וועד הצניעות והמסתעף

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
פארשפארט
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4863
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 8315 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל

שליחה דורך רויטע וואנצעס »

למעשה טוט די ועד אויך אויף גרויסע גוטע זאכן, מ'דארף זעה געבן קרעדיט ווי ס'איז דא.
בייגעלייגטע פיילס
cccc.jpg
cccc.jpg (57.13 KiB) געזען געווארן 1851 מאל
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
שרייבער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1844
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 2:53 pm
האט שוין געלייקט: 673 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 656 מאל

שליחה דורך שרייבער »

שמעקעדיג האט געשריבן:טאקע גרינג צו פארשטיין, אבער איך פארשטיי אויך אז א שטיקל קאנטראל דארף זיין.
נישט אלע קרית יואל'ע איינוואוינער ווילן אלעס, און מען פרובירט זיך צו האלטן לויט די פארשריפטן.
נישט אז איך בין מצדיק דעם גאנצן וועד, נאר די "פרייהייט פון מארקעט" איז גוט ווען מען רעדט נישט מהשקפה פון א געוויסע פלאץ וואס די בויערס האבן געוואלט א געוויסע סטאנדארד.

איך גיי נישט אריין אין דעם דאזיגן פאל, איך רעד נאר אין אלגעמיין.

אלס א קרית יואל'ער וועל איך אביסל מוסיף זיין, איך גיי אויך נישט אריין דא אין די עצם יעצטיגע מעשה, ווייל לויט די פיקטשער פון די סטאר זע איך נישט עפעס ראונג ווען דאס איז א פרויען סטאר אבער לאמיר נעמען דעם משל פון ביכער, אסאך אידן וואוינען אין קרית יואל צו זיין אפגעזונדערט פון די גויאישע גאס, און זענען מקפיד נישט אריינצונעמען קיין ענגלישע ביכער, און זיי ווילן נישט אז זייערע טעכטער זאלן עס קויפן, אויב אבער דו פארקויפסט עס עמי בבית, איז שווער צו קאנטראלירן די קינדער

ווער עס דארף דוקא זייער שטארק ענגלישע ביכער קען עס באקומען, מען קאנטראלירט נישט די גרעניצן פון קרית יואל, גענוג און נאך איינוואוינען באקומען אויף די פאסט די "בינה" מיט "עמי" וכו' וכו'
אבי גערעדט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 879
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 9:32 am
האט שוין געלייקט: 96 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 312 מאל

שליחה דורך אבי גערעדט »

אן צו נעמען א שטעלונג אין די יעצטיגע פרשה, איז שרייבער גערעכט מיט דעם פינטל, אז די וועד הצניעות נעמט נישט קיין שום קאנטראל איבער וואס מענטשן טוען אינדערהיים (קען זיין זיי וואלטן געוואלט, אבער למעשה נעמען זיי נישט) אינדערהיים קענסטו דיך ארומדרייען נאקעט אדער מיט שמאלע רויטע געפאסטע קליידער, און האבן צען מאל אייגענע האר און 8 מאל אינטערנעט, מיט כפירה ביכער און שמוציגע ווידיאוס וכו, וכו, און קיינער וועט זיך נישט אריינמישן, אין פאקט ווייסן ניטאמאל רוב קרית יואלע איינוואינער אז דער וועד עקזיסטירט, די איינציגסטע פלאץ ווי זיי נעמען א שטעלונג איז ווען ס'איז נוגע די פובליק, זיי האבן א געפערליכע דמיון אז יעדע פיצי זאך שלעפט אראפ קרית יואל, און פארדעם טוען זיי די אלע מאדנע זאכן
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

סא פארוואס ווארפט מען קינדער פון די מוסדות אויב די מאמע לאזט זיך וואקסן די האר?
באניצער אוואטאר
מ גפני
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1001
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 05, 2012 3:09 pm
האט שוין געלייקט: 1135 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 465 מאל

שליחה דורך מ גפני »

אבי גערעדט האט געשריבן:אן צו נעמען א שטעלונג אין די יעצטיגע פרשה, איז שרייבער גערעכט מיט דעם פינטל, אז די וועד הצניעות נעמט נישט קיין שום קאנטראל איבער וואס מענטשן טוען אינדערהיים (קען זיין זיי וואלטן געוואלט, אבער למעשה נעמען זיי נישט) אינדערהיים קענסטו דיך ארומדרייען נאקעט אדער מיט שמאלע רויטע געפאסטע קליידער, און האבן צען מאל אייגענע האר און 8 מאל אינטערנעט, מיט כפירה ביכער און שמוציגע ווידיאוס וכו, וכו, און קיינער וועט זיך נישט אריינמישן, אין פאקט ווייסן ניטאמאל רוב קרית יואלע איינוואינער אז דער וועד עקזיסטירט, די איינציגסטע פלאץ ווי זיי נעמען א שטעלונג איז ווען ס'איז נוגע די פובליק, זיי האבן א געפערליכע דמיון אז יעדע פיצי זאך שלעפט אראפ קרית יואל, און פארדעם טוען זיי די אלע מאדנע זאכן

האט דער וועד זיך ווייניג מאל איינגעבראכן אין הייזער אין קאנפיסקירט ווידעאוס??
באניצער אוואטאר
קאמענטירער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 768
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 21, 2013 5:06 am
געפינט זיך: אין די ווירטואלע וועלט
האט שוין געלייקט: 306 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 672 מאל

שליחה דורך קאמענטירער »

געפילטע פיש האט געשריבן:סא פארוואס ווארפט מען קינדער פון די מוסדות אויב די מאמע לאזט זיך וואקסן די האר?

וואס האט עס מיט די וועד הצניעות?
...
משולם שטיינפעלד
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 975
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 05, 2012 5:48 pm
האט שוין געלייקט: 49 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 313 מאל

שליחה דורך משולם שטיינפעלד »

די וועד גייט אריין אין פרייוועט הייזער, ווען מען פירט זיך אויף די גאס פראסט. איינער וואס גייט שמאלע געפאסטע קליידער "בלויז" אין שטוב לאזן זיי צורוה.

געהערט פון א געליטענער פונעם וועד...
קרעקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1108
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 9:54 am
האט שוין געלייקט: 110 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 470 מאל

שליחה דורך קרעקער »

די וועד הצניעות ברעכט זיך אפט אריין אין פרייוועט הייזער
ביי זלמן גליקס טאכטער אין בעדרום זענען זיי געוועהן זוכען צווישען אירע אונטערוועש
ביי שמילו מייזעלס בעדרום זענען זיי געוועהן זוכען די באהאלטענע ווידיא
ועוד ועוד הרבה
גרויל הלוואוי האט איינער די ביצים זיי אפצושטעלען נוסח נחמיה
"וואויל איז צו די אויגען וואס האבען געזעהן אויגן וואס האבען געזעהן קאווע שטיבל..." (רביה"ק פר' נשא ת"ש-כ"ח)
משולם שטיינפעלד
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 975
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 05, 2012 5:48 pm
האט שוין געלייקט: 49 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 313 מאל

שליחה דורך משולם שטיינפעלד »

די גליק טאכטער וואס דו רעדסט פון, איז אוודאי געגאנגען די וועש בלויז ביי זיך אין שטוב. הא?

נאכאמאל, אן אריינגיין צו עס איז יא בארעכטיגט צו נישט, זיי גייען נישט אריין אין קיין הייזער אויב אויף די גאס צו ביי די ארבייט פירט מען זיך כדבעי.

מיין סאורס האט געהאט א רעוויזיע ביי זיך אין די לעדלעך, צווישן די וועש....
באניצער אוואטאר
הוגה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3112
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 6841 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל

שליחה דורך הוגה »

משולם שטיינפעלד האט געשריבן:די וועד גייט אריין אין פרייוועט הייזער, ווען מען פירט זיך אויף די גאס פראסט. איינער וואס גייט שמאלע געפאסטע קליידער "בלויז" אין שטוב לאזן זיי צורוה.

געהערט פון א געליטענער פונעם וועד...

אה, אויב אזוי זענען זיי אזעלכע "גוטע" מענטשן..... עס קומט זיי א מעדאל. אפשר נאך מער, מען זאל באשרייבן זייער "גוטסקייט" אין אלע צייטונגען, מיט זייערע נעמען, אז זיי ברעכן זיך אריין אין מענטשנ'ס הייזער נאר ווען מען גייט אין די גאס.

אגב, עס איז ידוע אז זיי טעראריזירן פארן נישט שערן די האר. וועלכע פרוי גייט מיט די אייגענע האר אין די גאס?
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
גאנצל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3150
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:18 pm
האט שוין געלייקט: 414 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1056 מאל

שליחה דורך גאנצל »

100% זיי לאזן יעדעם טוען וואס זיי ווילן עכ"פ היינט ווי לאנג דו טוסט עס פאר דיר שטול אדער אינדרויסן פון שטעטל שטול אבער אין שטעטל אין פאבליק האבן זיי די אחריות און וועם ס'געפעלט נישט קען זיך פון דארטן אפטראגן
אנשטולדיגט זייט נישט בייז די שטעטל האט איינער מייסד געווען און ער האט רעכט איינצוטיילן ווי אזוי זיין שטאט זאל אויסקוקן און אויב ער וויל יעדער זאל גיין מיט א גאטשע אויפן קאפ מוזטו אים אויך פאלגן אז ס'געפעלט דיר נישט טראג אפ

דער מייסד פון דעם שטעטל האט שוין געשטעלט ר' יחזקאל שמש אלס וועד הצניעות ווען ער האט נאך געוואוינט אין שטאט און כ"ש אין זיין אייגן שטעטל ווי ער איז בעה"ב

און בכלל פארשטיי איך אינגאנצן נישט א מענטש וואס וויל זיך נישט צושטעלן פארוואס וואוינט ער דארט? אדער אין סקווירא אדער אן אנדער שטעטל דו ביסט נישט צופרידן גיי צו א פלאץ ווי ביסט יא צופרידן
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

שליחה דורך קאך_לעפל »

פאר די אלע וואס זען דעם וועד הצניעות אלס א געפאר פאר די מענטשהייט:

יעדער ווייסט אז דער פאראייניגטע שטאטען איז געבויעט אויף פרייהייט, די ערפינדער טאטעס וואס האבן אראפגעשטעלט דער אמעריקאנער קאנסטעטוצוע, זענען געווען אזעלכע וואס האבן און אייראפא געליטן פון אונטערדריקונג און טיראני. דעריבער האבן זיי אראפ געשטעלט די יסודות פון דעם לאנד, אויף פרייהייט, יעדער מענטש קען טאן וואס ער וויל, טראכטען וואס ער וויל, און רעדן וואס ער וויל.

און יאר 1947 למס' איז אנגעקימען קיין אמעריקא א יוד פון ארץ ישראל, וואס ער האט געהייסען רבי יואל טייטלבוים זי''ע, ער איז אהער געקימען שנארן פאר זיינע מוסדות וואס ער האט אויפגעשטעלט און פאלאסטינע, פאר די אודים ניצלים מאש, פאר די איבערלעבער פון די נאצישע קאנסטאטראציע לאגערן.

למעשה האט זיך דעמאלס אנוויקעלט א געשענעניש, א פאר יונגאשעס האבן געגרינדעט און פלאסטינא א לאנד מיטן נאמען מדינות ישראל, און דער רבי יואל טייטלבוים זי''ע האט געהאלטן אז דאס איז קעגן די תורה, דעריבער איז ער שוין פארבליבן און אמעריקא, און ער איז נישט ציריק געפארן קיין ארץ ישראל.

דער רבי יואל טייטלבוים זי''ע איז געווען א מענטש פול מיט ענערגיע און פרישקייט, טראץ דעם וואס ער האט פארלוירן אלע זיינע מענטשן און גיטע פריינד, און דעם נאצישען גיהינום, און ער אליינס האט טועם געווען דעם טעם פון א נאצישע קאנסטאטראציע לאגער, דאך האט ער אנגעהויבן צו בויען א קהילה, מיט מוסדות, וואס איז זיך ביז א קירצע צייט ציוואקסען אלס א מעכטיגע אימפעריע, וואו טויזענעטער יונגליך און מיידליך ווערן נתחנך אויף די וועג וואו אזוי ער האט דאס אראפ געשטעלט.

דער רבי יואל טייטלבוים זי''ע האט אבער געהאלטן אז און די שטאט איז אומעגליך אויף צו ציען די קינדער, אויף די זעלבע וועג וואו עס איז געווען און אייראפא, פאר די נאצישע שווערד האט דאס גרויזאם פארשניטען, דעריבער האט ער אלעמאל געחלומט צו בויען א שטעטל אויסער די שטאט, ווייט ווייט אוועק פון די רוישיגע ניו יארק, אבער למעשה האט זיך עס נישט אויסגעארבייט.

ביז שנת תשל''ד וואס דאן האט דער אלטער און קראנקער רבי יואל זי'ע, דערלעבט צו זען וואו זיין לעבנס ווינטש ווערט פארוויקליכט, און דער שטאט קרית יואל איז געווארן א פאקט, און סויף יאר פרשת כי תצא תשל''ד האבן זיך די ערשטע תושבים אנגעפאנגען זיך אריין צו ציען און דעם נייעם שטעטל. און דער גליק און נחת פון דעם אלטען צדיק האט נישט געהאט קיין גרעניץ.

ווער זענען געווען די ערשטע תושבים?

די ערשטע תושבים זענען געווען דאס שענסטע און בעסטע וואס סאטמאר האט דאן פארמאגט, חשובע ערליכע פיינע יונגעלייט, וואס האבן געהאט פאר זיך נאר איין ציל, מגדל צו זיין זייערע קינדער, אויף די וועגן וואס דער הייליגער מייסד השטעטל האט זיי געלערנט.

דער בעלבאטישער עולם, איז געבליבן וואוינען און די שטאט, און דער גאנצער שטעטל האט זיי גאנץ קנאפע געשמעקט, און דער שטאט האבן זיי געקענט פירן זייער לעבנס שטייגער וואו אזוי זיי האבן געוואלט, זיי זענען נישט געווען אינטערעסירט צו וואוינען און א פרימע שטאט מיט תקנות, און איינצוימינגען, און אלעס איז געפארן גוט.

און די לעצטע יארן איז כלל ישראל באשאנקען געווארן מיט א נייע מאוומענט, א פאר יונגעלייטליך האבן זיך ערקלערט אויפגעקלערט, זיי האבן אנגעהויבן צו ווערן שיין, שיינע ברילן, שיינע שיכעלעך, א שיינעם העמעד מיט קורצע ארמעל, בקיצור נאך א וועג צו ווערן ארויפגעקיקט און וויכטיג, שוין, זאל זיין, וועמען גייט עס אן? זאלן זיין גיין מיט הערנער, און מיט א 10 פיסיגער שוואנץ, הו קערס?

פיין און וואויל, אבער וואס ווילסטי פון מיר? די ווילסט זיין שיין? זייער גערן, בלייב און די שטאט אוןן זיי וואו שיין די ווילסט, אבער פארוואס קימסטי וואוינען און מיין שטאט? קרית יואל איז נישט געמאכט פאר דיר, די וואלסט אריין געגאנגען מיט א קלאן העט און א בית אבל? אדער צו א חתונה מיט תכריכים? ניין! דעמאלט פאר וואס האסטי דיך און מיך אנגעפעגערט? גיי דיר ציריק און שטאט, און לאז קרית יואל א פרום און ערליך שטאט, דאס איז די גאנצע צוועק פאר וואס מען וואוינט און קרית יואל, דיין וועזנהייט טעראזירט קרית יואל, די לאזט זיי נישט לעבן, דאס איז קעגען דעמעקראטיע, פארוואס דארפן מיר ליידען פון די שיינע יונגעלייטליך? גייט אייך פון דא!
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

גאנצל האט געשריבן:אנשטולדיגט זייט נישט בייז די שטעטל האט איינער מייסד געווען און ער האט רעכט איינצוטיילן ווי אזוי זיין שטאט זאל אויסקוקן און אויב ער וויל יעדער זאל גיין מיט א גאטשע אויפן קאפ מוזטו אים אויך פאלגן אז ס'געפעלט דיר נישט טראג אפ

דער מייסד פון דעם שטעטל האט שוין געשטעלט ר' יחזקאל שמש אלס וועד הצניעות ווען ער האט נאך געוואוינט אין שטאט און כ"ש אין זיין אייגן שטעטל ווי ער איז בעה"ב

זאלסט מיר זייער אנטשולדיגן, אבער נישט בנגלה, נישט בנסתר, נישט אידישליך, און נישט גויאישליך, האט א מייסד א כח ארויפצוצוואונגען זיינע קוריאזן אויף אלע תושבים דורי דורות עד ביאת גואל. נישטא אזא זאך.
גאנצל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3150
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:18 pm
האט שוין געלייקט: 414 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1056 מאל

שליחה דורך גאנצל »

געפילטע פיש האט געשריבן:

why not ס'איז דאך זיין שטעטל ער האט דאס מייסד געווען פאר די און די סארט מענשטן ער האט נישט קיין רעכט? ער האט געשפיגן בלוט פארדעם ער האט צוזאם געשטעלט געלט פארדעם? ער מעג טון דארטן וואס ער וויל
באניצער אוואטאר
הוגה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3112
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 6841 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל

שליחה דורך הוגה »

גאנצל האט געשריבן:why not ס'איז דאך זיין שטעטל ער האט דאס מייסד געווען פאר די און די סארט מענשטן ער האט נישט קיין רעכט? ער האט געשפיגן בלוט פארדעם ער האט צוזאם געשטעלט געלט פארדעם? ער מעג טון דארטן וואס ער וויל

Why not? ערשטענס, ס'נישט לעגאל! ווייל דו האסט אויפגעבויט די שטעטל מיט בלוט (כמאה"כ רק בדם תהיה לנו הקריה) מיינט נאך נישט אז מען קען טון זאכן וואס זענען מנוגד צו די אמעריקאנער קאנסטיטוציע. צווייטענס, כופין על מדת סדום גייט אן ביים הייליגע רבי אויך. וועד הצניעות איז מדת סדום.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
גאנצל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3150
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:18 pm
האט שוין געלייקט: 414 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1056 מאל

שליחה דורך גאנצל »

הוגה האט געשריבן:
גאנצל האט געשריבן:why not ס'איז דאך זיין שטעטל ער האט דאס מייסד געווען פאר די און די סארט מענשטן ער האט נישט קיין רעכט? ער האט געשפיגן בלוט פארדעם ער האט צוזאם געשטעלט געלט פארדעם? ער מעג טון דארטן וואס ער וויל

Why not? ערשטענס, ס'נישט לעגאל! ווייל דו האסט אויפגעבויט די שטעטל מיט בלוט (כמאה"כ רק בדם תהיה לנו הקריה) מיינט נאך נישט אז מען קען טון זאכן וואס זענען מנוגד צו די אמעריקאנער קאנסטיטוציע. צווייטענס, כופין על מדת סדום גייט אן ביים הייליגע רבי אויך. וועד הצניעות איז מדת סדום.

1) לעגאל ווייס איך ניסט אפשר ביסטו גערעכט

2) איך פארשטיי נישט דעס איז דאך זיינס זיין אייגנטום ער האט עס נאר געבויעט פאר די סארט משוגעים ווער קען ארייןרעדן וואס ער מעג יא אדער נישט טון אין זיין חצר? (לעגאל ווייס איך נישט)
באניצער אוואטאר
גנדי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1181
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 05, 2013 11:21 pm
האט שוין געלייקט: 2151 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1341 מאל

שליחה דורך גנדי »

פארוואס האט טאקע די אייבישטער איבערגעדרייט סדום?

זיי האבן אויפגעבויעט סדום מיט בלוט און שווייס, זיי האבן געהאט תקנות.

אז מר. לוט איז עס נישט געפאלן, פארוואס איז ער אהין געגאנגען?

די נערישע מיידל וואס איז באשמירט געווארען מיט האניג, פארוואס איז זי אהין געגאנגען? זי איז זיך אליינס שולדיק אז די בינען האבן איר צוביסן...
You must be the change you want to see in the world
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

לאמיר אפילו נישט רעדן פון געזעצליך, צייג מיר צו א פאראלעל אדער הלכה וואס זאל זאגן אזא זאך. קיינער איז נישט קיין באלעבוס אויף א מקום לעולמי עד נאר ווייל ער האט געבלוטיגט, און געשנארעט ביי מענטשען געלט, גענומען רעגירונגס געלטער און קהילה געלטער, און געבויעט א שטאט. וואס איז דעם היינטיגן יונגעמאן משעבד צו אן אלטער איד וואס האט פאר פופציג יאר צוריק געבלוטיגט, פערצופאל אויף די זעלבע מקום וואו ער וואוינט יעצט?

-----

גאנצל האקט, חצר? איז דאס זיין פרייוועט פראפערטי? כ'דענק אז נישט.

----

גנדי, :like
באניצער אוואטאר
גנדי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1181
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 05, 2013 11:21 pm
האט שוין געלייקט: 2151 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1341 מאל

שליחה דורך גנדי »

גאנצל האט געשריבן:
הוגה האט געשריבן:
גאנצל האט געשריבן:why not ס'איז דאך זיין שטעטל ער האט דאס מייסד געווען פאר די און די סארט מענשטן ער האט נישט קיין רעכט? ער האט געשפיגן בלוט פארדעם ער האט צוזאם געשטעלט געלט פארדעם? ער מעג טון דארטן וואס ער וויל

Why not? ערשטענס, ס'נישט לעגאל! ווייל דו האסט אויפגעבויט די שטעטל מיט בלוט (כמאה"כ רק בדם תהיה לנו הקריה) מיינט נאך נישט אז מען קען טון זאכן וואס זענען מנוגד צו די אמעריקאנער קאנסטיטוציע. צווייטענס, כופין על מדת סדום גייט אן ביים הייליגע רבי אויך. וועד הצניעות איז מדת סדום.

1) לעגאל ווייס איך ניסט אפשר ביסטו גערעכט

2) איך פארשטיי נישט דעס איז דאך זיינס זיין אייגנטום ער האט עס נאר געבויעט פאר די סארט משוגעים ווער קען ארייןרעדן וואס ער מעג יא אדער נישט טון אין זיין חצר? (לעגאל ווייס איך נישט)

וואס זיין איינגעטום?

מענטשן צאלן פאר די הייזער פון זייערע טאשן, אפשר נישט?
You must be the change you want to see in the world
גאנצל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3150
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:18 pm
האט שוין געלייקט: 414 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1056 מאל

שליחה דורך גאנצל »

גנדי האט געשריבן:

ווער הייסט זיי צאלן האסט דאך נישט ליב די פלאץ פארוואס צאלסטו פארוואס קויפסטו אז דו האסט שוין געקויפט פארקויף און גיי דיר לחיים די גלייכסט דאך נישט דעם מקום?
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

שליחה דורך קאך_לעפל »

סופר ומונה האט געשריבן:מדינת (נישט 'מדינות') ישראל באלאנגט נאך אזוי שטארק צו די ציוניסטישע רעגירונגס-לייט ווי קרית יואל -- א שטעטל וואס נעמט אריין ריזיקע געלטער פון אמעריקאנער שטייער-צאלער -- באלאנגט פאר הרב יואל טייטלבוים אין זיינע יורשים. עס איז נאר אינטערעסאנט אז די וואס פארשטייט אז הרב טייטלבוים האט געהאט רעכט צו ארויפצווינגען זיינע ווירדן אויף די איינוואוינער פון קרית יואל, קענען נישט אין קאפ נעמען ווען די רעגירונג אין ישראל האט אירע ווירדן וואס זי וויל זען ביי אירע איינוואוינער.

סליחה:

עס איז דא מענטשען וואס האבן קישיות, און זיכען תירצים,
עס איז דא מענטשען וואס האבן קישיות, און זיכען "נישט תיריצים", נאר פארקערט, ער פרייט זיך גאר אז ער האט א קישה:

איך ווייס נישט פון וועלעכע סארט די ביזט,

דיין פארגלייך איז נישט גיין פארגלייך, די ווייסט דאס אויך.

און מדינת ישראל קען יעדער וואוינען, די מדינה איז נסייסד געווארן ע''פ חקי דעמעקראטיע, א לאנד וואו יעדער יוד, קריסט, אראבער, קען וואוינען, און פראקטיצרן זיין רעליגיע לויט זיין פארשטאנד, עיין במגילת עצמאות:

און קרית יואל קען "נישט" יעדער וואוינען, דער שטעטל איז נסייסד געווארן מיט תקנות, און ווער עס קימט וואוינען דארט און האלט נישט איין די תקנות, איז א פארברעכער, אזוי פארשטיי איך, און מן הסתם די אויך!
גאנצל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3150
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:18 pm
האט שוין געלייקט: 414 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1056 מאל

שליחה דורך גאנצל »

גנדי האט געשריבן:
הוגה האט געשריבן:
גאנצל האט געשריבן:why not ס'איז דאך זיין שטעטל ער האט דאס מייסד געווען פאר די און די סארט מענשטן ער האט נישט קיין רעכט? ער האט געשפיגן בלוט פארדעם ער האט צוזאם געשטעלט געלט פארדעם? ער מעג טון דארטן וואס ער וויל

Why not? ערשטענס, ס'נישט לעגאל! ווייל דו האסט אויפגעבויט די שטעטל מיט בלוט (כמאה"כ רק בדם תהיה לנו הקריה) מיינט נאך נישט אז מען קען טון זאכן וואס זענען מנוגד צו די אמעריקאנער קאנסטיטוציע. צווייטענס, כופין על מדת סדום גייט אן ביים הייליגע רבי אויך. וועד הצניעות איז מדת סדום.

פארוואס האט טאקע די אייבישטער איבערגעדרייט סדום?

זיי האבן אויפגעבויעט סדום מיט בלוט און שווייס, זיי האבן געהאט תקנות.

אז מר. לוט איז עס נישט געפאלן, פארוואס איז ער אהין געגאנגען?

די נערישע מיידל וואס איז באשמירט געווארען מיט האניג, פארוואס איז זי אהין געגאנגען? זי איז זיך אליינס שולדיק אז די בינען האבן איר צוביסן...

אין א ביהמ"ד מעג מען מאכן תקנות? און א מוסד מעג מען מאכן תקנות?
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

שליחה דורך קאך_לעפל »

געפילטע פיש האט געשריבן:לאמיר אפילו נישט רעדן פון געזעצליך, צייג מיר צו א פאראלעל אדער הלכה וואס זאל זאגן אזא זאך. קיינער איז נישט קיין באלעבוס אויף א מקום לעולמי עד נאר ווייל ער האט געבלוטיגט, און געשנארעט ביי מענטשען געלט, גענומען רעגירונגס געלטער און קהילה געלטער, און געבויעט א שטאט. וואס איז דעם היינטיגן יונגעמאן משעבד צו אן אלטער איד וואס האט פאר פופציג יאר צוריק געבלוטיגט, פערצופאל אויף די זעלבע מקום וואו ער וואוינט יעצט?

-----

גאנצל האקט, חצר? איז דאס זיין פרייוועט פראפערטי? כ'דענק אז נישט.

----

גנדי, :like

מר געפילטע, איין זאך ווייס איז זיכער אז ווען און בעלז וועט אריין קימען א מאכניווקער חסיד, וועסטי אים הארגענעם יו''כ שחל בשבת, דיינע ליבלעראלע אנשויאינגען איז נאר לגבי סאטמאר, וועט איינער זאל דיר טרעטן אויף דיינע הינער אויגען, אדער אויף דיין רבי'נס בין איך יענעם ווייניג מקנא, יעדער ווערט א מרוח אשך און א אויגן בליק, דעריבער פארדריי נישט קיין שמישיק
פארשפארט