שליח האט געשריבן:ובת"ד: און היסטאריע זאגט עס נאך שטארקער.....
.....אויב שטערט אייך אזוי שטארק אז געוויסע קענען אזוי מיינען, איז די עצה מרבה צו זיין מיט פרידליכע חכמה מאמרים. אויב וויל מען זיין פון די בונייך און נישט פון די מהרסייך איז די וועג לבנות ולא להרוס, און ווען איינער הייבט אן צו טראכטן הייבט ער שוין אליינס אהן צו פארשטיין וואו איין און וואו אויס. און אויב נישט איז אויך נישט עק וועלט, ווילאנג יענער ווייסט אז אידישקייט שטייט נישט אויף דעם באגרייף איך נאכאלץ נישט וואס איז אזוי געפערליך.
פאני, איך קום יעצט פון א מאדערן ארטאדאקסישן שוהל. הער איך דעם ראביי זיך אפרעדן, אז אזויפיהל ליידער פאלן אוועק פון די אינגע דור. דער עולם, אנשטאט פארקן זייערע קארן א גאס אוועק שבת, פארקירן זיי ממש נעבן ביהמ"ד, און גאר אסאך טרעטן קוים אריין אין שוהל. (ער וויינט אז די גאר פרומע ווערן מער און מער עקסטרימער, און די מאדערנע, פאלן אוועק אין א רעפיד שנעלקייט. וואס קען מען טוהן צו בויען מאדערן ארטאדאקסיע שרייט ער. ער וויל מאכן דעם שוהל פאר א קאווע שטיבל, מ'זאל נישט קומען בלויז דאווענען, נאר פארברענגען אויך צוזאמען.)