די חגים און ימים טובים פון די אידן האבן אין זיך אנדערע אספעקטן און פארשידענע זייטן. מיר אלע ווייסן אז די אייבישטער רופט אן די שלש רגלים חג המצות, חג הסוכות און חג העצרת (הביכורים). מיר רופן עס פסח, שבועות און סוכות. עס זענען דא מערערע הסברים אין די נעמען, וואס זיי רעפרעזענטירן און וואס אונזער עבודה איז. איך וויל אבער רעדן איבער נאך אן אספעקט פון די שלש רגלים וואס ווערט נישט אסאך געלערנט אין ישיבה און מען רעדט ווייניג דערפון, אבער עס איז פונקט אזוי וויכטיג אויב נישט מער.
די שלש רגלים ווערן אויך אנגערופן "אביב, קציר און אסיף". די טייטש איז צייטיג, שניידן און איינזאמלן. דאס רעפרעזענטירט די דריי וויכטיגע זמנים פאר די חקלאי/פארמער וואס ארבייט אין די פעלד א גאנץ יאר. דאס זענען די דריי וויכטיגע junctures פאר אים. וואס פאר א משמעות האט דאס אבער פאר אונז כלל ישראל? וואס האט דאס מיט די ימים טובים פסח, שבועות און סוכות? פארוואס ווייסן, פארשטייען און הערן מיר אזוי ווייניג דערפון היינטיגע טעג? איז דאס סתם א סימן וואס די תורה האט געגעבן אז מיר זאלן וויסן ווען יום טוב איז? איז דאס א רמז וואס די תורה האט געגעבן כדי מיר זאלן וויסן מעבר צו זיין די יאר? אויב אזוי דאן שטעלט זיך די שאלה פארוואס פעלט טאקע אויס אז מיר זאלן מעבר זיין די יאר? פארוואס זענען די מועדים אפהעניג דייקא אין די צייטן פון די יאר?
דאס ערשטע מאל וואס איך האב אריינגעטראכט אין דער נושא איז געווען אפאר יאר צוריק אין מיטן די זוממער, ווען איך האב געליינט Alex Haley's בעסט-סעלער בוך Roots. אין די בוך גייט העילי צוריק צוויי הונדערט יאר אין היסטאריע צו די אפריקאנער דערפל ווי איינער פון זיינע זיידעס - קונטע קינטע - איז געבוירן געווארן צו א פארווארפענע שבט אין גאמביע. העילי באשרייבט קונטע קינטע'ס לעבן פון געבורט, זיין ערשטע (בערך) פופצן יאר ווי אזוי ער איז אויף געוואקסן אין די מאדינקע שבט, זייערע מנהגים און מהלך החיים. דערנאך ווי אזוי ער איז געווארן פארכאפט דורך א קאנקורירנדע שבט און פארקויפט געווארן אלץ קנעכט קיין אנאפאליס מערילענד אין אמעריקא. דערנאך באשרייבט העילי איבער אלע מיטמאכענישן וואס קונטע קינטע האט מיטגעמאכט אלץ קנעכט אין אמעריקא וכו'. ווער עס האט ליב היסטאריע און אינטערעסאנטע ידיעות איז דער בוך שטארק רעקאמענדירט (טראץ די פאר inaccuracies וואס קריטיקירער האבן געפונען אין די בוך און טראץ דעם וואס עס איז זייער לאנג). אויך איז דא א HBO סעריע דערפון.
איך וויל זיך אבער באציען צו איין פרק אין די ערשטע טייל פון די בוך. עס ווערט דארט ארויס געברענגט באריכות יתירה איבער די הנהגה און די עול הפרנסה ווי אזוי עס איז צוגעגאנגן ביי די מאדינקע שבט. ווי אזוי די מענער און פרויען האבן געטראגן די עול איינצוזייען, שניידן און איינזאמלן די תבואה. די ביטערע backbreaking ארבייט וואס זיי האבן געטון. די פיטאליטעטן וואס די ארבייט האט געקאסט. אויך באשרייבט ער די שוועריקייטן וואס דאס האט מיטגעברענגט. וואס איז געשעהן אויב עס איז געווען צו הייס איין יאר, ווי אזוי מען האט איינגעריסען ביי די געטער פאר רעגן. תעניתים, קרבנות סגולות וכדומה. די זעלבע אויב עס איז געווען צופיל רעגן און פארפלייצונגען. די קרבנות וואס די קלימאטן האבן אנגעמאכט איז אין לשער, אויך די געלט שאדענעס פאר די הייזער, פעלדער וכדומה. איך קען עס אייך נישט אראפ שילדערן ווי עס באדארף צו זיין, קיינער קען עס נישט בעסער שילדערן ווי העילי אליין, עיי"ש.
ווען עס איז שוין ענדליך געקומען די טאג וואס מען האט געענדיגט אריין ברענגן אלע תבואה און געוואוקסן פאר די קומענדע יאר. נאך אלע שווערע היצן, פארפלייצונגען, ביטערע ארבייט, מענטשליכע קרבנות וכו'; מען האט שוין ענדליך אלעס אהיים געברענגט פון די גרויסע פעלדער אויסער די שטאט. עס איז געווען א שמחה וואס מען קען זיך נישט פארשטעלן און פארשטיין. לאמיך אייך פרובירן אפצושילדערן א מקצת דמקצת פון וואס העילי שרייבט אינעם בוך, וואס ער האט געהערט פון די עלטערע פירער פון די מאדינקע שבט וואס זיי האבן געהערט פון זייערע זיידעס, א מסורה איש מפי איש, קינד פון טאטע ביז...
זיבן טעג האט מען זיך געפרייט, געטאנצט און אפגעגעבן א שבח והודאה פאר די געטער. מען האט גע'שחט'ן בהמות פאר די גאט און מען האט עס שפעטער געגעסן ביי די גרויסע סעודות לכבוד די געהויבענע יום טוב. ספעציעלע קאפעליעס האבן געזינגן און געשפילט פרייליכע ניגונים. מען האט געטאנצט שפעט אין די נעכט אריין ארום די פייערס, בשעת קינדער האבן פארגעשטעלט קונצליכע טענץ אין דער מיט. די רעליגיעזע פירער האבן געהאלטן פייערדיגע דרשות פאר די עולם, און אזוי ווייטער.
בשעת איך האב דאס געליינט בין איך טראנפארמירט געווארן צוריק מיט א 240 יאר און איך האב מיך געפונען אין אן אנדערע וועלט, אין א וועלט וואס האט געלעבט בכל רגע ורגע אין און מיט די נאטור. אבער אין מיטן האב איך מיך געכאפט. וואס גייט דא פאר? ליין איך דא א באשרייבונג פון עפעס א פארווארפענע אפריקאנע שבט אדער איז דאס א באשרייבונג פון די ימים טובים אין אונזער בית המקדש פאר צוויי טויזנט יאר צוריק?
איך האב געטון אביסל ריסערטש און איך האב אויסגעפונען אז אזעלכע ימים טובים באזירט צו דאנקן גאט פאר אונזערע עסן טרונקן און לעבן אין די ספעציעלע junctures פון די פארם ארבייטער, גייט צוריק ביז לכה״פ דריי און האלב טויזנט יאר צוריק. די ימים טובים זענען געפייערט געווארן אין די אור אלטע גריכישע, רוימישע, כינעזער און אינדיאנער קולטורן. מיין ריסערטש האט מיר אויך געברענגט צו טרעפן אז די ימים טובים זענען געפייערט געווארן דורך די אידן פאר טויזנטער יאר צוריק און טאקע אין די סאמע הייליגע טעג פון פסח, שבועות און סוכות. אדער איז גאר געווען פונקט פארקערט; פסח, שבועות און סוכות זענען נתקן געווארן דייקא אין די טעג פון אביב, קציר און אסיף.
די אידן זענען - גארנישט אנדערש ווי די גוים - געווען חקלאים/פארמער. (און מעגליך ווען משיח וועט קומען וועלן מיר צוריק ווערן פארמער.) עס האט געהאט געוואלדיגע מעלות אין דביקות און הכרת השם ווען מען האט געדארפט ארבייטן מיט די אייגענע הענט און פוס פאר א יעדע שטיקל ברויט און א יעדע ברעקעלע רייז. מען האט געלעבט מיט די טבע און מען האט א יעדע טאג געלעבט מיט עצמותו יתברך בחוש ממש. מען האט געלעבט מיט א ריכטיגע צפיה לשם, ס'נישט געווען קיין וועידזשעס און אלע האבן געדארפט רעגן, זון, אפהיטונג פון שקצים ורמשים און אזוי ווייטער. און ווען מען האט שוין געהאט די ברויט אין די האנט איז די שמחה און אפרשיעישאן דערפאר געווען אין לשער. דאס איז א טבעיות'דיגע זאך, אלע האבן אזוי געפילט, אידן און גוים צוגלייך. און אלע זענען געווען גלויביגער. מיר לעבן ליידער אין די אינפארמאציע און טעכנילאגיע age, מיר האבן ליידער נישט קיין מושג וואס דאס מיינט. עס קומט סוכות - זמן שמחתינו, און מיר ווייסן נישט אויף וואס מיר האבן זיך צו פרייען, מיר ווייסן נישט וואס מיר קענען טון זיך צו מאכן פרייליך און דאנקבאר. בשעת ווען די מענטשן, די "טבעיות'דיגע" מענטשן, האבן זיך נאטירליך געפריידט פון זיך אליינס.
מיר קענען זיך נישט פארשטעלן די שמחה וואס האט געהערשט ביי ניסוך המים, אדער ביים הקרבת העומר וביכורים. ווייל די זאכן האבן סימבאליזירט די שווערע ארבייט פון א גאנצע יאר. עס האט סימבאליזירט די געוואלדיגע נאנטקייט צום אייבישטער וואס די עבודת הידים אין די פעלדער האט געברענגט. א יעדע קינד האט פארשטאנען די intricacies און חכמה וואס ליגט אין א יעדע קליינע קערעלע, מורעשקע און ברעקעלע ערד. א יעדע מאן און פרוי האט פארשטאנען און אפרישיעיטעד די פרוכט פון די שווערע הארעוואניע. ווען מען האט גע'שחט'ן שלמים איז עס נישט געווען סתם ווייל עס איז דא א מצוה צו ברענגן א קרבן. די עולם האט געברענגט קיען און אקסן אין די מאסן ווייל מען איז געגאנגן צו א גרויסע PARTY! א פארטי פאר זיבן טעג, א פארטי מיט שיינע זינגער, לעבעדיגע טענץ, קונצען, מי שלא ראה שמחה זו לא ראה שמחה מימיו!
ווען די פארטי האט זיך געענדיגט און מען האט זיך געגרייט אהיים צו גיין אנהייבן די פרישע יאר פון הארעוואניע, האט מען מתפלל געווען פאר גשם, עס זאל נישט זיין קיין היצן און נישט קיין פארפלייצונגען. זיי האבן אלע גוט פארשטאנען וואס מען דארף בעטן און וועם צו בעטן.
אזוי ווי די אידן האבן דעמאלטס געפראוועט א גרויסע פארטי אזוי ווי איך האב שוין ערקלערט, האט די אייבישטער געזאגט ״זאלן זיי שוין דעמאלטס דאנקן פאר אנדערע זאכן אויך, זאלן זיי טון אביסל פאר רוחניות אויך. איר פריידט זיך מיט די ענדע פון די פארם-יאר, דאן פריידט אייך אויך מיט די ענדע פון די תורה. איר פריידט זיך מיט געוואוקס פריידט אייך אויך מיט די לולב און אתרג וואס זענען מרמז וכו'״.
די אייבישטער האט דייקא געוואלט אז די ימים טובים פון פסח, שבועות און סוכות זאלן coincide'ן מיט די זמן אביב, קציר און אסיף. די אייבישטער האט געוואלט אז ווען מיר פרייען זיך פאר די זאכן, ווען מיר האבן סייווי די התבוננות און אנערקענונג אין די גדלות הבורא ומציאתו בעולם, ווען מיר פילן זיך סייווי אזוי נאנט מיט אים, ווען מיר זענען אויף א high, טאקע דעמאלטס אין אזא צייט איז די בעסטע צייט צו פראווען די הייליגע סדר. דעמאלטס איז די צייט צו עסן אין די סוכה, שאקלן לולב און זאגן אתה הראת לדעת. דעמאלטס איז די בעסטע צייט צו פייערן די קבלת התורה. פארדעם זענען מיר נצטווה געווארן צו מעבר זיין די יארן, כדי די ימים טובים זאלן אלץ זיין אין די פרייליכע און פייערליכע תקופות.
מיר זענען אבער ליידער נישט אזוי נאנט מיטן באשעפער, מיר האבן נישט זוכה געווען צו די מזונות מרורים כזית ״מיד השם״. נאר אנשטאט דעם האבן מיר מזונות מתוקים מידי בשר ודם. מיר לעבן נישט מיט די טבע און מיט די אייבישטער בחוש. מיר מיינען אז ברויט קומט פון די בעקעריי, פלייש פון די meat department אין די גראסערי, וואסער פון די שטאטישע רעזורוואר און פרנסה פון די בעל הבית. עס ליגט אבער א חוב אויף אונז צו טון כל מה שביכלתינו צו צוקומען עפעס עפעס נאנט צו וואס די טונקעל הויטיגע מאדינקע האבן געשפירט בשעת די חג האסיף, אולי א טראפקעלע וואס אונזערע זיידעס האבן געשפירט בשעת ווען זיי האבן גע'שחט'ן זייערע קיען און אקסן אין די בית המקדש. איז דא א chance אז ווען מיר עסן די צינג דעם יום טוב און מיר שלינגען עס אראפ מיט די געשמאקע רויטע קארבענעי, אז מיר זאלן שפירן א מעין דמעין פון די שמחה וואס אונזערע זיידעס האבן געפילט? איז דא א מעגליכקייט צו שפירן א קוצו של יו"ד פון זייער נאנטקייט צום בורא כל עולמים? וואס זאגט איר?
איך וועל מיך דא אפשטעלן דערווייל, איך וועל פארענדיגן מיטן ציטירן א בריוו וואס הרב קוק ז"ל האט געשריבן צו זיין זון לכבוד חג האסיף. (כ׳האב עס געפונען אויפן אינטרנט, איך קען נישט טרעפן די לינק דערצו יעצט.)
יאר ד' פניו אלינו, לקבל את רשמי אורות קדשו בימי החג שתוכנו ואופיו הוא להטביע את [חותם] אור ישראל בטבע החיים, בטבע הנפש, בטבע העולם, בטבע היש, בטבע ההויה. באים אנו בחג האסיף בירח האיתנים, במועד הגבורות - גבורות הגשמים ועוז הרוח, הכבדת האכף [עפ"י איוב ל"ג, ז] של הטבע הסתוי ההולך וממשמש לבוא, ואנו מתקרבים אל הטבע: יושבים בסוכה, נאחזים באגודת נטעים רעננים, שמחים בשמחת המים, בשמחת הרוויה הטבעית בברכת ד' על היקום, חודרים אנו גם בטבעיותה של האנושיות, בהכרח החמרנות שלה, בצורך שבעים האומות, ועל כל אלה אנו מטביעים את הוד הקודש שממעל לכל טבע.
הראי"ה קוק [איגרת לבנו ערב סוכות שנת עזר"ת]
.[/justify]