א רוק אריין פארטייאישע - אדער פערזענליכע - בייעס בתוך הדברים, און דער ליינער - וואס עס שמעקט אים נישט - קען מאקסימום זיך רעגן ביי זיך אין בויך.
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל

שליחה דורך שעפטל »

קענסט דיסאגריען...

איך האב סך הכל נאכגעשריבן מער ווייניגער אן ארטיקל, שרייב דו אויך נאך איינס, און לייג עס ארויף.
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
אויס מענטש
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 832
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 22, 2012 10:35 pm
האט שוין געלייקט: 239 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 572 מאל

שליחה דורך אויס מענטש »

וואס זענען די נומבערס אין וומס ניתי ספר וניחזי
וויפיל וואוטס האבן די ארונים געהאט און וויפיל די זאליס?
דיין חתימה איז טאקע גוט,
זעה נאר דיין תגובה זאל אויך שטימען.
באניצער אוואטאר
גדעון
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 513
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 1:55 am
האט שוין געלייקט: 284 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 232 מאל

שליחה דורך גדעון »

די ניו יארק טיימס האלט אביסל אנדערש:

More winners: Orthodox Jews, who at the urging of their leaders voted for William C. Thompson Jr. in nearly the same numbers as black New Yorkers, in that way establishing their line discipline, if perhaps not their political savvy.

http://www.nytimes.com/2013/09/12/nyreg ... c=rss&_r=0
אין לך את ההרשאות המתאימות על מנת לצפות בקבצים המצורפים להודעה זאת.
זלמן זאפיר
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 817
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 09, 2012 3:54 pm
האט שוין געלייקט: 10 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 70 מאל

שליחה דורך זלמן זאפיר »

הער איך משה דוד טענה'ט אז דעס וואס ער האט פארשפראכן 11,000 וואטס איז געווען ציזאמען פין סיגעט מיט מידוואד וויילער
ווי ס'שיינט האט סיגעט ( שיי שווארץ ) מיט די מידוואד חברה געלאזט משה דוד'ן אויפן וואסער אין זיי זענען נישט ארויס געקומען וואטן

אבער זייט'ס נישט נער'יש משה דוד איז א בחור אין אלע פאליטשינאס ציטערן פאר אים
ער דארף שוין נישט קיין וויטא לאפעז צי א ווילי ראפפויגל ער קאן אליינס די פאך
והא ראי' די ניי שול האט ער דערליווערט פאר די זאלי'ס אויף סוכות
זלמן זאפיר
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 817
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 09, 2012 3:54 pm
האט שוין געלייקט: 10 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 70 מאל

שליחה דורך זלמן זאפיר »

ראשעקאל האט געשריבן:איך זעה נישט מיט וואס די אהרונים האבן געווינען. ווילימסבורג איז כמעט די איינציגסטע פלאץ אין די גאנצע געגענט ווי טאמפסאהן האט שטארק אנגעצויגען. דאס ווייזט אז די זאליס אינדארסמענט איז א גרויסע שטארקע כח. די אהרונים האבען געהאט געווינסען מיט זאכן וואס האבן נישט צוטוהן מיט זייער כח, ווי וויטא לאפעז'ס פארליסט.
אויך בלייבט צו זעהן אויב דעבלאזיא וועט זיך קענען ארויסדרייען פון א ראנאףף, אויב ער וועט עס באווייזען וועט מען קיקן מיט וויפיל וואוט'ס העכער 40% ער איז אריינגעקימען, און אויב די נאמבער איז ווייניגער ווי די נאמבער פון אהרונישע וואוט'ס וועט עס מיינען אז די אהרונים האבן אים פארשפארט א ראנאףף. דאס וועט זיין גאנץ א גוטע זאך פאר די אהרונים. אבער למעשה האבן די זאליס (נידערמאן) נאך אמאל געוויזן אז זיי זענען א שטערקערע כח אין ווילי.



ער איז טאקע שטערקער

אבער קיין געים טשענזשער איז ער נישט
קיין בלאק וואט האט ער נישט

וואס נאך ?
באניצער אוואטאר
מ. גליקמאן
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 247
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 25, 2013 5:27 pm
האט שוין געלייקט: 49 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 98 מאל

שליחה דורך מ. גליקמאן »

דא איז נישט ברוין.
.Sometimes the heart sees what is invisible to the eye
זלמן זאפיר
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 817
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 09, 2012 3:54 pm
האט שוין געלייקט: 10 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 70 מאל

שליחה דורך זלמן זאפיר »

מ. גליקמאן האט געשריבן:דא איז נישט ברוין.



ס'קוקט אויס ווי ס'איז ענק שווארץ
משגיח
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 99
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 15, 2012 3:01 pm
האט שוין געלייקט: 137 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 37 מאל

שליחה דורך משגיח »

ב. פאלאטשעק

א פאליטישער אפשאצונג אויף די שווערע פאליטישער קלאפ וואס דער ציבור האט געליטן נעכטן און די פריימערי פארמעסטן און ניו יארק.
די מיינונגען אין דעם ארטיקל זענען מיינע אייגענע מיינונגען און אפשאצונגען, און עס רעפלעקטירט נישט די מיינונג פון קיין שום קהילה אדער ארגענעזאציע.

אפסטעיט ניו יארק:
און דעם ראקלענד קאונטי עקזעקעטיוו פארמעסט איז געלאפן און די דעמעקראטישער פריימערי צוויי קאנדידאטן:

אילאן שהאנבערגער:
א אמטירענדן קאונטי לעגיסלעטאר און א נאנטער ארבייט׳ס קאלעגע מיטן היימישער לעגיסלעטאר העסקן החשוב ר׳ אהרן בנציון ווידער, דער אילאן האט א טרעק רעקארד פון באמת געטריי ארבייטן פארן ציבור יארן לאנג, און וואס איז נאך מער פון דעם, איז דער פאקט אז ער איז זייער א פארשטענדליכער באזעסענער נארמאלער מענטש. דער אילאן האט נעכטן פארלוירן די פריימערי צו זיין דעמעקראטישער קעגענער דעיוויד פריעד.

דעיוויד פריעד:
דער דעיוויד האט זייער א געמישטער רעקארד, פון איין זייט איז ער געווען א ריכטער און ספרינג וואלי און ער האט זיך גאנץ לייטיש באצויגן צום היימישן עולם, פון די צווייטע זייט האט ער יעצט ביי די פריימערי זיך אויסגעדרייט דעם דאשיק און געלאפען אויף א פלאטפארמע אנטקעגן די אידישע אינטערעסן.

די טרייסט איז נאר אז עס קען זיין אז ער האט געוויסט אז יעצט אין די פריימערי גייט דער היימישער עולם בפה אחד שטיצן אילאן שאנבערגער, ממילא האט ער געמוזט לויפן אויף אן אנטי היימישער פלאטפארמע, יעצט נאכן געווינען גייט ער דאך לויפן און די אלגעמיינע וואלן און אויסשטיין א שווערער פארמעסט פון דעם ריפאבליקאנער קאנדידאט "עד דעי", אן אפענער אנטיסעמיט וואס זיין גאנצער פלאטפארמע איז אז ער גייט צופיקסען דעם היימישן קאמיונעטי, דער דעי גייט ממילא באקומען אלע אנטי היימישע שטימען, איז צום פארשטיין אז יעצט גייט זיך דעיוויד פריעד צוריק אויסדרייען דעם דאשיק און טוישן צו א מער פריינטליכן טאן לגבי די אישוס וואס אפעקטירן אונזער ציבור.

סך הכל איז דער סוף פסוק אזוי: דער עולם האט זיך צוגעוואוינט אז "מען געווינט", מיר האבן געהאט דא אין ראקלענד זייער שטארקע סוקסעסן און געווינסן און די לעצטע פאר יאר, גייט מען ממילא געווינען און מען דארף נישט ארויסגיין שטימען, "ווייל דער עולם גייט ממילא ארויס".

עס דערמאנט מיך א פאלקס-וויץ וואס מען דערציילט אויף די חעלעמער קהילה, אין דעם שטעטעלע כעלם האט דער שטאטישער שמש אין בית המדרש אויסגעקלאפט אין א שיינעם שבת אין א פרייטאג צונאכטס נאך קבלת שבת און באפוילן פאר יעדן מתפלל צו ברענגען אביסעלע ברוינפן און ביהמ"ד אויף שבת אינדערפרי און ס'וועט זיין פרוטה לפרוטה מצטרפת און פון יעדעם'ס ביסעלע ברוינפן וועט מען קענען אנפילן א גאנצן פאס און דער עולם וועט קענען קידוש מאכן, יעקל גרוינם האט זיך אבער געמאכט דעם חשבון, דער גאנצער עולם ברענגט דאך ברוינפן טא אז איך וועל ברענגען אביסעלע וואסער און אריינגיסן וועט דאך עס ווערן בטל בששים און קיינער וועט דאס נישט שפירן און איך וועל מיך שפארן א גלעזעלע ברוינפן, געזאגט און געטאן, דער גרונם שפאנט אריין מיט פעסטע טריט אין ביהמ"ד, האלט דעם גלעזעלע וואסער פארשטעקט אונטערן טלית, און ווען קיינער זעהט נישט גיסט ער אריין זיין גלעזעלע וואסער אין גרויסן פאס וואס האט געדארפט צו זיין א פאס ברוינפן, ניוואזשע מיינט עטץ, דער עולם אין חעלם איז דאך א קלוג פאלק, און בעיסיקלי האט משה און יאנקל און געציל, פייוויל, יוסל רחמים, און יואל מאסרי, געמאכט דעם זעלבן חשבון ווי יעקל גרונם, און יעדער האט געברענגט באהאלטענערהייט אביסעלע וואסער אנשטאט ברוינפן, און ווען עס איז געקומען צום קידוש מאכן האט דער עולם געהאט א פאס פון קלאר שפרודלדיגע ספרינג וואסער וואס האט קיינמאל קיין ברוינפן נישט געזעהן,

יעצט ח"ו צו טראכטן אז אונזער ציבור איז א חעלעמער עולם, אבער אין א געוויסן זין איז געשען דא די זעלבע זאך, דער עולם איז דאך שוין געוואוינט אז "מען געווינט דאך", האט זיך יעדער פארלאזט אז מיין שכן גייט שוין ארויס שטימען, וואס וועט שוין זיין אז איך וועל נישט גיין, און פונקט ווי אין כעלם עסן מיר אלע יעצט די פירות דערפון, און מיר האבן פארלוירן דעם שאנס צו ערוועלן דעם שטארקן אוהב ישראל אילאן שהאנבערגער.

דער פלאן אויף ווייטער און די ראקלענד קאונטי עקזעקעטיוו פארמעסט:
יעצט אין די אלגעמיינע וואלן וועלן די עסקנים און מוסדות לכאורה שטיצן דעיוויד פריעד, און עס איז קריטיש וויכטיג אז יעדער איינער אן אויסנאם זאל שטימען, ווייל דער אייבישטער זאל אפהיטן, אויב דער 'עד דעי' געווינט גייט דאס דער ציבור זייער באוויינען ח"ו.

ספרינג וואלי מעיארעל פארמעסט:
אין ספרינג וואלי האט דער היימישער ציבור געליטן נאך א נידערלאגע וואס קען ח"ו האבן לאנג טערמיניגע קאנסעקווענצן פארן ציבור.

די קאנדידאטן וואס זענען געלאפן פאר דעם פאזיציע:
געלאפן זענען א גאנצע רייע מיט קאנדידאטן, קודם כל איז געלאפן זשעסמין די אמיטירענדע מעיארקע, זי איז געווען זייער פאפולער סיי אין די גוי'שע העישען קאמיונעטי און סיי און די היימישע קאמיונעטי מיט וועם זי האט זייער נאנטע און גוטע באקאנשאפט, אבער דאס אלעס האט זיך געטוישט אפאר חדשים צוריק ווען זי איז געווארן אנגעקלאגט פארן נעמען כאבאר, פון דארט און ווייטער איז זי געפאלען מיט א שטוינעדן שנעלקייט ביז אזוי ווייט אז זי איז אויסגעשטאנען א פריימערי אין איר אייגענע פארטיי און געליטן א שטוינענדען פארלוסט.

דערנאך איז געלאפן דעמעזא, א אלט געזעצענער שישקע אין די שווארצע קאמיונעטי און אן אפענער אנטעסעמיט און א אפענער העצער קעגן דעם היימישן ציבור, ליידער האט ער נעכטן געווינען.

דערנאך זענען געלאפן צוויי היימישע קאנדידאטן. דער ערשטער איז ר' דניאל פריעדמאן וואס איז א קאונסילמאן אין רעמאפא און האט זייער נאנטע באקאנשאפט מיט קריסטאפער סענט לארענס, דער סופערווייזער, וואס איז די גרעסטע אדוואקאט פאר דעם היימישן ציבור און ער האט א לאנגע טרעק רעקארד מיט דעם היימישן ציבור, און ר' דניאל האט אויך געטאן זייער אסאך פארן היימישן ציבור, סיי פאר די חברים ארגענעזאציע און סיי פאר יחידים און מוסדות אין אלגעמיין. דערנאך איז געווען נאך א היימישער קאנדידאט ר' יוסף הערש גראס, וואס איז געווען א ספרינג וואלי טראסטי
אין די לעצטע פאר יאר, און פונקט ווי ר' דניאל, איז ר' יוסף הערש זייער באליבט ביי רוב פונעם היימישן ציבור, און ער האט געטאן אסאך פאר יחידים אין זיין פאזיציע אויפן בארד און ספרינג וואלי, און זייער אסאך פונעם היימישן ציבור האט געשטיצט ר' יוסף הערש אלס הכרת הטוב, פונקט ווי אסאך היימישע יודן האבן געשטיצט ר' דניאל.

פארוואס מיר האבן פארלוירן:
דער פאקט אז עס זענען געלאפן צוויי היימישע אידן וואס ביידע האבן אסאך ארויסגעהאלפן דעם היימישן ציבור האט אריינגעלייט די עסקנים און זייער א שווערע פאזיציע, ווייל זיי האבן נישט געוואלט שטיצן קיין איין היימישער קאנדידאט איבערן אנדערן, און דער פראבלעם איז געווען נאך גרעסער מיט די פאקט אז די אמטירענדע מעיארקע איז אויך געווען זייער פריינטליך מיט די עסקנים און די מוסדות התורה און מען האט אויך געהאט א פראבלעם זיך אויסצודרייען דעם רוקען צו א קאנדידאט וואס האט געשטיצט און געהאלפן דעם ציבור.
דאס אלעס האט געשטעלט די מוסדות התורה אין אן אומעגליכע פאזיציע צו שטיצן סיי וועלעכע קאנדידאט פאר ספרינג וואלי מעיאר און דערפאר האט דער אנטעסעמיט דאמעזא געווינען מיט א באקוועמע מערהייט.

דער פלאן אויף ווייטער:
אין די זשענעראל עלעקשאן און נאוועמעבער גייען זיך פארמעסטן מיט דאמעזע אפאר קאנדידאטן וואס זיי זענען די לעצטע פארבליבענע שיין פון האפענונג פאר דעם היימישן ציבור. קודם כל בלייבט ר' דניאל פריעדמאן אין דעם פארמעסט אויף אנדערע פארטיי ליניעס, אפי' ער האט נעכטן
פארלוירן אויף די דעמאקראטישע ליניע, האבן די עסקנים א ברירה צו גיין מיט אים, נאכדערצו אז ר' יוסף הערש איז שוין אינדרויסן פונעם פארמעסט. דערנאך לויפט אויף די רעפובליקאנער פארטיי ליניע דער געוועזענער מעיאר פון ספרינג וואלי, עלאן טאמפסאן, וואס האט געהאט גוטע באציאונג מיט די עסקנים ווען ער איז געווען מעיאר בערך אכט יאר צוריק, און לויפט נישט אויף קיין פיינטליכע אגענדע.

דערנאך האבן די עסקנים ארויסגעשטעלט א לאנג יעריגער עסקן פארן כלל אין ראקלענד, ר' אשר גראסמאן נ"י, צו לויפן פאר טראסטי, ער גייט ווייטער לויפן אין די דזשענערל עלעקשאן, און אויב דער ציבור קומט ארויס מיט א שטארקייט האט ער א שאנס צו געווינען, אויב ער געווינט און דער דאמעזא קומט ח"ו אריין וועט כאטש זיין עפעס א קליין שטיקל באלאנס אינעם ווילידזש האל, און דאמעזע וועט נישט קענען אויספירן זיינע פינסטערע פלענער מיט א גענצליך פרייער האנט.
משגיח
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 99
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 15, 2012 3:01 pm
האט שוין געלייקט: 137 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 37 מאל

שליחה דורך משגיח »

דער פארמעסט פארן ברוקלין דיסטריקט אטוירני:

אין ברוקלין איז פארגעקומען א העפטיגן פארמעסט צווישן דעם אמטירענדן לאנג-יעריגער דיסטריקט אטורני טשארלס היינס און זיין קעגנער קען טאמפסאן.

דער פארמעסט האט אויפגעשטורעמט די היימישע גאס אין ברוקלין און אין די ניו יארקער אומגעגנט. דער טשארלס היינס איז שוין דיסטריקט אטורני לאנגע יארן אין ברוקלין, און פלעגט האבן א רעקארד פון ארבייטן מיט היימישע עסקנים ווען עס איז געקומען אנקלאגעס קעגן היימישע אידן ל"ע.
מיט געציילטע יארן צוריק איז אויפגעשטאנען א גרופע פון אנשי דלא מעלי ליידער פון בתוך מחנינו וואס האבן פאר זייער אייגענע בענעפיט - און עס איז גאר דא וואס זאגן אז זיי האבן דאס געטאן, און טוען דאס ווייטער, צו פארדעקן זייער אייגענע פארברעכערישע שווארצע פארגאנגענהייט - אנגעפאנגען אנצוזינגען דעם טשארלס היינס פאר די פרעסע מ'כלומר'שט זאגענדיג אז ער איז מחפה אויף מעשים אשר לא יעשו אין די היימישע קאמיוניטי, דער שקר דערפון איז איבריג צו זאגן, קודם כל עס איז נישט דא א קומיוניטי וואס האט אזא נידריגע קריים ראטע אין גאנץ אמעריקע, און שנית מיר האבן טאקע רבנים און עסקנים וואס זענען זיך טאקע מטפל מיט די פארברעכער און מאכן זיכער אז אזעלעכע פארברעכנס קומען נישט פאר, און אויב ח"ו מאכט זיך יא אזא פארברעכן, זאל דער פארברעכער ווערן אפגעטיילט פון די פאטענציאלע וויקטעמס פון די פארברעכער.

ליידער איז דאך באוואוסט דעם עשו שונא ליעקב כלל, און פארשטייט זיך אז די מידיא האט זיך צוגעכאפט צו די ליגענטס ווי צו א געבראטענס, און אנגעפאנגען אראפצורייסן דעם היינס יומם ולילה. דא איז אבער געשען דאס אומגלויבליכע, אנשטאט היינס וואס ווייסט דאך אז די אלע אדער עכ"פ רוב פון די העצערייען זענען שקר וכזב, האט זיך פאר פאר די פרעשור פון די מידיא פארקויפט צום טייוול, און אנגעפאנגען צו ארעסטירן און קלאגן היימישע אידן אויף רעכטס און אויף לינקס, אנע קראנטע באווייזן פון פארברעכנס, דעם פאר דעם חטא דעם פאר אן אנדערן חטא, דער הויכפונקט איז געקומען ווען מען האט איינגעזעצט א איד אין וויליאמסבורג און אים פאר'משפט צום אומגלויבליכן טורמע טערמין פון הונדערט און דריי יאר! א טערמין וואס איז סיי נישט לעגאל (מען האט דאס אראפגעריקט ממש נאכן אורטייל) און סיי אומדערהערט אין גאנץ אמעריקע אז פאר א פארברעכן פון דעם סארט זאל מען פאר'משפט'ן א מענטש אויף אזויפיל יארן, און נאך דערצו אן קיינע באווייזן אדער עדות'שאפט. דערנאך איז דער היינס געגאנגען צו די מידיא און גערופן אונזער גאנצער קאמיוניטי "ארגער ווי די מאפיע", א סטעיטמענט וואס אויב זאגט ער עס ווען אויף סיי וועלכע אנדערע געמיינדע וואלט ער גראד געצווינגען געווארן צו רעזיגנירן.

דער קיצור הדברים איז אז דער היינס האט אריינגעשטאכן א מעסער אין דעם היימישן ציבור, די רבנים און עסקנים זענען אבער געווען אין א מורא'דיגער פראבלעם, ווייל די שטימונג אויפן גאס איז געווען אז היינס'עס קעגנער האט נישט קיינע שאנסן בכלל און ער גייט זיכער ווידערוויילט ווערן, דער היינס זייענדיג פון נאטור אויס א נוקם ונוטר וואלט זיך אזוי נוקם געווען אין דעם היימישן ציבור ווען מען וואלט אים נישט געשטיצט און ער וואלט ווען געווינען, אז עס וואלט זיך איבערגעשפיעלט די גזירות אויפן היימישן ציבור ממש ווי אין די אמאליגע צייטן, דערצו האט מען דעם אנדערן קאנדידאט דעם קען טאמפסאן נישט געקענט, און כאטש ער הייסט אן אנשטענדיגער מאן, האט מען נישט געוואוסט זיכער מיט וועם מען גייט דא צום טיש.

די עסקנים האבן חדשים לאנג געקווענקעלט וואס צו טאן, למעשה אלס די מוראה של מלכות פון היינס האט מען אים אינדראסירט ממש אין די לעצטע מינוט און אויף זייער א פארווע אופן. למעשה איז ברוקלין געווארן אויפגעשטורעמט נעכטן נאכט און ווי א באמבע האט אויפגעריסן די נייעס שוין פון
אנפאנג נאכט ווען די נומערן האבן אנגעפאנגען ארויסצוקומען אז טשארלס היינס איז אויף גרויסע צרות, און טאקע מיט די שעות און מינוטן איז קלאר געווארן אז טשארלס היינס איז א פארגאנגענהייט אין ברוקלין. דער טאמפסאן האט אנגעפירט א מייסטערהאפטיגן סטעלט קאמפיין ביים היימישן ציבור, און א גרויס חלק פאר זיין זיג און צו פארדאנקען דעם כלל עסקן און אנפירער פון א פאליטישע פי.אר. פירמע ר' יוסי געשטעטנער נ"י, וואס האט מייסטערהאפטיג אנגעפירט א שטילן קאמפיין ביים היימישן ציבור צו שטימען פאר טאמפסאן, אויך האט טאמפסאן צו פארדאנקען נאך א באוואוסטער עסקן לטובת הכלל און פאר אחינו בני ישראל היושבים בצרה אין די תפיסות ל"ע, ר' שמעון ראלניצקי נ"י, וואס האט יא געפירט אן אפענעם קאמפיין קעגן היינס, און ביי די ענדע פון די נאכט איז קלאר געווארן אז קען טאמפסאן גייט זיין די נייער ברוקלין דיסטריקט אטורני.

עס איז צום האפן אז די אינפארמאציע וואס מען האט געהערט לגבי דעם פיינעם כאראקטער פון קען טאמפסאן וועט זיך טאקע אזוי ארויסשטעלן און די עסקנים וועלן האבן ביי אים אן אפענעם טיר לגבי שתדלנות און צוזאמענארבייט לטובת הציבור.
משגיח
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 99
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 15, 2012 3:01 pm
האט שוין געלייקט: 137 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 37 מאל

שליחה דורך משגיח »

דער מעיארל קאמפיין און ניו יארק סיטי, און דעם קאמפטראלער קאמפיין.

איך וויל נישט אריינגיין אין די דעטאלן פונעם גאנצן קאמפיין אין די אידישע גאס, ווייל דאס קען אנרירן פאליטיק צווישן געוויסע קהילות, און עס איז נישט מיין ציל צו נעמען קיין שטעלונג לגבי דעם בכלל.

יעדע קהלה האט אינדראסירט די קאנדידאטן מיט וועם זיי האבן געהאט גינסטיגע באציאונגען און פון וועם זיי האבן באקומען פארשפרעכונגען לטובת הכלל והפרט, די גוטע זייט פון די מטבע איז אז סיי ענטאני ווינער און סיי עליאט שפיצער - צוויי קאנדידאטן וואס האבן געהאט פערזענליכע סקאנדאלן און שמוץ - האבן שטארק פארלוירן, און דאס ווייזט אז מיט די גאנצע שמוציגע שמאלץ טאפ אין די ניו יארקע גוי'אישער גאס, איז נאך אלס פארהאן עפעס מאראלן און סטאנדארטן אויף וואס די וויילער זענען נישט גרייט צו פארקוקן, און א יונגאטש מיט א שמוציגער באגאזש קען נישט לויפן און געווינען אפי' אין די ליבעראלע ניו יארק.

סך הכל און לעסאנס פון די פארגאנגענע וואלן:

צום עולם:
זייט נישט קיין אויבער-חכמים, אז איר גייט נישט ארויס שטימען זייט אייך מתבונן אז אייער שכן קען אויך זיצן אינדערהיים, א געווינס היינט מיינט נישט אז פאליטיק איז שוין אויף Auto Pilot און מען גייט געווינען יעדן פארמעסט מארגן. שטימען נעמט נאר אפאר מינוט און די נאכווייען פון פארלירן א וויכטיגער פארמעסט קען זיך שפירן לאנגע יארן ח"ו. אין ראקלענד קען מען נאך טוישן די מצב אויף כמעשה, ביטע נעמט אייך די מיה און קומט ארויס שטימען אין נאוועמבער פאר וועם די עסקנים וועלן בעטן דעם ציבור צו שטימען, ווייל אויב נישט וועלן מיר אלע זיין די חעלעמער וואס שטייען ביים פאס מיט וואסער ווי אויבן דערמאנט, דער חילוק וועט נאר זיין אז די וואסער אויב מען פארלירט, דא וועט זיין אין פארעם פון שווערע גזירות און רדיפות אויפן היימישן ציבור.

צו די עסקנים און כלל טוער:
איר זיינט טאקע דער רוקן ביין פון דעם היימישער ציבור, אבער מיט די ביין פון רוקן קומט א גאנצער גוף, דער עולם וואס איר פארטרעט איז נישט דער זעלבער עולם וואס איר האט פארטרעטן צוואנציג צי אפי' צען יאר צוריק. עס איז היינט דא א דור פון יונגעלייט וואס זענען באהאווענט מיט די פאליטישע פארשטייער, זיי האבן אייגענע מיינונגען, איין יונגערמאן איז א רעפובליקאנער און איינער איז א דעמאקראט, דער דריטער איז גאר א טיי פארטייער, איך גיי נישט אריין אין דעם תורה'דיגן חלק צו דאס איז אויסגעהאלטן, איך בין נישט געאייגנט צו זאגן אויף דעם א מיינונג, אבער דער פאקט בלייבט פאקט אז דער נייער דור פארמירט זיך אייגענע מיינונגען ווען עס קומט צו פאליטיק און שטימען.

דער עולם איז אייך זייער מכיר טובה פאר אייער מסירות נפש און איבערגעגעבנקייט לטובת הכלל והפרט, אבער מיר ווייסן נישט אז ווען מען שטעלט אפ א יונגערמאן אינמיטן די נאכט מיט סוספענדירטע לייסענס און מען טראגט אים אין סענטראל בוקונג אדער אין קאונטי זשעיל, וועלכע פאליטישן איר רופט און ער איז גרייט צו זיין באהילפיג, מיר ווייסן נישט וועלכע פאליטישן איז גרייט ארויסצוהעלפן יחידים וואס דארפן שטאטישע סאציאלע פראגראמען פאר א קינד וואס דארף חינוך מיוחד, מיר ווייסן נישט די אלע זאכן וואס ווערט געטאן אין דער שטיל לטובת הציבור און וועלכע פאליטישנ'ס שטייען צוהילף. איך פארשטיי אז נישט אלעס קען מען דערציילן, און עס זענען דא זאכן וואס זענען פארבינדן מיט יחידים וואס מען קען נישט און מ'דארף נישט דערציילן, אבער עס איז דא א גרויס חלק זאכן וואס מען קען יא מיטטיילן מיטן ציבור, און מיט די זאך דארף געטאן ווערן אסאך א בעסערן ארבייט פון האלטן דעם ציבור אינפארמירט, נישט נאר באהענגען דעם בית מדרש מיט פלאקאטן א טאג פאר די וואלן, נאר אינפארמירן דעם ציבור דורכאויס דעם יאר מיט די זאכן וואס מען קען יא מאכן פובליק. דאן וועט דער עולם פארקוקן אויף די אייגענע פאליטישע מיינונגען און ארויסגיין שטימען כאיש אחד בלב אחד, פאר וועם איר געטרייע עסקנים בעטן מען זאל שטימען.

נאך איין פונקט וויל איך צולייגן איבער זייער אן אומאגענעמער ערשיינונג וואס קומט לעצטענס פאר, און איז ממש א געפאר פאר אונזער ציבור.

אין בארא פארק איז דא צוויי פאליטישנס, היימישע עסקנים, וואס ארבייטן באמת געטריי פארן ציבור, אבער צווישן זיך שלאגן זיי זיך ווי קליינע קינדערלעך. און דאס ארגסטע איז אז זיי נעמען ארויס די געשלעג צום אלגעמיינער גאס, איינער איז העסקן ר' דוד גרינפעלד, און איינער איז העסקן ר' דוב הייקינד. טייערע עסקנים העוסקים בצרכי ציבור באמונה! ביטע לייגט אין די זייט אייערע דיפערענצן און קינדערישע געשלעג, און ארבייט צוזאמען לטובת הכלל, און אויב קענט איר דאס נישט דורכפירן, עכ"פ שלאגט אייך בלויז במחתרת הלילה, ווי קוקן מיר אויס אופן גאס אויב אונזערע עסקנים שלאגן זיך צווישן זיך אליין? דאס שוואכט אפ אונזער כח און פארשעמט אונז!

עס בלייבט נאר איבער צו ווינטשען יעדן איינעם א גמר חתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר, און לשנה הבאה זאלן אונזערע פארטרעטער זיין די סנהדרין בירושלים עיר הקודש מיט משיח אינאיינעם, אמן.
זלמן זאפיר
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 817
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 09, 2012 3:54 pm
האט שוין געלייקט: 10 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 70 מאל

שליחה דורך זלמן זאפיר »

ראשעקאל האט געשריבן:אויך בלייבט צו זעהן אויב דעבלאזיא וועט זיך קענען ארויסדרייען פון א ראנאףף, אויב ער וועט עס באווייזען וועט מען קיקן מיט וויפיל וואוט'ס העכער 40% ער איז אריינגעקימען, און אויב די נאמבער איז ווייניגער ווי די נאמבער פון אהרונישע וואוט'ס וועט עס מיינען אז די אהרונים האבן אים פארשפארט א ראנאףף. דאס וועט זיין גאנץ א גוטע זאך פאר די אהרונים. אבער למעשה האבן די זאליס (נידערמאן) נאך אמאל געוויזן אז זיי זענען א שטערקערע כח אין ווילי.


דא האלט מיר אין אן די אהרונישיע שטיצע האלט ער אונטער 40 פראצענט
אין טאמפסאן איז פארטיג

שמילע איטץ אווער ! אדוני המלך
טיכטיגער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 160
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 25, 2020 6:38 pm
האט שוין געלייקט: 167 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 323 מאל

שליחה דורך טיכטיגער »

דער היינט באקאנטער רעפארטער יעקב קארנבלי האט געמאלדן אז נאך פינף יאר פון ארבעטן אלס רעפארטער ביי "דזשואיש אינסיידער", גייט ער אריבער ארבעטן אלס פאליטישער רעפארטער ביי די "פארווערדס.
פארשפארט