די וועבערמאן סומאטאכע

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל

שליחה דורך שעפטל »

סתם פאר די פאקט, מ'האט געזאגט קלאר פאר איר מאמע ווען זי איז געקומען דינגן א זיץ ווי אלע יארן, אז איר טאכטער טאר נישט קומען, איז זי דאך יא געקומען טראץ דעם וואס זי האט קלאר געוויסט אז זי איז נישט וועלקאום
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
איחוד פעלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2933
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 513 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1430 מאל

שליחה דורך איחוד פעלד »

פאקט אהין פאקט אהער, גערעכט אהין גערעכט אהער, מציאות איז אז זי האט גוט צוגעפראסקעט די זויערע וויליבורגער וואס רעדען כאילו דער פראבלעם עקזיסטירט נישט ביינינס, און לא די האט זי מגלה געוועהן חרפת וו"מ לעינינו, האט זי געוויזען חרפת ווילי לעיני כל העמים, ווי מען דעקט און מען איז נישט גרייט קער צו נעמען פין דער פראבלעם, נאר איידער ניצען דער ראג מענטאליטי און זיין אין דענייעל וועגען דער גאנצער נושא. און לא די דאס האט זי געוויזען אז רובא דרובא פין אונז האבען מיט תירוצים שונים ומשונים זי געהאלטען פאר א פאנטאזירער אלץ כדי זיך צו קענען איינרעדען אז אונז זענען מיר עפעס א ספעשעל סארט גרופע מענטשען ווי אזעלכע געמיינע מענטשען עקזיסטירען נישט, און אונז קענען נישט מודה זיין צום פראבלעם און עס אדרעסירען ריכטיג.

נו פרעג איך אייך, קען מען לאזען א חוטא ופושע ווי דעס דאווענען ביי אונז אין בעסמעדריש?
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
נצבד
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 141
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 30, 2012 3:17 pm
האט שוין געלייקט: 11 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 105 מאל

שליחה דורך נצבד »

מיך ווינדערט דאס מערסטע, ווי אזוי דער קאפישער רב האט נישט מורא געהאט פונעם תולדות אהרן'ער רבי'ס הקפדה...
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

@איחוד, וואס ביסטו אזוי פרייליך אז מען האט "אונז" צוגעפאכעט? א נארמאלער מענטש שרייבט עס מיט ווייטאג, וואס ביסטו אזוי פרייליך דערמיט? ולשמחה מה זו עושה?

@נצבד, וועלכע הקפדה רעדסטו פון? דער תו"א רבי איז בכלל נישט קיין גברא דקפדנא, סאו אפילו פאר א דשזאוק שטימט עפעס נישט. און חוץ מזה ווייס איך אביסל אז ער האט געטון כל מה שביכלתו אז מען זאל פארהאנדלען אינדרויסן פון געריכט, און די טאטע פונעם מיידל האט טאקע דאס געוואלט, נאר זיין ווייב און טאכטער האבן אים געהאלטן ביים גארגל.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל

שליחה דורך שעפטל »

שמעקעדיג האט געשריבן:@נצבד, וועלכע הקפדה רעדסטו פון? דער תו"א רבי איז בכלל נישט קיין גברא דקפדנא, סאו אפילו פאר א דשזאוק שטימט עפעס נישט. און חוץ מזה ווייס איך אביסל אז ער האט געטון כל מה שביכלתו אז מען זאל פארהאנדלען אינדרויסן פון געריכט, און די טאטע פונעם מיידל האט טאקע דאס געוואלט, נאר זיין ווייב און טאכטער האבן אים געהאלטן ביים גארגל.

איך בין נישט אזוי זעכער מיט דעם
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
נצבד
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 141
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 30, 2012 3:17 pm
האט שוין געלייקט: 11 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 105 מאל

שליחה דורך נצבד »

שמעקעדיג, דיין אינפא אז דער תולדות אהרן'ער איז אויף איין בלאט מיטען הייליגען פאטער, איז גראדע גאנץ קראנט... אבער פון דא אין ווייטער איז דיין אינפא געבעיסט אויף געצילטע רומערס, און קאפ דרייענישען
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

איך האב געהערט די אינפא פון נאנטע מענטשן וואס האבן מיטגעהאלטן מאחורי הפרגוד.
וירח ה' את ריח הניחוח
נצבד
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 141
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 30, 2012 3:17 pm
האט שוין געלייקט: 11 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 105 מאל

שליחה דורך נצבד »

איך האב עס אויך געהערט ממש ממש פונעם מקור ראשון...דער הייליגער פאטער אליינס!! איז דיר דאס דען נישט גענוג גוט?...

און פאר א שטיק צייט, האט טאקע ר' נחמי' אליינס אויך זיך נעבעך אזוי איינגערעדט
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

און וואס מאכט דיר "נישט גלייבן" דעם מקור ראשון, און ענדערש אננעמען א מקור שני?
וירח ה' את ריח הניחוח
גאנצל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3150
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:18 pm
האט שוין געלייקט: 414 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1056 מאל

שליחה דורך גאנצל »

איחוד פעלד האט געשריבן:פאקט אהין פאקט אהער, גערעכט אהין גערעכט אהער, מציאות איז אז זי האט גוט צוגעפראסקעט די זויערע וויליבורגער וואס רעדען כאילו דער פראבלעם עקזיסטירט נישט ביינינס, און לא די האט זי מגלה געוועהן חרפת וו"מ לעינינו, האט זי געוויזען חרפת ווילי לעיני כל העמים, ווי מען דעקט און מען איז נישט גרייט קער צו נעמען פין דער פראבלעם, נאר איידער ניצען דער ראג מענטאליטי און זיין אין דענייעל וועגען דער גאנצער נושא. און לא די דאס האט זי געוויזען אז רובא דרובא פין אונז האבען מיט תירוצים שונים ומשונים זי געהאלטען פאר א פאנטאזירער אלץ כדי זיך צו קענען איינרעדען אז אונז זענען מיר עפעס א ספעשעל סארט גרופע מענטשען ווי אזעלכע געמיינע מענטשען עקזיסטירען נישט, און אונז קענען נישט מודה זיין צום פראבלעם און עס אדרעסירען ריכטיג.

נו פרעג איך אייך, קען מען לאזען א חוטא ופושע ווי דעס דאווענען ביי אונז אין בעסמעדריש?


דערווייל האט זי נאכנישט מגלה געווען קיין שום חרפה פון קיינעם ס'איז אלעס א ווארט אויף א ווארט און ס'איז מישט דא קיין שום סיבה איר צו גלייבן עפ"י תורה זיכער נישט

פון מיין זייט קענסט איר גלייבן געזונטערהייט אבער ס'איז געבעיסט אוף זייער שוואכע הוכחות ס'קען פונקט אזוי זיין נקמה ווי אמת

מיין הוכחה וועט זיין ווען נאך אפאר וועלן ארויסקומען אזוי לאנג ווי ס'בלייבט ביי די צוויי זעי איך נישט פארוואס איך זאל איר מער גלייבן ווי אים ביידע זענען די זעלבע בחזקת כשרות אבער איך גלייב זאכן וואס מאכט סענס
נצבד
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 141
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 30, 2012 3:17 pm
האט שוין געלייקט: 11 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 105 מאל

שליחה דורך נצבד »

שמעקעדיג האט געשריבן:און וואס מאכט דיר "נישט גלייבן" דעם מקור ראשון, און ענדערש אננעמען א מקור שני?



לאמיך דיר מודה זיין אז איך ווער געשטופט פון אן אגענדע... דהיינו איך באשולדיג- דאס אז סהאט זיך ליידער נישט געמאכט נאך קעיסעס, ווי א היימישער יוד זאל איינזעצען א צווייטען- נאר דעם הייליגען פאטער.

ווייל די קאמיוניטי זעהט ווי דער פרומער פאטער "פארענטפערט" זיך אז ער האט נישט געהאט קיין חלק דערין, סאיז בלויז די זונה ובועלה, וואס האבען אלעס אנגעווערטשאפט למרות רוחו,

בלייבט מען דאך ליידער ווייטער ביים אלטען, ווייל סאיז דאך אין בו אלא חידושו, און קיין איינער וואס איז נאך א פרומער ערליכער יוד, גייט זיך פון זיי נישט אפלערנען, סוא מיין אגענדע איז , אז דער הייליגער פאטער זאל זיך יא ארויסשטעלען און נעמען זיין חלק ריספאנסיביליטי, אז סזאל ארויסקומען די געהעריגע קידוש השם ווי עס ברויך ווען צו זיין, און דער היימישער עולם זאל זיך האבען פון וועמען צו לערנען, און אפשר אזוי אויסראטען די הינדערטער משחיתים צווישען אינז. פארשטייסט


ליצנות און דער זייט,

א מענטש איז דאך נאר א מענטש, און קען נישט טווענטי פאר סעווען,טרי סיקסטי פייוו, אנהאלטען דעם שקר אן זיך אמאל ארויסכאפען און א שלעכטע מינוט, דער הייליגער פאטער האט זיך כמה וכמה פעמים פאררעדט, איינע פון די אויסברוכען האב איך מיטגעהאלטען פון דער נאנט, וויזוי ער האט באשייגעצט אויף די גאס א גאר חשובען רב, פארען האבען די חוצפה אריינצוגיין אל הקודש פנימה, צום הייליגען תולדות אהרן'ר רבי, און וויינען צו אים אז ער זאל זעהן וואס מקען טאן וועגען די סומאטוכע, (דאס ליצנות פונעם תו"א רבי איז אן עקסטערען שמועס). ער האט געשריגען אויף דעם רב , היתכן איר נעמט א צד? בשעת איר האט נישט אויסגעהערט ביידע זייטען? דער רב פרעגט אים צוריק, איך האב נישט געוויסט אז סאיז דא נאך א צד? איר זאגט דאך פאר יעדען אז איר זענט אינדרויסען פון די פיקטשער און איר טוט אויך אלעס צו פארמיידען א טרייעל? דער האט נישט געוויסט וואו זיך אהינצוטאן, האט ער אנגעהויבען צוריקצודרייען, אבער נישט בעפאר זיין מיסטעיק איז געווען בולט, און זיין מאסק אויפגעדעקט
באניצער אוואטאר
היימישער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 151
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 24, 2012 7:26 pm
האט שוין געלייקט: 21 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 36 מאל

שליחה דורך היימישער »

נצבד האט געשריבן:מיך ווינדערט דאס מערסטע, ווי אזוי דער קאפישער רב האט נישט מורא געהאט פונעם תולדות אהרן'ער רבי'ס הקפדה...


גיט :דאבללייק:
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

נצבד האט געשריבן:דאס ליצנות פונעם תו"א רבי איז אן עקסטערען שמועס

וואו קען מען מאכן דעם שמועס? א עקסטערע אשכול? איך בין נייגעריג :o
וירח ה' את ריח הניחוח
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

גאנצל האט געשריבן:דערווייל האט זי נאכנישט מגלה געווען קיין שום חרפה פון קיינעם ס'איז אלעס א ווארט אויף א ווארט און ס'איז מישט דא קיין שום סיבה איר צו גלייבן עפ"י תורה זיכער נישט

פון מיין זייט קענסט איר גלייבן געזונטערהייט אבער ס'איז געבעיסט אוף זייער שוואכע הוכחות ס'קען פונקט אזוי זיין נקמה ווי אמת

מיין הוכחה וועט זיין ווען נאך אפאר וועלן ארויסקומען אזוי לאנג ווי ס'בלייבט ביי די צוויי זעי איך נישט פארוואס איך זאל איר מער גלייבן ווי אים ביידע זענען די זעלבע בחזקת כשרות אבער איך גלייב זאכן וואס מאכט סענס

וואו! נישט געוויסט אז ס'נאך דא מענטשען וואס רעדן זיך איין אז די גאנצע זאך איז געווען נקמה. ארויסקומען נאך וועט נישט, ווייל ער זיצט דאך שוין סייווי, נו פארוואס זיך פארפאטשקען מיט די גאנצע משפחה און ווערן ארויסגעשטויסן פון קהילות און מוסדות? בלייבן זיי אין די לעכער, אבער חי ה' ס'דא נאך, ביודעי ומכירי קאמינא.
נצבד
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 141
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 30, 2012 3:17 pm
האט שוין געלייקט: 11 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 105 מאל

שליחה דורך נצבד »

איין קליינע טיט ביט, צו שטילען דיין נייגער...

דער רב האט זיך געבעטען ביים תו"א רבי, אז ער זאל זיך אריינמישען און זעהן וואס מקאן טאן, פרעגט אים דער תו"א פארוואס ער קומט צו אים א ארץ ישראלדיגער רבי וואס האט "קיין שום שייכות" צו די גאנצע מעשה?...
זאגט עם דער רב אז דער הייליגער פאטער פאררופט זיך א חסיד פון אים, ממילא מן הסתם האט ער א שטיקעל ווארט אריינצורעדען, ווי אויך שטייען די היזיגע רבנים דאס ווייטסטע שייך פון די סומאטוכע, מורא האבענדיג פון די אינטימידירינג פון די חולי הנפש, און זיי ווילען זיך נישט זעהן פארמישט דערין,

נאך דאס האט אויסגעפעלט פאר דעם רב... דארט האט זיך די שמועס געענדיגט... ער האט באקומען פאר די איבריגע צייט א לעקציע פונעם הייליגען רבין, הלמאי די אמעריקאנע רבנים זענען בשט נפש עובר אויף ולא תגורו מפני איש, און צוגעברענגט מורא'דיגע שטיקלעך וואסערע גרויסע עבירה דאס איז, און וויזוי די דור וועט אינטערגיין טאמער די רבנים האבען נישט קיין רוקען ביין, דער רב איז ארויס פון התפעלות פון די גרויסע כח הליצנות דער הייליגע רבי האט
באניצער אוואטאר
גנדי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1181
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 05, 2013 11:21 pm
האט שוין געלייקט: 2151 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1341 מאל

שליחה דורך גנדי »

נו, ער איז דאך טאקע גערעכט...

די דור וועט אינטערגיין טאמער די רבנים האבען נישט קיין רוקען ביין...
You must be the change you want to see in the world
גאנצל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3150
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:18 pm
האט שוין געלייקט: 414 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1056 מאל

שליחה דורך גאנצל »

געפילטע פיש האט געשריבן:
גאנצל האט געשריבן:דערווייל האט זי נאכנישט מגלה געווען קיין שום חרפה פון קיינעם ס'איז אלעס א ווארט אויף א ווארט און ס'איז מישט דא קיין שום סיבה איר צו גלייבן עפ"י תורה זיכער נישט

פון מיין זייט קענסט איר גלייבן געזונטערהייט אבער ס'איז געבעיסט אוף זייער שוואכע הוכחות ס'קען פונקט אזוי זיין נקמה ווי אמת

מיין הוכחה וועט זיין ווען נאך אפאר וועלן ארויסקומען אזוי לאנג ווי ס'בלייבט ביי די צוויי זעי איך נישט פארוואס איך זאל איר מער גלייבן ווי אים ביידע זענען די זעלבע בחזקת כשרות אבער איך גלייב זאכן וואס מאכט סענס

וואו! נישט געוויסט אז ס'נאך דא מענטשען וואס רעדן זיך איין אז די גאנצע זאך איז געווען נקמה. ארויסקומען נאך וועט נישט, ווייל ער זיצט דאך שוין סייווי, נו פארוואס זיך פארפאטשקען מיט די גאנצע משפחה און ווערן ארויסגעשטויסן פון קהילות און מוסדות? בלייבן זיי אין די לעכער, אבער חי ה' ס'דא נאך, ביודעי ומכירי קאמינא.


איך זאג נישט אז ס'איז נקמה איך זאג אז איך קען פונקט אזוי גלייבן נקמה (וואס איז ס'קען נישט זיין? ממש ס'שטעלט זיך נישט אויפ'ן שכל?) ווי אמת

און נאכאמאל דו אז דו ווייסט פון נאך וויקטים'ס קענסטו גלייבן וואס דו ווילסט איך קען דיר זאגן ווי אזוי איך און נאך אסאך מענטשן א שיינע פאר מענטשן קוקן עס אן

איך קוק עס אן באזירט אויף צוויי יסודות


1) זי און איר משפחה האבן נישט קיין שום פראבלעם דעס צו טון פאר נקמה ס'קען אבער נאך אלס זיין אז ס'איז אמת
2) ס'קען זיין אז ער האט געטון וואס זי זאגט אין אפיטרופוס, אבער די סברא זאגט אז א פעדיפייל לויפט נאך אנדערע נישט ער ווארט מ'זאל קומען צו אים ווי א מחותן ביסט דאך אליין מודה אז ווען ער וואלט נישט געווען אין די פילד און ביז ווען ער איז געווען אין די פילד איז נישט געווען אויף אים קיין שום רינון

אבער איך וויל פארשטיין מ'האט דאך געשמועסט אז ס'איז דא הונדעטער וויקטים'ס פון אנדערע מאלעסטערס ווי זענען זיי אלע פארשוואונדן?
איחוד פעלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2933
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 513 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1430 מאל

שליחה דורך איחוד פעלד »

) זי און איר משפחה האבן נישט קיין שום פראבלעם דעס צו טון פאר נקמה ס'קען אבער נאך אלס זיין אז ס'איז אמת


לידיעתך ר' גאנצעל, כ'זעה ביסט נישט אזוי בקי אין די כללים פין דער סומעטאכע.

די משמאילים אין דער פרשה זאגען אז דער "מיידעל" האט עס געטוהן אלץ נקמה, ווייל ער האט געכאפט פין איר א ווידיא ווי זי איז מיט א בויפרענד. נישט אז דער משפחה האט א חשבון מיט נחמיה. זיי גלייבען פשוט דער טאכטער בנוגע די מעשה. עם כל זה האט איר טאטע נישט געהאלטען פין גיין אין קארט וכו'. אבער סתם ארויף לייגען א נארישער שמוץ אויף די "משפחה" כאילו זיי האבען דא עפעס א נקמה אקציע אין נחמיה איז סתם נאריש און ווייזט אויף דיינע מאטיווען אין דער פרשה.
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל

שליחה דורך שעפטל »

אוי טאטע מ'פאנגט או פון אנפאנג? 139 זייטן מיט איבער 3400 תגובות גייט לאיבוד?
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
גאנצל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3150
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:18 pm
האט שוין געלייקט: 414 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1056 מאל

שליחה דורך גאנצל »

איחוד פעלד האט געשריבן:
) זי און איר משפחה האבן נישט קיין שום פראבלעם דעס צו טון פאר נקמה ס'קען אבער נאך אלס זיין אז ס'איז אמת


לידיעתך ר' גאנצעל, כ'זעה ביסט נישט אזוי בקי אין די כללים פין דער סומעטאכע.

די משמאילים אין דער פרשה זאגען אז דער "מיידעל" האט עס געטוהן אלץ נקמה, ווייל ער האט געכאפט פין איר א ווידיא ווי זי איז מיט א בויפרענד. נישט אז דער משפחה האט א חשבון מיט נחמיה. זיי גלייבען פשוט דער טאכטער בנוגע די מעשה. עם כל זה האט איר טאטע נישט געהאלטען פין גיין אין קארט וכו'. אבער סתם ארויף לייגען א נארישער שמוץ אויף די "משפחה" כאילו זיי האבען דא עפעס א נקמה אקציע אין נחמיה איז סתם נאריש און ווייזט אויף דיינע מאטיווען אין דער פרשה.


דיסקלעמער

די משפחה האב איך געמיינט די מאמע און א שוועסטער
גאנצל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3150
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:18 pm
האט שוין געלייקט: 414 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1056 מאל

שליחה דורך גאנצל »

שעפטל האט געשריבן:אוי טאטע מ'פאנגט או פון אנפאנג? 139 זייטן מיט איבער 3400 תגובות גייט לאיבוד?


יא 3400 תגובות 139 דפים און קיינער האט נאכנישט אויפגעוויזן דעם אמת אויף קיין שום צד ווי אזוי קען עס טאקע זיין? האי מאי?
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

וואס פונקטליך ווילסטו? מ'זאל לייגן נעמען?
גאנצל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3150
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:18 pm
האט שוין געלייקט: 414 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1056 מאל

שליחה דורך גאנצל »

געפילטע פיש האט געשריבן:וואס פונקטליך ווילסטו? מ'זאל לייגן נעמען?


אה דאס איז דא די גאנצע פראבלעם

די מיימינים שרייען קיינער האט דא נאכגארנישט אויפגעוויזן

די משמילים שרייען איך קען דיר נישט אויפווייזן צוליב די אינטידעיט

די סברא זאגט מיר און דיר ווען די קענסט ווען נישט די אנדערע וויקטים'ס אז די מעשה איז זייער שווער צו גלייבן און פארגעס נישט אויף די אנדערע אויסגערופענע פרעדעטארס גלייבט עס יעדער ווייל כאפן א קינד אין מקוה וכדו' גלייבט זיך, ווייל דאס איז דער דרך, דרך גדולתן, יעצט ווילסטו אז דאסמאל זאל איך גלייבן פארבארגענע מעשה'ס פון פארבארגענע מענטשן הנני איך בין גרייט באט רבוש"ע אויף וואס? און פארוואס ?

דו ווילסט איך זאל דא גלייבן די מיידל אקעגן נחמי' גיוו מי א ברעיק איי קענט
פארשפארט