קדמות ספר הזוהר

מחשבה, השקפה ועיון
פארשפארט
נהורא נפישא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 1778 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2305 מאל

קדמות ספר הזוהר

שליחה דורך נהורא נפישא »

אפגעטיילט פון דא

יאיר ביזט שיין מרמז דאס גאנצע ענין פון קדמות הזהר ס'איז באקאנט דעם חיבור פון יעב"ץ מטפחות ספרים וואס אגב דער חתם סופר לויבט שטארק אויס אין א מיסטריעזע תשובה אזוי אויך איז באקאנט וואס די תשובה מאהבה שרייבט און וואס זיין רבי די נודע ביהודה וואס האט געלערנט אין בראדער קלויז אויף וועם ר'חיים צאנזער שרייבט ראה יחזקאל במעשה מרכבה האט אין שפעטערע יארן געטענה'ט אין לי עסק בנסתרות סאיז דא אסאך צו רעדן דערוועגן ואכמ"ל.
למה נקרא שמו רבי נהוראי, שמנהיר עיני חכמים (עירובין:)
באניצער אוואטאר
שליח
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 11, 2013 11:43 am
געפינט זיך: th dimension'∞
האט שוין געלייקט: 459 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 767 מאל

שליחה דורך שליח »

ר' [tag]יאיר[/tag], כ'וואלט נישט געגלייבט אז איר גלייבט דעם וויין-פעלשער. דער קשר פון קבלה צו גנאסטיקס איז פונקט אזוי שטארק (שוואך) ווי דער קשר פון סיי וועלכע מיסטישע תורה צו סיי וועלכע אנדערע. אז מ'וויל זיך ארויפכאפן איז זייער גרינג, מיסטיקה לאזט זיך בטבע זייער גרינג פארדרייען און צושטעלן, (איר ווייסט געוויס אז איוב און דניאל קען מען אויך זייער גרינג אפסטעמפלען אלס גנאסטיק). דאס איז שוין חוץ מזה אז ס'פרעגט גארנישט אפ. אה"נ, די זאכן וואס זענען די זעלבע אין גנאסטיקס ווי קבלה זענען טאקע אמת (עפ"י קבלה), בלעם האט אויך געזאגט אמת. ס'איז נישט שווער צו טרעפן קערנדלעך פון אמת און שטוינענדע ענליכקייטן אין די תורות פון די pagans, shamans, און אנדערע אזעלכע מיסטישע גרופעס, אריינגערעכנט אזעלכע וואס האבן בכלל נישט געהאט קיין השפעה איינס אויפן צווייטן (אינדיאנער אינעם אמאזאן וואלד מיט די Celts, למשל), דאס ווייזט נאר אויפן עירוב טו"ר ושכינתא בגלותא.

אין קדמות הזוהר וועל איך נישט אריינגיין, אבער מעודי נתקשיתי וויאזוי איז שייך עס ארויפצולייגן אויף ר' משה די-ליאון, זיינע שיטות אין קבלה שטימען בכלל נישט מיטן זוהר, אסאך מאל ווען ער ברענגט נאך דעם זוהר (אין זיינע שפעטערדיגע ספרים) מאכט ער קלאר א טעות אין הבנה. מילא די גדולי אותו הדור וואס האבן אזוי חושד געווען, זיי האבן אפשר נישט דורכגעאקערט רמד"ל'ס ספרים, אבער וויאזוי קומט אזא טעות צו א חוקר הקבלה? עד שמצאתי את שאהבה נפשי, ר' מענדל קאשער האט געשריבן א גאנצע מאמר דערוועגן אינעם ספר היובל פון סיני, וואו ער צוטרענצלט גרשום'ס שיטה אויף פיצעלעך, ארויסברענגענדיג זיינע טעותים און פארדרייענישן, א טייל פון מיינע טענות שטייען אויך דארט.
איינער וואס קוקט אהן דעם ספר הזוהר מיט אויגן פון א חוקר וואלט געדארפט זעהן קלאר אז ס'איז נתחבר געווארן שטיקעלעך שטיקעלעך, אסאך מחברים אין אסאך תקופות (און א שיינע צאל חוקרים זענען טאקע געקומען צו די מסקנא). לכל היותר האט רמד"ל צוגעלייגט קטעים דא-דארט, אבער צו זאגן אז אלעס איז מעשי ידיו איז פשוט מופרך. אז שלום איז אנגעקומען צו די מסקנא ווייזט דאס אביסל ווי אביעקטיוו ער איז געווען, לייגט צו זיינע באוויסטע מערכות אז מער-ווייניגער יעדער גדול בישראל איז געווען מכת ש"ץ, מיט די אפענע אגענדא ארויסצוברענגען אז די אפיקורס'ישע שיטות זענען "אן אינטעגראלע חלק פון מחשבת ישראל", (און ליינט דערנאך ר' חיים ליבערמאן'ס מאמר "כיצד חוקרים חסידות בישראל"), ווערט דאס בילד ערגענצט.
ראית איש חכם בעיניו תקוה לכסיל ממנו (משלי כו יב).
Skepticism is not necessarily a badge of tough-mindedness; it may equally be a sign of intellectual cowardice ~ John Beloff
נהורא נפישא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 1778 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2305 מאל

שליחה דורך נהורא נפישא »

סאיז נישט קיין נפק"מ גענוי וועמענס ארבעט דאס איז, די עיקר באווייזען שאין עליו תשובה איז אז דער זוהר איז נישט געשריבן אויפן אראמיש פון בזמן חז"ל, סאיז פיל מיט מאמרים פון געדאנקען וואס איז ערשט שפעטער נתחדש געווארן און איז אפילו פול מיט בעלי מאמר פון שפעטערדיגע.
למה נקרא שמו רבי נהוראי, שמנהיר עיני חכמים (עירובין:)
נהורא נפישא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 1778 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2305 מאל

שליחה דורך נהורא נפישא »

סאיז נישט קיין נפק"מ גענוי וועמענס ארבעט דאס איז, די עיקר באווייזען שאין עליו תשובה איז אז דער זוהר איז נישט געשריבן אויפן אראמיש פון בזמן חז"ל, סאיז פיל מיט מאמרים פון געדאנקען וואס איז ערשט שפעטער נתחדש געווארן און איז אפילו פול מיט בעלי מאמר פון שפעטערדיגע.
למה נקרא שמו רבי נהוראי, שמנהיר עיני חכמים (עירובין:)
באניצער אוואטאר
שליח
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 11, 2013 11:43 am
געפינט זיך: th dimension'∞
האט שוין געלייקט: 459 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 767 מאל

שליחה דורך שליח »

ריכטיג. אבער כ'זעה נישט וויאזוי דאס פרעגט אפ דאס געשריבענע, אז ס'איז נתחבר געווארן דורכאויס לאנגע תקופות. (גראדע איז עס נישט "פול" מיט שפעטערדיגע געדאנקען, רעלאטיוו צום גרויסן חיבור איז עס גאנץ ווייניג). ווי געשריבן גיי איך נישט אריין דא בענין זה, כ'וויל נאר ארויסברענגען דאס פאלשקייט און פארדרייטקייט פון שלום, ובכן קומט שוין איינמאל אריין דא צו רמד"ל האט געקענט מחבר זיין גאנץ זוהר (כדברי ג"ש) אדער נישט.
אמאליגע "חוקרי קבלה" זענען געווען פארקויפט פאר שלום, ווי די חכמי ימי הביניים פאר אריסטו, אבער פאר היינטיגע אויפגעקלערטע פאסט דאס נישט, די היינטיגע חוקרי הקבלה הייבן זיך שוין אן אפצושאקלען פון זיינע חלומות.

נישט אריינגייענדיג בענין מחבר הזוהר, אעתיק מדברי בעל הסולם (בהקדמה לספר הזוהר), ודבריו קילורין לעינים:
נט) והנה כל המצויים אצל ספר הזוהר הקדוש, כלומר המבינים מה שכתוב בו, הסכימו פה אחד שספר הזוהר הקדוש חיברו התנא האלקי רבי שמעון בן יוחאי. חוץ מהרחוקים מחכמה זו, שיש מהם המפקפקים ביחוסו זה, ונוטים לומר על סמך מעשיות בדויות ממתנגדי החכמה הזו שמחברו הוא המקובל ר' משה די ליאון או אחרים הסמוכים לו בזמן.
ס) ואני כשאני לעצמי, הרי מיום שזכיתי באור השי"ת להתבונן מעט בספר הקדוש הזה, לא עלה על לבי לחקור ביחוסה. והוא מטעם פשוט, כי לפי תוכנו של הספר עלה בלבי מעלת יקר התנא רשב"י לאין ערך יותר על כל התנאים הקדושים, ואם היה מתברר לי בבירור גמור שמחברו הוא שם אחר, כגון ר"מ די ליאון ז"ל וכדומה, הרי אז היה גדל אצלי מעלת האיש ר"מ די ליאון ז"ל יותר מכל התנאים הקדושים וגם רשב"י בכללם. אמנם באמת לפי מדת עומק החכמה שבספר, אם הייתי מוצא בבירור שמחברו הוא אחד ממ"ח הנביאים היה זה מקובל על לבי ביותר מליחסו לאחד מהתנאים, ומכ"ש אם הייתי מוצא שמשה רבינו קבל אותו מהר סיני מהשי"ת עצמו, אז היתה שוככת דעתי לגמרי כי לו נאה ולו יאה חיבור כזה.
ראית איש חכם בעיניו תקוה לכסיל ממנו (משלי כו יב).
Skepticism is not necessarily a badge of tough-mindedness; it may equally be a sign of intellectual cowardice ~ John Beloff
באניצער אוואטאר
הוגה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3112
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 6841 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל

שליחה דורך הוגה »

יאיר, ווי געווענטליך קען אפאר אינאסענט הערות אויפברענגן אן אויסברוך פון אינפארמאציע איבערפלוס וואס מיר אלע זענען נהנה דערפון. איך האב ביז היינט נישט געוואוסט פון דער גרשום שלום אדער זיין וויין מסחר... ער זעהט אויס ווי גאר אן אינטערעסאנטע פיגור צו מאכן אן עקסטרע שמועס, און אינאיינוועגס - פארשטייט זיך - די נושאים וואס ער האט שטודירט און באשריבן.

שליח, דו שרייבסט דיינע ווערטער מיט א סארט זיכערקייט וואס בעצם פאסט אויב מען קען אויפווייזן מיט ראיות והוכחות. למעשה פון וואס דו שרייבסט דא זעהט מיר אויס אז דיינע הנחות זענען השערות אדער העכסטענס אמונות.

איך וואל געוואלט בעטן די גבאים אפשר אויב מען קען אפטיילן די לעצטע פאר תגובות, (אדער מצטט זיין) אין א באזונדערע אשכל אין די ריכטיגע אפטיילונג כדי די שמועס זאל נישט פארלוירן ווערן. ישר כח.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

שליחה דורך יידל »

דא האב איך געשריבן אביסל וועגן גלייבן אין קדמות הזוהר להלכה viewtopic.php?p=23998#p23998
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
באניצער אוואטאר
שליח
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 11, 2013 11:43 am
געפינט זיך: th dimension'∞
האט שוין געלייקט: 459 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 767 מאל

שליחה דורך שליח »

הוגה האט געשריבן:שליח, דו שרייבסט דיינע ווערטער מיט א סארט זיכערקייט וואס בעצם פאסט אויב מען קען אויפווייזן מיט ראיות והוכחות. למעשה פון וואס דו שרייבסט דא זעהט מיר אויס אז דיינע הנחות זענען השערות אדער העכסטענס אמונות.


אוודאי איז מעגליך אז כ'בין זיך טועה, אבער כפי קוצר דעתי וידיעתי שטיי איך אונטער יעדן ווארט וואס כ'האב געשריבן, מיט ראיות וואס די שוואכסטע פון זיי זענען שטערקער פון שלום'ס שטערקסטע.
כרגע האב איך נישט קיין צייט (און חשק) מרחיב צו זיין, אבער מ'קען אנהייבן מיט קאשער'ס מאמר (און ליבערמאן'ס אויך, צו די זייט). איך פארמאג נישט קיין סקענער, אבער כ'בין כמעט זיכער אז ביידע דארפן זיך צו געפינען אין אוצר החכמה. אויב איינער דא האט אוצר החכמה וועט ער א טובה טון פארן עולם אויב וועט ער זיי אפירזוכן (קאשער'ס אין סיני סופר יובל, ליבערמאן'ס אנהייב אהל רח"ל) און ארויפלאדענען.
ראית איש חכם בעיניו תקוה לכסיל ממנו (משלי כו יב).
Skepticism is not necessarily a badge of tough-mindedness; it may equally be a sign of intellectual cowardice ~ John Beloff
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

@שליח, א גרויסן דאנק פאר די תוכנ'דיגע הערות, איך וועל זיך מצרף זיין צו הוגה'ס בקשה אז כבודו הרמה זאל מער מאריך זיין אין די פרטים, אפשר אן אנדערס מאל, אין א באזונדערע אשכול.

באמת, איך האב נישט געצילט צו ברענגען גרשם שלום מיט די כונה אז איך האב אים אנגענומען אלס תורה מסיני ממילא קען איך שוין נישט גלייבן אנדערש. נאר מיין פוינט איז געווען עפעס אנדערש. איינמאל מען הייבט אן קוקן מיט א פארגרעסערונג גלאז אויף די זאכן וואס זענען געווען פשטות ווען מיר זענען אויפגעוואקסן, איז שוין נישט קיין גרויסע נפקא מינא גענוי ווער ס'איז גערעכט, ווייל ווען מ'באקומט א סייענטיפישע בליק אויף די נושאים ווערט אלעס אינגאנצן אנדערש. למשל, אפילו אויב איך וועל יעצט ווערן איבערצייגט אז רבי שמעון האט געשריבן דעם זוהר, וועל איך שוין זיך נישט האלטן מחוייב צו גלייבן אז וואס שטייט דארט איז אמת, ווייל הדברים מצד עצמם זעען מיר נישט אויס צו זיין באזירט אויף ראציאנעלע ראיות נאר אויף פירות פון א דמיון מפותח פון א געהויבענער איד. איך זע נישט קיין שום סיבה פארוואס איך זאל דאס אפקויפן פאר גוט געלט אן קיין זאכליכע ראיה אז דער מחבר האט געוואוסט וואס ער רעדט , איינמאל עס האט פארלוירן דער 'הייליגקייט' אז מען טאר עס נישט צורירן, דארף איך שוין ווערן איבערצייגט נישט נאר אז עס איז אויטענטיש, נאר אז דער מחבר איז טאקע געווען אין די עולמות עליונים און האט געזען וואס טוט זיך דארט, (דהיינו, פארקערט ווי דער בעל הסולם שרייבט). דוק כי קצרתי.

לעצם הענין, איז בעיני כמעט ברור אז 1) ר' שמעון האט נישט געקענט זיין דער מחבר פון זוהר, 2) עס איז פרי יצירתם פון איינער אדער מערערע פון די מקובלי ספרד, בערך אין די תקופה פון די ליאון, 3) די ליאון האט ארומגעפאטשקעט דערמיט.

דאס איז אויך מער ווייניגער די מיינונג פון רוב היינטיגע חוקרים. סיי צוליב די פילאלאגישע ראיות (לדוגמא: דער אראמיש קען נישט זיין פון א תנא, עס איז פיל מיט טעותים און מאדנע ווערטער), סיי צוליב די מחודש'דיגע געדאנקען וואס שטימען נישט מיט תקופת התנאים (א קליין דוגמא: די זכר ונקיבה אין די שכינה), און סיי צוליב די אנאכראניזם (לדוגמא: די מאדנע געמיש פון תנאים ואמוראים אין באזונדערע תקופות). ממילא זע איך נישט פארוואס איך דארף זיך באציען דערצו מיט מער כבוד ווי צום ספר הרימון אדער צו די ספרים פון אברהם אבולפיה.

לגבי גרשם שלום, איז שווער צו זאגן אז ער איז געקומען מיט נגיעות, וויבאלד ער אליין האט פרובירט אין אנהויב צו פעסטשטעלן אז דער זוהר איז יא געקומען פון פריערדיגע תקופות, און למעשה איז ער געקומען צו די מסקנה אז דאס איז אוממעגליך און דער מחבר איז געווען איין מענטש (מ'קען דאס קלאר זען לויט זיינע הערות וואס ער האט צוגעשריבן אויפ'ן זוהר, ווי אזוי זיינע שיטות האבן זיך דעוועלאפד מיט די יארן). לגבי די שינויים צווישן די ליאון'ס ספרים און דעם זוהר האלט ער אז דאס איז א דעוועלאפמענט פון מיינונגען וואס האבן זיך געטוישט מיט די צייט. היות איך געדענק נישט גענוי זיינע פונקטליכע ראיות און די ראיות אויף פארקערט, וועל איך דאס לאזן פאר א צווייטן מאל. די מיינונגען פון די חוקרים היינט איז דא לכאן ולכאן, א גרויס חלק האלטן ווי שלום אין דעם פרט פון דעם מחבר הזוהר. לגבי אנדערע פרטים איז מען מחולק מיט אים (ווי למשל די השפעה פון גנאסטיציזם אויף קבלה). אבער קיינער מאכט אים נישט אוועק במו ידים, און אודאי זוכט מען זיך נישט 'אפצושאקלען' פון אים, ס'איז נאר אז ער איז געווען דער ערשטער עכטער חוקר הקבלה (פון א סעקולערע שטאנדפונקט) און ווי פארשטענדליך האט ער נישט אלעס ריכטיג צוגעטראפן, און מ'פרובירט צו טשעלענדזשן זיינע מסקנות כסדר.
האדם לא נברא אלא להתענג
דעת תורה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2147
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
האט שוין געלייקט: 5895 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1719 מאל

שליחה דורך דעת תורה »

פאר מען הייבט אן דן זיין אינען עצם החיבור, איז די שאלה נישט פארוואס זאל מען נישט גלייבן אז דער ספר קומט פון רשב"י, נאר סאך ענדערש פארוואס אין די וועלט מען זאל יא גלייבן.

שטעלט אייך פאר אזא בילד. ר' יושע לייפער, דער לעגענדארער מהדיר פון עוז והדר, קומט ארויס איין טאג, והנה, ער האט געטראפן דעם חלק ש"ס וואס פעלט, ער האט געטראפן, ס'איז דא א בבלי אויף טהרות, נישט מער און נישט ווייניגער. די דרוקער פון עוז והדר אינאיינעם מיט די גראפיקער, האבן אהער געשטעלט א וואונדערבארע ארבעט, די הגהות, ציונים, ילקוט ביאורים און אפילו די מתיבתא מהדורת ובלכתך בדרך איז שוין אויך דא צו באקומען אויף די גמרא מסכת פרה, אנדערע מסכתות זענען אויפן וועג, כרגע ארבעט מען אויף נגעים ואהלות. ווירקליך, א תורה מפוארה בכלי מפואר ווי עוז והדר גלייכט זיך צו זעלבסט קלאפן אין די פלייצע.

די נייע מסכתות און גמרות זענען פארשטענדליך מרבה קנאת סופרים, טויזנטער לומדים בכל אתר ואתר זעצן זיך אראפ מיט א פרישקייט האקן שטיקער דערין. א קלייניגקייט?! צוויי טויזנט יאר וואס כלל ישראל האט נישט געהאט די זכיה, און פלוצלינג איז עס דא. "דאס ווייזט אויף אורו של משיח"! דרוקט זיך אויס מיט עקסטאז ר' גמליאל ראבינאוויטש. "ומלאה הארץ דעה את ה'. בדקו מדן ועד באר שבע ולא מצאו תינוק ותינוקת וואס האט נישט געקענט קיין טומאה וטהרה". אלע לומדים זענען זיך מייגע מיט א פלייס, ביי זיך אין בויך טראכט יעדער איינער, ווער ווייסט, אפשר וועט מיר געלונגען צו זיין דער רש"י פון ש"ס טהרות, הונדערטער יארן ארום וועט מען זיך מייגע זיין אויף מיינע פירושים.

אזוי וואלט אלס געווען פיין און שיין. מוז דאך אבער אלס זיין איין אויבער חכם, און ער איז נישט געווארן איבערגענומען פון די גאס' עקסטאז. אנשטאט, האט יענער פרובירט אליין חוקר ודורש צו זיין, פון וואו קומט דער ש"ס? מען קען זעהן דעם כתב יד? וואס זענען די הוחכות אז דאס איז טאקע דער ש"ס בבלי? פרובירט ער גיין צו ר' יושע, אבער ער רעספאנדט נישט. געטראפן? ערגעץ אין א הייל אין ווייטן מזרח. (וויאזוי זאל דער בבלי אנקומען צו דעם הייל? גוטע קשיא). מען קען זעהן דעם כתב? ניין. פארלוירן (אדער צוריקגעגעבן פארן קעניג וואס האט זיך געיאגט ווייטער צו זיין דעסטינאציע). אבער נישט געזארגט, שרייט אויס ר' יושע, איך האב טאקע נישט דעם אריגינעלן, און ניטאמאל א קאפיע פונעם כתב, איך אליין האב עס אבער איבער געזעצט אויפן קאמפיוטער, אות באות פונעם כתב יד.

אונזער אויבער חכם איז אבער נישט צופרידן, ער פרובירט רעדן צו ר' יושע'ס בני משפחה. למעשה, איז עס אים געלונגען. נישט קיין אנדערע ווי ר' יושע'ס אייגענע ווייב, דערציילט אים בפה מלא, אז ר' יושע מיט זיין גאנצער מכון אינאיינעם זענען געווען אין געפאר פון פינאנציעלער אונטערגאנג. געלט נעמט ער נישט פון די מדינה, די עקאנאמיע איז אין דער ערד, סאטמארע עשירים האבן נישט קיין געלט אדער זענען ברוגז פארן רופן רב אלישיב צום סיום, און דערווייל שטייט מענדל פאמעראנץ און שיסט ארויס באנד נאך באנד וואס זאמלען שטויב אויף די פאליצעס פון די ספרים געשעפטן און בתי מדרשים. נו, מען האלט ביי א פינאנציעלע קאטאסטראפע, וואס טוט מען דא? ווי גיט מען זיך אן עצה?

דערציילט די מרת לייפער, איין נאכט, איז מיין מאן געפאלן אויף א המצאה. נעמליך, ער וועט לאזן דרוקן דעם ש"ס טהרות בבלי. ער האט זיך אליינס אראפגעזעצט, און אויסגעארבעט דעם ש"ס מהחל ועד כלה. (אקעי, איך אגרי אז דער חלק משל שטימט נישט...). געשריבן, געמעקט, געקאפי'ט געפעיסט, ביז עס איז ארויסגעקומען א דבר השלם. און טאקע דערציילט די רעבעצין, ב"ה, דאס איז געווען א געוואלדיגע המצאה וואס האט אונז ממש געראטעוועט, די סעילס פונעם ש"ס זענען געווען סקיי ראקעטינג. מיר האבן זיכער געמאכט אז מיר זענען די קאפירייט האלדער'ס לנצח נצחים. קיין איין קאמפעטישאן, נישט וואגשאל, נישט מסורת הש"ס קענען דאס נישט צושטעלן. נו, וועלכער מחותן זאל זיין אזא נאר צו גיין קויפן פארן איידעם'ל א פעלעריגן ש"ס? אוודאי איז נאר דא איין עצה, קויפן א ש"ס ביי עוז והדר.

אפגערעדט אז מתיבתא געניסט פון א אומצווייפלהאפטיגער נצחון איבער ארטסקרול, ווייל כאטש ארטסקרול איז פיל א בעסערער פירוש, האבן זיי אבער נישט די קאפירייט רעכטן צו ארויסגעבן א פירוש אויף טהרות גמרות. טאקע, ווען א יחיד קויפט זיך א איינצלנעם באנד שטייט טאקע ארטסקרול העכער, אבער ווען עס קומט צו איינקויפן גאנצע סעטס, דער איז נאו וועי טו עוואויד עוז והדר - מתיבתא.

נו שוין, געהערט אזאלכע דיבורים מפורש יוצא מפי אשת חבר, האט אונזער אויבער חכם אנגעהויבן מאכן א טומל. ביז די זאך איז אנגעקומען צו ר' מענדל שאפראן, וואס האט מחליט געווען צו דערגיין דעם אמת, ער האט געלאזט רופן ר' מענדל פאמעראנץ, וועלכער האט געשוואוירן מיט א ספר תורה אין די האנט אז ער - וועלכער איז ר' יושע'ס רעכטע האנט - ווייסט נישט פון אזא זאך צוזאגן. ער האט טאקע נישט אליין מיטגעהאלטן דעם גאנצן עסק, אבער ר' יושע האט אים קיינמאל נישט דערציילט אז ער האט זיך אליינס אויפגעטראכט דעם ש"ס.

אז ר' מענדל האט געהערט אזא אפענע שבועה מפורש יוצא מפי הרב פאמעראנץ, און נאך א ארבעטער אין עוז והדר וואס האט פארציילט די זעלבע, האט ער שוין געוויסט וואס ער האט צוטון. ער האט ארויסגעגעבן א צעטל בכתב אז דער ש"ס איז אויטענטיש, וילמדו ענוים וישבעו. אומזיסט האט אונזער איינציגער אויבער חכם פרובירט אנצודרייען ווייטער, מען האט אים אמבעראל פארשריגן און ארויסגעווארפן פון אלע בתי מדרשים. דער עולם וועלכע האט געלעכצט נאך א סימן אז משיח איז שוין נאנט, און איז געווען אויסער זיך פאר עקסטאז אז ב"ה מען האט אפירגעזוכט דעם טהרות ש"ס, האט אפילו נישט געוואלט אויסהערן וואס דער אויבער חכם האט צו זאגן, און דער ש"ס איז פארבליבן הייליג ביי כלל ישראל, פרובירן זאל אן אפיקורס מפקפק צו זיין דערין.

דאס משל, דאס משל איז דאך דומה לנמשל...

איך מוז נאר צולייגן, אז להשלמת הענין, האב איך שוין לאנג גע'טענה'ט ווי דער סולם, ס'איז מיר געווען א הנאה צו זעהן אז ער שרייבט עס אויך. נעמליך, די גאנצע ענין פון קבלה / תורת הנסתר וואס מיר האבן בידינו, איז דאך אלעס ענינים וואס איז נתגלה געווארן דורך אנקאנווענשאנעל וועגן. דאס איז ברור פאר יעדן וואס גלייבט אין תורה שבע"פ, און אין תלמוד בבלי (אויף סדר מועד...) אז הוויות דאביי ורבא איז א דבר קטן, ס'איז רב הנסתר על הנגלה, כמים שאין להן סוף. די אלע ענינים וואס מיר ווייסן איצט, איז אויך נאר א פרעקשאן פון תורת הנסתר.

איצט קומט יאיר למשל, און האלט אז אלע ענינים וואס זענען נתגלה געווארן לאורך הדורות, צי דורך ר' שמעון, צי דורך רמב"ן, ר' --- בן הראב"ד, אר"י הק' ועוד זענען נאר רח"ל מהאי דעתא, א דמיון מפותח פון א געהויבענעם איד, עפ"ל. ווייל ער קוקט אויף זאכן מיט א א.ג. סייענטיפישע בליק, און סייענס פארשטייט נאך נישט וויאזוי אליהו הנביא אדער אחיה השילוני קענען זיך מגלה זיין אויף די וועלט (כאטש דאס איז מבואר אין בבלי וואס לכאורה גלייבט יאיר יא דערין, לפי זה אפשר די זאכן וואס אליהו האט מגלה געווען וועט ער יא גלייבן, וצ"ע) און אויך נישט וויאזוי צדיקים קדושים פון דא קענען משיג זיין זאכן פון יענער וועלט.

נו, ברוך הוא אלוקינו שהבדילנו מן התועים, ב"ה געווענליך ערליכע אידן קענען זיך יא ברענגען צו גלייבן אז רשב"י האט געקענט משיג זיין זאכן פון הימל, און אויך דער אריה"ק (כמבואר בחגיגה אז ר"ע וחביריו זענען ארויף ממש אין הימל הייסט דאס עס איז יא שייך צו משיג זיין ) און ממילא בנידון דידן, מה לנו צי רשב"י האט אליינס אראפגעשריבן דעם גאנצן ספר, צי א מקובל טויזנט יאר שפעטער וואס האט עס משיג געווען צי עס אים נתגלה געווארן די אלע סודות, צי ער האט עס אראפגעשריבן בציור מעשה ועובדא און אזוי קונצליך אריין געוועבט די רזין דאורייתא ווס איז אים נתגלה געווארן, צי ער האט מקבל געווען אלע עובדות אז ס'איז טאקע בפועל געשעהן. למעשה האבן די שרפי מעלה ווי דער אר"י הק' ועוד עס געגלייבט און מקבל געווען און געהאלטן - און משיג געווען, געזען אין הימל - אז דאס איז טאקע יא תורת אמת און מקור מקורם טהור פון ר' שמעון בן יוחאי, אלזא ווער עס גלייבט דעם אריה"ק זאל גלייבן, און ווער עס וויל זיין א סייענטישע געמיינדע מיטגליד זאל לאכן פון כל הקודש לנו.
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
באניצער אוואטאר
שליח
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 11, 2013 11:43 am
געפינט זיך: th dimension'∞
האט שוין געלייקט: 459 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 767 מאל

שליחה דורך שליח »

ר' [tag]יאיר[/tag], כ'פארשטיי וואס איר מיינט, איינמאל א זאך ווערט אן אביעקט צו שטודירן קען עס פארלירן דעם רגש קדושה, אויב איז מען נישט גענוג געווארנט. וכנראה איז דאס די טעם פון די וואס האבן זיך מתנגד געווען צו ביקורת המקרא כאטש זיי זענען אפען געווען צו אלע אנדערע שאלות, ווייל אפילו אויב איז מען זוכה צוצוקומען צום אמת קען מען פארלירן די רגש פון מחויבות צו די תורה, רח"ל.
למעשה, כשאני לעצמי פיהל איך ב"ה אקוראט די זעלבע ווי דער בעל הסולם. כ'וואלט זיך געשפירט מחויב צום זוהר, און איר געשטעלט אין ספרים-שאנק נעבן די ספרי חז"ל, אפילו ווען דער מחבר וואלט קלאר געווען א היינטיגער (אפשר וואלט איך דאן נישט געהאט די שכל אריינצוקוקן מעיקרא, אבער אויב וואלט איך געוויסט איבער דעם וואס כ'ווייס ב"ה היינט וואלט איך קלאר אזוי געטון). ווען איך פאר זיך שרייב דאס קענט איר מיר אנקוקן ווי עפעס א פאנאטישער מאמין וואס טראכט מיט הארץ אנשטאט מוח, וואס האט זיך פארגלייבט אין עפעס א כמו-אראמישע טעקסט און קען עס נישט אפלאזן. דערפאר האב איך געברענגט דברי בעל הסולם, וואס אויף אים זאגט זיך דאס נישט אזוי גרינג, ער איז געווען אן ענק הרוח און א אפענער מוח, וואס האט טיעף דורכגעטון אלע פילאזאפיעס און אידאלאגיעס אויף די וועלט (וכבר נתבאר קצת כאן בדברי שליח עניא והרב לעיקוואד). דאס איז פון די זאכן וואס מ'קען נישט אויפווייזן, מ'מוז אליינס דורכטון, און נישט דורך אזעלכע בורות נשברים ווי ג"ש וחביריו, נאר טאקע אליינס מיטן גאנצן נשמה (מערקט אז כ'שרייב נישט הארץ). אויב ווארט איר אויף הוכחות, ווייזט מיר מקודם אויף אז יחזקאל'ס נבואות זענען נישט סתם עפעס UFO-like מחזות פון א דמיון מפותח (רח"ל).

אז איר שרייבט אייער אני מאמין וועל איך מוזן שרייבן מיינס, אויפן סדר פון ווי זיכער כ'בין.
1) רמד"ל איז בלי שום ספק רציני נישט געווען דער מחבר, עורך, און אפילו נישט ערנסט ארומגעפאטשקעט דערמיט. די רעדע איז נישט פון אזעלכע זאכן ווי שינוי דעת, נאר קודם כל איז ער פשוט נישט געווען מסוגל דערצו, כאילו איר זאלט זאגן אז איבראנער רב האט געשריבן רמב"ם, צווייטנס ברענגט ער נאך שטיקלעך אין זיינע שפעטערדיגע ספרים וואס ער האט קלאר נישט פארשטאנען פירוש המילות, דריטנס פרעגט ער קושיות אין זיינע שפעטערדיגע ספרים וואס ווערן שוין געפרעגט אין זוהר (אהן זיך וויסנדיג מאכן), און ער ענטפערט מיט דוחק-תירוצים בעת וואס אין זוהר זענען די תירוצים הערליך, ס'איז נישט באוויסט אז ער האט געליטן אויף אמנעזיע, ועוד ועוד. מערסטענס וואס ס'קען זיין איז אז ס'איז אנגעקומען לידו נישט מסודר, און ער האט פרובירט אביסל מסדר צו זיין, און אפשר אויך במקומות מועטים ביותר צוגעלייגט און אראפגענומען.
2) א ריזן חלק איז שוין געווען געשריבן שפעטסטענס בתקופת הגאונים. שלום אליין ווארפט אריין, אזוי צופעליג, אז א גרויסע חלק פון זוהר איז געשריבן געווארן מיט אויסגעצייכנטע אראמיש, וואס פאסט פאר חכמים וואס אראמיש לעבט נאך ביי זיי (ד.מ. זיי נוצן עס טאג-טעגליך). אבער ער איז זיך נישט מטריח מסביר צו זיין וויאזוי דאס איז טאקע מעגליך. (ס'זענען דא נאך אסאך ראיות, אפס קצתם תראה במאמר המצורף, כ'האב נאר אנגעכאפט די ראי' ווייל דער עולם דא האט זיך ארויפגעכאפט אויפן אראמיש).
3) צו דאס קערנדל איז געשריבן געווארן דורך רשב"י, זענען דא בערג מיט טענות לכאן ולכאן, זיי דורכצוטון וועט נעמען צייט און כח און מח, און וויבאלד כאמור איז מיר עס נישט צופיל נוגע, ברענט מיר נישט צו אינוועסטירן אזויפיל אויף צו געוואויר ווערן די היסטארישע אמת. אין פשוטערע ווערטער: איני יודע. אבער ס'איז מיר פשוט באקוועמער אנצושטעלן א סעטינג ביי מיר אין מח אז דאס קערנדל איז מסתמא יא פון רשב"י, פשוט ווייל דאס איז געווען די אנגענומענע מיינונג ביי רוב גדולי ישראל (ווי רב אשלג שרייבט, ביי די וואס האבן פארשטאנען חכמה זו), און כ'האב דערווייל נישט געטראפן קיין compelling reason צו קריגן.

לגבי ג"ש'ס נגיעות, כ'האב נישט געמיינט דוקא לגבי די נושא, אבער סייווי פארשטיי איך נישט אייער ראי'. אויב זעה איך איינעם אויפן אינטערנעט וואס האלט אין איין פאוסטן זיינע שיטות בעניני אמונה, ער הייבט אהן ווי א חרדי און ענדיגט - נעבעך - ווי א כופר הכל, איז מוכרח פון דעם אז ער אנגעקומען צו דעם דורך אביעקטיווע טענות? אוודאי איז עס אויך מעגליך, אבער ס'איז פונקט אזוי מעגליך אז זיינע תאוות נטיות ונגיעות האבן אים צוביסלעך מער און מער פארפירט, ער איז געווארן שוואכער און שוואכער ביי זיך עומד צו זיין בנסיון. און אויב זעה איך אז אין זיינע לעצטע פאוסטס איגנארירט ער גענצליך די ראיות פון זיינע ערשטע פאוסטס, איז מער מסתבר די צווייטע צד ווי די ערשטע. לענינינו, ג"ש האט מפרסם געווען אפאר מאמרים מיט ראיות אז רמד"ל האט נישט מחבר געווען ספר הזוהר, און שפעטער איגנארירט ער זיי גענצליך! צינדט דאס נישט אהן קיין רויט לעמפעל ביי אייך?
כ'האב זיך נישט ריכטיג אויסגעדריקט אז מ'פרובירט זיך שוין אפצושאקלען, איר זענט לכאורה גערעכט אז ס'האלט נאכנישט ביי דעם. אבער בעת וואס אמאל איז מען געווען פאר'שיכור'ט פאר אים, ער האט געקענט שרייבן די גרעסטע שטותים און מ'איז נאכגעטאנצען קדוש קדוש קדוש אויף יעדע ווארט (עי' במאמרי תשבי, אדער בעסער זייט נישט מעיין ;) ), האט מען שוין היינט איינגעזעהן אז נישט יעדע נארישקייט ווערט אויטאמאטיש קלוג ווייל ס'קומט פון דעם גורף ביבין'ס פה מפיק מטלניות.

[tag]דעת תורה[/tag], איר לייגט זייער גוט אראפ די טענות פון די מערערים, אבער די טענות אויף פארקערט זענען פיל שטערקער. למשל:
דעת תורה האט געשריבן:ער האט זיך אליינס אראפגעזעצט, און אויסגעארבעט דעם ש"ס מהחל ועד כלה. (אקעי, איך אגרי אז דער חלק משל שטימט נישט...).

דער חלק נמשל שטימט נאך אסאך ווייניגער.
ווי געשריבן, איז מסתבר אז ס'איז אנגעקומען צו רמד"ל נישט מסודר, ער האט עס מסדר געווען, און ארומגעטוישט אויף געציילטע פלעצער וואו ס'האט אים געשמעקט. דערפאר האט ער נישט געוואלט ארויסגעבן דעם כת"י (אויב האט ער עס טאקע נאך געהאט), מ'זאל אים נישט כאפן רויט-האנטיג. וויבאלד ער האט אריינגעלייגט אסאך ארבעט לפי ערכו, האט ער זיך אין א שוואכע מינוט מעגליך בארימט פאר זיין רביצין אז ס'איז אלעס מעשי ידיו, (ווי דער מדרש אז שלמה המלך האט געהערט א פויגל זיך בארימען אז ער קען חרוב מאכן דאס ביהמ"ק, ווען שלמה האט געפרעגט וויאזוי האט דאס פויגל געענטפערט אז פאר זיין ווייב מעג ער זיך בארימען און ס'איז קיינעם'ס נישט עסק). בקיצור, יעדע קושיא האט א תירוץ, און די קושיות קענען נישט מכריח זיין אז רמד"ל האט געטון אין מערסטענס זעקס יאר א זאך וואס ער וואלט נישט געקענט באווייזן במשך כל ימי חייו.

אבער ווי איר פירט אויס (און ווי געשריבן אויבן), ס'איז נישט צופיל נוגע צו דער מחבר האט געהייסן ר' שמעון בר יוחאי, רב חמאי גאון, ר' משה די ליאון, אדער אפילו ר' יהושע לייפער. איינמאל מיר ווייסן וואס מיר ווייסן איבערן חיבור איז דער מחבר נתלה אין זיין חיבור, נישט פארקערט.

שליח האט געשריבן:כרגע האב איך נישט קיין צייט (און חשק) מרחיב צו זיין, אבער מ'קען אנהייבן מיט קאשער'ס מאמר (און ליבערמאן'ס אויך, צו די זייט). איך פארמאג נישט קיין סקענער, אבער כ'בין כמעט זיכער אז ביידע דארפן זיך צו געפינען אין אוצר החכמה. אויב איינער דא האט אוצר החכמה וועט ער א טובה טון פארן עולם אויב וועט ער זיי אפירזוכן (קאשער'ס אין סיני סופר יובל, ליבערמאן'ס אנהייב אהל רח"ל) און ארויפלאדענען.


א גרויסן דאנק פארן חשובן חבר וואס האט זיי צוגעשטעלט, תשוחח"ל. ויותר ממה שאמרתי לפניכם כתוב כאן. (כ'שפיר זיך אבער פארפליכטעט צוצולייגן אז כ'בין נישט מקבל אחריות אויף זייערע ווערטער, כ'האב עס נישט יעצט איבערגעליינט. ומצד השני, כפי זכרוני אנטהאלטן זיי נישט אלע מיינע טענות).

כשר

ליברמן
ראית איש חכם בעיניו תקוה לכסיל ממנו (משלי כו יב).
Skepticism is not necessarily a badge of tough-mindedness; it may equally be a sign of intellectual cowardice ~ John Beloff
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

שליח האט געשריבן:למעשה, כשאני לעצמי פיהל איך ב"ה אקוראט די זעלבע ווי דער בעל הסולם. כ'וואלט זיך געשפירט מחויב צום זוהר, און איר געשטעלט אין ספרים-שאנק נעבן די ספרי חז"ל, אפילו ווען דער מחבר וואלט קלאר געווען א היינטיגער (אפשר וואלט איך דאן נישט געהאט די שכל אריינצוקוקן מעיקרא, אבער אויב וואלט איך געוויסט איבער דעם וואס כ'ווייס ב"ה היינט וואלט איך קלאר אזוי געטון). ווען איך פאר זיך שרייב דאס קענט איר מיר אנקוקן ווי עפעס א פאנאטישער מאמין וואס טראכט מיט הארץ אנשטאט מוח, וואס האט זיך פארגלייבט אין עפעס א כמו-אראמישע טעקסט און קען עס נישט אפלאזן. דערפאר האב איך געברענגט דברי בעל הסולם, וואס אויף אים זאגט זיך דאס נישט אזוי גרינג, ער איז געווען אן ענק הרוח און א אפענער מוח, וואס האט טיעף דורכגעטון אלע פילאזאפיעס און אידאלאגיעס אויף די וועלט (וכבר נתבאר קצת כאן בדברי שליח עניא והרב לעיקוואד).

אלץ איינער וואס איז קאמפלעט איגנאראנט אינעם ענין, אפשר קלערט איר מיר אויף וואס איר מיינט, וואס איז אזוי מורא'דיג מיטן ספר הזוהר? איך פרעג מחיסרון ידיעה, נישט לקנטר.
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

@שליח איך האב הנאה אז דו האסט ארויס מיין כונה. עס זעט אויס אז מיר ביידע זענען דן דעם זוהר מצד דעם חיבור, נאר משום איזה סיבה האבן מיר די פארקערטע הרגשה. איך קלער אז דער חילוק איז פשוט אז איך האב בעיקר געלערנט דעם נגלה חלק, וואו ווען איך עפן נאר דעם זוהר באגעגן איך זיך מיט דברים מוזרים ומשונים מאוד, מאחורי ראיתים ולפני לא יראו, ולפעמים דברים שכמעט שאסור להעלותם על הדעת. אבער אין דער חלק הנסתר שבו האב איך ווייניג געלערנט, און וואס יא פארשטיי איך נישט וואס דער מחבר וויל. ממילא איז מעגליך אז דאס איז אונזער סלע המחלוקת. כ'טראכט גאר צו אפשר האט אן אנדער מחבר אדער אפילו די ליאון (אפילו לדבריך) צוגעלייגט דוקא אינעם חלק הנגלה שבו, ווייל נאר דאס איז ער געווען ביכולת. בכל אופן זע איך בכלל נישט קיין גרויסע גדולה מיט דעם חלק הנגלה, און איך מיין אז יעדער יודע ספר מיט א חוש הדמיון מפותח וואלט דאס געקענט מחבר זיין. ממילא שטעל איך זיך פאר אז דו רעדסט נישט פון דעם. איך האב אבער נישט געלערנט די ליאון'ס ספרים ממילא קען איך נישט צופיל זאגן דערוועגן.
אבער חוץ מזה, איז דא א גרויסע חילוק צווישן זען א טיפע חכמה אינעם זוהר און עס שטעלן נעבן ספרי חז"ל. איך זע אויך א גרויסע חכמה אין איינשטיינ'ס ביכער און פונדעסטוועגן באלאנגט דאס נישט צווישן ספרי חז"ל, און אודאי מיינט דאס נאכנישט אז וואס שטייט דארט איז אמת, און די עולומות זענען זיך טאקע משתלשל גענוי ווי דער בעל הזוהר לייגט עס אראפ.
לגבי ג"ש'ס נגיעות, כ'האב נישט געמיינט דוקא לגבי די נושא, אבער סייווי פארשטיי איך נישט אייער ראי'. אויב זעה איך איינעם אויפן אינטערנעט וואס האלט אין איין פאוסטן זיינע שיטות בעניני אמונה, ער הייבט אהן ווי א חרדי און ענדיגט - נעבעך - ווי א כופר הכל, איז מוכרח פון דעם אז ער אנגעקומען צו דעם דורך אביעקטיווע טענות? אוודאי איז עס אויך מעגליך, אבער ס'איז פונקט אזוי מעגליך אז זיינע תאוות נטיות ונגיעות האבן אים צוביסלעך מער און מער פארפירט, ער איז געווארן שוואכער און שוואכער ביי זיך עומד צו זיין בנסיון. און אויב זעה איך אז אין זיינע לעצטע פאוסטס איגנארירט ער גענצליך די ראיות פון זיינע ערשטע פאוסטס, איז מער מסתבר די צווייטע צד ווי די ערשטע. לענינינו, ג"ש האט מפרסם געווען אפאר מאמרים מיט ראיות אז רמד"ל האט נישט מחבר געווען ספר הזוהר, און שפעטער איגנארירט ער זיי גענצליך! צינדט דאס נישט אהן קיין רויט לעמפעל ביי אייך?

איך זוך נישט דא צו פארטיידיגן א פרייען חוקר, אבער לתרץ את דברי, כ'האב טאקע געמיינט ארויסצוברענגען אז עס איז נישט גלייך צו דיין משל, ווייל שלום האט נישט געהאט קיין נגיעות דא, ווען יא וואלט ער מתחילה געזוכט ראיות אויפצואווייזן אז די ליאון איז דער מחבר. עס איז גלייך צו א פרומער איד וואס שטודירט א היסטארישע נושא וואס האט גארנישט מיט אידישקייט צו טון, און קודם האט ער איין מסקנא, דערנאך טוישט ער צו א צווייטע. שלום האט קיינמאל לכאורה נישט געגלייבט אין זוהר, און עס האט אים בלויז אינטערעסירט אלס א חוקר. נאכמער, ער האט שטענדיג געשעצט קבלה, ער האט זיך קיינמאל נישט באצויגן מיט א זלזול דערצו. ווען ער וואלט געווען א פרומער איד וואלט געווען מסתבר אז די נגיעות האבן אים שפעטער צוגעפירט.
אבער עס איז סייווי נישט קיין נפק"מ, דו האסט א רעכט צו האלטן אז ער איז געווען א חולם חלום יעוף בכל אופן.
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
שליח
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 11, 2013 11:43 am
געפינט זיך: th dimension'∞
האט שוין געלייקט: 459 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 767 מאל

שליחה דורך שליח »

געפילטע פיש האט געשריבן:אלץ איינער וואס איז קאמפלעט איגנאראנט אינעם ענין, אפשר קלערט איר מיר אויף וואס איר מיינט, וואס איז אזוי מורא'דיג מיטן ספר הזוהר? איך פרעג מחיסרון ידיעה, נישט לקנטר.


זייער א גוטע שאלה, און כ'פיל שלעכט אז כ'גיי אייך ענטפערן א boring תירוץ, כ'האב אבער נישט קיין ברירה.

ערשטענס, לענינינו איז גענוג אז אזעלכע ריזן ווי דער אריה"ק, ר' יהונתן אייבשיץ, רמח"ל, גר"א, רב אלישיב הראשון (בעל הלשם), ובעל הסולם (און נאך א גרויסע ליסטע) האבן אזוי געוויסט און משיג געווען. פונקט ווי א בלינדער וועט בכלל נישט זיין קלוג אויב וועט ער פרובירן אליינס צו דערגיין וועלכע פון צוויי בילדער זענען שענער מיט זיינע חושים וואס ארבעטן, ווייל פונקט דער חוש וואס פעלט אויס פארמאגט ער נישט, אזוי דארפן מיר פארשטיין אז די ריזן האבן געהאט דעם חוש פון משיג זיין קדושה, און איינער וואס פארמאגט עס נישט וועט אים נישט העלפן קיין שום התחכמות בעולם.
איך, למשל, פארשטיי בכלל נישט צו וויין (פיזישע וויין, נישט די סארט וואס ג"ש האט מחמיץ געווען...). אויב וויל איך דערגיין צו א פלעשל וויין איז ווערד איר פרייז, האב איך דריי וועגן אין וואס בוחר צו זיין: איינס, זיך איינרעדן אז כ'בין א חכם עתיק, נישט איינזעהן אז ס'פעלט מיר דעם חוש, און זיך נעמען אויספראבירן אויף אלע וועגן; שמעקן, לעקן, שלינגען, שפייען, און פארשטייט זיך ארויסקריכן מיט גארנישט. צוויי, כ'קען גיין צו איינעם וואס פארשטייט צו וויין, פרעגן צו ער רעקאמאנדירט דאס. דריי, כ'קען גאר טענה'ן אז די גאנצע אזויגערופענע וויין מומחיות איז סתם א בלאף, מענטשן מאכן זיך ווי זיי ווייסן וואס זיי רעדן בעת וואס ס'איז בכלל נישטא וואס צו וויסן. די ערשטע וועג איז זיכער נאריש, ווי געשמועסט, אבער וועלכע פון די אנדערע צוויי זענען מער שכל'דיג? פשוט, אויב זענען דא צווישן די וויין מומחים קלוגע און אויפריכטיגע מענטשן, מוז זיין אז יש דברים בגו, זיי וואלטן נישט גענארט זיך און די וועלט.
די אלע אויבנדערמאנטע גדולים זענען געווען ריזיגע מוחות און ברייטע קעפ, א גרויס חלק פון זיי אויך בקי אין פילאזאפיע ושאר חכמות העולם, זיי צו גלייבן אז זיי האבן באמת משיג געווען איז די מערסטע שכל'דיג.

אויב רעדט איר אבער פון מיר, כ'בין ליידער נישט אין די מדריגה משיג צו זיין און זעהן בעולמות העליונים די גרויסקייט פון א חיבור, פארט קען איך שפירן (מיט די נשמה, נישט מיט די הארץ) אז ס'איז נישט סתם אבי נאך א ספר. יעדעס ווארט שניידט אריין, ווי א מלאך וואלט עס אריינגעשעפשעט אין די אויערן פונעם נרנח"י. יעדע שטיקעלע טראגט וואג, ס'פלאמט מיט אמת. ווער רעדט נאך ווען מ'זעצט זיך לערנען מיט עיון, און מ'זעהט ווי אומבאגרייפליך טיעף, הויעך און אויסגערעכנט יעדעס ווארט איז. מיין כח הדמיון איז נישט גענוג שטארק אויף זיך אויסצו'משל'ן א מענטש וואס איז אזוי אויסטערליש קלוג, אזא מבהיל'דיג ריזיגער מוח, אזא נשמה נשגבה, און אזא קדוש אלקי, אויף צו זיין דער מחבר.

כ'ווייס, כ'האב למעשה גארנישט געענטפערט, אבער וואס קען איך טון? ס'איז פשוט א זאך וואס איז נישט געמאכט פאר ווערטער. וויאזוי שרייבט נאר 'דער איד'? הדרא דלא אפשר למפרט בשפוותא. אבער אין דעם פאל איז עס דורכאויס אמת. כ'קען אייך בלויז עצה'ן ווי געשריבן:
שליח האט געשריבן:דאס איז פון די זאכן וואס מ'קען נישט אויפווייזן, מ'מוז אליינס דורכטון, און נישט דורך אזעלכע בורות נשברים ווי ג"ש וחביריו, נאר טאקע אליינס מיטן גאנצן נשמה (מערקט אז כ'שרייב נישט הארץ).

ככתוב, טעמו וראו כי טוב.

---

יאיר האקט, לאמיר ענטפערן אין קורצן.
ווען איר וועט ארויסהאבן אביסל דעם חלק הנסתר וועט איר אנהייבן צו פארשטיין הנסתר שבנגלה. (ס'זענען טאקע דא אויך שוואכערע שטיקלעך, ווי דער אריה"ק אליינס שרייבט במקום א' אז דער שטיקל קען נישט זיין מרשב"י ווייל ס'איז נישט ריכטיג).
טיפע חכמה מיין איך נישט בלויז חכמה, כ'האף אז כ'האב זיך יעצט אביסל מער מסביר געווען (צופיל מער קען איך סייווי נישט).
כ'זאג נישט אויף זיכער אז ג"ש האט געהאט נגיעות אין די נושאים, אבער אויב וויל מען זאגן אזוי איז בכלל נישט שווער צו טרעפן הסברים. לדוגמא, אפשר האט ער געזעהן נאכן ארויסגעבן זיינע ערשטע מאמרים אז די שיטה איז נישט פאפולער, און ס'וועט זיך אים קיינמאל נישט איינגעבן אריינצוברענגען חקר הקבלה אלס פעלד אין מחקר אויב וועט ער נישט ארויסווייזן איבריגע אביעקטיוויזם?
ראית איש חכם בעיניו תקוה לכסיל ממנו (משלי כו יב).
Skepticism is not necessarily a badge of tough-mindedness; it may equally be a sign of intellectual cowardice ~ John Beloff
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

שליח האט געשריבן:אויב רעדט איר אבער פון מיר, כ'בין ליידער נישט אין די מדריגה משיג צו זיין און זעהן בעולמות העליונים די גרויסקייט פון א חיבור, פארט קען איך שפירן (מיט די נשמה, נישט מיט די הארץ) אז ס'איז נישט סתם אבי נאך א ספר. יעדעס ווארט שניידט אריין, ווי א מלאך וואלט עס אריינגעשעפשעט אין די אויערן פונעם נרנח"י. יעדע שטיקעלע טראגט וואג, ס'פלאמט מיט אמת. ווער רעדט נאך ווען מ'זעצט זיך לערנען מיט עיון, און מ'זעהט ווי אומבאגרייפליך טיעף, הויעך און אויסגערעכנט יעדעס ווארט איז. מיין כח הדמיון איז נישט גענוג שטארק אויף זיך אויסצו'משל'ן א מענטש וואס איז אזוי אויסטערליש קלוג, אזא מבהיל'דיג ריזיגער מוח, אזא נשמה נשגבה, און אזא קדוש אלקי, אויף צו זיין דער מחבר.

אזעלכע דברי הפלגה מעומק הנפש היהודי האב איך שוין יארן נישט געהערט אויפ'ן זוהר אדער אויף סיי וועלכער ספר, און איך בייג מיין קאפ דערפאר.
איך וועל זיך יעצט מצרף זיין צו שליח און מכריז זיין: פאר מיר איז גענוג אז אזעלכע ריזן ווי דער אריה"ק, ר' יהונתן אייבשיץ, רמח"ל, גר"א, רב אלישיב הראשון (בעל הלשם), בעל הסולם, און @שליח האבן אזוי געוויסט און משיג געווען.
ומה אעשה שעונותי גרמו שלא זכיתי להיות במחיצתם.
האדם לא נברא אלא להתענג
איינגעמיירעט
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 311
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 02, 2012 8:12 pm
האט שוין געלייקט: 143 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 288 מאל

שליחה דורך איינגעמיירעט »

ברוך ד׳ אשר לא השבית שליח, די ביסט טאקע די ריכטיגע שליח א יוד מיט א שכל הישר,א יעדע תגובה איז שפתים ישק,דיין ישרות צוזאמען מיט דיין חוש הביקור מיט דיין ביקוש האמת פארשיינט און באצויבערט דיינע מסקנות וואס די קומסט צו פון דיינע רייכע ידיעות.
שלא כדרך רוב שרייבערס וואס מאכען מסקנות און זיכען ידיעות, אך ורק צובאפעסטיגען זייערע אגענדאס,און צו בארואיגען זייערע אינערליכע צומישענישען.
ווען סקומט אבער צו שליח זעעט מען א ביקוש האמת און א נטיה חופשית,ער איז נישט משועבד צו טראכטען אלעס אויף איין ריכטונג, ער האט א ידיעה עצמית און די ענינים וואס ער שרייבט, ער איז נישט בלויז אן איבערטייטשער פון פיליזאפישע שרייבערס אזוי ווי רוב פון די שרייבערס, נור ברענגט אריין זיין אייגענע חכמה און הבנה און די זאך.
סבלייבט מיר נאר איבער צוזאגען ברוך ד׳ אז אונז זעמיר נישט באנקראט.
און צולעצט וועל איך מוסיף זיין חילא צו שליח
רבותי ווער סוויל טועם זיין טעם חיים זאל זיך מדבק זיין און די מקור מים חיים, די גר״א רמ״ק, תניא, מהר״ל,של״ה,רמח״ל, זענען געווען זייער ווייט פון בעלי חזיון זיי האבען געזעען און מגלה געווען די באר מים חיים פון די זוהר, ועל כגון דא זאגט זיך והנח להם לישראל אם וכ״ו בני נביאים הן , כלל ישראל בקדושתם האט זיך מדבק געווען און די ספר הזוהר און אין חכמת הקבלה.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום איינגעמיירעט, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
יא יא האט די בארדישובער גענטפערט דעם אפיקורס, סאיז אלץ פיין און וואויל,
אבער געוואלד !!! וואס וועסטו טוהן אויב די ראשית חכמה איז יא גערעכט.
באניצער אוואטאר
חכם באשי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 151
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2013 7:41 pm
האט שוין געלייקט: 244 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 212 מאל

שליחה דורך חכם באשי »

הערה בעלמא -


ערגעץ דא אין שטיבל איז לעצטענס דערמאנט געווארן א אפשאצונג איבער שלמה מימון, דורך טאמבל סאס, און איך האב מיך טאקע גענומען די מיה אדורכצוליינען זיי חיי שלמה מימון דורך די אנגעגעבענע לינקס. - דארטן אין חיי שלמה מימון ווידמעט ער א גאנצע קאפיטל איבער'ן קדמות ספר הזוהר, ווי ער ערקלערט וויאזו - לפי דעתו - עס האט זיך געשאפן און פארשפרייט דער ספר הזוהר הקדוש. אזוי ווי איינגעמיירערט מיט שליח זאגן, איז זיין בליק פשוט איין צד וויאזוי צו קוקן אויף דעם ענין, אן נעמען א צד צו ער האט עס ארויסגעהאט צו נישט.
אנו עם קטן והקדוש ברוך הוא שיגר לנו ענקי רוח ופיצה אותנו באיכות ענקית על המזער של החומר. [קרעדיט: מר פרס על רבינו עובדיה זצוק"ל]
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

חכם באשי!! סאלעם אליייחחחעם...
Under influence
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3911
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך לעיקוואד »

שליח האט געשריבן: אויב רעדט איר אבער פון מיר, כ'בין ליידער נישט אין די מדריגה משיג צו זיין און זעהן בעולמות העליונים די גרויסקייט פון א חיבור, פארט קען איך שפירן (מיט די נשמה, נישט מיט די הארץ) אז ס'איז נישט סתם אבי נאך א ספר. יעדעס ווארט שניידט אריין, ווי א מלאך וואלט עס אריינגעשעפשעט אין די אויערן פונעם נרנח"י. יעדע שטיקעלע טראגט וואג, ס'פלאמט מיט אמת. ווער רעדט נאך ווען מ'זעצט זיך לערנען מיט עיון, און מ'זעהט ווי אומבאגרייפליך טיעף, הויעך און אויסגערעכנט יעדעס ווארט איז. מיין כח הדמיון איז נישט גענוג שטארק אויף זיך אויסצו'משל'ן א מענטש וואס איז אזוי אויסטערליש קלוג, אזא מבהיל'דיג ריזיגער מוח, אזא נשמה נשגבה, און אזא קדוש אלקי, אויף צו זיין דער מחבר.
[/quote
אקוראט ארויסגעברענגט וואס איך שפיר אויף דער ספר פון דער נביא זארטוסטרא.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום לעיקוואד, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
I have a dream
Martin Luther King ~
באניצער אוואטאר
חכם באשי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 151
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2013 7:41 pm
האט שוין געלייקט: 244 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 212 מאל

שליחה דורך חכם באשי »

לעיקוואד האט געשריבן:
שליח האט געשריבן: אויב רעדט איר אבער פון מיר, כ'בין ליידער נישט אין די מדריגה משיג צו זיין און זעהן בעולמות העליונים די גרויסקייט פון א חיבור, פארט קען איך שפירן (מיט די נשמה, נישט מיט די הארץ) אז ס'איז נישט סתם אבי נאך א ספר. יעדעס ווארט שניידט אריין, ווי א מלאך וואלט עס אריינגעשעפשעט אין די אויערן פונעם נרנח"י. יעדע שטיקעלע טראגט וואג, ס'פלאמט מיט אמת. ווער רעדט נאך ווען מ'זעצט זיך לערנען מיט עיון, און מ'זעהט ווי אומבאגרייפליך טיעף, הויעך און אויסגערעכנט יעדעס ווארט איז. מיין כח הדמיון איז נישט גענוג שטארק אויף זיך אויסצו'משל'ן א מענטש וואס איז אזוי אויסטערליש קלוג, אזא מבהיל'דיג ריזיגער מוח, אזא נשמה נשגבה, און אזא קדוש אלקי, אויף צו זיין דער מחבר.
[/quote
אקוראט ארויסגעברענגט וואס איך שפיר אויף דער ספר פון דער נביא זארטוטסרא.

דברים כדרבונות. אין אנדערע ווערטער, אויב גייט איר מיט "געפיהל" אנשטאט מיט פארשונגען, דאן איז זארטוטסרא אויפ'ן זעלבן שטאפל - להבדיל - ווי דער זהר הקדוש.
אנו עם קטן והקדוש ברוך הוא שיגר לנו ענקי רוח ופיצה אותנו באיכות ענקית על המזער של החומר. [קרעדיט: מר פרס על רבינו עובדיה זצוק"ל]
ממרום שלח אש
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 545
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 26, 2013 2:56 pm
האט שוין געלייקט: 447 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 521 מאל

שליחה דורך ממרום שלח אש »

זייער זייער א אינטערעסאנטע שמועס.

איך בין נישט באקאנט קיין סאך אין די נושא פון קבלה, פשוט, אידעעס וואס זענען נישט געבויט הארט אויף לאגיק, קען מיין מח נישט ארומנעמען און פארדייען,פאר דעם האב איך אויך נישט קיין געשמאק אין דרוש און אין פלפול, קען זיין עס איז א חסרון אין מיין מח, קען זיין עס איז א חסרון אין מחות פון די מענטשן וואס קענען יא "פארשטיין" זאכן וואס זענען בעצם היפוך פון אמת'דיג "פארשטיין", אדער קען זיין אז ביידע סארט מענטשן זענען וואליד.

ממילא אן אוועקמאכן אונזער טייערע [tag]שליח[/tag], מוז איך אבער זאגן אז זיינע ווערטער הערן זיך פוסט, לכל הפחות ביי אנשים כערכי, [tag]יאיר[/tag]וויס מיר דאך שוין פון לאנג אז ער האט עפעס א ספיריטואליזם אין זיך, הגם עס איז מיר שווער אויסצופיגערן צו ער מיינט ערענסט זיין תגובה.

אגב, עס קוקט אויס ווי שליח'ס און בעל הסולם'ס "געפיל" אויפן זהר איז נישט ממש יוניווערסאל, דער נודע ביהודה האט געהאט א היבש אנדערע געפיל דערין וז"ל "רבות רעות ושבושי דעות תסתעפנה מחלומות והבלים המקובלים והמה לנזקי בני האדם נזקי הגופות ונזקי הנפשות, ופקדו באזהרה גדולה שלא להביא ספרי קבלה".
*

מיר האט אבער שטארק געבאדערט לאגיש ווי אזוי לייגט מען צו א גאנצע נייע דימענשאן צו אידישקייט אויב עס איז נישט געווען מקובל מדור אחר דור, עס איז ממש נייע סארט באגריפן וואס ווען מען הערט עס ווען פון פון א אנדערע פלאץ וואלט עס אויסגעקוקט ווי די "טריניטי פון קריסטנטום" און אזוי אויך פארשידענע הגשמה זאכן ווי אבא אמא, קודשא בריך הוא ושכינתי, יחוד וזווג, וואס ווען נישט גדולי ישראל האבו עס אנגענומען וואלט עס געווען אסור לאומרם אין באטראכט ווי כפירה ממש, עס קוקט אויס ענליך צו אלטע פאגאנישע אידעען ווי אזוי די געטער פונקציאנירן און זייער שייכות צווישן זיך.

תורת ישו וואלט מען אויך געקענט אננעמען באופן אז עס איז נישט קיין סתירה מיט תורת משה, נאר ווי מען זעט אין מורה און אין אנדערע, עס איז מנוגד צו די מכוון פון "לא תוסיף ולא תגרע", דהיינו, דת משה וישראל איז פיקס און פערטיג, וואס עס איז נישט מקובל קען מען נישט צולייגן.

טא ווי אזוי האט מען אפגעקויפט דעם זהר? ווי אזוי האט מען געקענט אננעמען עפעס וואס איז נישט געגעבן געווארן מסיני אדער מקובל איש מפי איש אז עס איז פון סיני?

נאך מער, בעיני, שוואכט עס שטארק אפ די סאמע יסודות אויף וואס אונזער אמונה איז געבויט, נעמליך, מען זעט עפעס א גרייטקייט אין אננעמען נייע זאכן אן קייין שום קבלה און עס ארויפלייגן אויף איין שורה מיט זאכן וואס דארפן לכאורה זיין מקובל איש מפי איש מסיני.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום ממרום שלח אש, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
"ווי דער גוטער בוך זאגט, אז מען שפייט אין די לופט, לאנדעט עס אין פנים"
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

איך וויל נישט אריינרעדן צווישן די גדולי עולם רבי יצחק דמן עכו, רבי יעקב עמדין, יאיר (ואולי נודע ביהודא, חתם סופר, חזון איש ועוד) מחד, און חכמי הקבלה און שליח מאידך, אבער איך וויל פרעגן אפאר קושיות:

א קלוגער איד האט ערקלערט די חילוק פון הגאון און הצדיק, די חילוק איז דומה צו די חילוק צווישן א קינד וואס רעדט זיך אפ אויף פיבער און א קינד רעדט זיך אפ אויף בויך ווייטאג, מיט די פיבער נעמסטו ס'קינד און ביסטו תוחב דעם פיבער מעסטער מאחורי הפרגוד, והיה אם כנים הדברים געסטו אים טיילענאל און ער קען שלאפן אין די מאמעס בעט, מה שאין כן בויך ווייטאג ביסטו טאוסט, אין שום קנה מדה דאס נאכצוגיין ואשרי המאמין.
א גאון קענסטו פארהערן, ניתי רבי חיים וניחזי, דעם רימניצער צדיק קענסטו נישט פארהערן.
אלזא, ווען שליח שרייבט אז ער זעהט חכמה עמוקה אין זוהר, רעדסטו פון פיבער,פון הגאון אדער פון הצדיק?
וואס באדייט דאס אז די שפירסט חכמה עמוקה, איז דאס אביעקטיווע חכמה אזווי ווי ווען איך לערן אפ א גוט שטיקל שליח, א שטיקל רבי חיים בריסקער. אדער א הרגשה וואס ברסלבער האט ווען ער לערנט לקוטי תפלות, לעיקוואד ווען ער לערנט ניטשה און דער קוטשמע איד ווען ער וויינט ביי פרים הנשרפים?
איז עס ריינע חכמה ווי סייענס און מאטעמאטיק, א הרגשה ווי הערנדיג בעטהאווען, א געפיל ווי ביים הערן שאנע ראבע דרשות? מה פשר ההרגשה הזה?
וויפיל איך האב געלערנט אין זוהר איז עס נישט טיף, עס איז קאמפליצירט און אויב מען לערנט עס מיט הדרת קודש און מיט אמונה איז עס זייער גרויס און רייניגט די הארץ, אבער אויב מען האט ספיקות אז אפשר איז עמדין גערעכט איז עס ווי יאיר רופט עס דמיון מפותח פון א גברא רבה.

נאך א זאך, און דאס איז נוגע איבעראל:
ווער קען זיין א בעסערער חוקר אויף סיי וואס איינער וואס איז טיף אינוויייניג, אדער א אורח מרחוק בא?
אז מאראנצן זאפט שרייבן איבער די קדושה פון באבובער רב פון אכט און פערציגסטער סטריט (נישט ידיעות איבער ווען איזי קומט יא אדער נישט אין שול, נישט פאקטישע דעטאלן וואס א נאנטער זעהט במו עיניו), וועמען וועט מען גלייבן? דעם וואס באבובער רב'ס ווייסע האר זענען ווי גלוסטיגע גאלדענע פעדימער און זיין זיסע שטימע דערמאנט פון שרפי קדם, אדער אן אביעקטיווער חוקר אישים?
ווער קען שרייבן איבער דאלאי לאמא, זיין געלע גבאי אדער א הארווארד פראפעסער?
ווער איז מער נאמן איבער סאטמאר, רבי שלמה יאנקל אדער א פראפעסער וואס שטודירט אים יארן?

אלזא, א חכם וואס איז נתחנך געווארן מנעוריו אויף קדושת הזוהר, און ער האט נישט געלערנעט זוהר פאר ער האט זיך מטהר ומקדש געווען, און אט, והנה און נון, ער זעהט טאקע קדושה וטהרה, זעהט ער טאקע, איז ער מער משומר מן הדמיון ווי א חוקר וואס קומט קאלט און לאגיש. איך וויי סנישט.
מאידך גיסא, איז דאך טאקע דא אזא זאך אז חתונה האבן מיט א חכמה מיט א געוואלדיגע אהבה און קשר בבחינת אמור לחכמה אחותי את, מאכט באמת קונה זיין די חכמה לעומק.
יכלה הזמן והם לא יכלו, די שאלה קען מען אייגענטליך פרעגן אויף קונסט און אויף חכמה. איז דא אזויפיל עומק אין מונא ליסא'ס שמייכל ווי דער ארט פראפעסער זעהט, איז דא אזא טיפע קנאק אין די מחלוקת הרמבם והראבד ווי דאס וואס ר' שמואל ראזאווסקי זעהט, האט דער מחבר די אלע עומק מרמז געווען אין זיין יצירה, אדער איז די יצירה גאר גרעסער פונעם יוצר, צו איז גאר דאס קינד וואס זעהט מונה ליסא און זעהט א פלעינער פיקטשער און דער איד וואס לערנט רמבם מוצאי שבת און זעהט פלעין הייליגע רייד פונעם הייליגן רמבם גערעכט.

איך זעה מער חכמה אין סיי וועלכע היינטיגע ספר ווי אין די אמאליגע, נתיבות שלום איז שענער ווי נועם אלימלך, שערי יושר איז שענער ווי יוסף אומץ, אבער דאן קומען די היינטיגע און זאגן אז בעצם זענען זייערע אלע בנינים מרומז אין די פריערדיגע, זענען די פריערדיגע געווען אזעלכטע דזשעני'ס און עס האט זיי פשוט געפעלט א רייכע כח המסביר, אדער איז מען היינט קלוגער און מען האט פשוט א פחד צו די פריערדיגע און מען לערנט אריין עומק אין זיי?

נאך עפעס, רבי שלום שבדרון הראשון, מהרש"ם האט געשריבן בדחילו ורחימו הערות אויפן פאלשן ירושלמי, ווייל ער האט געגלייבט דערין האט ער געזעהן עומק, נו, קען די זעלבע זאך געשעהן צו בעל הסולם מיט זוהר?


שוין, כ' רעד שוין צופיל.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום [NAMELESS], רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

לעיקוואד האט געשריבן:
שליח האט געשריבן: אויב רעדט איר אבער פון מיר, כ'בין ליידער נישט אין די מדריגה משיג צו זיין און זעהן בעולמות העליונים די גרויסקייט פון א חיבור, פארט קען איך שפירן (מיט די נשמה, נישט מיט די הארץ) אז ס'איז נישט סתם אבי נאך א ספר. יעדעס ווארט שניידט אריין, ווי א מלאך וואלט עס אריינגעשעפשעט אין די אויערן פונעם נרנח"י. יעדע שטיקעלע טראגט וואג, ס'פלאמט מיט אמת. ווער רעדט נאך ווען מ'זעצט זיך לערנען מיט עיון, און מ'זעהט ווי אומבאגרייפליך טיעף, הויעך און אויסגערעכנט יעדעס ווארט איז. מיין כח הדמיון איז נישט גענוג שטארק אויף זיך אויסצו'משל'ן א מענטש וואס איז אזוי אויסטערליש קלוג, אזא מבהיל'דיג ריזיגער מוח, אזא נשמה נשגבה, און אזא קדוש אלקי, אויף צו זיין דער מחבר.
[/quote
אקוראט ארויסגעברענגט וואס איך שפיר אויף דער ספר פון דער נביא זארטוסטרא.

אויב דאס איז וואס דו שפירסט דאן זאלסטו גלייבן באמונה שלימה אז יעדעס ווארט וואס זורתוסטרא האט ארויסגערעדט אדער לכל הפחות די געדאנקען וואס ליגן אונטער דעם זענען אמת ויציב ונכון.
הלואי איך קען דאס זאגן אויפ'ן זוהר.
האדם לא נברא אלא להתענג
פארשפארט