ברסלבער האט געשריבן:שלא מן הענין. איך וויל שוין לאנג פארשטיין פארוואס די חברה זענען אינטערסירט אין די יידישע שפראך. זיי זוכן דאך זיך אפצושיידן און פארגעסן פון זייער פארגאנגענהייט? איין תירוץ קען אפשר זיין דאס וואס דער פארווערט שרייבט:ידען האט געשריבן: „איך שטעל זיך פֿאָר, אַז עס זענען דאָ אַ סך מער מענטשן ווי די לאָוענס, און איך מיין ס׳איז כּדאַי זיי מקרבֿ צו זײַן. ס׳איז דאָ אַ סך שיינקייט אין דער ייִדישער קולטור, און איינער פֿון מײַנע חלומות איז, צו ווײַזן די ייִדן, וואָס האָבן פֿאַרלאָזט די חסידישע וועלט, אַז זיי קענען זיך דאָ פֿילן אין דער היים.‟
אבער איך האב ביז יעצט געמיינט אז זיי זענען בכלל נישט אינטערעסירט מיט צו נעמען נאך מענטשן מיט זיך.
די גאנצע ארטיקל, בענין יידיש איז כוזב ושקר. די לאווין'ס רעדען יידיש ווייל דאס איז די "איינציגסטע" שפראך וואס זיי האבן געקענט ביז די 30.
דער פארווערט האט זיך איר אינטערעסע, צו ווייזן כאילו אז אפלאזן רעליגיע האט גארנישט מיט אפלאזן דעם הייליגען יידישע שפראכע