בת מצוה פון אסתר לאווען

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
באניצער אוואטאר
שליח
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 11, 2013 11:43 am
געפינט זיך: th dimension'∞
האט שוין געלייקט: 459 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 767 מאל

שליחה דורך שליח »

אויף די קושיא וואס מ'האט געפרעגט קען מען ענטפערן אומצאליגע תירוצים. למשל, אויב וויל מען גיין פסיכאלאגיש קען מען זאגן אז די וואס זענען ספעציעל קוקן אראפ זייערע ארומיגע (אפשר אפי' אונטערן באוואוסטזיין), וממילא ווען זיי האבן א קושיא גלייבן זיי נישט אז איינער קען האבן א תירוץ. או יאמר, זיי זענען נישט די איינציגסטע וואס פארלירן די אמונה, נאר מיט זייערע שטערקערע כוחות האבן זיי קוראזש ארויסצוקומען אפען. א דריטע צד, זיי האבן אלעמאל געהאט קושיות, און זיי האבן פרובירט צו דערשטיקן די ספיקות-ווערימעל מיטן גיין עקסטרעם לצד השני, פארדינענדיג דערביי זייער ספעציעלן נאטור, ביז זיי האבן פארלוירן.
אויב וויל מען רעדן א העכערע שפראך, קען מען זיך באנוצן (ווי אנדערע דא) מיטן כל הגדול מחבירו יצרו גדול הימנו, און דער שטן פרובירט צו כאפן די העכערע נשמות ווי דער פליג וואס קלעבט צו האניג. אן אנדערע בחינה, זייערע נשמות זענען בבחינת קין, ממילא איז זייער לעבן מער שטורמיש מתחילה ועד סוף. און אזוי ווייטער.

דעם אמת קען מען סייווי נישט סומירן אונטער איין תירוץ, דאס מענטשליכע וועזן און די נאטורן פון אמונה און כפירה זענען צו טיעף און קאמפליצירט אז ס'זאל קענען מעגליך זיין.
ראית איש חכם בעיניו תקוה לכסיל ממנו (משלי כו יב).
Skepticism is not necessarily a badge of tough-mindedness; it may equally be a sign of intellectual cowardice ~ John Beloff
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

שליח האט געשריבן:דעם אמת קען מען סייווי נישט סומירן אונטער איין תירוץ, דאס מענטשליכע וועזן און די נאטורן פון אמונה און כפירה זענען צו טיעף און קאמפליצירט אז ס'זאל קענען מעגליך זיין.

:like
Under influence
באניצער אוואטאר
קאמענטירער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 768
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 21, 2013 5:06 am
געפינט זיך: אין די ווירטואלע וועלט
האט שוין געלייקט: 306 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 672 מאל

שליחה דורך קאמענטירער »

קול דודי האט געשריבן:
ברסלבער האט געשריבן:
קאווע טרינקער האט געשריבן:די גאנצע ארטיקל, בענין יידיש איז כוזב ושקר. די לאווין'ס רעדען יידיש ווייל דאס איז די "איינציגסטע" שפראך וואס זיי האבן געקענט ביז די 30.
דער פארווערט האט זיך איר אינטערעסע, צו ווייזן כאילו אז אפלאזן רעליגיע האט גארנישט מיט אפלאזן דעם הייליגען יידישע שפראכע

דאס וויל איך טאקע פארשטיין. וואס האט דער פארווערט וכת דילהון פון די הייליגע יידישע שפראכע, וואס ציעט זיי דערצו?


אפשר קולטור? פארוואס שטודירט מען שעיקספעיר? פארוואס האבן די פראנצויזן גאנצע אינסטיטוציעס אויף צו שטודירן און פארבעסערן און פראמאט"ן די פראנצויזישע ליטעראטור און שפראך (און די ענגליש די ענגלישע ליטעראטור און שפראך)?

איך זעה נישט אז ס'זאל זיין אזוי שווער צו פארשטיין אזש מ'זאל דארפן זיכן עפעס א טעם הכמוס הידוע רק ליודעי חן.

אה אויף די נקודה האב איך געווארט.. וואס מיינט דאס קולטור? פאר אונז וואס אונז זעמיר אויפגעוואקסען אז די אלע ימים טובים זענען פארבינדען מיט אמונה וואס איז פשט פון א יידישע יו״ט אן קיין שיכות מיט אמונה? און פ״וו זאלן באזעסנע פרייע פארגעשריטענע וכו׳ מענטשען זיין אינטערסירט אנצוהאלטען א טראדיציע?
...
אבי גערעדט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 879
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 9:32 am
האט שוין געלייקט: 96 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 312 מאל

שליחה דורך אבי גערעדט »

איז דא איינער וואס קען די לאווען משפחה פון דער נאנט? וואס האט געמאכט צוויי פלעינע טיפיקעל טאהשע אידן טוהן אזא ראדיקאלע שריט? ווער האט זיי אויפגעקלערט? וואס האט זיי געפעלט? ווער איז געווארן קודם אפגעפארן? פארוואס האט דער צווייטער זיך צוגעשטעלט?
באניצער אוואטאר
שושן פורים
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 816
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2013 12:11 am
האט שוין געלייקט: 500 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1005 מאל

שליחה דורך שושן פורים »

אנגעפאנגען האט זיך עס ווען יוחנן לאווען האט פשוט געוואלט וויסן אביסל מער ווי זיך שאקלען ביים טיש און דאווענען זייגער צוועלף ,און האט אנגעפאנגען צו ליינען ביכער פון אידישקייט היסטאריע און איז געוואר געווארן וועגן רעפארם קאנסערוואטיוון וכדו' , בכלל נישט האבענדיג אין פלאן צו טוישן זיין לעבנסשטייגער , האבענדיג באקומען אביסל דרויסענדיגע ידיעות האט ער זיך געלאזט הערן פון צייט צו צייט און אין טאהש האט מען איהם גלייך אפגעשטעמפלט אלס כופר, און מהאט איהם אנגעפאנגען צו מאכן ענג דאס פלאץ ביז ער האט זיך אריבערגעצויגן קיין מאנטריאל ,אויך פשוט נישט צו וואוינען אין טאהש ,און האט גלייך איינגעשריבן זיינע קינדער אין די חסידישע מוסדות, אבער דא האט זיך אנגעהויבן א געפערליכע העצע קאמפיין פון טאהש ובראשם פון זיין טאטע אז ער איז א געפערליכע יונג ער גלייבט אין גארנישט וכו' ,פארשטייצעך אז קיין איין מוסד האט איהם נישט געוואלט אננעמען , האט ער פראבירט אין די מער מאדערנע מוסדות אפי אין ליובאוויטש און איבעראל האט זיין טאטע פארארבעט אז מזאל איהם נישט אננעמען , ביז ער האט דעסיידעט דע העק וויט איט ער גיבט נישט מער קיין שיט פאר די גאנצע סיסטעם , און ער איז אנגעקומען ווי ער איז אנגעקומען
דער חסיד פארן מאדערן ארטאדאקס איז פונקט ווי דער לב טהור פארן חסיד ודו'ק
באניצער אוואטאר
חזקיהו המלך
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 585
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 09, 2013 7:31 pm
האט שוין געלייקט: 61 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 541 מאל

שליחה דורך חזקיהו המלך »

כ'פארשטיי נישט, וואס האט דעם טאטען געבאדערט אז זיין זוהן'ס קינדער וועלען לערנען אין ערליכע מוסדות ?

זענען די קינדער דען נישט קיין אידישע קינדער, פארוואס רודף'ען יענעם, אין בפרט נאך א קינד ?, וואס איז די הסבר אויף דעם ?,
איך בין א חוצפעניאק ! אזוי האט מיין טיטשער געזאגט
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל

שליחה דורך שעפטל »

אויב איז דאס אמת וואס [tag]שושן פורים[/tag] זאגט, איז דאס שוין גארנישט קיין בחירה פון זיין זייט, מ'האט אים פשוט דערווייטערט און געצווינגן אזוי צו ווערן, אלעס אלס פאליטיק און איגאו, א הארצרייסענדע ווייטאג! יעצט איז שוין בעסער פאר די אלע וואס האבן געבאדערט אז ער איז נישט הונדערט פראצענט איינשטימונג מיט זייער חסידות?
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
יואב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1677
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:55 am
געפינט זיך: בגאַטקעס דרבינו־תּם
האט שוין געלייקט: 5634 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6194 מאל

שליחה דורך יואב »

שושן פורים האט געשריבן:אנגעפאנגען האט זיך עס ווען יוחנן לאווען האט פשוט געוואלט וויסן אביסל מער ווי זיך שאקלען ביים טיש און דאווענען זייגער צוועלף ,און האט אנגעפאנגען צו ליינען ביכער פון אידישקייט היסטאריע און איז געוואר געווארן וועגן רעפארם קאנסערוואטיוון וכדו' , בכלל נישט האבענדיג אין פלאן צו טוישן זיין לעבנסשטייגער , האבענדיג באקומען אביסל דרויסענדיגע ידיעות האט ער זיך געלאזט הערן פון צייט צו צייט און אין טאהש האט מען איהם גלייך אפגעשטעמפלט אלס כופר, און מהאט איהם אנגעפאנגען צו מאכן ענג דאס פלאץ ביז ער האט זיך אריבערגעצויגן קיין מאנטריאל ,אויך פשוט נישט צו וואוינען אין טאהש ,און האט גלייך איינגעשריבן זיינע קינדער אין די חסידישע מוסדות, אבער דא האט זיך אנגעהויבן א געפערליכע העצע קאמפיין פון טאהש ובראשם פון זיין טאטע אז ער איז א געפערליכע יונג ער גלייבט אין גארנישט וכו' ,פארשטייצעך אז קיין איין מוסד האט איהם נישט געוואלט אננעמען , האט ער פראבירט אין די מער מאדערנע מוסדות אפי אין ליובאוויטש און איבעראל האט זיין טאטע פארארבעט אז מזאל איהם נישט אננעמען , ביז ער האט דעסיידעט דע העק וויט איט ער גיבט נישט מער קיין שיט פאר די גאנצע סיסטעם , און ער איז אנגעקומען ווי ער איז אנגעקומען


עד כאן אומרים בשושן פורים. איך שטעל זיך פאר מסתם האסטו דאס גענומען פון איהם אליינס, אבער ווען מ'וויל שרייבן גענוי וואסאפארא סארט ביכער ער האט געליינט מיין איך פאסט זיך עפעס וואס א מקור צו אייער רייד.
באניצער אוואטאר
שושן פורים
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 816
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2013 12:11 am
האט שוין געלייקט: 500 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1005 מאל

שליחה דורך שושן פורים »

פיין איך גיב אויף נישט ביכער אפשר גאר בלאגס צייטונגען , באדעם ליין קענסט פרעגן עניבאדי אין טאהש מאנטריאל וואס האט מיטגעהאלטן די פרשה
דער חסיד פארן מאדערן ארטאדאקס איז פונקט ווי דער לב טהור פארן חסיד ודו'ק
יואב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1677
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:55 am
געפינט זיך: בגאַטקעס דרבינו־תּם
האט שוין געלייקט: 5634 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6194 מאל

שליחה דורך יואב »

שושן פורים האט געשריבן:פיין איך גיב אויף נישט ביכער אפשר גאר בלאגס צייטונגען , באדעם ליין קענסט פרעגן עניבאדי אין טאהש מאנטריאל וואס האט מיטגעהאלטן די פרשה


אסתר זעלבס שרייבט אזוי אויפן בלאג. די זאכן קענען זיין אמת כלפי א געזעלשאפט, אדער מהלך החיים. כ'האף אז דו פארשטייסט א נארמאלער מענטש טוישט נישט לחלוטין זיין השקפות געוואנדן אין א צווייטנס אגענדע. אגב, פרעגן "מענטשן" וואס האבן "מיטגעהאלטן" א פרשה איז נישט די מערסט אקוראטע זאך. סאום האוי ווייסן מענטשן אייביג וואס טוהט זיך אין יענעמס קישקעס. ס'דערמאנט מיר עפעס א יאנקל פרייליך ארטיקל פון אם תחנה עלי יאכנעס. סארא מין מהלך פון דערגיין זאכן. אגב, זעהט אויס איר האט נישט געכאפט די נקודה איבער ביכער.
באניצער אוואטאר
שושן פורים
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 816
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2013 12:11 am
האט שוין געלייקט: 500 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1005 מאל

שליחה דורך שושן פורים »

סנישט אז ער האט זיך אראפגעזעצט ליינען א ביכל און בום !!!!! זיך אפגעשניטן די בארד און פיאות ,עס איז נאר אז ער איז נמאס געווארן פון די טאהשע מהלך החיים און פלעין גענאשט ידיעות , די איבעריגע האט שוין זיין טאטע צוגעענדיגט, און לגבי זיך נאכפרעגן גאנץ מאנטריאל האט מיטגעהאלטן ווי ער פרובירט זיך איינצוגלידערן צווישן היימישן עולם נאר זיין טאטע שטערט עס
דער חסיד פארן מאדערן ארטאדאקס איז פונקט ווי דער לב טהור פארן חסיד ודו'ק
באניצער אוואטאר
שושן פורים
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 816
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2013 12:11 am
האט שוין געלייקט: 500 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1005 מאל

שליחה דורך שושן פורים »

חזקיהו המלך האט געשריבן:כ'פארשטיי נישט, וואס האט דעם טאטען געבאדערט אז זיין זוהן'ס קינדער וועלען לערנען אין ערליכע מוסדות ?

זענען די קינדער דען נישט קיין אידישע קינדער, פארוואס רודף'ען יענעם, אין בפרט נאך א קינד ?, וואס איז די הסבר אויף דעם ?,

ווייל אויב בלייבט ער ווייטער א פלעינע פרומע יוד אהן זיין טאטעס/קהילות/חסידות משוגעתן דאן האט ער געפראווט ראנג די גאנצע יסוד אז מקען נישט זיין א ערליכע יוד אויב מפארקלעבט זיך נישט די הענט מיט קאטשעניו פרייטאג צונאכטס , מילא פירט מען א גאנצע מערכה אז ער איז א כופר ביז ער האלט טאקע ביי גארנישט, און דאן קען זיך יעדער פאטשן אין בויך אז כהאב געוואוסט אז ער איז א שגץ, והא ראי קוק ווי ער קוקט אויס, נאך א מזל מהאט נישט אנגענימען זיינע קינדער
דער חסיד פארן מאדערן ארטאדאקס איז פונקט ווי דער לב טהור פארן חסיד ודו'ק
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

שושן פורים האט געשריבן:סנישט אז ער האט זיך אראפגעזעצט ליינען א ביכל און בום !!!!! זיך אפגעשניטן די בארד און פיאות ,עס איז נאר אז ער איז נמאס געווארן פון די טאהשע מהלך החיים און פלעין גענאשט ידיעות , די איבעריגע האט שוין זיין טאטע צוגעענדיגט, און לגבי זיך נאכפרעגן גאנץ מאנטריאל האט מיטגעהאלטן ווי ער פרובירט זיך איינצוגלידערן צווישן היימישן עולם נאר זיין טאטע שטערט עס


מיר האט פארציילט איינער פון די הנהלה פון א געוויסע מוסדות אז ער איז געזיצען ביי א מיטונג איבער אננעמען די לאווין קינדער, נאך וואס זיי זענען געווען אינדערהיים עטליכע חדשים, נאך וואס קיינער האט זיי נישט אנגענומען צוליב לחץ פון די משפחה און טאהשע קהילה, וואס האבן ברוב חכמתם געהאלטן אז דורך דעם וועלן זיי צוריקגעקומען אין געטו, א קיצור, ס'איז געגאנגען פייער ביים מיטונג, ער, אזוי טענה'ט ער, האט פארפירט מ'זאל זיי אננעמען, אבער רוב המכריע האט נישט געהאלטן דערביי.
Under influence
ממרום שלח אש
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 545
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 26, 2013 2:56 pm
האט שוין געלייקט: 447 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 521 מאל

שליחה דורך ממרום שלח אש »

ריינער האט געשריבן:איך ווייס נישט צו ס'קומט דא אריין, אבער ווען מ'קוקט צוריק זעהט מען אז זייער אסאך פון די וואס לאזן אונז איבער האבן א געוואלד מיט אינהאלט אין זיך, סיי די ניגונים וואס זי מרס, לאווען האט געמאכט, און ס'געווארן אזוי אויפגעכאפט ביי כלל ישראל, דאס ווייזט אויף עפעס. צו ליבי פאללאק וואס איז מלא מיט.. איך ווייס אליינס נישט וואס. צו שאולי גראסמאן וואס איך פערזענליך האט מיטגעהאלטן צוויי פון זיינע בחורישע יארן, ער איז געזיצן ביי א גמרא און געהאקט שטיקער, געווען פון די בעסטע בחורים אויב נישט 'די בעסטע ' בחור פון זיין שיעור. און נאך אסאך, זיי זענען נישט קיין סתם טיפשים, סאו וואס מיינט דאס???? טאקע וויל זייער נשמה פאדערט און מאנט פון זיי אזוי סאך פלאצט עס און מ'קומט אן דארט????


בין איך דער איינציגסטער וואס כאפט נישט די קושיא? ווען איך וואלט געווען דיין מלמד וואלט איך געזאגט זאלסט עס אוועקלייגן פאר פסח אויפדערנאכט.

לאמיר נאכאמאל ציילן אויף די פינגער, לאווען, פאללאק און גראסמאן, הםםםם, טאקע מתנות פון גאט פאר הוימעניטי...

אגב פאללאק שרייבט אויף פ"ב אז זי איז פלעטערד פון דיין קאמפלימענט.

און לאמיך דיר טרייען צו העלפן דא, ווען דו האסט געזאגט זי איז פול, האסטו אפשר געמיינט די זאץ וואס איז מורגל בפי העולם?
"ווי דער גוטער בוך זאגט, אז מען שפייט אין די לופט, לאנדעט עס אין פנים"
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

חזקיהו המלך האט געשריבן:כ'פארשטיי נישט, וואס האט דעם טאטען געבאדערט אז זיין זוהן'ס קינדער וועלען לערנען אין ערליכע מוסדות ?

זענען די קינדער דען נישט קיין אידישע קינדער, פארוואס רודף'ען יענעם, אין בפרט נאך א קינד ?, וואס איז די הסבר אויף דעם ?,

דער הסבר איז אז (לויט ווי כ'הער). איז דער טאטע/זיידע לאוען בכבודו ובעצמו אויכעט א בעל תשובה. און דאס ארבעט ביידע וועגן. סיי זיין עקסטרעמיזם און נישט קענען מבחין זיין בין טוב לרע. און סיי דאס צוריקפאלן, אדער אוועקפאלן פון זיין זוהן פון אידישקייט. איך באמערק דא א שטיקל טרענד ואכמ"ל. אז נאך עטליכע נושרים זענען קינדער פון חוזרים בתשובה. ס'איז דא א לאגישער הסבר אויף דעם. נאר ס'איז באמת א שאד. ווי מ'זעהט אויף די פיקטשערס זענען זיי געווען א פיינע ערליכע חסידישע משפחה מיט זיסע קינדערלעך און זענען נעבעך פארלוירן געגאנגען.
באניצער אוואטאר
שושן פורים
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 816
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2013 12:11 am
האט שוין געלייקט: 500 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1005 מאל

שליחה דורך שושן פורים »

א חבר מיינער וואס קען איהם נאך פון טאהש האט פונקט אריינגעבאמפט לעצטנס אין דעם לאווען און געהאט מיט איהם א לענגערע שמועס , תמצית הדברים האט ער איהם געזאגט אז אפי' יעצט האלט ער אז ער האט געמאכט די קלוגסטע סטעפ אין זיין לעבן , עכ"פ אזוי זאגט ער , דאך האט ער קיינמאל נישט געפלאנט אזוי צו ענדיגן , ער האט פשוט געוואלט ארויסגיין אביסל פון די טאהשע צמצום און די איבעריגע האבן שוין אנדערע צוגעענדיגט
דער חסיד פארן מאדערן ארטאדאקס איז פונקט ווי דער לב טהור פארן חסיד ודו'ק
באניצער אוואטאר
בן תמליון
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1456
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 16, 2012 12:34 pm
האט שוין געלייקט: 1301 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1664 מאל

שליחה דורך בן תמליון »

ר' בערל זאגט א נקודה איבער די עלטערן בעלי תשובה. דער ארי מאנדל דער סאלדאט איז א קינד פון בעלי תשובה אזוי אויך שלום דין.
באניצער אוואטאר
הוגה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3112
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 6841 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל

שליחה דורך הוגה »

בן תמליון האט געשריבן:ר' בערל זאגט א נקודה איבער די עלטערן בעלי תשובה. דער ארי מאנדל דער סאלדאט איז א קינד פון בעלי תשובה אזוי אויך שלום דין.


אויב אזוי האט מען דאך א פשוט'ע עצה, מען זאל אויפהערן מאכן בעלי תשובה! אדער עכ"פ זאל מען ווייטער מרחק זיין די בני בעלי תשובה און אזוי ארום וועט מען פטור ווערן פון זיי, אזוי ווי ביי לאווען.

לענינינו, אונזער קאמיוניטי דארף מאכן א שטארקע חשבון הנפש, וויפיל OTD'ס שטופן מיר ארויס בידים? אפילו אויב ס'נאר צען צוואנציג פראצענט קומט זיך אונז/זיי פעטש.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

דיין קאנטרעיריאניזם האט דיך געברענגט אז דו זאלסט נישט ריכטיג אויסטייטשן די נקודה וואס ווערט ארויסגעברענגט מיט דעם פאקט אז עטליכע קינדער פון בעלי תשובה ווערן אליין צוריק נושרים. אדער ווי מ'רופט עס אין ארץ ישראל "חוזרים בשאלה" . אלעס וואס איך האב געוואלט ארויסהייבן איז אז ס'קען זיין א פאקטאר אין זייער צוריקפאלן אדער ארויספאלן פונ'ם חרדישן לעבנס שטייגער. דאס איז נישט קיין פארענטפערונג אויף די עוולות און פעלערס פונ'ם סיסטעם. ס'איז דא פארשידענע פסיכאלאגישע און פראקטישע זייטן וואס מוזן נאכגעפארשט ווערן כדי צו דערגיין די ריכטיגע סיבה פארוואס זיי געפונען נישט קיין סיפוק אין דעם חרדישן לעבנס שטייגער. אדער וואס שטויסט זיי אוועק פון א וועג מיט וועלכן די מערסטע זענען אויפגעצויגן געווארן.
גאנצל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3150
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:18 pm
האט שוין געלייקט: 414 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1056 מאל

שליחה דורך גאנצל »

בקיצור אנגעהויבן האט זיך עס אז ער האט געוואלט פלעין זעהן עפעס מער ווי א טיש... און ער האט זיך פערצופאל שלא מן המוכן אנגעטראפן אין עפעס א רעפארם ביכל... נעבעך אזוי אומשולדיג,

און ער האט געשפירט פאר וויכטיג דאס מודיע צו זיין פאר יעדעם אוי א שאט נישט גארנישט געמיינט פלעין געוואלט אויסשמועסן.. וואס איז מ'טאר נישט?...

און יעצט הערשט האט זיך אנגעהויבן זיינע צרות די חברה האבן אן א ווארענונג זיך געגעבן א לייג ארויף אויף אים און אנגעכאפט ביים קארג און פאר גארנישט ארויסגעווארפן

האט ער דאך נישט געהאט קיין ברירה און געצוואונגענערהייט געגאנגען קיין מאנטריאל און דארט איז ער שוין געווען צופרידן יעצט זעהט ער דאך שוין מער ווי א טיש.. דארף ער שוין גארנישט זוכן שוין! פיינעלי פטור אראפ א עול פון קאפ

פיין ביקש יוחנן לישיב בשלוה קפץ עליו רוגזו של אביו זיין טאטע אן קיין שום געפיל און אן א סיבה האט באשלאסן צו מוציא שם זיין אויף זיין אומשולדיג קינד

נא חזקה על לשון הרע אז ס'ווערט נתקבל האט מען אים נישט אנגענומען אין קיין מוסד און קיינער האט זיך נישט אומגעקוקט אויף אים נישט געווען קיין שום עסקנים קיינער איז נישט געלאפן זאגן אז ס'הייבט זיך נישט אן סתם באלאני'ס אוי וויי

האט ער נישט געהאט קיין ברירה און אפילו ער האט בשום אופן נישט געוואלט און ער האט אפילו פארשטאנען און פארשטייט נאך היינט אז לא זו הדרך און אפילו ער איז שוין געווען צופרידן ווייל ער האט דאך שוין געטראפן משאת נפשו עפעס מער ווי א טיש און אפילו זיין ווייב'ס מלא תוכן'דיגע נגונים האט אים נישט צוריקגעהאלטן פון נעמען אזא דראסטישע שריט קעגן זיין אייגענע פעסטע רצון אבער די צרות האט באוואויגן פון נעמען די שריט

הערסטו מיי פוט ווער עס וויל דאס אפקויפן זאל עס קויפן איך קויף דעס נישט אפ איים סארי ס'מאכט מיר נישט קיין סענס ביי ביי
באניצער אוואטאר
שושן פורים
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 816
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2013 12:11 am
האט שוין געלייקט: 500 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1005 מאל

שליחה דורך שושן פורים »

האלסט טאקע אז עס קען נישט זיין אזא זאך אז א מענטש זאל פשוט וועלן ארויסקריכן פון א צמצום און בלייבן ווייטער א ערליכע יוד?
און בנוגע די מוסדות , יא ליידער איז עס א פאקט זיין טאטע ווי פרום ער זאל נאר זיין האט נאך צו אלע צרות אפאר דאלער אויכעט, און אפילו די מוסדות וואס האבן יא געוואלט אננעמען האט ער געסטראשעט אז ער וועט אויפהערן טיילן והכסף יענה את הכל
דער חסיד פארן מאדערן ארטאדאקס איז פונקט ווי דער לב טהור פארן חסיד ודו'ק
באניצער אוואטאר
הערשי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 347
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 07, 2013 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 203 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 948 מאל

שליחה דורך הערשי »

זיין טאטע איז א בעל תשובה, זיין טאטע טיילט געלט... הערט אויף! מיינע אויערן טוען וויי. ווער ס'רעדט ווייסט נישט, און ווער ס'ווייסט רעדט נישט.
היט זיך פון א סבלן'ס כעס.
באניצער אוואטאר
שושן פורים
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 816
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2013 12:11 am
האט שוין געלייקט: 500 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1005 מאל

שליחה דורך שושן פורים »

ביי אונז איז דא צווי מינים .o.t.d חברה די ערשטע זיינען די ליידיגייערס , דראג עדיקטס , וכדו' , געווענדליך האבן זיי נישט די מערסטע שכל ביי זיי רוב מאל קען מען נישט זאגן אז זיי זענען געווארן רידזשעקטעד ווייל זיי האבן זיך אליין רידזשעקטעד פשוטע בעלי תאווה שרוצים למלאות תאוותם קען זיין מען וואלט געדארפט טון מער אבער אויסגעשלאסן האבן זיי זיך אליין.

נאכדעם איז דא די הנקראים אויפגעקלערטע , זיי זענען געווענליך קלוגע יודן נאר זיי לעבן אין א געוויסע צמצום און ווילן זיך זען ארויס פון דעם און עס קען אויסקלאפן אויף פארשידענע אויפנים
טייל זענען טאקע אויפגעקלערט אבער בלייבן אין זייער אלטע קהילה/חסידות פשוט סאיז זיי גוט דארט אבער אונטערן טיש לאכן זיי זיך אויס.
טייל טוישן קהילות ווייל זיי קענען נישט אויסהאלטן די צמצום אבער ציען זיך אריבער צו מער אפען מיינדעד קהילות און בלייבן וויטער פרומע יודן .
טייל וואס דאס איז שוין א מיעוט פארן אינגאנצן אפ און ביי זיי איז עס רוב מאל וויל זיי זענען געווארן רידזשעקטעד, כמעט קיינער איז נאכנישט אפגעפארן ווייל ער האט איינגעזען אז דאס איז די וועג מען האט איהם פשוט רידזשעקטעד
דער חסיד פארן מאדערן ארטאדאקס איז פונקט ווי דער לב טהור פארן חסיד ודו'ק
פארשפארט