גנדי האט געשריבן:הוגה האט געשריבן:גאנצל האט געשריבן:why not ס'איז דאך זיין שטעטל ער האט דאס מייסד געווען פאר די און די סארט מענשטן ער האט נישט קיין רעכט? ער האט געשפיגן בלוט פארדעם ער האט צוזאם געשטעלט געלט פארדעם? ער מעג טון דארטן וואס ער וויל
Why not? ערשטענס, ס'נישט לעגאל! ווייל דו האסט אויפגעבויט די שטעטל מיט בלוט (כמאה"כ רק בדם תהיה לנו הקריה) מיינט נאך נישט אז מען קען טון זאכן וואס זענען מנוגד צו די אמעריקאנער קאנסטיטוציע. צווייטענס, כופין על מדת סדום גייט אן ביים הייליגע רבי אויך. וועד הצניעות איז מדת סדום.
פארוואס האט טאקע די אייבישטער איבערגעדרייט סדום?
זיי האבן אויפגעבויעט סדום מיט בלוט און שווייס, זיי האבן געהאט תקנות.
אז מר. לוט איז עס נישט געפאלן, פארוואס איז ער אהין געגאנגען?
די נערישע מיידל וואס איז באשמירט געווארען מיט האניג, פארוואס איז זי אהין געגאנגען? זי איז זיך אליינס שולדיק אז די בינען האבן איר צוביסן...
ס'איז א חילוק פון נעמען א לאנד און ארויףצווינגען תקנות אויף די תושבים
ווי קויפן א פראפערטי פוןדאסניי און זאגן איך בוי עס פאר די און די סארט מענטשן און אנדערע זאלן נישט אהער קומען און געזונטערהייט וואוינען נעבן מיר אבער נישט אין מיין פראפערטי איף נעם געלט צו זיין א כיתה א' רבי