איך גלייב נישט!

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4521 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8035 מאל

איך גלייב נישט!

שליחה דורך קאווע טרינקער »

יא, אזויווי איר הערט/ליינט. איך גלייב נישט.
איך מיין דאס אמת'דיג. כ'ווייס אז נעכטען איז געווען יום כיפור.
מיט דעם אלעם, שריי איך ארויס קלאר, זאל יעדער הערן, ס'אינטערסירט מיר גארנישט.
זאל מיר די גבאים אויסשפארן, זאל איך פארלירן מיין משפחה און חברים.
איך קען מיך נישט העלפן. צו די מסקנה בין איך צוגעקומען, איינמאל פאר אלעמאל: איך גלייב נישט.
קוקט מיר נישט אן ווי א משוגענע, איך בין נישט קיין כופר-פשוטה, איך האב דאס חוקר געווען, אלע צדדים.
דאך, מתוך הכרה מלאה, מעומק המוח וההגיון, האלט איך, בשאט נפש, אז יא. איך גלייב נישט.

אלע עצות וואס גוטע פריינט האבן מיר פארגעשלאגן, האט נישט קיין סאך געהאלפען.
איך האב גערעדט צו רבנים, מומחים, שלמה באכנער, פסח קראהן, יוסף חיים גרינוואלד, קיינער האט מיר נישט געקענט אפרעגען.
אפילו א פריי-טיקעט קיין אש התורה אין אלט-שטאט. גארנישט האט געטוישט מיין מיינונג (אסאך פון זיי האבן אפילו מודה געווען צו מיר)
מ'קען באשולדיגן דעם אינטערנעט, מיין יונגע יתמ'ות, מיין מלחמה געליטענע זיידע'ס, מיין שטרענגע שוויגער, ועוד ועוד.
אבער סוכ"ס איז דאס דער אמת: איך גלייב נישט.
איך טוה דאס נישט פאר איטענטשען, איך פלאן נישט צו זיין אין די OTD קליפס, ווייל איך בלייב דא אין די סיסטעם.
איך זאג אזוי ווייל דאס איז דער אמת: איך גלייב נישט.

וויפיל מאל כ'האב מיך געוואלט איבערצייגן אז איך בין נישט גערעכט, און מ'דארף יא גלייבן, טראכטענדיג: קאווע, וואס מאכסטעך נעריש, דו גלייבסט טאקע?!
סאך קלוגערע פון דיר גלייבן נישט! ווי קלוג מיינסטו ביסטו?
וואס קענסטו שוין? וויפיל ווייסטו שוין? גארנישט!
זעהסט נישט אז אלע קלוגערע פון דיר גלייבן נישט, פארוואס דארפסטו זיין דער נער פון שטאט?
איין טאג וועסטו נאך בלייבן דער איין איינציגער גלויביגער, אלזא, כאפ דיך מיט פאר דו בלייבסט עלענד אליין.

די עיקר סיבה פארוואס איך גלייב נישט איז, ווייל איך בין נאר א מענטש, איך קען גרינג ווערן איבערגערעדט.
ממילא גלייב איך נישט אז ס'איז שייך איך זאל צוקומען צו אן אמת'ע מסקנא ריין פון נגיעות און דיעות קודמות.
אלזא, האב איך אפגעמאכט אז איך גלייב נישט אין מיר. איך פארלאז זיך אויף מיין אור אלטע מסורה.
א מסורה וואס ציעט זיך מימות מתן תורה, און אזוי טו איך ווייטער, און איך לעב און לאך.
און מיטן גאנצען כוח און מוח שריי איך אויס ברבים: איך גלייב נישט אין מיך!
Under influence

דער אשכול פארמאגט 35 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר