דייטל האט געשריבן:צ"ל אלס.
צ"ל זיי דיך.
צ"ל אריינגערעכנט
די שטומע הא"ס, איינשטימיג צי נישט, אזוי שרייבן היינט רוב מנין ובנין פון גוטע שרייבער, מ'האט אפיציעל געדראפט דעם איבעריגן דייטשן ה"א, ס'נאריש זיך צו עקשנ'ן דערויף. אפגערעדט צי ס'איז גערעכט צי נישט.
צ"ל אלנפאלס.
צ"ל דער עיקר ביי
צ"ל גראמאטיק.
ותן לחכם ויחכם עוד
גראמאטיג לדוגמא איז געווען א טעות סופר
אגב איך פלעג אסאך ליינען דעם אלגעמיינער זשורנאל ( די זשעקאבסאהנס זענען באגאבטע שרייבער) מיר דוכט ( דאכט) זיך אז ביי זיי שרייבט מען "אלטץ"
נאך א חילוק פון אונזער יידיש (אידיש) און די רוסישע, זיי שרייבן ליידיק אנשטאטס ליידיג, רוהיק אנשטאטס רואיג, וכדומה
איבער "זייט" ביזטו גערעכט אבער ס'ווערט למעשה ברייט באנוצט היינט צוטאגס, אמאל פלעגט עס אויך באדייטן ווי היינט "זענט"
וואלטס דיר (זיך?) געקענט שטעלן אויף "דיך" און זאגן צ"ל דיר
איבער "דער עיקר איז" בין איך מסכים
דאס איבריגע (איבריקע) בין איך לאו דוקא מסכים
גראדע יעצט נאכקוקענדיג האב איך געפינען אז סיי די אלגעמיינער און סיי די פארווערטס שרייבן "אלס" אנשטאט "אלטץ"